☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חסידי אוה"ע! יוגאנדער פרעזידענט קעגן חוקי תועבה!

חסידי אוה"ע! יוגאנדער פרעזידענט קעגן חוקי תועבה!

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5949

גאלד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 7:35 pm

· #186161
חסידי אוה"ע! יוגאנדער פרעזידענט קעגן חוקי תועבה!
דער רמב"ם זאגט אז דער אפטייטש פון א חסיד אומות העולם איז נישט די וואס געבן פוד-סטעמפס און מעדיקעיד, נאר א רעגירונג וואס איז מקיים די שבע מצוות בני נח,

אשר ע"כ וויל איך איבערגעבן דערקוויקענדע נייעס פאר חברי השטיבל הי"ו, אז דער געערטער פרעזידענט פון יוגאנדע, מר. יאווערי מוסעוועני יר"ה האט היינט מאנטאג אונטערגעשריבן א נייער געזעץ אז כל איש ואשה במלכות יוגאנדא וואס וועט זיך דערוואגן צו פראקטיצירן תועבה איז אחת דתו און וועט פאראורטיילט ווערן צו לעבנסלענגליכע טורמע.

"דער געזעץ האט זיך אויסגעפעלט צוליב די געמיינע השפעה די מערב לענדער פרובירן צו פארדארבן אפריקע" האט ערקלערט פרעזידענט מוסעוועני


דער געערטער פרעזידענט שרייבט אונטער דער געזעץ, אן קיין מורא!

"זיי זענען עקלהאפטיג. וואספארא סארט מענטשן זענען זיי?" האט ער געזאגט. "איך האב קיינמאל געוויסט וואס זיי טוען. מ'האט מיר איבערגעגעבן לעצטנס אז וואס זיי טוען איז שרעקליך. עקלדיג. אבער איך בין געווען גרייט דאס צו איגנארירן אויב עס וואלט געווען באווייז אז דאס איז וויזוי ער איז געבוירן, נישט נארמאל. אבער דער באווייז איז נישטא."

ממנו ילמדו!

זעה "גוגל נייעס" פאר נאך

יאיר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:41 pm

· #186184
די ריכטיגע חסידי אומות העולם זענען די וואס זענען מקיים דעם פסק פון גמרא אז א בן נח וואס איז עובר אויף די שבע מצוות איז חייב מיתה. איינער פון די חסידי אומות העולם איז די חשוב'ע איראנער פאלק וואס צייכנט זיך אויס מיט זייער חסידות ביים פארשטיינערן אדער הענגען אלע וואס ווערן געכאפט אלס געי קאפלס אדער אנדערע מעשה זנות, ומהם ילמדו וכן יעשו.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:43 pm

· #186185
לעצטענס טוט זיך אויך איבערקערענישן אין רוסלאנד, פוטין איז קעגן געי'ס

קול דודי » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:15 pm

· #186201
איז דאס על דרך ״אזוי ווי עס אידישט זיך אזוי גויאישט זיך״? לויט דעם קען מען אפשר פארשטיין אז מוסאוועני, פוטין אין די איראנער מולא׳ס זענען טאקע די גרעסטע גויאישע חסידים היינט.

טאמבל סאס » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:21 pm

· #186202
דער יוגאנדער פרעזידענט קומט מיר פאר ווי א חסידישער רבי זאל ווען אסר'ן פרויען צו סעדוסן מענער...
ס'איז ענליך צו די ביטערע פיהלינג וואס כ'האב געהאט אלס קינד ווען איך בין געוואויר געווארן אז משה, אסתר, זליכה, אדער פרעה וואס האט צוגענומען שרה -- זענען געווען שווארצע.

הערשי » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:44 pm

· #186250
ווען ער וועט איינשפארן אלע זיינע קארופטירטע דיינים, וועט מען זיך איבערצייגן אז ער מיינט די שבע מצוות.

איחוד פעלד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:47 pm

· #186254
[ציטאט אראפגענומען]



הכלל, זעהסט מיר אויס אביסעל צוריסען, פין איין זייט איז בעסער פרייהייט, מצד שני נעמסט די אהן אז מען דארף אסר'ן חוקי תועבה.

לידיעתך, עס גייט נישט אזוי.

חזקיהו המלך » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:27 am

· #186333
צי מען דארף אסערען צי נישט, איז איין זאך,

אבער וויי געוואלד, און אמעריקע טאמער איינער זאגט א ווארט קעגען געי ווערט ער פארשריגען, און פארדאמט און די פרעסע,

אז איינער האט אזא יצר הרע און ער טוט וואס ער טוט בסתר, און לאמיר זאגען אז אפילו בגלוי איז שוין אויך איין זאך, אבער וויי געוואלד, זיי מאכען עס פאר א געהעריגע לעגאלע כותבין כתובה לזכר, זיי ריפען אויס מלחמה קעגען באשעפער, זיי זענען רשעים,

פוטין האט נישט געמאכט משכב זכר אומלעגאל אין רוסלאנד, ער האט נאר געמאכט א געזעץ אז די מידיא טאר עס נישט פראפעגאנדירען, אין אז מען טאר עס נישט אויסלערנען פאר מיינער'ס, גאר א גוטע זאך,

די משכב זכרים זענען משוגע, זיי זענען נישט ציפרידען מיטען טוהן וואס זיי טוען, זיי ווילען נישט אנדרעש נאר פאראדירען בפלטרין של מלך, אין די הייליגע שטאט ירושלים, דאס מיינט זיך שלאגען מיטען באשעפער, דאס איז להכעיס, ס'איז א חטא איום ונורא, וויי וויי, ווי די וועלט האט געגליטשט,

Chasidishmashpia » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:37 am

· #186334
Ken men zech den shlogen miten bashefer? Why if they are doing it in jerusalem does it mean that they are fighting with der bashefer?

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:44 am

· #186343
עס איז א בושה אז מיר הייליגע עטה''ק אין אמעריקא ובארץ הקודש, האבען נישט די השגה צו גיין מיט א קאמף קעגן די השפעה פון די מערב וועלט לענדער.

עס וואלט זיך שוין געמעגט אויפוועקן איינע פון אינזערע פרעזידענטן, און שרייבען אזא סארט חוק.

איחוד פעלד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:24 am

· #186358
חזקיהו המלך
צי מען דארף אסערען צי נישט, איז איין זאך,

אבער וויי געוואלד, און אמעריקע טאמער איינער זאגט א ווארט קעגען געי ווערט ער פארשריגען, און פארדאמט און די פרעסע,

אז איינער האט אזא יצר הרע און ער טוט וואס ער טוט בסתר, און לאמיר זאגען אז אפילו בגלוי איז שוין אויך איין זאך, אבער וויי געוואלד, זיי מאכען עס פאר א געהעריגע לעגאלע כותבין כתובה לזכר, זיי ריפען אויס מלחמה קעגען באשעפער, זיי זענען רשעים,

פוטין האט נישט געמאכט משכב זכר אומלעגאל אין רוסלאנד, ער האט נאר געמאכט א געזעץ אז די מידיא טאר עס נישט פראפעגאנדירען, אין אז מען טאר עס נישט אויסלערנען פאר מיינער'ס, גאר א גוטע זאך,

די משכב זכרים זענען משוגע, זיי זענען נישט ציפרידען מיטען טוהן וואס זיי טוען, זיי ווילען נישט אנדרעש נאר פאראדירען בפלטרין של מלך, אין די הייליגע שטאט ירושלים, דאס מיינט זיך שלאגען מיטען באשעפער, דאס איז להכעיס, ס'איז א חטא איום ונורא, וויי וויי, ווי די וועלט האט געגליטשט,



כ'פארשטיי נישט.

דער כתובה איז נישט קעגען די תורה, מען שרייבט אן אפמאך, ווידער דער רינגעל, איז מעשה קוף בעלמא, עס האט נישט קיין דין קדושין, ס'איז גארנישט, און די מעשה תועבה אליין, באדערט דיך דאך נישט, טא וואס איז די גאנצע רוגזא?

חזקיהו המלך » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:23 am

· #186378
איחוד פעלד

כ'פארשטיי נישט.

דער כתובה איז נישט קעגען די תורה, מען שרייבט אן אפמאך, ווידער דער רינגעל, איז מעשה קוף בעלמא, עס האט נישט קיין דין קדושין, ס'איז גארנישט, און די מעשה תועבה אליין, באדערט דיך דאך נישט, טא וואס איז די גאנצע רוגזא?


כ'זעה די האסט מיר נישט פארשטאנען,

קודם כל, זיכער איז די עצם גרויליכען מעשה, א שרעקליכע בגידה אין דעם רצון ה' אין אויך די די נארמאלע מענטשהייט,

נאר כ'האב געשריבען אז לאמיר שוין זאגען אז למעשה קען מען זיך נישט אריינמישען אין יענעם'ס פריוואטע אנגעלעגענהייטען, ס'איז צווישען יענעם אין דעם באשעפער,אבער פארוואס דארף די אפיציעלע פראפעגאנדע שטיצען אזאלכע אומווערדיגקייטען, זאלען זיי זיך חאטשיג שעמען, זאלען זיי זיך באהאלטען אין די לעכער, און דאס איז די עוולה פין כותבים כתובה לזכר,

די ווארט איז נישט צי ס'איז מעשה קוף צי נישט, צי ס'האט א דין קידושין ע"פ תורה צי נישט, די ווארט איז אז ווען איינער טוט אן עבירה בסתר, ס'איז געווען יצרו תקפו, דאס איז איין דרגה אין א חטא, און ס'איז אסאך גרינגער ווי די צווייטע דרגה וואס מען מאכט עס שוין אפיציעל, מען פלאנירט עס אויס פין פאראויס געהעריג, מיט א אפיציעלע אפמאך, א אפיציעלע צערעמאניע, דאס איז שוין אסאך אסאך א גרעסערע חטא, ווייל ס'נישט פשט אז ס'האט עים געחאפט א שוואכע מינוט און ער איז דורעכגעפאלען, נאר ס'ווערט א אפיציעלע שיטה, א וועג פין לעבען, דאס איז שוין זייער הארב, אין די שאדען פין אזא סארט עבירה פאר די נשמה איז אסאך מער, אין די תשובה אסאך שווערער,

איחוד פעלד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:18 am

· #186387
אקעי.

אבער זיי זשע מסביר, אויב איז דא אין אמעריקא א פרייע מדינה, יעדער קען טוהן מה שליבו חפץ, אונטער וואסערע בסיס קען און דארף אמעריקא אלץ א לאנד מיט חוקים לטובת די יושבים פארדאמען מעשה תועבה?

און טאמער על פי חוקי האטיעסטען קומט אויס אז ברית מילה אויף א פיצעל קינד איז בארבאריש, דעמאלס שרייסטו פרייע מדינה וכו?

דער מדינה ווערט נישט געפירט דורך די חוקי התורה מעיקרא, סא פין ווי קומט דער חוצפה צו פארלאנגען צו מאכען אומלעגאל עפעס וואס אסאך תושבים ווילען?

איז נישט פשט אז געבען די מיינאריטי דער רעכט זיך צו קענען פירען לויט זייער שיטה איז דער יסוד הקיום פין אמעריקא?

טעפל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:36 pm

· #186518
דער פרעזעדנט פון יוגאנדע סתם אזוי איז א נארמאלע מענטש אדער א מענטען פרעסער?

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 26, 2014 1:21 am

· #186785
על טהרת הקודש
עס איז א בושה אז מיר הייליגע עטה''ק אין אמעריקא ובארץ הקודש, האבען נישט די השגה צו גיין מיט א קאמף קעגן די השפעה פון די מערב וועלט לענדער.

עס וואלט זיך שוין געמעגט אויפוועקן איינע פון אינזערע פרעזידענטן, און שרייבען אזא סארט חוק.

פאר'ן גיין ביז קיין וואשינגטאן, קענסטו אנהויבן אזא קאמפיין אין אונזערע ישיבות...

עוד מישהו » מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:50 am

· #186809
טעפל
דער פרעזעדנט פון יוגאנדע סתם אזוי איז א נארמאלע מענטש אדער א מענטען פרעסער?

דו האלטסט אז ער איז נחשד אויף אבר מן החי?

אגב די סיבה פארן אסרן תועבה אין אוגאנדע איז שוין גארנישט מחמת צדקות.
עס איז שוין יארן וואס דער אפריקאנער קאטינענט דרום פון די סאהארא מדבר, מוטשענען זיך מיט א שוידערליכע עפידעמיע וואס האט צוטוען צו תועבה.
אלע לענדער האבן אונטערגענומען ראדיקאלע שריט אונטערצוברענגן די קרענק, ווייל טויזנטע שטארבן דערפון יערליך, דער אוגאנדער פיקח ברוב חכמתו האט דאס געמאכט אומלעגאל פאר די סיבה און נישט פארן זיין א צדיק וואס גלייבט אין ז' מצוות בני נח.

נאר,,פרייליך » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:40 am

· #186818
געפילטע פיש
על טהרת הקודש
עס איז א בושה אז מיר הייליגע עטה''ק אין אמעריקא ובארץ הקודש, האבען נישט די השגה צו גיין מיט א קאמף קעגן די השפעה פון די מערב וועלט לענדער.

עס וואלט זיך שוין געמעגט אויפוועקן איינע פון אינזערע פרעזידענטן, און שרייבען אזא סארט חוק.

פאר'ן גיין ביז קיין וואשינגטאן, קענסטו אנהויבן אזא קאמפיין אין אונזערע ישיבות...


ליבערשט גיין צו די גויאשיע דיפלאמאטען ווי איידער אינז צו פארשמירען און מאכען די ישיבות פאר א גארבידזש קען.