☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » וואס גייט איר זיך פארשטעלן דאס יאר פורים?

וואס גייט איר זיך פארשטעלן דאס יאר פורים?

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5964

I'm back » מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:23 pm

· #186908
וואס גייט איר זיך פארשטעלן דאס יאר פורים?
איך עפען אן אשכול, ווי יעדער קען שרייבן וואס זיי וועלן זיך פארשטעלן דאס יאר פורים.

עס איז ערלויבט צו שרייבן וואס די קינדער וועלן זיך פארשטעלן אויך.

I'm back » מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:24 pm

· #186909
איך וועל אנהייבן.

איך פלאן זיך צו פארשטעלן ווי א בית שמש קבר דאס יאר.

מ גפני » מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:29 pm

· #186911
איך קען נישט פארציילן וואס מיינע קינדער פארשטעלן זיך משום חשש גילו, ווייל קיין איינער אין מיין גלילות וועט נישט גיין דערמיט

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:42 pm

· #186913
איך גיי מיר פארשטעלען ווי א ערליכע היימישע פרוי לויט די תקנות פון די אסקאנעם האלבערשטאם און האראוויץ
דאס מיינט מיט א גרויסע שווארצע זאק פון די קנעכל ביז די קאפ מיט בלויז איין לאך פאר בלויז פאר איין אויג
איך בין א מאנספערזאן האלט איך אז עפ"י הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל זייערע גייט נישט אריין בגדר לא תלבש בכלל

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:48 pm

· #186916
איך גיי זיך פארשטעלן ווי א sunbar

פלעין יודיש » מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:41 pm

· #186948
איך האב אין פלאן זיך צי פארשטעלן ווי שעפטיל
מ'דארף נאר אביסעל איינבייגען די ליפען און פארטיג

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:45 pm

· #186951
שמועה שמעתי אז "דער פינטעלע איד" גייט זיך באמת פארשטעלען פאר "די פינטעלע בלאט"
און רויטע וואנצעס גייט פארבען זיינע וואנצעס צי געהל

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:11 pm

· #186960
אריין אין "פאלשע קלאנגען" אשכול.

רויטע וואנצעס » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:26 pm

· #186966
טיטאניק

און רויטע וואנצעס גייט פארבען זיינע וואנצעס צי געהל


נישט קיין שלעכטע איידיע, א געלע זעהט אויס גאנץ גוט.
article-0-12016822000005DC-631_634x776.jpg

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:33 pm

· #186971
איך גיי מיך פארשטעלן ווי א שיינע מיידל, כ'וועל זיך אנטוהן א רויטע בענדל...

גנדי » מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:35 pm

· #186983
איך וויל זיך פארשטעלן ווי יואלי צימערמאן.

וואס דארף איך טוהן?

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:45 pm

· #186986
גנדי
איך וויל זיך פארשטעלן ווי יואלי צימערמאן.

וואס דארף איך טוהן?

זיך גיט אנטרינקען
אריין גיין אין א סוער מיט די היט אין רעקל
ארויס קימען און מיט ריזיגע צעטלעך און טעיפ
און שרייען איין ווארט "פוי"

לכתחילה איז גיט אויך צי כאפען אפאר גיטע פעטש....

איך אויך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:47 pm

· #186987
האסט פארגעסן פון די גלעזער.

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:54 pm

· #186989
👍
איך אויך
האסט פארגעסן פון די גלעזער.

אבער נאר בולעט פראף גלעזער!
עס וועט ציגעבען אסאך אויב וועסטי אהנטיען א לאנגע געדרייטע נאז

איך אויך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:59 pm

· #186991
איין הענטל אראפגעבראכן/ צוגעקלעבט פעלט נישט אויס?

רויטע וואנצעס » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:17 pm

· #186997
גנדי
איך וויל זיך פארשטעלן ווי יואלי צימערמאן.

וואס דארף איך טוהן?


גוטע איידיעס אויבן. אויב דו ווילסט עס אבער האלטן אין בודזשעט קענסטו קויפן די one piece.
imgres.jpg

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:20 pm

· #186999
רויטע וואנצעס
גנדי
איך וויל זיך פארשטעלן ווי יואלי צימערמאן.

וואס דארף איך טוהן?


גוטע איידיעס אויבן. אויב דו ווילסט עס אבער האלטן אין בודזשעט קענסטו קויפן די one piece.

עס איז דא ציבקימען די זעלבע זאך מיט רויטע וואנצעס?

סאו וואט » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:22 pm

· #187001
--

רויטע וואנצעס » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:23 pm

· #187002
ניין. כ'וועל רעדן מיט @אפטעמיסט ער זאל עס ערלעדיגן נעקסטע מאל ער פארט צו טשיינע.

רויטע וואנצעס » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:25 pm

· #187003
טיטאניק
איך גיי מיר פארשטעלען ווי א ערליכע היימישע פרוי


טיטאניק מיינט ער איז נאך אויפן טיטאניק. אזוי האבן די מענער דארט געטוהן.

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:38 am

· #187106
אין ארץ ישראל האבען די רעבעס (דזיקוב, וואס האלב פון די וויזניצע משפחה האט געדינט אין מיליטער ואכהמ"ל) זיך ציווילדעוועט און געשריגען אז מען טאר נישט לאזען די קינדער זיך פארשטעלען פאר חיילי צה"ל ווייל מען ווייזט זיי שטיצע מיט דעם פארשטעלאכץ
לויט דעם האלט איך ביים ארויסגעבען א ערנסטע איסור זיך צי פארשטעלען אין ניו יארק אויף "רבנים ואדמורים" ווייל לדעתי זענען זיי אסאך מער געפארפיל פאר כלל ישראל ווי לפיד מיט זיין מיליטער אינאיינעם
לפיד וועט למעשה קיינמאל נישט מצליח זיין, ווייל ווער עס וויל גיין אין צהל וועט מילא גיין און ווער נישט נישט אבער די אדמורים ורבנים דאהי זענען אסאך מער מצליח ליידער און די פאקטישע חרבונות זענען סאך גערסער און ערגער

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:39 am

· #187107
איך גיי מיר פארשטעלען מיט די קליידער וואס די זיידעס פון רוב רבנים זענען געגאנגען געקליידעט פארען קריג
און מיין ווייב אזוי ווי זייערע מאמעס און באבעס האבען זיך געקליידעט ביז 50 יאר ציריק
איך מיין אז איך וועל זיין די הייסטע קאפעל אין ניו יארק!!!!!

Ben-Shishim » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:04 pm

· #187181
איך גיי מיך פארשטעלען פאר העלללללבראנדס
עם איי פאטינג מיי לייף עט דענזשער?

למדן » זונטאג מערץ 2, 2014 6:24 pm

· #187929
טיטאניק
איך גיי מיר פארשטעלען מיט די קליידער וואס די זיידעס פון רוב רבנים זענען געגאנגען געקליידעט פארען קריג
און מיין ווייב אזוי ווי זייערע מאמעס און באבעס האבען זיך געקליידעט ביז 50 יאר ציריק
איך מיין אז איך וועל זיין די הייסטע קאפעל אין ניו יארק!!!!!

מילא דיין ווייב, אבער דו ביזט אויך הייס??

מנשה לוסטיג » זונטאג מערץ 2, 2014 6:47 pm

· #187933
טיטאניק
איך גיי מיר פארשטעלען מיט די קליידער וואס די זיידעס פון רוב רבנים זענען געגאנגען געקליידעט פארען קריג
און מיין ווייב אזוי ווי זייערע מאמעס און באבעס האבען זיך געקליידעט ביז 50 יאר ציריק
איך מיין אז איך וועל זיין די הייסטע קאפעל אין ניו יארק!!!!!

איך וויל אויך זיך פארשטעלן ענדליך, דהיינו ווי יודען זענען געווען אנגעטון אין יענע יארן, נאר מיטן געלע לאטע אויך דערויף! דהיינו, איך בין שטאלץ צוזיין א דזשודע

טיטאניק » זונטאג מערץ 2, 2014 7:11 pm

· #187941
מנשה לוסטיג
טיטאניק
איך גיי מיר פארשטעלען מיט די קליידער וואס די זיידעס פון רוב רבנים זענען געגאנגען געקליידעט פארען קריג
און מיין ווייב אזוי ווי זייערע מאמעס און באבעס האבען זיך געקליידעט ביז 50 יאר ציריק
איך מיין אז איך וועל זיין די הייסטע קאפעל אין ניו יארק!!!!!

איך וויל אויך זיך פארשטעלן ענדליך, דהיינו ווי יודען זענען געווען אנגעטון אין יענע יארן, נאר מיטן געלע לאטע אויך דערויף! דהיינו, איך בין שטאלץ צוזיין א דזשודע

מנשה דאס איז א גיטס!
גיטע רעיון