☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שרעקליכע בזיון המת אין לאנדאן

שרעקליכע בזיון המת אין לאנדאן

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5937

לאנדאנער » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:45 pm

· #185796
שרעקליכע בזיון המת אין לאנדאן
א שטילע מהפיכה טוט זיך יעצט אפ אינערהאלב די לאנדאנע אידישע געמיינדע. עס איז נישט פאר אלעמען באקאנט אבער איז א טרויעריגע געשיכטע דאס דעם פארגאנגענעם פרייטאג האט א איד, א משולח פון ארץ ישראל, מנהל פון באיאן׳ער ישיבה אין ירושלים עיה״ק, אויסגעהויכט זיין נשמה אין א לאנדאנע שפיטאל, זייענדיג אין די פרעמד נאך געלט, נאכן כאפן א פאטאלע הארץ אטאקע אין די פינטערס מקוה.
די בראך הייבט זיך אבער אן מיט די קאראנער׳ס אפיס וועלכע יאגן זיך אינגאנצן נישט. ביי בני ארץ ישראל איז שנעלע קבורה א ״מאסט״ ממש, און דארט שפענדעט מען נישט קיין איבריגע נאכט כמעט ווי קיינמאל. ווייטער ביי די אמעריקאנע אידן איז דאס שוין א אויסגעאקערטע פעלד, וואס כאטש די גוי׳שע מעדיקל עגזעמינאר וואלט גערן געקענט באשטיין ארומצופוילעצן אביסעלע, האבן זיך שוין ר׳ עיב פרידמאן מיט זיינע קאלעגע ליעזאנס זייערע דרכים וויאזוי דורכצוהאקן אלע פארשפארטע טויערן. און יעצט קומט איר צו צו לאנדאן בתפארתה.
(איר קענט באקומען א שטיקעלע מושג מיט וואסערע רואיגקייט די חברה קדישא אין לאנדאן ארבעטן אפילו ביי אזעלכע פעלער דורכן אריינבליקן אין מנשה לוסטיג׳ס ארטיקל פון זיין עקספיריענס מיט די רואיגע הייליגע לייט)
מ׳שטיימער שוין ליידער ביי צוויי און א האלב טעג זייט דער איד האט זיך געזעגנט פון דעי וועלט, דארט מעבר לים שטייט א צובראכענע צוקלאפטע משפחה און ווארטן און פרעגן מה זאת ועל מה זאת, די צעטלעך אין ירושלים וואס קלאגן אויף ר׳ נתן דונט ז״ל ווערן שוין עטוואס פארגעלט און טיילווייז איבערגעדעקט מיט פרישע צעטלעך, און דא זיצן זיך די לאנדאנע עסקנים און טרינקען טיי, און ווארטן אויף מאנטיג צופרי 8 אזייגער ווען די קאראנער׳ס אפיס וועט זיך עפענען, און דעמאלטס וועט מען שיקן א שיינעם אימעיל מיט פילע פליז׳עס און טענקיו׳ס און ווארטן אויפן עקזעמינערס תשובה מאנטיג ביינאכט אז דינסטאג צופרי קעמען שוין מאכן די לויה כדי אז מיטוואך מיטאג כמעט א וואך נאך די פטירה זאל דער נפטר קענען קומען למנוחות אין ארץ ישראל.

איז דאס נארמאל?
מען מוז זעהן עפעס צו טון אז מ׳זאל קענען אדורך פירן אזעלכע ענינים גרינג און שנעל, ווייל אנשטאט טון וואס מ׳דארף ווען מ׳דארף, זיצן יעצט לאנדאנע עסקנים אין שול און קלייבן חתימות פאר א פעטישן... מאך נישט קיין פעטישן, קלאפ נישט, שריי נישט, מאך די קאנעקשענס פריער וועסטעך נישט דארפן ברעכן קאפ ווען עס קומט צו א קריזיס!

(איימסארי אז איך קום מיר דא אן מיטן ערשטן תגובה אזוי שארף און ווייטאגליך, א פרישע ניק מיט שלעכטע בשורות, אבער עוד חזון מ׳עמיר נאך שרייבן שענער וועגן לאנדאן אין שענערע אשכולות.)

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:02 pm

· #185806
אויף וועמען גענוי שרייעסטו דא?
ווער א עסקן און מאך די קאנעקשאנס...

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:40 pm

· #185830
ממש אזוי? בזדון?

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:18 am

· #185868
שמעקעדיג
אויף וועמען גענוי שרייעסטו דא?
ווער א עסקן און מאך די קאנעקשאנס...

מ'קען נישט ווערן אן עסקן פלוצלינג איבערנאכט. לפענ"ד איז ער גערעכט. כאטש מ'קען נישט פארגלייכן לאנדאן צו ניו יארק. אבער אינז דארפן זיכער ארויסווייזן א שטארקע הכרת הטוב פאר די געטרייע עסקנים וועלכע ארבעטן לשם שמים. 🙄 😞 😢 😠 😛 😳 😮

נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:24 am

· #185873
עוד פוסק ערוך השולחן שעיקר עניין של איסור ההלנה הוא בשביל כבודו של המת והאיסור לנוולו, ולכן מותר להשהות את הקבורה במקום שיש פקודת מלכות, וכן "אם הלינו לכבודו להכין תכריכים, או שיבואו רבים ללוותו, או לעשות ארון, או שיבואו מקוננות, או להביא ספדן, וכיוצא בו – אינו עובר עליו" (יורה דעה שנז).

petergrifin » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:30 am

· #185878
@לאנדאנער זײ האבן נאך נישט געכאפט װאס די װילסט פון זײ..

לאנדאנער » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:11 am

· #185892
@שמעקעדיג דעיס אז דו האסט 8K תגובות איז מן הסתם ווייל איינער האט דיר צוריקגעענפערט דיין ערשטע תגובה אזוי ווי דו האסט יעצט געטו צו מיר, ניין?

שכוח דיר און אלע פאר די ווארעמע אויפנאמע 😳

סאשי פיש » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:46 am

· #185904
דאס ביסטו? @לאנדאנער
PLEASE HELP מת מצוה
a chsidisha yinerman from ירושלים that died tragically in the mikva on Friday in London.. is being held in London freezer since friday. The ME is a מכשיפה and causing צרות. She doesn't wanna release the body till Wednesday and here the family is going through such a tragic loss and can't arrange a funeral yet cuz they don't have the body PLEASE if you can think of someone that can help please please call Moshe Weiss in London @ 011447775793410

לאנדאנער » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:42 am

· #185922
@סאשי פיש פרעגסט צו איך בין משה ווייס? נאופס

אגב יעצט באקומען א אומבאשטעטיגטע ריפארט אז מ'האט ריליעסד די גוף פון ר' נתן נטע דונט ז"ל

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:07 am

· #185931
לאנדאנער
@שמעקעדיג דעיס אז דו האסט 8K תגובות איז מן הסתם ווייל איינער האט דיר צוריקגעענפערט דיין ערשטע תגובה אזוי ווי דו האסט יעצט געטו צו מיר, ניין?

שכוח דיר און אלע פאר די ווארעמע אויפנאמע 😳

איימסארי........... אבער שמעקעדיג מקטני אמנה הוא אז דאס איז דיין ערשטע תגובה......

אבער ביסט גערעכט, מיין ענטפער איז נישט געווען צום זאך, ס'פשוט כשגגה היוצא מפי, האסט אזוינס געשריגן אויף אונז בשעת איך בין נאך אין לאנדאן קיינמאל נישט געווען, וואס זאל איך טון? פליען קיין לאנדאן און ווערן אליינס א עסקן? האב איך געטראכט וועלכע עצה קען מען דא נוצן? אפשר זאלסטו אליינס ווערן א עסקן.. און דאס האב איך געשריבן..

נאכן איבערבעטן, יהא בואכם לברכה, השי"ת זאל העלפן זאלסט אונז שטענדיג קענען מבשר זיין בשורות טובות פון לאנדאן ומארבע כנפות הארץ.

לאנדאנער » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:13 am

· #185936
לאנדאנער
אגב יעצט באקומען א אומבאשטעטיגטע ריפארט אז מ'האט ריליעסד די גוף פון ר' נתן נטע דונט ז"ל

יעצט באשטעטיגט אז דאס איז טאקע נישט אמת! ליידער..

גם כי אלך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:40 am

· #185951
סגוט צו וויסן אז מיר האבן למעשה יא צו אפרישיעטן די היזיגע וויכטיג מאכער, סדא ווען זיי קומען צוניץ. אפילו אזא ארגינעזאציע ווי חסד של אמת וואס איז דא פאר גרויס געלט, למעשה האט מען פון זיי נוצן לעת מצוא. כל הכבוד להם.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:46 am

· #185981
גם כי אלך
אפילו אזא ארגינעזאציע ווי חסד של אמת וואס איז דא פאר גרויס געלט

האסט זיכער געוואלט שרייבן ''מתעסקים''

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:11 pm

· #185992
גם כי אלך
סגוט צו וויסן אז מיר האבן למעשה יא צו אפרישיעטן די היזיגע וויכטיג מאכער, סדא ווען זיי קומען צוניץ. אפילו אזא ארגינעזאציע ווי חסד של אמת וואס איז דא פאר גרויס געלט, למעשה האט מען פון זיי נוצן לעת מצוא. כל הכבוד להם.

איך בין נישט מסכים מיט דיר אז "חסד של אמת" איז דא פאר "גרויס" געלט, ווי דו זאגסט. איך קען ר' מנדל רויזנברג שליט"א און די אנדערע עוסקים במצוות פון די ארגאניזאציע. זיי זענען בפירוש נישט אויסן פאר געלט. זיי זענען צדיקים. 😕 😎 😂 🙄 😈 😠 😳 😮 😲

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:13 pm

· #185993
האטעך ער שוין פאראכטן
דער (פינטעל) איד
גם כי אלך
אפילו אזא ארגינעזאציע ווי חסד של אמת וואס איז דא פאר גרויס געלט

האסט זיכער געוואלט שרייבן ''מתעסקים''

ומסתמה טעות לעולם חוזר

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:14 pm

· #185994
דער (פינטעל) איד
גם כי אלך
אפילו אזא ארגינעזאציע ווי חסד של אמת וואס איז דא פאר גרויס געלט

האסט זיכער געוואלט שרייבן ''מתעסקים''

און זיי זענען אויך נישט אוועקצומאכן. זיי טוען אויף זייער א סאך פאר יקרא דחיי. די משפחות פון די נפטרים וועלכע זיצן שבעה ל"ע. זיי זעען אז ס'זאל זיין צוגעשטעלט אלע באקוועמליכקייטן בגשמיות וברוחניות הן פאר די משפחות און סיי פאר די מנחמים. 🙄

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:15 pm

· #185995
אמת אמת



.

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:17 pm

· #185997
למעשה וואס טוהט זיך דארט אין לאנדאן?

טיטאניק » מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:17 pm

· #186022
זיי גייען זיך דערמאנען בקרוב אז א אידישע נפטר ליגט דארט

Chasidishmashpia » מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:04 pm

· #186100
Bizoyen
One of the "nice" chevre kadishe ppl. Told someone about this case, "you need siyate dishmaye, like when you are making a coffe you need siyate dishmaye. . . " looks like chesed shel emes and coffe are the same. . . . .

Chasidishmashpia » מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:07 pm

· #186101
Hafgone. . .
I think that the ppl. Who are worried about the miesim in bet shemesh should make hafgones about this case, here it's a vadai yisroel mishkev kedarkoi. . . . .

יין שרף » מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:17 pm

· #186106
מיתי ישראל גייט זיי נישט אן...

Chasidishmashpia » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:23 pm

· #186147
London is nisht tsi leben in nisht tsi shtarben. . .

Chasidishmashpia » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:52 am

· #186335
De levaye is 10am in london giet arois fin bes medresh rizin-bayan.