☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » REAL ESTATE

REAL ESTATE

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5939

ביזנעס » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:26 pm

· #185851
REAL ESTATE
איך קוק מיר אזוי אום, און כ'באמערק אז ס'איז נישט דא קיין אשכול אויף ריעל עסטעיט. מ'קען אפשר מאכן א שיינע פאר דיעלס דא (און אפשר נישט), איז, לאמיר פראבירן כאטש.

אויב איינער האט אינטערעסאנטע גוטע-פרייז commercial properties צום פארקויפן אין די ברוקלין אומגעגענט, אדער אויב עמיצער זוכט א ווערהאוז וכדו' זאל ער מיר ביטע קאנטאקטאן אין אישי.

איך האב אפאר גוטע זאכן אין ברוקלין און אין קווינס, גוטע פרייזן און הייסע געגענטער, אויב איר זוכט צו קויפן (בראקערס-- שטייטס אוועק) ביטע מיר מודיע זיין.

*ביטע האלטן סארקאזם פאר א צווייטע געלעגענהייט. א דאנק.

פישלע העררינג » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:34 pm

· #185852
איך רייס מיך ביי די קשקשים און סנפירים. איך האב דעם ברוקלין בריק צום פארקויפן, ווי רעד איך מיט דיר איבער דעם, דא צו אין אישי?

ביזנעס » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:39 pm

· #185855

*ביטע האלטן סארקאזם פאר א צווייטע געלעגענהייט. א דאנק.

וועלכע ווארט פארשטייסטו דא נישט?

שטילע אינגערמאן » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:48 pm

· #185857
קאמאן, איך קום דא צו קאווע שטיבעל ווען איך האב פרייע צייט כדי הנאה צו האבן, שמייכלען אין פארגעסען פון די ארבייט,
נישט אויף ביזנעס, פארדעים קען איך בלייבן אין אפיס,

ביזנעס » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:53 pm

· #185858
איך קום אין ק"ש צו מאכן ביזנעס, אזוי קען איך זיצן און שמייכלען אין אפיס...

שטילע אינגערמאן » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:55 pm

· #185859
ביזט אויך אויף ביינאכט כדי צו שלאפן בייטאג?

ביזנעס » מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:39 pm

· #186009
איך ברענג נאכאמאל ארויף דעם אשכול, פאר די וואס זענען געשלאפן נעכטן נאכט.

לעמיל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:42 pm

· #186010
דו טוסט נאר און commercial אדער אויך און residential?

רויטע וואנצעס » מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:44 pm

· #186011
ייש"כ פאר די אשכול, איך בעט שוין לאנג פאר א ביזנעס אפטיילונג.

ביזנעס » מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:46 pm

· #186012
לעמיל
דו טוסט נאר און commercial אדער אויך און residential?

בעיקר גרויסע commercial ווערהאוז'עס און development sites. איך האב נישט קיין קליינע הייזער, זיכער נישט אין די היימישע געגענטער.

מ גפני » מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:48 pm

· #186122
פישל'ע העררינג
איך רייס מיך ביי די קשקשים און סנפירים. איך האב דעם ברוקלין בריק צום פארקויפן, ווי רעד איך מיט דיר איבער דעם, דא צו אין אישי?

👍 😂

גנדי » מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:54 pm

· #186133
מר. ביזנעס.

לוינט זיך צו קויפן אין שטעטל בלומבערג?

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 24, 2014 7:57 pm

· #186171
דער לעצטע מענטש 'ך וואלט געטוהן ביזנעס איז מיט אייך.
זייט נישט ברוגז פאר מיין קאלטע אויפנאמע דא אין שטיבל, אבער אם זקנה אין כאן חכמה יש כאן, לאמיר אייך זאגן א כלל גדול אין ביזנעס:
מ'האנדעלט נישט מיט אונטערערדישע באהאלטענע מענטשען.
אז איר ווילט אונז פארציילען איבער אייער געשעפטן און טרעפן דא נייע קליענטן, זייט מוחל שרייבט אייך איין מיט אייער פולע נאמען און טעלפאון נומער, און ווער ס'וויל וועט אייך שוין רופן מיט זיין פולע נאמען.
אה, און אגב, שיעור נישט פארגעסען צו זאגן, אויב האט איר עפעס אנאליזן און מיינונגען אינערהאלב ריעלעסטעיט, זייט מהנה דעם עולם דא. סוף כל סוף איז דאך דאס געווען כוונת כ"ק מייסד המוסדות שליט"א מלכנו בראשנו אמן. אל מסתתר... שיר המעלות... נו מים אחרונים.

ביזנעס » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:08 pm

· #186175
עה... עםםםם... ערשטע דארף איך כאפן דאס אטעם נאך אזא שלום עליכם פון הרב טווערסקי.
איז אזוי, זעהט אויס ביי דיר איז גילטיג דעם כלל "אם זקנה יש כאן, חכמה אין כאן..."
נעמליך, האסטו נישט ארויס דעם ליין, און איך וואלט אייך מייעץ געוועהן צו ווייטער עוסק זיין אין פיסכילאגיע און לאזן ריעל עסטעיט פאר מיר און מיינע קאלאגעס.
אין דער עולם הביזנעס איז דא טויזענטע מענטשן וואס זוכן, מיט ליכט, ווערהאוזעס און שטחים, און איינע פון די וועגן וויאזוי מען קרוגט דאס איז דורך -- קרעיגס ליסט, לופנעט, זילאו וכדו' וואו מ'קען זיך אויך נישט, און אלס איז אונטער'ן שלייער פון פארבארגענהייט.
איז ביטע ערקלערט מיר הרב טווערסקי, פארוואס קען מען נישט זיין אנאנים? אויב איינער מעלדט זיך אין אישי, און זאכן זעהן אויס סיריעס, קען מען זיך טרעפן אין ריעל לייף. וואטס דע פראבלעם?

פארוואס? » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:06 pm

· #197126
ביזנעס
עה... עםםםם... ערשטע דארף איך כאפן דאס אטעם נאך אזא שלום עליכם פון הרב טווערסקי.
איז אזוי, זעהט אויס ביי דיר איז גילטיג דעם כלל "אם זקנה יש כאן, חכמה אין כאן..."
נעמליך, האסטו נישט ארויס דעם ליין, און איך וואלט אייך מייעץ געוועהן צו ווייטער עוסק זיין אין פיסכילאגיע און לאזן ריעל עסטעיט פאר מיר און מיינע קאלאגעס.
אין דער עולם הביזנעס איז דא טויזענטע מענטשן וואס זוכן, מיט ליכט, ווערהאוזעס און שטחים, און איינע פון די וועגן וויאזוי מען קרוגט דאס איז דורך -- קרעיגס ליסט, לופנעט, זילאו וכדו' וואו מ'קען זיך אויך נישט, און אלס איז אונטער'ן שלייער פון פארבארגענהייט.
איז ביטע ערקלערט מיר הרב טווערסקי, פארוואס קען מען נישט זיין אנאנים? אויב איינער מעלדט זיך אין אישי, און זאכן זעהן אויס סיריעס, קען מען זיך טרעפן אין ריעל לייף. וואטס דע פראבלעם?

@ביזנעס
איך זעה אז יעדער האט דיר אזוי אפגעפאטשט, און אויסגעלאכט. (געדענק! לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער).
איך וועל דיר אויפנעמען מיט א ברייטע ״ברוך הבא״.
לאמיר אביסל הערן פון אייך, וואס טוהט זיך אין די ריעל איסטעיט וועלט?
בעיקר בין איך נייגעריג, ווי אזוי מען קעןמעס טוהן אווער די נעט? ווי אזוי קען מען וויסן אויב א פרייז פון א געוויסע פראפערטי וואס איז נישט אין מיין געגנט, אויב עס איז א מציאה אדער נישט, וכו׳?
אויב דו וועסט זיך לאזן הערן, קען זיין דו וועסט טרעפן קונים.

ביזנעס » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 9:30 pm

· #197131
א דאנק פאר דער שיינעם אויפנאמע.

צופיל קען איך נישט מאריך זיין, ווייל די צייט ערלויבט נישט, אבער איך וועל פראבירן דאס בעסטע.
ראשית כל, איך בין נישט עפעס א ספעציעלער גרויסער מבין אין דער אלגעמיינער ריעל עסטעיט ליין, דהיינו, אינדערויסן פון ברוקלין און קווינס. אין ביליגערע געגענטער איז געווענליך נישט שווער אויסצוגעפינען די ווערד, וואס מען טוט איז, מען מאכט אפאר טעלעפאן קאללס, מען רעד מיט אפאר מעקלערס, און מען זעהט בערך מיט וועם און וואס מען האנדעלט. איך זאג נישט- ריעל עסטעיט איז א טריקי ליין, און מען קען זיך גוט אויסגליטשען. חכמים הזהרו.

דא, ביי אונז אין ברוקלין (לדוגמא), וואו די פרייזען זענען אין די הימלען, דארף מען זייער אכטונג געבן, און נישט קויפן אין די וועלט אריין. אמאל זעהט מען איינער, א מבין, קויפט טייער, דארף מען פארשטיין אז יענער איז אדער א user, דהיינו, ער מוז האבן דעם פראפערטי (למשל איינער וואס דארף א ווערהויז), און דערפאר האט ער עס געקויפט, אדער א גרויסער דיוועלעפאר וואס האט גאנצעטע חשבונות, אבער פאר דיר לוינט עס נישט.

איין רגע, איך האב א פאון קאלל.

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:02 am

· #197152
@ביזנעס,

וואסארא ROI קען איך עקספעקטען אויף א וועירהאויז איבער 5 יאר?

ביזנעס » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:31 am

· #197157
שווער צו זאגן נביאות, אבער געב מיר מער פרטים; למשל, ווי גרויס איז דער ווערהויז (sf & buildable sf) און אין וועלכע געגענט מען רעד.

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:37 am

· #197159
...

ביזנעס » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:48 am

· #197164
אין מזרח וויליאמסבורג, רעד הוק? וואו?

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:10 am

· #197171
...

דריידל » דאנערשטאג מאי 29, 2014 10:45 pm

· #203517
איך האב יעצט אפאר טאלער צו אינוועסטן און נפשי חשקה בריעל עסטעיט ווי חכז"ל זאגן שליש בקרקע. אבל דא עקא אז איך בין א קנאפע ידען אין די סוגיא, וויל איך מיך קודם באקענען אין די סוגיא פאר'ן אריינטאנצן.

מיין ערשטע פראגע איז וויפול דארף מען אראפלייגן? דאס הייסט אויב איך טרעף א הויז פאר 1m פארשטיי איך אז די באנק וועט נישט אויסלייגן די גאנצע. איך רעכן נאך א הונדרעט טויזענט קלאזינג קאסטס מיט זייטיגע הוצאות. עסאאמינג איך בין אים שיינע פארדינער מיט א גוטע קרעדיט, איז אויב האב איך דריי הונדרעט אלפים, וועט די באנק מיר געבן די רעשט אכט הונדרעט?

שמערל » דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:12 pm

· #203522
כ'האב מורא אז די גייסט נישט אין מקוה. ווי קען זיין א חסידיש אינגערמאן זאל נישט וויסן אזעלכע א' ב'?

דריידל » דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:26 pm

· #203524
איך גיי אין די קאלטע בור

יין שרף » דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:34 pm

· #203525
נו, מהאט דיר געזאגט אז די ביסט נישט חסידיש!

פארוואס? » פרייטאג מאי 30, 2014 10:25 am

· #203557
דריידל
איך גיי אין די קאלטע בור

אויב דו גייסט אין די קאלטע, דארפסטו זיכער קענען די סוגיא פון אריינטאנצן.

דריידל » פרייטאג מאי 30, 2014 5:27 pm

· #203676
פאר מ'טאנצט אריין דארף מען קוקען אויב ס'איז דא א וועג ארויס.

בד"וו איך ווארט נאך איינער זאל מיר ארויסהעלפן.

דריידל » דינסטאג יוני 10, 2014 11:44 pm

· #205403
איך האב באקומען אפאר אפפערס וואס קען זיין אינטערעסאנט. איינער זאגט מיר אז אויב גייט מען ארויף אויף HPD וועבזייטל, קען מען טרעפן אינפארמעישאן אויף די פראפערטי. איך בין אהין געגאנגען אבער איך זעה נישט ווי מ'קען סורטשען פראפערטיס.

קען עמיצער דא ארויסהעלפן?

אפטעמיסט » מיטוואך יוני 11, 2014 12:18 am

· #205419

I know a bit » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 4:47 pm

· #239304
איך בין ניי דא אין שטיבל און ראס אידיש טייםן איז מיר שווער אזו ווי דער גוי בא דע הגדה וועל איך שראבן אין ענגליד.
I am in real estate management for 15 years and know the market, I can help you analyze deals mostly muti families in the yri state area. I am interested in putting together a group of investors and structure it as equity partners with a preferred retutn rate. If any are interested, contact me private. I am not hiding behind a user name, I just don't wish advertise in public.

יאסל ראקאווער » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 6:39 pm

· #239330
גיי נעם שותפות געלט פון די מענטשען ביי וועם די האסט ג'מענדזשעט פראפערטיס פאר די לעצטע פופצען יאר. אז די קומסט דא זיכען געלט איז שלעכטע נייעס. אדער טויג נישט דע געשעפט אדער טויגסטו נישט.

I know a bit » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 11:21 am

· #239552
Hpd building info. You can find the name of owner and manager and all violations on the property. It will give an idea how the building is managed. Also, on DOB you can find all building violations.