☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » זאכן וואס וועט אייך מאכן אראפפאלן פון בענקל!

זאכן וואס וועט אייך מאכן אראפפאלן פון בענקל!

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5954

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:42 pm

· #186286
זאכן וואס וועט אייך מאכן אראפפאלן פון בענקל!
איך קען נישט טרעפן קיין פאסיגער אשכול פאר דעם, מוז איך בלית ברירה עפענען א נייער.

כאפט אייך שטארק אן -- האלט אייך דאס אטעם, ווייל וואס איר גייט אצינד זעהן/ טוען, קען ארויף שיסן אייער בליט דרוק, און אייך לאנדען אין שפיטאל.
איינמאל איר זענט עמאציענאל סטאביל, און גרייט צוריק צו דרייען דעם זייגער צעהן פופצן יאר, זאגט הנני מוכן, און דריקט דעם לינק

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:46 pm

· #186290
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/185762">viewtopic.php?p=185762#p185762</a><!-- l -->

דריידל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:52 am

· #186311
איך טרעף מיך אן מיט אן אשכול מיט אזא ציענדען קעפל און איך גרייט מיך אויפ'ס בעסטע. אבער ווי יעדע גיטע זאך וואס קומט אן שווער, איז דא אויך פארהאן א גאנצע פראצעדור וואס מען דארף דורכגיין בעפאר מען קען א קוועטש טאן אויפ'ן לינק. און אז אפטעמיסט הייסט, פרעגט מען נישט קיין קשיות.
נאכן מאכן די ריכטיגע הכנות טוט מען זיך אן די גארטל און מ'זאגט אפ דעם הנני מוכן ומזומן ווי פארלאנגט. מיט ציטערדיגע פינגערס געט מען א דריק אויפ'ן לינק און וואס זאל איך אייך זאגן, אזא דיסאפוינטמענט האב איך שוין לאנג נישט געהאט.

אפטעמיסט » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:59 am

· #186314
מיסתאם קומסטו פון אזא בעסערע בעל הבית'ישע שטוב, און אלס קינד האט דיין טאטע דיר ערלויבט האבן א געימבוי.
איך בין אבער פון די מער נעבעכדיגע, וואס זענען ליידער געשטאנען קופין ע"ג קופין איינער אויפן אנדערען צו זעהן וויאזוי יענער שפילט געימבוי, און כ'האב נישט זוכה געוועהן צו שפילן אליינס.
אצינד, פופצן יאר שפעטער, האב איך די פרייהייט און געלעגנהייט צו שפילן אליינס. זאל איך נישט פאלן פון בענקל?

מילעך גיסער » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:04 am

· #186323
איך טראכט אריין וואס גייט זיין אין 10-15 יאר ארום אין סאיז גאנץ מעגליך אז די היינטיגע פארגעשריטענע טכנולוגיה גייט האלטן אסאך וייטער אין אין די צייט וואס שאטל ספייס אין אירופלאנען וועלען פליען אין די לופטען מיט איין קליינע וינק אדער א לינק וועט זיין איינער וואס וועט אינז דערמענאן די אלטע צייטען פין די אייפונס אין די קאווע שטיבל וואס האט עקזיסטירט אויף אזא ״צוריקגשטענע״ אופן

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:50 am

· #186337
און וואס מיינסטו ציזאגען מיט די פיקטשער
אפשר אז מהר''א וועט אזוי אויסקיקען אין 10 15 יאר ארים
נישט קלאר

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:43 am

· #186369
פלעין יודיש
און וואס מיינסטו ציזאגען מיט די פיקטשער
אפשר אז מהר''א וועט אזוי אויסקיקען אין 10 15 יאר ארים
נישט קלאר

איך האב געזען דעם פיקטשער נעכטן, קוקט אויס עס איז שוין לאחר המעשה מיט אים.
אבער דער אמת בילדער קען מען נישט טראסטען.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:01 pm

· #186652
אין א נייער פאוסט דעקט מארק שאפירא אויף אז סאטמאר רב זצ"ל איז געווען קעגן דרוקן דעם ''כולל ענינים'' הוצאות בית רחל, מארק דעקט אויף פון קראנטע מקורות אין יענער צייט אז סאטמאר רב האט געהאלטן אז ס'איז צו עקסטרעם און געבעטן מ'זאל עס נישט דרוקן.




.

אפטעמיסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:35 pm

· #224839
😂 😂 😂 די קאטשעניא וועט נאך וואס?!
IMG-20140918-WA0084.jpg

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 7:41 pm

· #224840
🙄 א צובראכענע פיסל

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:00 pm

· #224844
ס'הייסט גאראנטירט? אז נישט נעמט זיך דער ווען אליינס טאנצן?