☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » פורים טעיפס פאר קינדער

פורים טעיפס פאר קינדער

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5950

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:31 pm

· #186180
פורים טעיפס פאר קינדער
וועלכע פורים טעיפ איז גוט פאר קינדער 5-7 יארגאנג? איז דא עפעס א נייע טעיפ?
חנוכה האב איך געקויפט עפעס און ס'האט נישט געטויגט ס'געווען צו גרויס פאר זייער יארגאנג
דאנק

נאטרוליסט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:09 pm

· #186196
דער (פינטעל) איד
וועלכע פורים טעיפ איז גוט פאר קינדער 5-7 יארגאנג? איז דא עפעס א נייע טעיפ?
חנוכה האב איך געקויפט עפעס און ס'האט נישט געטויגט ס'געווען צו גרויס פאר זייער יארגאנג
דאנק


די מעשה פון המן איז די בעסטע ווייס פון קרית יואל
פאר גאנץ קליינע רבי רובין
פאר גרעסערע: מגילת אסתר מיט געזאנג.

דזשאוק פאר פורים: שמייכלסוויל

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:11 pm

· #186198
ערשטע צוויי האבן מוזיק ?

לאליפאפ » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:13 pm

· #186200
מיין 6 יעריגס איז זיך מחיה מיט 'א בליק אין שושן', איך דארף טוישן סידיס יעדע פאר שעה פונעם ערשטן צום צווייטן חלק און צוריק.

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:44 pm

· #186247
לייבוש ליש, דער מלמד, שלאפט מיט מיינע קינדער יעדע נאכט. ס'א'מחיה.

(נחום..!!)

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:48 pm

· #186256
איז דו מוזיק אויף ליש'ס טעיפ? אדער איז עס י.ד שלעזינגער זאכן? רעדט שוין דארט זאג מער וואס בערך איז דא אויף ליש און אויף רבי רובין

לאליפאפ » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:49 pm

· #186259
ליש מיינעך איז פלעין גערעדעכץ אבער לאכעדיג פאר קליינע קינדער. רובין לא מכיר.

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:14 pm

· #186438
דו רעדסט פאר פורים, אדער סתם אזוי?
"פורים מיט די אונטערן חבריא" איז געוואלדיג. מיינע קינדער קענען נישט סטאפן עס הערן.
אגב, שמייכלסוויל איז פון די נארישסטע קינדער טעיפ'ס וואס איך האב אמאל געזעהן.

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:07 pm

· #186451
דער עיקר האט איר פארגעסן?
מי יתן לנו א לייבעל וויינשטאק וואס חלומט זיך מיר נאך היינט! די זיסע טעם זיינע בסיפור המעשה וואס איך האב געהערט מיט קרוב צו דרייסיג יאר צוריק, בימי הילדות.

אפטעמיסט » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:10 pm

· #186453
'צעפראסקעט' איז לכאורה דאס בעסטע. אבער יענס מעג מען בלויז קויפן נישט חלילה קאפיען...

טעפל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:48 pm

· #186529
נאטרוליסט
דער (פינטעל) איד
וועלכע פורים טעיפ איז גוט פאר קינדער 5-7 יארגאנג? איז דא עפעס א נייע טעיפ?
חנוכה האב איך געקויפט עפעס און ס'האט נישט געטויגט ס'געווען צו גרויס פאר זייער יארגאנג
דאנק


די מעשה פון המן איז די בעסטע ווייס פון קרית יואל
פאר גאנץ קליינע רבי רובין
פאר גרעסערע: מגילת אסתר מיט געזאנג.

דזשאוק פאר פורים: שמייכלסוויל

"איך האב ליעב די הייליגע יו"ט פורים", איז דאס ווייס פון קרית יואל?, מיינע קינדער זענען זיך ממש מחיה מיט דעם.

מ גפני » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:05 pm

· #186653
אפטעמיסט
'צעפראסקעט' איז לכאורה דאס בעסטע.

סארי איי דיסאגרי, ווען נישט וואס דער מחבר דרייט זיך דא וואלט איך ווען געשריבן מער דערוועגן

לאליפאפ » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:10 pm

· #186655
ברסלבער
דו רעדסט פאר פורים, אדער סתם אזוי?
"פורים מיט די אונטערן חבריא" איז געוואלדיג. מיינע קינדער קענען נישט סטאפן עס הערן.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:12 pm

· #186657
איך רעד יעצט פון פורים, און נישט פון א 'נאריש מאכן' אדער 'פלעי' טעיפ. סוי קרויס ארויס צעפראסקעט. איז פורים מיט חבריא א דערציילונג אדער א פלעי?

מצטמק ויפה » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:25 pm

· #186661
טעפל



"איך האב ליעב די הייליגע יו"ט פורים", איז דאס ווייס פון קרית יואל?, מיינע קינדער זענען זיך ממש מחיה מיט דעם.

ניין עס איז יואלי קליין פון ווילאמסבורג, עס איז זייער גוט פאר יונגערע קינדער.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:26 pm

· #186663
ער האט טעיפס אויף אלע ימים טובים און נאך

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:28 pm

· #186665
אזוי גלייך איך מער נייע זאכען אבער פון צוויי אלטע טעיפס קען איך נישט זאט ווערן
די צוויי זענען
מגילת אסתר מיט געזאנג
און רבי לייבעל וויינשטאק עה
איך קען עס נאך היינט הערען און זיך מחיה זייין

לדעתי נישטא בעסערס פאר פורים ווי מגילת אסתר מיט געזאנג

ישמעאל הכהן » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:31 pm

· #186668
ס'נישט נאר דיין דעת יעדער האלט אזוי, ס'איז א פאקט אז ס'איז "דער פורים טעיפ פון אלע צייטן", שוין 25 יאר זינט ס'איז ארויס און ס'ווערט איבערגעדרוקט יעדע יאר נאכאמאל און ס'גייט אויס.

אבי גערעדט » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:32 pm

· #186669
ווייסט איינער צו מען קען דאונלאונדן דעם אונטערן חבריה אלבום? פאר באצאלט שטייצעך

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:34 pm

· #186670
געקויפט היינט די חבריא סידיס
מיינע חברה זאגען אז עס ראקט

מצטמק ויפה » מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:26 am

· #186775
אבי גערעדט
ווייסט איינער צו מען קען דאונלאונדן דעם אונטערן חבריה אלבום? פאר באצאלט שטייצעך


פרוביר אויף yiddishplays.com, דאס איז די אונטערען סייט.

וכדומה.. » זונטאג מערץ 1, 2015 11:36 pm

· #256601
טיטאניק

מגילת אסתר מיט געזאנג


<a class="postlink" href="https://m.youtube.com/watch?v=XqHPKQoVuDA">https://m.youtube.com/watch?v=XqHPKQoVuDA</a>

סאו וואט » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:04 am

· #256645
מ גפני
אפטעמיסט
'צעפראסקעט' איז לכאורה דאס בעסטע.

סארי איי דיסאגרי, ווען נישט וואס דער מחבר דרייט זיך דא וואלט איך ווען געשריבן מער דערוועגן


גפני. דער מחבר פון צופראסקעט דרייט זיך שוין מער נישטא, מיר ווארטן אויפן באריכט דערקעגן, שכויח.

לית דין בר נש » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:10 am

· #256649
@מ גפני דרייט זיך שוין אויך נישט דא

זעמיל מילכיגער » מאנטאג מערץ 7, 2016 8:19 pm

· #323559
פורים אין מצרים
כהאב באקומען אויף א גרופ א אדווערטייזמענט וועגן א נייע קינדער סי די "פורים אין מצרים", ווייסט אפשר איינער מער פרטים דערוועגן, וואס דאס איז? איז דאס אינטערעסאנט? פאר וועלכע יארגאנג?

טמיר » מאנטאג מערץ 7, 2016 8:53 pm

· #323563
Re: פורים טעיפס פאר קינדער
אויב איז עס די סידי מיט לאצי דערויף, קען איך זאגן מיין פערזענליכע טעיסט אז ס'איז נעריש און נישט אזוי אינטערעסאנט

זעמיל מילכיגער » מאנטאג מערץ 7, 2016 9:16 pm

· #323565
ניין, דאס איז א נייע סעריע אינגאנצן, האט נישט קיין שייכות מיט לאצי.
📎 IMG-20160301-WA0029.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 7, 2016 10:42 pm

· #323570
בפיקוח ווער...?? 😂 😂
א גוטע וויץ.....

טשולענט » דינסטאג מערץ 8, 2016 9:34 am

· #323583
האמער געקויפט 'פורים אין מצרים' ס'איז זייער דיפערענט פון אלגעמיינע קינדער טעיפס.

די סידי נעמט די קינדער און פירט זיי צוריק אפאר הונדערט יאר און געבט זיי צו פארשטיין גאר לעבעדיג אביסל היסטאריע וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די אמאליגע קעניגרייכן אין מצרים, אלדזשיריע, טערקיי און נאך. און וויפל אידישע קינדער פלעגן זיך אנליידן פון די גזירות און שפעטער וויאזוי די ישועה איז זיי אנגעקומען.

הערליכע קינדער קווייער, יואלי קליין פון ארץ ישראל זינגט אויך דערויף, די סידי ווערט דערציילט אין פארשידענע קולות און אקצענטן צו עס מאכן אויסקוקן גאר לעבעדיג, ס'איז מלא תוכן און זייער אינהאלטסרייך, די פורים חלק שבו ברענגט מיט זיך א היבש ביסל לאכעדיגע מאמענטן דורכאויס די סידי וואס וועט אינטערהאלטן די קינדער.

יואב » דינסטאג מערץ 8, 2016 5:40 pm

· #323644
שטארק רעקאמאנדירט.

דער אמת איז אז כ'האב ערשט געקלערט נישט צו קויפן; דאס שילוב פון פורים מיט מצרים האט עפעס נישט איבריג נושא חן געווען אין מיינע אויגן. מצרים איז ביינוז א סינאנים צו פסח, באלד האב איך געקלערט אז על הראשונים אנו מצטערים. פורים און פסח יעדער פאר זיך איז שוין גענוג קאמפליצירט פאר מיר און פאר'ן גאנצן הויזגעזינד, א ט"ו/י"ד איז דערווייל נאכנישט דא, אריינשטעלן דעם פורים אינעם פסח וועט לכאורה נישט געשען אין אזא דור וואס מ'האט שוין די כוחות פון די אמאליגע גדולים, והעולה על כולם בין איך שוין אביסל זאט פון דעם לעצטערן פלייץ שעפערישקייט וואס גיסט זיך ווי ענדלאז במחנינו. גיי ווייס, "קינדער געצעלט פראדאקשאנס" — א נייע סעריע פון משוגעים לבקרים וואס האט געמאכט איר דעבוט לאור עולם. כ'מיין וואס איז שלעכט מיט לייבל וויינשטאק? מגילת אסתר מיט געזאנג?

למעשה, פאר א מיני-ווען אין וואס ס'ווילדעוועט ארום א פעקל זרע וואס איז באכאשעם נישט געגאנגען לבטלה איז ווייניג-וואס צדדים פאראן איידער מ'איז מוסיף נאך א רעדל צום צעבלאזענעם זאק מיט סידיס.

מיינע קינדער האבן זייער הנאה פון דעם אלבום — וואס איז בעצם שוין גענוג. ס'איז אבער טאקע א העכסט-געלונגענעם און קולירפולן אלבום, אינטערסאנטע מעשיות געפלאכטן מיט הומאר. באמת עפעס וואס לוינט זיך צו קויפן.

יעקב מענטש » פרייטאג מערץ 11, 2016 1:15 pm

· #324358
יואב


למעשה, פאר א מיני-ווען אין וואס ס'ווילדעוועט ארום א פעקל זרע וואס איז באכאשעם נישט געגאנגען לבטלה איז ווייניג-וואס צדדים פאראן איידער מ'איז מוסיף נאך א רעדל צום צעבלאזענעם זאק מיט סידיס.


נאך פאר די טויערן שליסן זיך


😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 וכו' ואכמ"ל

נהורא נפישא » פרייטאג מערץ 11, 2016 3:42 pm

· #324394
.