☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » באהאלטענע ניקס

באהאלטענע ניקס

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #595

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:29 am

· #11055
באהאלטענע ניקס
עס איז מיר אלס שווער געוועהן דאס ענין פון 'באהאלטענע ניקס', דהיינו מקען נישט זעהן צו זיי זענען אנליין אדער נישט. דאס גייט לכאורה אריין בגדר הסתר בתוך הסתר, ווייל דער עצם פאקט פון האבן א ניק איז שוין גענוג אלץ הסתר, וויבאלד קיינער ווייסט נישט ווער עס שטייט אונטער דעם 'ניק'. אבער אריין צו קריכן בחדר לפנים מחדר, אז דער ניק גופא זאל אויך זיין באהאלטן, איז א מדרש פליאה, ווייל וואס זאל זיין די סיבה אז איינער זאל באהאלטן זיין ניק, אז מ'זאל נישט וויסן אז ער איז דורשטיק נאך א געשמאקע גלעזל קאווע?

אני הקטן בין יעצט אנליין, והא ראי' איך שרייב יעצט, און לעבן מיין ניק שיפערהייט ליינט זיך "אנליין", דאס מיינט איך געפין זיך אין קאווע שטיבל מיט א גלעזל אין דער האנט.

יידל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:46 am

· #11081
די סיבות צו באהאלטן זענען פיל. איינס, לדוגמא, איז ווייל מען קען זען פונקטליך וועלכע אשכול דו ליינסט ווען דו ביסט נישט באהאלטן. נו, און אויב א ניק וויל ליינען די מיסט קאסטן.... דארפסטו פונקטליך וויסן וואס ער טוט יעצט? באהאלט ער זיין אנוועזנהייט, אזוי אז דו האסט נישט קיין אהנונג וועלכע אשכול ער קוקט. אזוי אויך אויב א ניק שפירט אז ער פארברענגט דא צופיל צייט, און ער שעמט זיך דערמיט, איז דאס אויך גענוג סיבה צו ווערן א באהאלטענער.

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:05 pm

· #46105
באמערקט אז שמעקעדיג איז געווארן א "נסתר".

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:17 pm

· #46111
נאר אויף אלול, בושתי ונכלמתי אז איך דריי מיך דא ארום אנשטאט זיצן ביים תהלימ'ל אין ביהמ"ד......

טאמבל סאס » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 7:21 pm

· #46112
יידל
די סיבות צו באהאלטן זענען פיל. איינס, לדוגמא, איז ווייל מען קען זען פונקטליך וועלכע אשכול דו ליינסט ווען דו ביסט נישט באהאלטן. נו, און אויב א ניק וויל ליינען די מיסט קאסטן.... דארפסטו פונקטליך וויסן וואס ער טוט יעצט? באהאלט ער זיין אנוועזנהייט, אזוי אז דו האסט נישט קיין אהנונג וועלכע אשכול ער קוקט. אזוי אויך אויב א ניק שפירט אז ער פארברענגט דא צופיל צייט, און ער שעמט זיך דערמיט, איז דאס אויך גענוג סיבה צו ווערן א באהאלטענער.

אזוי אויך אויב האט עמיצער געשריבן א תגובה אויף דיר און דו האסט יעצט נישט קיין צייט (אדער סיי וועלכע אנדערע סיבה) צו מגיב זיין אויף אים, אדער אפילו אפצולייענען כדי צו קענען לייקן. ווילסטו נישט יענער זאל דיר באמערקן. באהאלטסטו זיך.
און דאס זעלבע אויב דארפסטו צוריק אישי'ען איינעם, וואס ווארט אויף א ענטפער. דאס איז נאך א סיבה זיך צו באהאלטן.
אדער אויב למשל האסטו אן אנדערע אקטיווע ניק, און דו ווילסט נישט יענער זאל כאפן אז בשעת דער ניק איז דא, איז דער אנדערער נישטא.
אדער דו האסט נישט ליב אז אנדערע זאלן דיך קענען נאכקוקן ווען ביסט לעצטע מאל געווען דא, באהאלטסו סתם אזוי וועגן דעם, דיין אנליין סטאטוס.
דארפסט נאך סיבות?

ברוין » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 8:57 pm

· #46150
ביי אישית העלפט דאס נישט. ווייל איינמאל דו ליינסט איז עס ארויס פון יענעמס OUTBOX

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:00 pm

· #46152
ברוין
ביי אישית העלפט דאס נישט. ווייל איינמאל דו ליינסט איז עס ארויס פון יענעמס OUTBOX

שקויעך פארן שרייבן, ס'זעלבע געטראכט