☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » רבנים רייך ווי קורח מיט ריעל עסטעיט און מעלאנעס אין באנק

רבנים רייך ווי קורח מיט ריעל עסטעיט און מעלאנעס אין באנק

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5956

קרעקער » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:21 am

· #186388
רבנים רייך ווי קורח מיט ריעל עסטעיט און מעלאנעס אין באנק
אין א אנדערע אשכול האב איך ארויסגעברענגט א פוינט אז דע רבנים זענען עשירים וואס פאשטייען נישט דעם פשוטען יונגעמאן וואס ארבעט ביטער שווער צו קענען באצאלען די טייערע רענט פאר א פיצעלע לעכעל וואס גייט אין טאש פון דע זעלבע רבנים לענדלארס.. און זיי גייען אינז קומען איינטיילען וואסערע וועש אינדזערע פרויען זאלען גיין אנגעטון און אנדערע תקנות און חרמות
וויל איך עפענען א אשכול וואס זאל זיין די פארבס ליסטע פון גרעסטע עשירים רבנים צו באשרייבען די רבנים מיליאנערען (נאר היימישע) און אויסרעכענען זייער ריעל עסטעיט =בענק אקאונטס =טייערע קארס =ווילעס אין מיאמי =אנדערע לוקסוס און פארשווענדערישע זאכען ווי זיי לעבען

כהאב דערמאנט 3 רבנים
גריבוב רבי האט ריעל עסטעיט אין ב"פ אין ווערט פון צענליגע מיליאנען, ווער ווייסט וויפעל איז דע טשעק וואס ער פיקט אויף יעדע חודש פון דוען ריעד פארמאסי? און ער איז מקפיד אליינס צו גיין אויפיקען די רענט פון אלע טענענטס סיי ווייל ער האט נישט בעסערס וואס צו טוהן מיטען טאג און סיי אלס מצוה בו יותר משלוחו, ער מיט אלע קינדער און קלמן זענען פארזיכערט מיט פרנסה פאר עטליסט 100 יאהר

ר' יעקל האראוויץ פאר דע וואס ווייסען האט ריעל עסטעיט אין ב"פ און אין גאנץ בראקלין, ער קויפט מיט אינוועסטערס ריזען פראפעטיס און כאטשיג ער איז א רב גייט ער אליינטס אראפ קוקען די בילדינגס פארען קויפען, ביי עם אין ישיבה האט מען נישט געצאלט די מגי"ש 7 חדשים כאטשיג ער האט מיליאנען אין באנק, מיט אפאהר יאהר ציריק ווען ער האט פארקויפט א בילדינג פאר ראחמעסטריווקא האט ער נישט געוואלט זיי זאלען וויסען אז ער איז די באלבוס ווייל ער האט געבעטען א געשוואלענע פרייז ער האט זיך געשעמט, זיי האבען צים סוף אויסגעפינען אז ער איז דער שגץ און זיי האבען עם אריינגעלייגט א גרויסען עד אין צייטינג א שכוח, ער האט זיך געשעמט צו ארויסגיין אין גאס פאר אפאהר וואכען

ר' בנציון שטראסער וואס גייט רעדען ווייל זיין ברידער דער טיפש געט 50000$ פאר די אסיפה האט דעם גרעסטע הויז אין ב"פ וכו

בורשטינער רבי האט די צווייטע גרעסטע הויז אין שטאט, די קיטשען אליינטס האט געקאסט אכציג אלפים!!!!, אלעס פון געשנארעטע געלט פין אינז שוטים

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:57 am

· #186391
רבנים זענען בארעכטיגט צו זיין רייך. נקודה.
טענות אויף רבי'ס וואס שנארן פאר א מלכות'דיגע קיך איז א צווייטע נושא, אבער וואס איז הרב שטראסער שולדיג אז זיין ברודער איז א זבולון? האט ער אמאל גענומען געלט ביי איינעם?

דער גריבוב'ער, וועמען שטייט ער אין וועג? איז עס זיין שולד אז איינע פון זיינע 18 קינדער לעבט אויף עסקנות און שטאט-איבערדרייעריי?

בד"וו, פון וועלכע רב הורוויץ רעדט מען דא, דער וואס זיין ווייב דרייווט?

הוגה » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:13 am

· #186394
יא, עס איז נישט ריכטיג צו בארעדן רבנים נאר ווייל זיי האבן געלט און ביזנעס. עס איז די לאנד פון אפערטוניטי פאר יעדעם. דאס אז א גרויסע טייל רבנים זענען איגנארענט צו די מצב פון די פשוטי עם און זיי פארשטייען בכלל נישט די געפילן און נסיונות וואס א איד וואס מוטשעט זיך על המחיה ועל הכלכלה איז א ריכטיגע נקודה. וואס פארשטייען זיי צו א יונגערמאן וואס מוטשעט זיך מן הבקר עד הערב און מיט דעם אלעם האט ער אסאך מאל נישט קיין דאלער אין טאש? און אויב פארשטייען זיי נישט, ווי האבן זיי א רעכט צו גוזר זיין גזירות. זייט גוזר גזירות אויף אייער'ס גלייכן.



.

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:18 am

· #186395
א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:27 am

· #186398
זה דעתך. ודעתי להיפך.

מאכן גרויסע געשעפטן - און אפילו פארן אויף וויקאציע - מיינט נישט "ליגן אין עולם הזה" ור' הערשל שרייבער יוכיח.

דריידל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:42 am

· #186400
עס איז נישט ריכטיג צו באשילדיגן אלע רבנים. עס זענען דא א שיינע פאר רבנים עשירים וואס פליען נישט אין הימל. דא האט עטץ א שטיקל ליסטע:
אדמו"ר מ'ליזענסק ב"פ
גאב"ד דמשק אליעזר וומ"ס
גאב"ד בראד וומ"ס

ווער עס ווייסט נאך איז מכובד צוצולייגן

דולה ומשקה » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:48 am

· #186404
קאווע טרינקער
בד"וו, פון וועלכע רב הורוויץ רעדט מען דא, דער וואס זיין ווייב דרייווט?


יא ער האט עס געמאכט צו דעם רשימה - אדמורי"ם בעלי עגלה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5388">viewtopic.php?f=24&t=5388</a><!-- l -->

אי איתמר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:55 am

· #186405
נולד מאוחר
א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

גשמיות תאות..???
דו האלסט נישט אז יעדע מענטש דארף זעהן/ארבעטען
צו האבען גענוג געלט? [וויפעל איז גענוג..?]
כוואונדער מיר אויב ס'איז בכלל געווען תאנאים ואמוראים וואס האבען נישט געארבעט,
(חוץ מיחידי סגולה כמבואר ברמב''ם)

רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:57 am

· #186406
ס'איז א גרויסע חילוק צווישן א רב וואס האט גרויס געלט פון ביזנעס אדער ירושה, צו א רב וואס פרעסט אויס די ארימע עולם, צו זעטיגן זיינע תאות.(אין נאמען פון די הייליגע מוסדות פארשטייט זיך)

גם כי אלך » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:13 am

· #186408
ווען א רב ארבעט נישט נאר זיצט אויפן ציבור, מאכט זיך חתונה פון טיי אווענטס וכו', שרייט מען, ליידיגייער גיי ארבעטן, טרעט אראפ פון די מענטשהייט.
ווען א רב ארבעט יא און איז גראדע מצליח צו שארן מעלאנעס, טומלט מען ווייטער, וואס פארשטייט ער צו די ליידן פון די פשוטע ארבעטער...

אבער ס'איז נישט ממש אזוי, די עכטע פראבלעם זענען די רבנים וואס האןב ריעל עסטעיט אין די היימישע געגנטער און רייסן אויס די טאשן פון ארעמע אידן ביי די רענט, דאס איז שוין א אמת'ע עולה און א פארברעך.

דולה ומשקה » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:16 am

· #186410
די רבנים מעגן ארבעטן זיי מעגן ווערן מיליאנערן, אבער איין זאך, אין דיין פריוואטע לעבן טוסטו וואס דו ווילסט, לאז יענעם אויך.
ווייל די האסט א מיאוסע פרוי אדער במשך די יארן איז איהר שיינקייט איז שוין א פארגאנגענהייט איז קיינער נישט שולדיק.

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:23 am

· #186412
דריידל
עס איז נישט ריכטיג צו באשילדיגן אלע רבנים. עס זענען דא א שיינע פאר רבנים עשירים וואס פליען נישט אין הימל. דא האט עטץ א שטיקל ליסטע:
אדמו"ר מ'ליזענסק ב"פ
גאב"ד דמשק אליעזר וומ"ס
גאב"ד בראד וומ"ס

ווער עס ווייסט נאך איז מכובד צוצולייגן

די עצם זאך אז די דריי פראסטע אידען ריפען זיך רבנים און זיצען אויבענאן דאס אליינס איז א עוולה
אבער היינט ווער איז בעסער
נאר פניה דור כפני הכלב
אין די אלטע היים (כלומר מיט 70 יאר פאר די קריג) זענען אלע רבנים געווען אידען וואס די אנשי העיר האבען אים מכתיר געווען אלץ רב און האט זיך נישט אליינס געקרוינט, און די אלע רבנים האבען געהאט הוראה און גיט געקאנט לערנען, זיי זענען נישט געפארען אויף "קור ערטער" נאר געזיצען ווי משה רבינו בשעתו און עוסק געווען מיטען "פירען די שטאט", פירען מיינט ענפערען שאלות מן הבוקר עד הערב, פירען דיני תורות, עוסק זיין אין שלום בית און אין חינוך, לעמוד בפרץ, פירען אלע צדקה חבורות אין שטאט, אט דאס האט געמיינט א רב
היינט א רב, לערנען? דאווענען? יראת שמים? ענפערען שאלות? פירען דיני תורות? טיען אין שלום בית? חינוך? וואט עי פ, ניקס גארנישט,
ער האט אפאר דאלער, (אדער זיין טאטע האט נאך געהאט) ער קרוינט זיך אלץ א רבי אדער רב, נישט קיין נפק"מ ביידע פאדערט גארנישט, ער נעמט אויף א דיין וואס פסקנט שאלות מן הבוקר עד הערב, ער נעמט אויף א מגיד שיעור, און ער פארט אויף וועיקעישאן זימער ווינטער, בייטאג איז מען ביזי מיט באקישע "ביקורים" אהין אין ציריק וויי רעטייערטע באבעס, איי וואס האסטי מיט דער סלאנימער רבי פון יאהאפעץ? ביינאכט מאכט מען א רייד מיט די קעדילעק און מען פארט טאנצען ווי קאטשקעס (נישט פענגווין חלילה) צי שמחות,
דערנאך מאכט מען זיכער אז די בילדער ווערען שיין געדעקט אין אלע צייטונגען (כבוד פון די זיידעס, לייען: גראביאנען פון די אלטע היים) און די עיקר אז מען האט נישט קיין צייט פאר קיין איין ציבראכענע יונגערמאן מיט זיינע פראבלעמען, ווייל דער רבי איז משוגע ביזי,

העי, פארגעסען! מען חתמעט אויף אלע קול קורא, אבער מען איז זיך "נוהג" נאר צי ליינען די אינטערשטע חלק פון דער קול קורא (ווער עס חתמ'עט, צי דער ברידער פעטער נעפיו) אבער די אויבערשטע חלק גייט זיי אן ווי די גאנצע תורה

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:25 am

· #186413
אי איתמר
נולד מאוחר
א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

גשמיות תאות..???
דו האלסט נישט אז יעדע מענטש דארף זעהן/ארבעטען
צו האבען גענוג געלט? [וויפעל איז גענוג..?]
כוואונדער מיר אויב ס'איז בכלל געווען תאנאים ואמוראים וואס האבען נישט געארבעט,
(חוץ מיחידי סגולה כמבואר ברמב''ם)

על פי דברי חז"ל דארף א איד זיין ביזי מיט צוויי זאכען "מיט לערנען תורה און איר היטען" און "עוסק זיין בישובו של עולם, אויפטאן פאר די וועלט דאס מיינט טיען געשעפטען"
רוב רייכע תנאים ואמוראים זענען געווען רייך בירושה אדער במתנה

signout » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:28 am

· #186415
אפשר זאל מען אויך מאכען א ליסט פין רבנים וואס האבען נישט קיין לכם לאכול אין מען שנאר פאר זייער טאג טעגליכע ברויט אין אפגערעדט פאר זייער קינדער חתונות (אפי' פין די וואס ארבייטן יא)

אי איתמר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:33 am

· #186416
טיטאניק
אי איתמר
נולד מאוחר
א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

גשמיות תאות..???
דו האלסט נישט אז יעדע מענטש דארף זעהן/ארבעטען
צו האבען גענוג געלט? [וויפעל איז גענוג..?]
כוואונדער מיר אויב ס'איז בכלל געווען תאנאים ואמוראים וואס האבען נישט געארבעט,
(חוץ מיחידי סגולה כמבואר ברמב''ם)

על פי דברי חז"ל דארף א איד זיין ביזי מיט צוויי זאכען "מיט לערנען תורה און איר היטען" און "עוסק זיין בישובו של עולם, אויפטאן פאר די וועלט דאס מיינט טיען געשעפטען"
רוב רייכע תנאים ואמוראים זענען געווען רייך בירושה אדער במתנה

מקור?
וואס איז דאס מתנה..?

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:51 am

· #186427
נולד מאוחר
א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

וואס פארשטייסטו נישט? די אלע רבנים וועלכע דרשנ'ען אז מ'זאל ממעט זיין אין גשמיות און תאוות העולם הזה מיינען אז מ'זאל געיבן דאס געלט פאר זיי. מיין רבי אין חדר האט פארציילט א מעשה: ס'אמאל געוועין א איד אין א שטעיטל וועלכער האט פארבארגט געלט אויף פראצענט. (מיט א פעטער איסקע, פארשטייצעך.) איז אמאל געוועין א לויה פון א גרויסן עושר. האטציך דער רב אויפגעשטעלט און געזאגט מוסר פאר'ן עוילעם. "רבותי, עטץ זעיט מ'נעמט זיך גארנישט מיט אויף יענע וועלט". ווען דער פראצענט'ניק האט דאס געהערט איז ער ארומגעגאנגען צו אלע זיינע בעלי חובות און געזאגט. "עטץ הערט וואס דער רבי זאגט. אז מ'נעמט זיך גארנישט מיט. זייט מוחל און באצאלטס ענקערע חובות".... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😢 😞 😮

אוהב ישראל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:09 pm

· #186433
ייש"כ פותח האשכול...........יעצט פארשטייט מען בעסער פשט אין הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מין העולם..........א רב האט נישט קיין רעכט צי זיין א עושר ?????...... אדרבה משה רבינו שטייט אין חז"ל איז געווען א עושר אדיר.... ביטער וואלט אים געווען ...ווען ער וואלט געדארפט ציקומען צי דתן ואבירם פאר דאאלער..........וואס האט א שייכות זיין פריוואט געלט מיט דעם צי מעג ער רעדען בא א צניעות עצרת אדער נישט ??? וילסט נישט ????.... גיי עם נישט הערען ועשה מה שלבך חפץ............אין פארגלייך דיך אליינס ביטען באשעפער צי ביסטו אין דעם צניעות פראבלעם קאטאגאיע צי נישט..................אין דער עיקר איז ווער אליין א עושר אין אפשר אויך א רב אזוי וועסטו זיין ביזי מיט מאכען געלט אין געבען צניעות דרשות...............ואתכם הסליחה..................

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:14 pm

· #186436
signout
אפשר זאל מען אויך מאכען א ליסט פין רבנים וואס האבען נישט קיין לכם לאכול אין מען שנאר פאר זייער טאג טעגליכע ברויט אין אפגערעדט פאר זייער קינדער חתונות (אפי' פין די וואס ארבייטן יא)

זאלען זיי ריטיירען פון זייערע אייגען געקרוינטע רבנות און גיין ווערען א שניידער אדער א סטאלער
און אויב זייערע חסידים וועלען דאס נישט וועלען זאלען זיי עם געבען א געהעריגע געהאלט
אבער די חארבען איז אז זיי האבען קוים 7 א האלב שכינים וואס דאווענען אין זייער בית המדרש (וואס זיי וואלטען געקענט פארדינגען פאר א דירה און מאכען געלט דערפין)
סא האק א טשייניק ביי דיר אין קאך
שיק אלע שיפע טאשען גיין ארבעטען ב"ה עס איז דא אסאך ארבעט אפענינגיס פון אלעס סארט

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:15 pm

· #186439
אי איתמר
טיטאניק
אי איתמר
נולד מאוחר
א רב וואס איז רייך נישט פון א ירושה נאר פון זיין אייגנע הארוואניע, איז חשובער ווי די רב וואס טוט ארבעט בכלל נישט.
אבער א רב וואס איז רייך מיינט דאס אז ער געט אוועק צייט פון זיין טאג פאר גשמיות און תאות. קען ער זיך נישט אויפשטעלן דערנאך און מעורר זיין דעם ציבור איבער מותרת און ממאס זיין אין עולם הזה.
כווינדער מיר טאקע די תנאים און אמוראים וואס זענען געווען רייך, פארוואס האבן זיי ווייטער געארבעט? האסט געניג געלט, זיי עוסק און עבודת השם?

גשמיות תאות..???
דו האלסט נישט אז יעדע מענטש דארף זעהן/ארבעטען
צו האבען גענוג געלט? [וויפעל איז גענוג..?]
כוואונדער מיר אויב ס'איז בכלל געווען תאנאים ואמוראים וואס האבען נישט געארבעט,
(חוץ מיחידי סגולה כמבואר ברמב''ם)

על פי דברי חז"ל דארף א איד זיין ביזי מיט צוויי זאכען "מיט לערנען תורה און איר היטען" און "עוסק זיין בישובו של עולם, אויפטאן פאר די וועלט דאס מיינט טיען געשעפטען"
רוב רייכע תנאים ואמוראים זענען געווען רייך בירושה אדער במתנה

מקור?
וואס איז דאס מתנה..?

זיך די ביאגראפיע פון אלע רייכע תנאים ואמוראים וועסטי זען
איך באקים נישט באצאלט פאר ברעגען מראי מקומות אבער איך ווייס וואס איך רעד ווייל איך בין נישט קיין רבי און איך לערען א ווארט צוויי א טאג

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:30 pm

· #186441
און פארגעס נישט פון יואל לעבאוויטש פעסט רב וואס האט א הערליכע הויז אין מאנסי און גייט פערזענליך ארום אויסשפרייטן זיינע סי דיס'ס אין געשעפטן און מאכט זיכער אז קיינער קאפיט נישט זיינע סידיס ער גייט אליינס אראפ אין סטודיא זיכער צו מאכן אז אלעס קלאפט אנצופילן זיינע טאשן און אונז נאכדעם מוסר זאגן פאר פורים.

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:12 pm

· #186456
דער (פינטעל) איד
און פארגעס נישט פון יואל לעבאוויטש פעסט רב וואס האט א הערליכע הויז אין מאנסי און גייט פערזענליך ארום אויסשפרייטן זיינע סי דיס'ס אין געשעפטן און מאכט זיכער אז קיינער קאפיט נישט זיינע סידיס ער גייט אליינס אראפ אין סטודיא זיכער צו מאכן אז אלעס קלאפט אנצופילן זיינע טאשן און אונז נאכדעם מוסר זאגן פאר פורים.

אויף עם רעד איך נישט
ער איז א איד א צדיק
ער חתמעט טאקע נישט קיין קול קורא'ס אויסער די לעצטיגע פון מיכאל שניצלער אבער יעדער פאלט אמאל דארעך פון איינמאל קען מען עם נישט אוועק מאכען
😂 😂

יאיר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:34 pm

· #186469
עס איז נאריש צו באשולדיגן די רבי'ס אין עשירות ווען מיר האבן זיי עס אליין געגעבן.

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:39 pm

· #186471
יאיר
עס איז נאריש צו באשולדיגן די רבי'ס אין עשירות ווען מיר האבן זיי עס אליין געגעבן.

נישט איך!!!!!
די יא אולי אבער מיש מיר נישט אריין
איך האב אלץ געזאגט געבט זיי נישט קיין געלט! אז די האסט מיר נישט געהארכט איז עס דיין פראבלעם 👍 😂

יאיר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:40 pm

· #186472
דעמאלט באשולדיג משה יאנקל געצל וואס האבן געגעבן געלט. דער המון עם ווארפט געלט אויף די רבי'ס, נאכדעם פארלאנגען זיי צו הערן וויינענדיגע שלש סעודות תורה. די רבנים ערפילן ערליך זייער פליכט, און מיר האבן נאך טענות אויף זיי.

דריידל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:26 pm

· #186561
טיטאניק
דריידל
עס איז נישט ריכטיג צו באשילדיגן אלע רבנים. עס זענען דא א שיינע פאר רבנים עשירים וואס פליען נישט אין הימל. דא האט עטץ א שטיקל ליסטע:
אדמו"ר מ'ליזענסק ב"פ
גאב"ד דמשק אליעזר וומ"ס
גאב"ד בראד וומ"ס

ווער עס ווייסט נאך איז מכובד צוצולייגן

די עצם זאך אז די דריי פראסטע אידען ריפען זיך רבנים און זיצען אויבענאן דאס אליינס איז א עוולה
אבער היינט ווער איז בעסער
נאר פניה דור כפני הכלב
אין די אלטע היים (כלומר מיט 70 יאר פאר די קריג) זענען אלע רבנים געווען אידען וואס די אנשי העיר האבען אים מכתיר געווען אלץ רב און האט זיך נישט אליינס געקרוינט, און די אלע רבנים האבען געהאט הוראה און גיט געקאנט לערנען, זיי זענען נישט געפארען אויף "קור ערטער" נאר געזיצען ווי משה רבינו בשעתו און עוסק געווען מיטען "פירען די שטאט", פירען מיינט ענפערען שאלות מן הבוקר עד הערב, פירען דיני תורות, עוסק זיין אין שלום בית און אין חינוך, לעמוד בפרץ, פירען אלע צדקה חבורות אין שטאט, אט דאס האט געמיינט א רב
היינט א רב, לערנען? דאווענען? יראת שמים? ענפערען שאלות? פירען דיני תורות? טיען אין שלום בית? חינוך? וואט עי פ, ניקס גארנישט,
ער האט אפאר דאלער, (אדער זיין טאטע האט נאך געהאט) ער קרוינט זיך אלץ א רבי אדער רב, נישט קיין נפק"מ ביידע פאדערט גארנישט, ער נעמט אויף א דיין וואס פסקנט שאלות מן הבוקר עד הערב, ער נעמט אויף א מגיד שיעור, און ער פארט אויף וועיקעישאן זימער ווינטער, בייטאג איז מען ביזי מיט באקישע "ביקורים" אהין אין ציריק וויי רעטייערטע באבעס, איי וואס האסטי מיט דער סלאנימער רבי פון יאהאפעץ? ביינאכט מאכט מען א רייד מיט די קעדילעק און מען פארט טאנצען ווי קאטשקעס (נישט פענגווין חלילה) צי שמחות,
דערנאך מאכט מען זיכער אז די בילדער ווערען שיין געדעקט אין אלע צייטונגען (כבוד פון די זיידעס, לייען: גראביאנען פון די אלטע היים) און די עיקר אז מען האט נישט קיין צייט פאר קיין איין ציבראכענע יונגערמאן מיט זיינע פראבלעמען, ווייל דער רבי איז משוגע ביזי,

העי, פארגעסען! מען חתמעט אויף אלע קול קורא, אבער מען איז זיך "נוהג" נאר צי ליינען די אינטערשטע חלק פון דער קול קורא (ווער עס חתמ'עט, צי דער ברידער פעטער נעפיו) אבער די אויבערשטע חלק גייט זיי אן ווי די גאנצע תורה


ווען טיטאניק צעלאזט זיך קומט ער ארויס מיט די שענסטע קאלירן.
נאר איין הערה'לע, רבנים פון דער אלטער היים זענען אויך געפארן אויף קור ערטער. אין תשובת חת " ס למשל, טרעפט מען אסאך מאל ווי ער דערמאנט עס און איז זיך מתנצל אז ער איז ביי די בעדער דעריבער קען ער נישט געהעריג מעיין זיין.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:45 pm

· #186566
דולה ומשקה
קאווע טרינקער
בד"וו, פון וועלכע רב הורוויץ רעדט מען דא, דער וואס זיין ווייב דרייווט?


יא ער האט עס געמאכט צו דעם רשימה - אדמורי"ם בעלי עגלה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5388">viewtopic.php?f=24&t=5388</a><!-- l -->

מ'דארף אויפמאכן אן אשכול וואס רופט זיך "אדמורי"ם בעלי תריסין בנכסים ובהעשרה". 🙄 😕 😂 😠 😳 😢 😮

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:03 pm

· #186568
signout
אפשר זאל מען אויך מאכען א ליסט פין רבנים וואס האבען נישט קיין לכם לאכול אין מען שנאר פאר זייער טאג טעגליכע ברויט אין אפגערעדט פאר זייער קינדער חתונות (אפי' פין די וואס ארבייטן יא)

איך ווייס א ספעציפישן פאל פון א רב וועלכער פיהרט אן א (גאנץ) גרויסע קהילה וואו ס'איז דא עטליכע מולטי-מיליאנערן. ער לערנט שיעורים, פסק'נט שאלות און זאגט מוסר דרשות. און זיינע בעלי-בתים --וועלכע פרעטענדירן צו האלטן איהם זייער חשוב-- לאזן איהם וואוינען אין א חורבה, ממש. אן אנטיק הויז וואס איז שוין לאנג ראוי לעצים ולהסקה. וואו איז כבוד התורה?! דער רב געט נישט קיין השגחות אדער איז א לענדלארד פון עטליכע אפארטמענט בילדינגס!
נ.ב.: לכה"פ איין חשוב'ער ניק דא אין שטיבל ווייסט פון וועים מ'רעדט. 🙄 😕 😠 😛 😳 😢 😞 😲 ❓ ❗

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:08 pm

· #186571
טיטאניק
דער (פינטעל) איד
און פארגעס נישט פון יואל לעבאוויטש פעסט רב וואס האט א הערליכע הויז אין מאנסי און גייט פערזענליך ארום אויסשפרייטן זיינע סי דיס'ס אין געשעפטן און מאכט זיכער אז קיינער קאפיט נישט זיינע סידיס ער גייט אליינס אראפ אין סטודיא זיכער צו מאכן אז אלעס קלאפט אנצופילן זיינע טאשן און אונז נאכדעם מוסר זאגן פאר פורים.

אויף עם רעד איך נישט
ער איז א איד א צדיק
ער חתמעט טאקע נישט קיין קול קורא'ס אויסער די לעצטיגע פון מיכאל שניצלער אבער יעדער פאלט אמאל דארעך פון איינמאל קען מען עם נישט אוועק מאכען
😂 😂

רבותי. שטעלט אייך פאר ווען אזא רב ווי דער פעסטער רב שליט"א שטעלט זיך אויף זאגן א שבת הגדול דרשה אדער א שבת שובה דרשה! וואספארא געלעכטער ס'וועט זיך טון אין ביהמ"ד, נאך פאר ער הייבט אן זיין דרשה. 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😃 😠 😳 😮

מורינו הרב » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:05 pm

· #186587
איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת, אבער איך ארבעט מיט א חסיד פון א געוויסע היינטיגע רבי, דערציילט ער מיר אז אין די ערשטע יארן פון זיין רבי'ס רבנות דאהי אין אמעריקא, האט ער נישט אזוי מצליח געווען און ער האט זיך געוואלט גיין לערנען צו ווערן א שניידער. ער האט שוין ערנסט געהאלטן דערביי, איז געקומען איינע פון זיינע בעלי בתים וואס האבן אים געגעבן האלב פון זיינע פארדינסטן יעדע חודש, אבי ער זאל נישט טון דעם שריט.

אגב, דער רבי איז היינט פון די רייכסטע רבי'ס אויפן כדור הארץ.

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:20 pm

· #186592
מורינו הרב
איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת, אבער איך ארבעט מיט א חסיד פון א געוויסע היינטיגע רבי, דערציילט ער מיר אז אין די ערשטע יארן פון זיין רבי'ס רבנות דאהי אין אמעריקא, האט ער נישט אזוי מצליח געווען און ער האט זיך געוואלט גיין לערנען צו ווערן א שניידער. ער האט שוין ערנסט געהאלטן דערביי, איז געקומען איינע פון זיינע בעלי בתים וואס האבן אים געגעבן האלב פון זיינע פארדינסטן יעדע חודש, אבי ער זאל נישט טון דעם שריט.

אגב, דער רבי איז היינט פון די רייכסטע רבי'ס אויפן כדור הארץ.

לאז וויסען פאר יענער גביר אז איך גיי מיר לערנען צי ווערען א קאנסטראקשען ווארקער
😂

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:21 pm

· #186594
ר' מורינו הרב: די מעשה איז זייער שטארק מסתבר אז ס'איז אמת. איך ווייס פון אנ'אנדער'ן רבי וועלכער איז אויכעט א גאר גרויסער עושר, בליעה"ר. און ער פארט א סאך ארום איבער די וועלט. וואו ער גייט (מפי השמועה) פארט מיט איהם מיט א מנין? א סאך מענטשן? לאכן פון איהם. איך זעה נישט וואס ס'דא צו לאכן פון דעים! 🙄 😕 😢 😮

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:32 pm

· #186602
berlbalaguleh
signout
אפשר זאל מען אויך מאכען א ליסט פין רבנים וואס האבען נישט קיין לכם לאכול אין מען שנאר פאר זייער טאג טעגליכע ברויט אין אפגערעדט פאר זייער קינדער חתונות (אפי' פין די וואס ארבייטן יא)

איך ווייס א ספעציפישן פאל פון א רב וועלכער פיהרט אן א (גאנץ) גרויסע קהילה וואו ס'איז דא עטליכע מולטי-מיליאנערן. ער לערנט שיעורים, פסק'נט שאלות און זאגט מוסר דרשות. און זיינע בעלי-בתים --וועלכע פרעטענדירן צו האלטן איהם זייער חשוב-- לאזן איהם וואוינען אין א חורבה, ממש. אן אנטיק הויז וואס איז שוין לאנג ראוי לעצים ולהסקה. וואו איז כבוד התורה?! דער רב געט נישט קיין השגחות אדער איז א לענדלארד פון עטליכע אפארטמענט בילדינגס!
נ.ב.: לכה"פ איין חשוב'ער ניק דא אין שטיבל ווייסט פון וועים מ'רעדט. 🙄 😕 😠 😛 😳 😢 😞 😲 ❓ ❗

ני וואס איז שלעכט?
א רב \ רבי פארקויפט דאך אז די וועלט איז הבל הבלים, נו זיי די דער וואס טיט דאס פרעקטעסען! אדרבה אזוי ווי די פארצייטישע רבנים
😂 😂 😂 😂

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:46 pm

· #186613
ר' טיטאניק. אין פרקי אבות שטייט. "אם אתה עושה כן" אז דו פראקטיצירסט עס, קענסטו זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון. דאס איז א באקאנט ווארט פון ר' מאיר שפירא ז"ל. לובלינער רב. ווען ר'איז געווען דאהי אין אמעריקע קאלעקטן געלט פאר זיין ישיבה. ווען ר'איז אריינגעקומען צו א גרויסן עושר אין זיין אפיס און געבעיטן געלט פאר די ישיבה וואו ס'וועט זיין א קאך און א דארמיטארי מיט אנדערע באקוועמליכקייטן האט איהם דער עושר נישט געוואלט געיבן געלט, זאגנדיג אז ס'שטייט דאך אין פרק "פת במלח תאכל, ומים במשורה תשתה, ועל הארץ תישן". האט איהם ר' מאיר געענטפערט "קוק וואס שטייט אין סוף פון די משנה" "אם אתה עושה כן. אז דו טוסט אויך אזוי, קענסטו זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון. אבער ווען דו זיצסט אין א פענסי אפיס קענסטו נישט פארלאנגען פון אנדערע צו לעיבן א חיי דוחק...... 🙄 😕 😂 😠 😛 😢 😮

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:48 pm

· #186616
berlbalaguleh
ר' טיטאניק. אין פרקי אבות שטייט. "אם אתה עושה כן" אז דו פראקטיצירסט עס, קענסטו זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון. דאס איז א באקאנט ווארט פון ר' מאיר שפירא ז"ל. לובלינער רב. ווען ר'איז געווען דאהי אין אמעריקע קאלעקטן געלט פאר זיין ישיבה. ווען ר'איז אריינגעקומען צו א גרויסן עושר אין זיין אפיס און געבעיטן געלט פאר די ישיבה וואו ס'וועט זיין א קאך און א דארמיטארי מיט אנדערע באקוועמליכקייטן האט איהם דער עושר נישט געוואלט געיבן געלט, זאגנדיג אז ס'שטייט דאך אין פרק "פת במלח תאכל, ומים במשורה תשתה, ועל הארץ תישן". האט איהם ר' מאיר געענטפערט "קוק וואס שטייט אין סוף פון די משנה" "אם אתה עושה כן. אז דו טוסט אויך אזוי, קענסטו זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון. אבער ווען דו זיצסט אין פענסי אפיס קענסטו נישט פארלאנגען פון אנדערע צו לעיבן א חיי דוחק...... 🙄 😕 😂 😠 😛 😢 😮

שששש זאג קיינעם נישט אויס אבער איך בין נישט קיין רבי און איך לעב חיי דחקות פון ארבעטען ביטער שווער

yatzmachp » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:28 pm

· #186637
היינטיגע צייטן, פארטיקיולער אין אמעריקע קען מען נישט האבן קיין טענות אויף די רבנים. סאיז נישטא קיין איין רב מטעם די רעגירונג, דאס מיינט די גאנצע ענין פון רביסטעווע און רבנות איז לויטער free market דאס מיינט עס איז דא קאסטומערס וואס באצאלן דערפאר פרייוויליג און קיינער איז נישט געצווינגען. דאס מיינט נישט אז זיי קענען נישט זיין קיין היפאקריטן, אבער ארימע און אפילו ערליכע רבנים קענען אויך זיין היפאקריטן. אויב זיכסטו מלאכים מיזטו ווארטן אויף דיין רייע, דעמאלס מען וועט דיר ווייזן צו דו ווילסט אדער נישט.

לאליפאפ » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:41 pm

· #186644
דולה ומשקה
קאווע טרינקער
בד"וו, פון וועלכע רב הורוויץ רעדט מען דא, דער וואס זיין ווייב דרייווט?


יא ער האט עס געמאכט צו דעם רשימה - אדמורי"ם בעלי עגלה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5388">viewtopic.php?f=24&t=5388</a><!-- l -->

סתם אזוי, א פערטל פון דעי רבנים וואס דולה רעכנט אויס דרייוון נישט, זיי זיצן אפילו נישט אין די פראנט פעסענדזשער זיץ אין א טעקסי

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:32 pm

· #186698
טיטאניק
berlbalaguleh
ר' טיטאניק. אין פרקי אבות שטייט. "אם אתה עושה כן" אז דו פראקטיצירסט עס, קענסטו זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון. דאס איז א באקאנט ווארט פון ר' מאיר שפירא ז"ל. לובלינער רב. ווען ר'איז געווען דאהי אין אמעריקע קאלעקטן געלט פאר זיין ישיבה. ווען ר'איז אריינגעקומען צו א גרויסן עושר אין זיין אפיס און געבעיטן געלט פאר די ישיבה וואו ס'וועט זיין א קאך און א דארמיטארי מיט אנדערע באקוועמליכקייטן האט איהם דער עושר נישט געוואלט געיבן געלט, זאגנדיג אז ס'שטייט דאך אין פרק "פת במלח תאכל, ומים במשורה תשתה, ועל הארץ תישן". האט איהם ר' מאיר געענטפערט "קוק וואס שטייט אין סוף פון די משנה" "אם אתה עושה כן. אז דו טוסט אויך אזוי, קענסטו זאגן פאר א צווייטן וואס צו טון. אבער ווען דו זיצסט אין פענסי אפיס קענסטו נישט פארלאנגען פון אנדערע צו לעיבן א חיי דוחק...... 🙄 😕 😂 😠 😛 😢 😮

שששש זאג קיינעם נישט אויס אבער איך בין נישט קיין רבי און איך לעב חיי דחקות פון ארבעטען ביטער שווער

איך האב אן עייצע פאר דיר. אבער זאג עס נישט ברבים: 1) גיי אריין צו ראטה קלאדינג (כ'ווייס נישט אויב זיי עקזיסטירן נאך) קויף דיר די שמונה בגדים. מיט א זילבערנעם שטעקן. (מ'קען נעמען א פשוט'ן שטעקן און ארום לייגן סילווער פויל אויבן.) : 2( באשטעל א סיין ביי בארא פארק סיינס. (ס'קען זיין ביי גערמאן אויכעט.). 3) זוך אויף עפעס א פארווארפן שטעיטעלע מיט א פאני נאמען, דא אין אמעריקע. (די מזרח אייראפעאישע זענען שוין אלע פארנומען.) . בעיט די רעבעצין שליט"א זי זאל אפבאקן צוויי קוגלען. איין פאטעיטא און איין לאקשן קוגל. קויף צוויי פלעשלעך בראנפן. לייג עס אויפ'ן טיש. און דו ביסט אין ביזנעס. אי"ה כי ירחיב. זאלסטו דינגען עפעס א שרייבער וואס זאלל אויסדמיונ'ען נישט געשטויגענע מעשיות איבער דיין זיידן זכותו יגן עלינו. און א סאך הצלחה. 🙄 😂 😠 😛 😳 😮

אשכולות אויפוועקער » מיטוואך יוני 18, 2014 4:22 pm

· #206747
😃 😃 😃
רבנים רייך ווי קורח מיט ריעל עסטעיט און מעלאנעס אין באנק

איך אויך » מיטוואך יוני 18, 2014 5:27 pm

· #206773
דא האט עס נאך א שטיקל הצדקה ,אבער סתם חיטוטי שכבי איז ווי א טראל.

פלעין יודיש » מיטוואך יוני 18, 2014 5:41 pm

· #206777
איך אויך
חיטוטי שכבי .

👍 👍 👍 👍