☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » וועלכע הכשר? וועלכע מאטריאל? ערלויבט ביים פייערונג

וועלכע הכשר? וועלכע מאטריאל? ערלויבט ביים פייערונג

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5943

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:43 pm

· #186058
וועלכע הכשר? וועלכע מאטריאל? ערלויבט ביים פייערונג
ווי שוין ערווענט דא:דורכ'ן גבאי ה'שטיבעל

גרייט מען זיך אין עטליכע טעג ארום צו גרויסע פייערונגען, היות כ'וויל גיין שאפינג פאר די גרויסע מסיבה וויל'ך פרעגן, וואסי ערלויבט מטעם ההנהלה ומטעם אנ''ש? פייערקרעקערס? אויב יא וועלכע סארט?
סנעפס איז ערלויבט?

וועלכע הכשר לאזט מען אריין עדה? נייע הכשר מבד''ץ היראים? התאחדות ? וואלאווע? יאקע? או יו? סטאר קעי?

ביטע אנווייזען אינסטרוקציעס מטעם די באהערדע ומטעם די קוראי ה'קאווע ושותי'.

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:04 pm

· #186073
צוליב די חשש אז פראדוקטן קענען קומען פון בית שמש וואס דאס איז א ביין אין האלז ביי טייל שרייבערס דאהי אין שטיבל איז פראטעקאלירט געווארן אז אלע עסנווארג מיזן דייקא האבן די "רבני איחוד היראים" הכשר, אזוי אויך ווערט אראנדזשירט אז די מוזיק זאלן זיין אויסגעהאלטענע נישט וואס מ'האט געטאנצן אויף שטחים מימות השופטים.

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:10 pm

· #186079
מאנכע ווילען דייקא די דבש וואס האט אמאל גיהאט אויכעט איטליכע מיני טשיז פראדוקטען להגדיל ה'כשרות, ווער ס'האט ביטע בריינגען
אויכעט ווער ס'פארמאגט נאך לב מילך מיטען הכשר קראנהייטס ובד''ץ וומ''ס
און קעי דזשעי און קעי דזשי פלייש ערלויבט.
ביטע עסן אפגעריקט איטליכע טישען צווישען די שותי לב ואוכלי קעי דזשי וקעי דזשעי.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:24 pm

· #186203
היות מען פלאנט צו באיקאטירן מדינת.ישראל עסנווארג צוליב זייערע גזירות אויף כלל ישראל, ע"כ נישט ברענגען פון דארטן קיין עסן.

נאר,, דו עסט פלייש פונעם בעלזאעאי?

דריידל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:16 pm

· #186230
איך ציטער אז איך וועל דארפן ציקוקען ווי מיין שכן בייסט אריין אין א שטיקל צומת הגידין.
די אחראים זאלן נעמען די זאך אין די האנט אריין באצייטענס און אראפשטעלן גדרים ווייל אז נישט קען זיך נאך איינער אנריקן מיט פינקל פלייש.

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:41 pm

· #186243
נאר,,פרייליך


גרייט מען זיך אין עטליכע טעג ארום צו גרויסע פייערונגען, היות כ'וויל גיין שאפינג פאר די גרויסע מסיבה וויל'ך פרעגן, וואסי ערלויבט מטעם ההנהלה ומטעם אנ''ש? פייערקרעקערס? אויב יא וועלכע סארט?
סנעפס איז ערלויבט?
וועלכע הכשר לאזט מען אריין עדה?

איך וואלט אייך סערווירט ברוינע צימעס, כאשר עשה כן יעשה לו.

רויטע וואנצעס » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:55 pm

· #186262
נאר,,פרייליך


וועלכע הכשר לאזט מען אריין עדה?
איז צו פרום.
נייע הכשר מבד''ץ היראים?
יראים איז צו מקיל.
התאחדות ?
איז צו טייער.
וואלאווע?
איז נישט גוט לויט מאגרוב.
יאקע?
איז טרייף.
או יו?
איז נאר פאר'ן ערעפלאן.
סטאר קעי?
איז נאר גוט אין כינע.

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:36 am

· #186338
נאר @על טהרת הקודש ערלויבט.

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:38 am

· #186339
כדי אלעמען ציציפרידען שטעלן וועט מען מיזען צישטעלן נאר טיי
קרעדיט פון דעי געדאנק קימט זיך פאר די הויכגעשעצער שטיב מענטשען בבית מהר''א מסאטמאר והאדמו''ר מבעלזא
זיי האבען זיך זייער גיט אן עצה געגעבן מיט דעם, קענען מיר טרייען דאס נאכציטין
טיי שטיבעל

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:43 am

· #186342
אין אייוועלט באניצט מען זיך שוין מיט דעם, דא איז עס אסור בתכלית.

I'm back » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:25 pm

· #186463
ווער האט אימפארטירט די אלע סיקריקים דא?