☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מהר"א מסאטמאר צו בני ישיבה אין א"י: קומט קיין אמעריקע!

מהר"א מסאטמאר צו בני ישיבה אין א"י: קומט קיין אמעריקע!

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5961

יאיר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:15 pm

· #186723
מהר"א מסאטמאר צו בני ישיבה אין א"י: קומט קיין אמעריקע!
עס איז וואויל באקאנט פאר דעם היימישן ציבור די געוואלדיגע אויפטואונגען פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר, דער באקאנטער עמוד האש ההולך לפני המחנה, וועלכער איז שוין צענדליגער יארן דער פארטרעטער פון דער גלאבאלער חסידישער אידנטום איבער דער גארער וועלט, און האט באוויזן אריינצוברענגען צענדליגער רעוואלוציאנערישע חידושים אין דעם שדה הכשרות און עולם ההלכה. דער רבי שליט"א איז באקאנט אלס איינער וואס שרעקט זיך נישט פון גארנישט, און זאגט דעם אמת'ן דעת תורה נישט קיין חילוק ווי נאריש אדער קינדעריש עס איז. ער ווייסט גאנץ גוט אז די ציונים ווילן אים אסאסינירן צוליב זיינע כסדר'דיגע דרשות קעגן נתניהו, צו זאל דאס זיין אין קרית יואל'ער ישיבה צו ביים אלוועלטליכן כ"א כסלו דינער, אדער צווישן די שפאלטן פון זיין בארימטער צייטונג וואס פארטרעט אלע אומאפהענגיגע אלוועלטליכע גלאבאלע שיכטן און קרייזן, אבער דער רבי שליט"א איז גרייט אויף מסירת נפש ממש. גייענדיג אין די דרכים פון זיין הייליגן פעטער, וועלכער האט, פונקט ווי אים, אפגעראטעוועט דעם גאנצן חוץ לארץ'דיגן אידנטום, גייט ער אין זיינע טריט, און ראטעוועט כסדר גאנץ כלל ישראל וואו ער שטייט און וואו ער גייט.

יעצט, ביי דעם בארימטן אפקלינגענדיגן וויזיט אין ארצינו הקדושה, האט דער רשכבה"ג ווידעראמאל זיך געלאזט הערן מיט זיינע זאפטיגע דיבורים. דאס מאל איבער דעם ענין פון גיוס בני ישיבה. אלס דער פארטרעטער פון דער אומאפהענגיגער כלל ישראל, האט שוין דער רבי פארפירט צענדליגער מאל איבער דער שרעקליכער גזירה, שטייענדיג אין נאנטע פארבינדונג מיט די העכסטע דיפלאמאטן אינערהאלב דעם אומאפהענגיגן אידנטום, ווי למשל ר' שמואל ווידער און ר' נפתלי משה אינדיג, האלט ער כסדר מיט די פארשריט. די בני בית גיבן איבער אז ער ער איז אויפ'ן טעלעפאן מיט די העכסטראנגיגע מדינת ישראל מיניסטארן כמעט יעדע נאכט, און ער שוינט נישט קיין שארפע אטאקעס אויף זייער חשבון. "איך האב נישט קיין פחד פון דיר און נישט פון דיין גוי'אישע שנור!" האט ער זיך געזאלט האבן געאייסערט צו פריים מיניסטער נתניהו.

על כל פנים, אין דעם יעצטיגן דרשה האט זיך דער רבי שליט"א באוויזן נישט בלויז מיט זיין גרויסע עמוד האש פון קנאות, נאר אויך מיט זיין געוואלדיגע זקן מלא רחמים זייט וואס ער האט ביי זיך, אין צוגאב צו די געוואלדיגע חכמה וואס איז געלעגן אין זיינע ווערטער, וואס גרויסע פראפעסיאנעלן האבן זיך נישט געקענט אפוואונדערן וואו דער רבי שליט"א איז אויפגעקומען מיט א לעזונג צו א פראבלעם וואס מען מוטשעט זיך שוין לאנגע יארן און די גרעסטע קארפן קעפ קענען דאס נישט אנטשינדן. מיט די גרויס חכמה וואס ער האט גע'ירש'נט פון זיין הייליגן פעטער, האט ער ארויסגעשטעלט א וואונדערליכע עצה צו דעם פראבלעם:

"אויב איר דארפט זיך ראטעווען," האט דער רבי געזאגט בשעת א געהויבענע קדושה איז אויסגעגאסן אויף זיין פנים, "וועלן מיר אייך מקבל פנים זיין אין אמעריקע מיט אפענע הענט! מיר וועלן זארגן פאר אלע אייערע געברויכן! איר זענט נישט אליין!"

דא האט זיך דער מייק בטעות אפגעהאקט (מען איז חושד אז דאס איז געווען אונטערגעשטעלט פון דעם אנדערן אומאפהענגיגן אידנטום וד"ל) אבער דער קאווע שטיבל קארעספאנדענט איז געשטאנען נעבן דעם רבי'ן און ער האט זוכה געווען צו הערן די קומענדיגע דברים חוצבים להבות אש:

"מיר וועלן אייך צושטעלן ריזיגע קוואנטומען פון פודסטעמפס! מיר וועלן אייך געבן מיליאנען דאלארן אין סעקשאן אכט געלט! מיר וועלן אייך געבן לאנטש פראגראמען פאר אייערע מוסדות! מיר וועלן זיך אויסליידיגן די טאשן פאר אייערטוועגן!"

דא האט זיך דער רבי צופלאמט מיט א זעלטענע אש קודש און ס'איז געווען ניכר אז ער קאכט און ברענט און איז גרייט צו גיין אין פייער אבי ארויסצוהעלפן די הייליגע בני ישיבה וואס עס לויערט אויף זיי דעם שרעקליכן געפאר פון גיוס:

"מיר וועלן ערלעדיגן פאר אייך נאך א שערי חמלה! מיר וועלן אייך צושטעלן הונדערטער קראנקע קינדער! מיר וועלן אייך געבן א סקול דיסטריקט! עס וועט אריינפליסן מיליאנען אין אייערע קעשענע! אלעס פאר די הייליגע בני תורה!"

(דא האט דער רבי געגעבן אזא ווינק מיט די אויג, און די זקני החסידים האבן דאס אויסגעטייטשט אז דאס איז מרמז צו דעם פסוק "חלק כחלק יאכלו" על דרך סוד, וכבוד אלקים הסתר דבר).

ווען עס איז געקומען צו דעם פונקט איז שוין דער רבי געווען אויסגעשעפט, און מיט די לעצטע כוחות האט ער זיך אויפגעריסן די ערשטע דריי קנעפלעך פון זיין הייליג העמד און ארויסגעלאזט א לייבנס געשריי:

"שיסט!!!!"

העלא » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:18 pm

· #186727
כדי נישט צו זיין אין כלל פון השומע זילותא דרבנן ושותק,
בין איך מוחה בכל תוקף ועוז,
אויף די פה הידוע לשמצה "יאיר" וואס רעדט אזוי מוז און אזוינע שקר גס, אויף איינע פון די גרעסטע "רבנים ועמודי הוראה" בדורינו

הוי זהיר בגחלתן

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:21 pm

· #186729
יאיר
"איך האב נישט קיין פחד פון דיר און נישט פון דיין גוי'אישע שנור!" האט ער זיך געזאלט האבן געאייסערט צו פריים מיניסטער נתניהו.

שקר, ער האט גערעדט זייער רעספקטעפול צו ביבי. און בכלל נישט דערמאנט זיין שנור.

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:33 pm

· #186734
יאיר כשמך כן האסט אינז באלאכטען די פארטינקעלטע לאגע מיטען ברענגען פאר אינז די הייליגע דיבורים

ניחמתו יאיר ניחמתנו

א גיט שטיקל ארבעט פאסט פאר דעם בשם אומרה און פאר די חודש ווי מיר האלטען יעצט

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:00 pm

· #186740
די מדינה האט זיך דערוואוסט דערפון, און מיט געמיינע רשעות געמאלדן אז זיי וועלן נישט ארויסלאזן פון די מדינה די אלע בחורים אין די עידזש פון גיוס!

"ישראל" כשהן יורדין.....

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:10 pm

· #186742
ס'הייסט אז יאסעל וואלדמאן האט דאס מסדר געווען ווען זיין היט איז געשטאנען שיעף

elter-zeide » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:16 pm

· #186745
העלא
כדי נישט צו זיין אין כלל פון השומע זילותא דרבנן ושותק,
בין איך מוחה בכל תוקף ועוז,
אויף די פה הידוע לשמצה "יאיר" וואס רעדט אזוי מוז און אזוינע שקר גס, אויף איינע פון די גרעסטע "רבנים ועמודי הוראה" בדורינו

הוי זהיר בגחלתן

נאך א פאשקוויל פון דע לעצטע 35 יאר, מ'טרעט דערויף אין מ'גייט ווייטער,

בנימין נתניהו » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:02 pm

· #186754
אני יכול לאשר שכבוד הרב נמצא אתי בקשר על בסיס יומיומי.
אני יודע להעריך האדמו"ר מסטמר ומפחד ממנו פחד מוות. הרב ואני מתכסים עצה איך לרדת מהעץ ולבטל חוק הגיוס האנטישמי הזאתי, ואני מודה לאל שנתן עולמו לשומרים.
נכון לציין, שרייעתו של הרב, הרבנית סושה, הינה אזרח ישראלית ודוברת עברית שוטפת.

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:33 pm

· #186763
הה"ד, יאיר מבין פתאים.

יאיר » מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:32 am

· #186776
שמעקעדיג
די מדינה האט זיך דערוואוסט דערפון, און מיט געמיינע רשעות געמאלדן אז זיי וועלן נישט ארויסלאזן פון די מדינה די אלע בחורים אין די עידזש פון גיוס!

"ישראל" כשהן יורדין.....

זיי זענען דאך מקיים די הלכה פסוקה, הכל מעלין לארץ ישראל ואין הכל יורדין.

יאיר » מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:34 am

· #186778
דער (פינטעל) איד
יאיר
"איך האב נישט קיין פחד פון דיר און נישט פון דיין גוי'אישע שנור!" האט ער זיך געזאלט האבן געאייסערט צו פריים מיניסטער נתניהו.

שקר, ער האט גערעדט זייער רעספקטעפול צו ביבי. און בכלל נישט דערמאנט זיין שנור.

דאס איז געווען אין אנהויב, ווען דער רבי שליט"א האט פרובירט צו רעדן מיט שיינעם. ווען ער האט געזען אז עס גייט נישט איז ער געגאנגען מיט'ן בייזן. ווען ער האט געזען אז דאס גייט אויך נישט אז ער געגאנגען נאך בייזער. ווען דאס האט אויך נישט געארבעט איז ער געגאנגען מער און מער בייזער ביז עס האלט ביי דעם איצטיגן מצב.

יאיר » מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:35 am

· #186779
העלא
כדי נישט צו זיין אין כלל פון השומע זילותא דרבנן ושותק,
בין איך מוחה בכל תוקף ועוז,
אויף די פה הידוע לשמצה "יאיר" וואס רעדט אזוי מוז און אזוינע שקר גס, אויף איינע פון די גרעסטע "רבנים ועמודי הוראה" בדורינו

הוי זהיר בגחלתן

וועלכער חלק איז א שקר גס? אז דער גרעסטער רב און עמוד הוראה בדורינו איז דער עמוד האש ההולך לפני המחנה? דאס איז דאך נישט מער ווי פאסיג.

העלא » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:25 am

· #186791
ער האט קיינמאל אזעלכע ווערטער נישט געזאגט,
יעדער איז מכובד צו קאלן "קול סאטמאר"
212-444-9899
און דריקן 44 און אויסהערן אלע דרשות אין ארץ ישראל די וואך
און זיך איבערצייגן אז ער האט קיינמאל אזעלכע ווערטער נישט געזאגט,

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:28 pm

· #186886
העלא
ער האט קיינמאל אזעלכע ווערטער נישט געזאגט,
יעדער איז מכובד צו קאלן "קול סאטמאר"
212-444-9899
און דריקן 44 און אויסהערן אלע דרשות אין ארץ ישראל די וואך
און זיך איבערצייגן אז ער האט קיינמאל אזעלכע ווערטער נישט געזאגט,

אוי פורים פורים פורים לנו ברוך אשר יאיר בנו שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה
יאיר יעצט ברענג א דרשה פון דער בעלזער רב
און די בעלזע וועלען דא ברענגען מיט א ערנסקייט די נאמבער פון קול בעלז

מ גפני » מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:24 pm

· #186910
יאיר
ווען עס איז געקומען צו דעם פונקט איז שוין דער רבי געווען אויסגעשעפט, און מיט די לעצטע כוחות האט ער זיך אויפגעריסן די ערשטע דריי קנעפלעך פון זיין הייליג העמד און ארויסגעלאזט א לייבנס געשריי:

"שיסט!!!!"

און דאס האבן די זקני בחורי החסידים אויסגעטייטשט אז דא מיינט דער רבי מרמז צו זיין די בילדער פאר בחצרות, זיי האבן פארשטאנען אויף'ן ווינק און מ'האט אנגעהויבן צו "שיסן" בילדער

שעפעלע » מיטוואך פעברואר 26, 2014 4:06 pm

· #186918
העלא
כדי נישט צו זיין אין כלל פון השומע זילותא דרבנן ושותק,
בין איך מוחה בכל תוקף ועוז,
אויף די פה הידוע לשמצה "יאיר" וואס רעדט אזוי מוז און אזוינע שקר גס, אויף איינע פון די גרעסטע "רבנים ועמודי הוראה" בדורינו

הוי זהיר בגחלתן


אפשר שמא קא גרים און אונזער בעקער "יאיר" פארמאגט די זעלבע תכונות הנפש ווי דער שונא ישראל "יאיר" לפיד מיט זיין ליצנות על כל הקדוש

שעפעלע » מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:15 pm

· #186939
דערווייל זענען די בעלזער די וואס רעדן פון מופן קיין אויסלאנד פאלגנד איז די קעפל פונעם מחנה החרדי וואס גייט ערשיינען מארגן (דאנערשטאג פקודי) אין א"י


478it3df__w579h765q70.jpg

גורן האט''ד » מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:57 pm

· #186954
מען בעהט דער עולם חתמ'נען א פעטישין <a class="postlink" href="http://religiousfreedominisrael.com/#">http://religiousfreedominisrael.com/#</a>

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:07 pm

· #186958
איך בין נייגעריג, איינער טראכט אז אזא פלאן איז רעאליסטיש? קען זיך אויסארבעטן אז צענדליגער טויזענטער עלטערן זאלן פארשיקן זייער בחור'ל פאר יארן לאנג אין דער פרעמד? די בחורים זאלן מסכים זיין זיך אפצושיידן פון די משפחה פאר יארן יארן, און מקיים זיין 'לך לך מארצך, ממולדתך, מבית אביך, אל הארץ אשר אראך'? און אויב יא וועלן זיי זיצן דא על התורה ועל העבודה, אדער...??? (איך פארשטיי אז מהר"א וועט "קעהר נעמען" פון זיי, אבער עכ"ז...)

און דאס איז שוין אויב מדינת ישראל וועט דאס צולאזן.

און לו יהא אז יא; וואס וועט מען פארדינען פון דעם אלעם? אחרי ככלות הכל ווען די בחורים וועלן זיך צוריקקערן לארץ מושבם, וועט דען אלעס אדורכגיין גלאטיג? אדער וועלן די מדינת ישראל חברה אויסטיילן כדרכם ציפקע-צרות פאר די באטרעפענדע יעדע מאל וואס זיי גייען אדורך דעם גרעניץ?

גאלד » מיטוואך פעברואר 26, 2014 6:42 pm

· #186977
כאב געהערט פון איינער וואס פארשטייט צו די ענינים, א אונטערסאנטע אבזערוואציע,
ער טענה'ט אז די אלע סטראשערייען, פון מ'גייט און תפיסה מ'וועל מיר אנטלויפן קיין חוץ לארץ, וכדומה, איז א סייקעלאדשיקל תחבולה, צו אויסאיבן דריק אויף די רעגירונג זיך צו ברעכן, און אפלאזן די גאנצע גיוס פלאן,
די חשבון איז אזוי,
נאך אלעם האלט זיך דער מדינה אלס דער "אידישער" לאנד,
זעלבסטפארשטענדליך, מיר חרדים שרייען חי וקיים אז מיר זענען די ריכטיגע אידן, און איר זענט מועלים,
יעצט, אפי' מ'ארבעט צוזאמען מיט די חילונים אין כנסת וכדומה (חוץ די קנאים) איז פארט א דבר פשוט אז דער אחדות איז נאר ביז א געוויסער פונקט,
אפי' דער מאדערנסטע שותומ"צ האט א געוויסער פונקט ווי ער זאגט עד כאן,
דער חילוק איז פשוט ווי א ער מאלט דער שטריך, דער קנאי מאלט דער שטריך ביים כותל אין בחירות, דער אגודה אביסעל ווייטער וכדומה,
אבער יעדער האלט פה אחד אז "יהודי לא ציוני"
אשר ע"כ ווילן די ארטאקסישע אידן שיקן א מעסעדש פאר זייער קאנטער חילונים, "מיר מאלן דא דעם שטריך"
דא כאפט עס די נפק"מ צווישן מיר ארטאקסן און אייך חילונים,
מ'זעמיר גרייט אויף אלעם אין די וועלט נישט דאס צו אריבערקרויזן,
האלטן די חרדים, אז ס'פשוט נישט מעגליך אז דער לאנד וואס האלט זיך אפציעל און זייער שטאלץ איז אז זיי זענען דער "אידישער" לאנד זאל זיך קעגנשטעלן קעגן אייגענע בירגער וואס שרייען חי וקיים אז מיר רעגליעזע אידן זענען די ריכטיגע "אידן",

ונזכה ונחי'
עצו עצה ותופר,

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 26, 2014 7:49 pm

· #186988
אה! ממש אתחלתא דגאולה! די פאראזיטן וועלן אפלאזן אונזער הייליגע מדינה, ענדליך וועט די מדינה קענען זיין א געהעריגע דעמאקראטישע מדינה וואס געבט נישט קיין פראטעקציע פאר אפאר פרומע עקסטרימיסטן וואס האלטן נישט ביים ארבעטן, נאר ווייל זיי מאכן אביסל גערודער און שרייען נאצי'ס ווען מ'טשעפעט זיי, אדער ווייל זיי האבן א שטיקל בלאק וואוט און מ'דארף זיי צו פארמירן א קאאליציע. פארט טאקע אוועק פון ארץ ישראל, אבער ביטע, קיין ניו יארק קומט נישט, מיר ברויכן אייך נישט האבן, ס'דא גענוג ארבעטסלאזע אן אייך אויך.

יאיר » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:41 pm

· #187012
העלא
ער האט קיינמאל אזעלכע ווערטער נישט געזאגט,
יעדער איז מכובד צו קאלן "קול סאטמאר"
212-444-9899
און דריקן 44 און אויסהערן אלע דרשות אין ארץ ישראל די וואך
און זיך איבערצייגן אז ער האט קיינמאל אזעלכע ווערטער נישט געזאגט,

אין דעם לינק פון בחדרי וואס כ'האב צוגעצייכנט אויבן שטייט אז ער האט געזאגט די ווערטער (דהיינו, ביז דער מייק האט זיך אפגעהאקט) ביי א לחיים טיש אויפ'ן ציון פון רבי עקיבא אין טבריה. כ'האב געקאלט קול סאטמאר און זיי האבן עס נאכנישט אויפ'ן ליין. אדרבה, אפשר פרובירסטו פועל'ן ביי די הויכראנגיקע עסקנים מ'זאל עס ארויפשטעלן. אבער איך בלעים זיי נישט אויב זיי זאגן דיר אפ.
זייענדיג שוין אויפ'ן האט ליין האב איך אויסגעהערט א חלק פון די דרשה ביים אבן הפינה אין בני ברק, וואו ער האט געזאגט גאנץ ענליכע געדאנקען. צווישן זיינע פערלווערטער האט ער געזאגט אז גיוס בני ישבה איז א גזירת גירוש, ווייל מ'גייט מוזן אוועקפארן פון ארץ ישראל. לויט אים האט דאס שוין זיין פעטער אים געזאגט אין א "פריוואטער שמועס" מיט פופציג יאר פריער, אז צוליב גיוס בני ישיבה וועט מען איין טאג מוזן זיך אוועקציען פון א"י. דערנאך האט ער צוריקגעצויגן און געזאגט אז ס'איז א גזירת שמד וואס איז יהרג ואל יעבור, ער האט דערביי געפרעגט די בחורים אויב זיי זענען זיך גרייט צו לאזן הרג'ענען. צווישן אנדערן האט ער פארגליכן דעם גזירת גיוס צו די קרייצציגלער און די אינקוויזיציע. עס וואלט געווען א מצוה רבה אויב איינער קען ברענגען א העתקה פון דעם דרשה.

elter-zeide » מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:08 pm

· #187019
כאב געהערט דערציילען ווען דער "תולדות אהרן" רבי (רבי אברהם יצחק זצ"ל) האט געפרעגט דעם רבי'ן זי"ע? ווי לאנג מעג מען וויונען אין א"י? ווען מיז מען זיך אוועק ציען פון דארט קיין חו"ל? האט דער רבי געאנווארט, ווען זיי וועלען ריפון דע בחורים אין מיליטער, דאס איז געווען בערך מיט 45 יאר צירוק,

לאליפאפ » מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:16 pm

· #187025
@יאיר

Mouth watering.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:45 pm

· #187054
געפילטע פיש
אה! ממש אתחלתא דגאולה! די פאראזיטן וועלן אפלאזן אונזער הייליגע מדינה, ענדליך וועט די מדינה קענען זיין א געהעריגע דעמאקראטישע מדינה וואס געבט נישט קיין פראטעקציע פאר אפאר פרומע עקסטרימיסטן וואס האלטן נישט ביים ארבעטן, נאר ווייל זיי מאכן אביסל גערודער און שרייען נאצי'ס ווען מ'טשעפעט זיי, אדער ווייל זיי האבן א שטיקל בלאק וואוט און מ'דארף זיי צו פארמירן א קאאליציע. פארט טאקע אוועק פון ארץ ישראל, אבער ביטע, קיין ניו יארק קומט נישט, מיר ברויכן אייך נישט האבן, ס'דא גענוג ארבעטסלאזע אן אייך אויך.

קום אהער געפילטע. טוה אויס דיין גלעזער. און האאפ! א געזונטן פאטש. און נאכאיינס אויפן צווייטן זייט!

איך האף דאס וועט דיר אויסטשוכען!

איך האף דו מיינסט נישט וואס דו שרייבסט! צו עקסטרעם!! "אפאר פרומע עקסטרעמיסטן"? וזהו? זיי זאלן זיך אלע גיין פון ארץ ישראל? פארגעס נישט דא רעדט מען אויך פון בעלזא וואס טוען מעודד זיין צו ארבעטן, אויך גור שטעלט צו ארבעט פאר זייערע מענטשן, און דא רעדט מען אויך פון אויך ליטאים און ספרדים... די אלע זאלן זיך גיין? און מיט וועמען ווילסטו בלייבן דארט, מיט אלע כופרים ופושעים אן א קאפל און פיאות? מחללי שבת ובועלי נדות? און דאס רופסטו אתחלתא דגאולה.

ווייסט, נישט אלע פרומע אידן אין א"י זענען פאראזיטן און באנק קוועטשער. איך בין מקנא אסאך אידן דארט, זיי זענען בבחי' אשריך בעולם הזה וטוב לך לעוה"ב! איך זעה זייער דאווענען און איך פלאץ פאר קנאה! תלמידי חכמים וואס הארעווען אין לערנען בנגלה ונסתר גענוי ווי די פארצייטישע יקירי ירושלים! זיי ליגן אין העכערס! נישט אין גשמיות, פרעס, תאוות, טעכנאלאגיע.... זייער גאנץ לעבן איין שטיק עבודת ה'! איך בין ליידער נישט אין די מדריגה, אבער איך רעספעקטיר די אידן, זייער תמימות, זייער אמונה פשוטה, זייער שמחת החיים, זייער סיפוק אין לעבן, זייער הסתפקות במועט, און פיל מער.....

חכמים... הזהרו בדבריכם!!!!

יאיר » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:51 pm

· #187055
הייבט נישט קיין הענט, רבותי. דא איז נישט קרית יואל.

געפילטע פיש » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:52 pm

· #187576
@שמעקעדיג, קודם כל וויאזוי ווייסטו אז איך האב בכלל גלעזער? גילוי?

אבער דו פרעגסט מיט וועם כ'וועל בלייבן? מיט טויזענטער אידן יראים ושלמים, בחורים וואס זענען זיך ממית באהלו של תורה, און גלייכצייטיג זיך ממית במלוא מובן המילה צו היטן אונזער הייליג לאנד פון די וואס ווילן איר אונטערברענגען (מבית ומבחוץ). די מסירת נפש בחורים וואס זייער פלייסיקייט אין לערנען פאקט איין די חסידישע ישיבות, גלייב מיר כ'קען ביידע פון דער נאנט, בחורים וואס שטעלן זיך איין דאס לעבן און גייען אין די "קרבי" יחידות (combat units) ווייל דארט איז דא ווייניגער נסיונות, על אף וואס דארט איז דא גרעסערע שאנסן אהיימצוקומען אין א ארון. עלטערן וואס שיקן זייערע קינדער אין ישיבות הסדר, וויסענדיג יעדע מאל אז דאס קען זיין די לעצטע מאל זיי זעען דאס קינד, אבער זיי טוען עס בשמחה ווייל זיי ווייסן אז דאס איז זייער הייליג פליכט, און זיך נישט ארויסדרייען פון דינען אינעם מיליטער מיט יעדעם צוגלייך. דאס אז דו זאגסט אז טייל פון די פרומע וואס זענען קעגן גיוס זענען נארמאלע מענטשען וואס גייען ארבעטן, דאס מאכט נאר די קושיה גרעסער. מילא די קיצונים, וואס ווילן נישט דינען ווייל זיי זענען קעגן די מדינה, אדער ווייל ס'איז ביטול טעירע, לפחות אין זייער פארקרומטע קעפ קענען זיי מצדיק זיין פארוואס זיי לאזן אנדערע זיי אפהיטן און זיי לייגן נישט קיין פינגער אין קאלט וואסער, אבער די וואס זעען נישט קיין פראבלעם מיטן מדינה לכשעצמה, וואס פון זייערע קהילות איז געווען נארמאל פאר דרייסיג יאר צוריק צו דינען אין מיליטער, וואס ארבעטן און זיין א נארמאלע פראדוקטיווע מענטש איז נישט קיין סתירה צו ביטול טעירע ביי זיי, אויף זיי איז די קושיא גאר גרויס, ווער געבט דיר די רעכט נישט צו גיין אין מיליטער? ווען ס'קומט צו נעמען ביסטו דא, דו האלטסט זיך שטאלץ מיט צה"ל, מיט שב"כ, מיט די אויפטוענגען אין מיליטער, טעכנאלאגיע, די בעסטע טייסים אין די וועלט, די בעסטע קאמאנדא, search and rescue, אבער ווען ס'קומט צו לייגן א פינגער אין קאלט וואסער ווערסטו פלוצים אן אותו מקום? דאס מיינט א פאראזיט. און די מדינה קען שטיין זייער שיין אן א בעלזע בית המקדש אויך.

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:53 pm

· #187592
שמעקעדיג
איך בין נייגעריג, איינער טראכט אז אזא פלאן איז רעאליסטיש? קען זיך אויסארבעטן אז צענדליגער טויזענטער עלטערן זאלן פארשיקן זייער בחור'ל פאר יארן לאנג אין דער פרעמד? די בחורים זאלן מסכים זיין זיך אפצושיידן פון די משפחה פאר יארן יארן, און מקיים זיין 'לך לך מארצך, ממולדתך, מבית אביך, אל הארץ אשר אראך'? און אויב יא וועלן זיי זיצן דא על התורה ועל העבודה, אדער...??? (איך פארשטיי אז מהר"א וועט "קעהר נעמען" פון זיי, אבער עכ"ז...)

און דאס איז שוין אויב מדינת ישראל וועט דאס צולאזן.

און לו יהא אז יא; וואס וועט מען פארדינען פון דעם אלעם? אחרי ככלות הכל ווען די בחורים וועלן זיך צוריקקערן לארץ מושבם, וועט דען אלעס אדורכגיין גלאטיג? אדער וועלן די מדינת ישראל חברה אויסטיילן כדרכם ציפקע-צרות פאר די באטרעפענדע יעדע מאל וואס זיי גייען אדורך דעם גרעניץ?

פארוואס נישט? מ'דארף זיך נישט געזעגענען פון די משפחה! איך האלט אז די אראבישע שכנים וועלן זייער הערצליך אויפנעמען די בחורים וואס אנטלויפן פון מדינת ישראל כדי נישט צו זיין אין די מילטער!
מ'קען אין דריי פיר חדשים אויפבויען אין לבנון/סיריע/מצרים וכדומה מעכטיגע בנינים פאר די בערך 15,000 חרדישע בחורים וואס ווילן נישט דינען אין מיליטער. די עלטערן וועלן קענען באזוכן די קינדער ווען אימער. און אויב מדינת ישראל לאזט זיי נישט צוריק וועלן זיי חתונה האבן דארט און בויען אידישע שטעטלעך.

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 1, 2014 11:56 pm

· #187688
קאווע טרינקער: דו זאגסט זייער גוט. אלץ גוט. ביז'ן חתונה האבן. מיט וועים וועלן די 15,000 בחורים פליטי הגיוס חתונה האבן, מיט די אראבקעס?! לב טהור איז א קליינע קולט. אפילו דו זאלסט אויסליידיגן די קינדערגארטן ביי זיי וועסטו נישט אנקומען ווייט. 🙄 😕 😎 😂 🙂 😉 😠 😛 😳 😢 😮

יאיר » זונטאג מערץ 2, 2014 11:43 pm

· #187998
הערט זיך צו ווי עס גיסט זיך פערל און דיאמאנטן פון רבינו שליט"א מיט זיין זיסע שטימע און איידעלע באנעמונג, און זיינע ווערטער ווערן דערהערט "מדן ועד באר שבע, פון איין עק ועלט ביזן צווייטן" (צ"ל: פון פענע צום בלאט, פון איי וועלט ביז קאווע שטיבל).
אגב, ווער עס מאכן א תמצית פון די דרשה און ארויסברענגען די הערליכע נקודות אויף פלעין אידיש וועל איך דאנקבאר זיין.