☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אכשר דרא - כבר היה לעולמים (גיוס בני הישיבות)

אכשר דרא - כבר היה לעולמים (גיוס בני הישיבות)

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5936
בלאט: 1 2

לעיקוואד » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:30 pm

· #185788
אכשר דרא - כבר היה לעולמים (גיוס בני הישיבות)
דער וואס האלט מיט די לעצטיגע געשעהנישען בים חרדישער ציבור אין ארץ הקודש, האט אוודאי געהערט פון די נייע חוק וואס "וועדת שקד" (אין וואס די חרדישע חברי כנסת האבען זיך אגב באטייליגט ביז זיי האבען זיך מתפטר געווען די לעצטער טאג, שלא ייקרא על שמם..) האט אוועקגעשטעלט ארום די נושא פון גיוס חרדים אין מיליטער. די קולות וואס מען הערט אין די חרדישע צייטונגען און קוועלער איז פון א שערקליכער טראגעדיע, ווי פלופצלינג קומען די רשעים און ווילען אויסרייסען די תורה און אידישקייט, און ווי דאס איז א נייע זאך א חוצפה וואס איז קיינמאלנישט געווען מען זאל רופען חרדישע בחורים אין מיליטער. וכו' וכו' וכו'.

שטעלט זיך ארויס, פונקט ווי אין פילע אנדערע נושאים, אז דער גאנצער חרדישער מסורה וואס מען מאכט קולות כאילו דאס איז הלכה למשה מסיני, איז אינגאנצען אלט בערך דרייסיג פערציג יאר. מען דארף דאס בעצם בכלל נישט מוכיח זיין, שאל אביך ויגדך, יעדער איינער וואס געדענקט א טראפ די מצב אין ארץ ישראל פאר דרייסיג פערציג יאר צוריק געדענקט ווי עס איז געווען א נארמאלער זאך פאר חסידישע אינגעלייט זיך מתגייס זיין אין צבא, טאקע יונגעלייט, כלומר אלץ בחור האט מען דוחה געווען, ווילאנג מען איז געווען אין ישיבה, אבער ברגע מען האלט געהאלטן ביים ארויסגיין ארבטען האט מען זיך געפירט כמנהג כל הארץ און געגאנגען אין מיליטער. עס איז געווען א מחזה נפוץ צו זעהן אין גערע בעלזע וויזניצע שטיבל אינגעלייט מיט די גרינע ארמיי מונדירען, און קיינער האט עס נישט אראפגעקוקט אדער בכלל געהאט א הוה אמינא אז דאס איז א פראבלעם. (טאקע די קנאים האבען אלץ געזוכט זיך משוגע מאכען באקומען א פטור וכדו', אבער נער יספרם).

די חרדים פונקט ווי אין פיל אנדערע נושאים האבען אבער גאר א קורצע היסטארישע זכרון. און צולב פארשידענע פאליטיטשע מצבים זייט די צייט פון מנחם בעגין ווען אגודת ישראל איז צום ערשטע מאל אריין אין קאאליציע און באוקמען ריזיגע געלטער און השתתפות פון די מדינה, אין טויש פאר פאליטישע טובות, האט די נייע דור חרדים אינגאנצען פארגעסען וואס איז געווען, און היינט אז דו פארציילסט פאר א חרדישער בחור אז ער זאל גיין אין צבא קוקט ער דיר אן ווי פון לבנה אראפגפאלן, אינגאנצן פארגעסענדיג אז זיין טאטע זיידע און אלע פעטערס האבען אזוי געטוהן. און די חרדישע ליטערעטור טוהט אלעס צו פארווישען די היסטאריע אדער פארענטפערן מיט פארשידענע תירוצים שלא היו לעולמים. ווי למשל אז אמאל איז די צבא נישט געווען אזוי פריי אדער שמוציג ווי היינט (אינעם שמועס איבער'ן ספר "אתהלך" דא אין שטיבל האט מען דאס שוין דערמאנט)

אבער ברוך שמסר עולמו לשומרים, און כל מעשיך בספר נכתבים, און מען קען אלעס גרינג טרעפען אין די היינטיגע אוצר החכמה-גוגל עפאכע, האט א איד אונז געמאכט א טובה און געעפענט א בלאג ושמו נאה לו "כבר היה לעולמים" וואס ער ברענגט אראפ פילע דאקומענטען און בילדער פון חרדים און די חרדישע פרעסע מימות קום המדינה ועד לאחרונה וואס זייער יחס איז געווען צום צבא. און הגם ער האט פאליטישע חשבונות, מכל מקום נמצינו נהנים.

איך וועל מעתיק זיין אביסעל, לפי סדר השנים.

שנת תש"ח: די אגודת ישראל נעמט זיך צאם מגין זיין אויף די יידישער יישוב, און גיבען ארויס א קול קורא אז קול יוצאי צבא זאלן קומען זיך משתתף זיין
מען זעהט א קארטע וואס זיי האבען אויסגעטיילט ווי מען שרייבט זיך איין


דער אגודיסטעשער בטאון "דגלנו" גיט ארויס אן עקסטערע גיליון פאר און וועגן די וואס זענען זיך מתגייס צום מיליטער

שנת תשי"ד:

באריכטעט אין די אגודיסטישע צייטונגען, מען ארבעט אויפצושטעלען עקסטערע קבוצות פון פרומע חיילים

שנת תשכ"ד: די וועד הישיבות גיט ארויס א שטרענגע קול קורא אז נאר דער וואס איז טאקע תורתו אומנתו זאל נישט גיין אין מיליטער, יעדער אנדערש האט אן אחריות צו גיין

לעיקוואד » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:33 pm

· #185789
שנת תשכ"ז: די צייטען פון די זעקסט טאגיע מלחמה. די המודיע גיט ארויס אן עקסטערע ביילאגע, ווי עס שרייבט קלאר אז דער חרדישער ציבור דינגט זיך נישט אויף ד עצם חיוב פון יעדער איינער זיך משתתף זיין אין הגנה אויף קיום הישוב, נאר בני ישיבות משום קיום התורה זענען פטור.


דער המודיע רעדט פון "ליכוד האומה" און פארציילט מעשיות ווי פון אלע שיכטען און קרייזען זענען זיך אידען מתנדב צו העלפען מיט די מלחמה

בילדער פון חרדישע סאלדאטן

לעיקוואד » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:36 pm

· #185790
תשל"ג:

א בריוו פון הרב וולבה זצ"ל ווי ער מאכט קלאר דער חרדישער שטעלונג, אז אוודאי במקום סכנה דארף מען צוהעלעפן די מלחמה, און אז ער האט מורא'דיגע הערכה פאר די סאלדאטען וואס זענען זיך מוסר נפש אויף שמירת היהודים והיישוב. און איז מנחיל די הערכה פאר זיינע תלמידים , און איז מוחה אויף די וואס לערנען נישט אמת'דיג און דאך נוצען די פטור פון בני הישיבות.



לעיקוואד » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:38 pm

· #185792
תשל"ה

דער סטייפלער זאגט אז עס איז נישט געפערליך אז געוויסע ישיבה לייט האבען נישט באקומען קיין פטור, זיי קענען דאך אין צבא אויך לערנען

לעיקוואד » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:52 pm

· #185800
הרב שך און די וועד הישיבות שרייבט א שטרענגער בריעף מען זאל חלילה נישט אריינשרייבען אלץ בן ישיבה איינער וואס איז נישט באמת תורתו אומנתו

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:53 pm

· #185802
איך מיין אז ס'איז נאריש צו זאגן אז אמאל פלעגן חרדים יא האלטן, אדער עכ"פ נישט זיין אזוי נגד, דינען אין מיליטער. די בילדער פון חרד'ישע אידן אין צה"ל אין די בראשית יארן פון די מדינה, איז נישט קיין גרויסע ראיה, ווייל דעמאלט זענען פשוט נישט געוועהן גענוג פרייע אין אר"י, און די ביסל חרדים האבן געהאט צוויי ברירות: גיין אין מיליטער, אדער אויסגע'הרג'עט ווערן דורך די אראבער.
אין די שפעטערדיגע יארן זענען כמעט נישט געוועהן קיין חרדים אין צבא, און ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אז ס'איז געוועהן א נארמאלע ערשיינונג צו זעהן וויזניצע און גור'ע אינגערלייט מיט מיליטערישע מונדירן.
היינט צוטאגס, ווען די חרדים זענען אזוי גרויס, און די חילונים זענען אזוי גרויס, און דער הבדל צווישן די צוויי גרופעס זענען שמים וארץ- איז טאקע אנדערש ווי דאן, און בכלל נישט מעגליך צו פארגלייכן.

לעיקוואד » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:56 pm

· #185804
אפעטמיסט: איך פלאן זיך נישט צו דינגען אויף היסטארישע פאקטען לויט דיינע סברות וואס דו מיינסט עס איז נאריש אדער נישט. ווילסטו וויסען, פרעג זיך נאך, ברענג דאקומענטען, צייטונגען, וכו'. סתם סברות איז דאך נאריש. איך רעד פון אסאך א לענגערע תקופה ווי די ערשטע יארן ביי מלחמת העצמאות. פרעג ווער עס האט זיך געדרייט ביי דער אלגעמיינער חרדישער עולם אין ישראל פאר דרייסיג פערציג יאר און ער וועט דיר זאגען ווי עס איז געווען א נארמאלער ערשיינונג.

מאטי » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:02 pm

· #185805
.

לעיקוואד » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:04 pm

· #185807
יהרג ואל יעבור? האט דער חזו"א געזאגט אויף גיוס בנות. נישט אויף גיוס בנים. ומשם ראיה.
בן גוריון, אז וואס?

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:07 pm

· #185810
@לעיקוואד, איך פארשטיי נישט וואס דו האסט דא אנדעקט. מאיר פורש און ישראל אייכלער האבן אויך געזאגט פאריאר אז די וואס לערנען נישט זאלן גיין אין מיליטער, איך זעה נישט פארוואס דו דארפסט צוקומען צום המודיע פון אמאל. די אלע שטותים פלעפלען די היינטיגע חברי כנסת אויכעט צו בארואיגן די אויפברויז אין דער אלגעמיינע פרייע גאס. ס'איז א שיינע באבע מעשה וואס דו פראבירסט אראפמאלן.

פאקט איז, אז כמעט קיינער, יא קיינער, פון די פופציג יעריגע וויזניצע און גור'ע אידן זענען נישט געוועהן אין צבא, און אויף דעם גלייב איך דינגסטו זיך נישט. די וואס זענען געוועהן זענען די בני תשעים.

אי איתמר » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:07 pm

· #185811
ווי ס'זעט אויס איז די דעמאלטסדיגע גיוס געווען געבויט
אלס מצות ישוב, שעת סכנה, אתחלתא דגאולה, וכ'ו
היינטצוטאגס איז די דאזיגע דעת תורה אביסעל אנטרינען...,

לעיקוואד » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:14 pm

· #185814
ר' אפטעמיסט. איך זעה איר האט פארגעסען איבער וואס איז די גאנצע סאמאטוכע דא. פליז מיש נאכמאל אויף צימעס/יתד/הפלס/דער איד. עס איז נישט שווער צו זעהן די חילוק.

פרעג זיך נאך ביי די בני חמישים פון וועם איר רעדט און מיר וועלן וויייטער רעדן. דו ווילסט דווקא נעמען? ווייל איך קען דיר געבען. און נישט סתם אפאר נעמען וואס איך האב זיך געטראפען, נאר סתם נארמאלער יונגעלייט זאלן דיך פארציילען וואס די רוח אין די גאס איז געווען איבער דעם וויפיל פון זיי און זייערע חברים זענען געווען אין צבא. כאמור, זיך צו דינגען אין די וועלט אריין האט נישט קיין זין.

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:22 pm

· #185821
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט.
מציאות איז אז רוב מנין ובנין פון חרד'ישע אידן האבן נישט געדינט אינעם מיליטער. יעצט, די ביסל וואס האבן יא, איז געוועהן וויבאלד ס'איז אמת'דיג געוועהן א סכנה, און ס'זענען נישט געוועהן גענוג סאלדאטן. היינט צוטאגס איז דאס אבער מער נישט רעלעוואנט, און דערפאר וועלן די חרדים זיך קיינמאל נישט אנשליסן אינעם מיליטער, אפגעזעהן צו ס'איז ריכטיג צי נישט. איך פארשטיי נישט וואס דו פראבירסט דא זאגן.

לעיקוואד » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:29 pm

· #185823
על זה אנו דנים. ליידער די היסטאריע איז נישט אויף אייער זייט. ביז פאר אפאר יאר האבען חרדים געהעריג געדינט אין מיליטער ,נישט נאר ''בשעת הסכנה '', וואס איז בדרך אגב יעדער טאג, נאר סתם אלץ חלק פון חובת הגיוס הכללי. און דאס איז אויך געווען די קו הרשמי פון די חרדים, הן כלפי חוץ והן כלפי פנים. דער צוגאנג וואס איר פארציילט איז אינגאנצען א נייע זאך ארויסגעווקסען די לעצטע דור און א האלב מכל מיני סיבות. איך פלאן זיך נישט דא דינגען אויף די שיטה צו דארף מען גיין אין מיליטער צו נישט. נאר אויף דער מציאות וואס איז געווען דער צוגאנג קוק און מנהג ביי חרדים פאר דרייסיג פערציג יאר. און אויף דעם האב איך געברענגט דאקומענטען ווי אויך פארצייל איך וואס איך האב געהערט פון די וואס זענען דארט געווען און חזר'ען נישט נאך גע'כשר'טע היסטאריע פון המודיע. די צוגאנג וואס איר שרייבט איז פשוט א המצאה פון אפאר יאר. איך פיל זיך נאריש נאכאמאל און נאכמאל זיך דינגען אויף א פשוטער מציאות. וזהו.
איך פלאן מער זיך נישט צו דינגען אויף דעם סך הכל האב איך געוואלט מיטטיילען מיט דער עולם די דאקומענטען וואס איך האב געטראפען.

איך אויך » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:30 pm

· #185824
אפטעמיסט ,על רגל אחת: דו האסט נישט קיין אהנונג וואס דו רעדסט סאו סטאפ צו האקן אין טשייניק.

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:33 pm

· #185825
אפטעמיסט
. די בילדער פון חרד'ישע אידן אין צה"ל אין די בראשית יארן פון די מדינה, איז נישט קיין גרויסע ראיה, ווייל דעמאלט זענען פשוט נישט געוועהן גענוג פרייע אין אר"י, און די ביסל חרדים האבן געהאט צוויי ברירות: גיין אין מיליטער, אדער אויסגע'הרג'עט ווערן דורך די אראבער.


אמאל איז נישט געווען גענוג פרייע סאלדאטן וואס זאלן געהארגעט ווערן פאר אונז, האמיר געמוזט ארויסהעלפן. אבער היינט איז שוין דא גענוג פרייע וואס קענען ווערן געהארגעט אנשטאט אונז, ברויך מען שוין נישט גיין.

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:36 pm

· #185826
געפילטע פיש
אפטעמיסט
. די בילדער פון חרד'ישע אידן אין צה"ל אין די בראשית יארן פון די מדינה, איז נישט קיין גרויסע ראיה, ווייל דעמאלט זענען פשוט נישט געוועהן גענוג פרייע אין אר"י, און די ביסל חרדים האבן געהאט צוויי ברירות: גיין אין מיליטער, אדער אויסגע'הרג'עט ווערן דורך די אראבער.


אמאל איז נישט געווען גענוג פרייע סאלדאטן וואס זאלן געהארגעט ווערן פאר אונז, האמיר געמוזט ארויסהעלפן. אבער היינט איז שוין דא גענוג פרייע וואס קענען ווערן געהארגעט אנשטאט אונז, ברויך מען שוין נישט גיין.

ס'ציפט.

אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:36 pm

· #185827
געפילטע, מען רעד נישט צי מ'דארף גיין צי נישט. די שאלה איז צי מען איז אמאל מער געגאנגן, אויף וואס דער תירוץ איז זיכער נישט. זאגן אז "ביז אפאר יאר צוריק האבן חרדים געהעריג געדינט אינעם מיליטער", איז סתם אבי גערעד.

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:49 pm

· #185836
איך האב נישט גענומען קיין שטעלע אין דעם וויכוח, נאר איבערגעטייטשט דיינע ווערטער.

אבער אז איך שרייב שוין יא, גיי'זשע רעד מיט די 40-50 יעריגע און הער אליינס פון זיי. איך האב גערעדט מיט א שיינע פאר שטריימל מיט לאנגע בערד אידן, איינער האט געדינט אין גולן, א צווייטער אן אלטער איד וואס איז געווען פון די ערשטע פלוגה וואס איז אנגעקומען און משחרר געווען דעם כותל, דיין זאגן אנדערש איז פשוט א חיסרון ידיעה. מאך דיין ריסוירטש.

דריידל » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:57 pm

· #185841
עס איז אמת אז אמאל פלעגן פיל חרדים דינען אין מיליטער וביודעי ומכירי קאמינא, איך קען עטליכע חסידישע אידן (היינט שוין זיידעס לאויט"א) וואס האבן געדינט. איך האב אויך געהערט פון איינער וואס איז געווען אין וויזניץ יום כיפור ווען ס'האט אויסגעבראכן די "יום כיפור מלחמה", אין אסאך יונגעלייט זענען דורך געגאנגען זיך געזעגענען פון רבי'ן (דאכצעך מיר נאך ביים אמרי חיים זצ"ל) אינמיטן דאווענען.
אבער עס איז בכלל נישט קיין דמיון צי היינט, פאר צוויי סיבות. ערשטענס ווייל דעמאלטס האבן יונגעלייט געדינט און היינט וויל מען נעמען בחורים, וואס דער חילוק איז פשוט לכל בר דעת. והשנית , אז די היינטיגע יונגווארג איז ליידער זייער שוואך אין יודישקייט. די חינוך וואס מ'געט היינט איז נאר גיט אויף ווילאנג מען איז אין די סיסטעם און מ'פיטערט אלעס אין מויל אריין.
ס'איז אמת אז מ'וואלט זיך געדארפט מער אריינלייגן מתקן צי זיין די חינוך, אבער באשר הוא שם קען מען נישט זאגן אז כבר היה לעולמים ווייל די מצב איז אינו דומה.

היימישער ליטוואק » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:59 pm

· #185843
מיין זיידע און עלטער פעטערס
בני תורה מיטן גאנצן קנאק האבן גדינט אין מיליטער.
אויך מיין רבי אין מתיבתא האט גדינט פאר א קורצע תקופה.
יעדער וואס האט קרובים פון ארץ ישראל ווייסט דאס

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:12 pm

· #185847
דריידל
עס איז אמת אז אמאל פלעגן פיל חרדים דינען אין מיליטער וביודעי ומכירי קאמינא, איך קען עטליכע חסידישע אידן (היינט שוין זיידעס לאויט"א) וואס האבן געדינט. איך האב אויך געהערט פון איינער וואס איז געווען אין וויזניץ יום כיפור ווען ס'האט אויסגעבראכן די "יום כיפור מלחמה", אין אסאך יונגעלייט זענען דורך געגאנגען זיך געזעגענען פון רבי'ן (דאכצעך מיר נאך ביים אמרי חיים זצ"ל) אינמיטן דאווענען.

די מעשה איז אמת, אבער נישט ביים אמרי חיים, ער איז אוועק פארן יו"כ מלחמה.
דריידל
אבער עס איז בכלל נישט קיין דמיון צי היינט, פאר צוויי סיבות. ערשטענס ווייל דעמאלטס האבן יונגעלייט געדינט און היינט וויל מען נעמען בחורים, וואס דער חילוק איז פשוט לכל בר דעת. והשנית , אז די היינטיגע יונגווארג איז ליידער זייער שוואך אין יודישקייט. די חינוך וואס מ'געט היינט איז נאר גיט אויף ווילאנג מען איז אין די סיסטעם און מ'פיטערט אלעס אין מויל אריין.
ס'איז אמת אז מ'וואלט זיך געדארפט מער אריינלייגן מתקן צי זיין די חינוך, אבער באשר הוא שם קען מען נישט זאגן אז כבר היה לעולמים ווייל די מצב איז אינו דומה.

אמונה הכרחית?

דריידל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:11 am

· #185864
נישט אמונה הכרחית נאר אמונה פשוטה וואס איז נישט מלא סתירות

גם כי אלך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:19 am

· #185911
לעקוואויד האט דעפענטלי א פוינט, כהאב שוין לאנג געהערט דערפון אז אין די בראשית יארן פון די מדינה איז עס געוועןא נארמאלע ערשיינונג, סאיז דא אסאך מימרות פון די דעמאלטסדיגע גדולי ישראל וואו סזעט נישט אויס קיין גרויסע התנגדות דערקעגן.
דער בלאג איז שוין א חידוש, אזוי שיין צאמגענומען דאס ענין און דאקומענטירט למען יעמוד למשמרת ימים רבים...

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:40 am

· #185921
דאס הארבקייט פון האבען א שייכות צום צבא הציוני מחמת האבען שייכות לצבא הציוני בעצם, האט א חוץ בריסקער רב (וואס מחמת זה לא חתם על גיוס בנות דיהרג ואל יעבור, כדי זיך ניש טועה זיין אז גיוס בנים איז דיפרענט) און סאטמאר רב ורבני העדה''ח קיין איינער ניש מיטגעהאלטען און פארדעים איז אלס דא און דארט געווען א מספר ההולכים לצבא.

אבער דא ווי עס איז ברור לכל אז עס איז א נידון פון א גזירת שמד וכליון ווי מען וויל געצליך אראפנעמען דעם דיפערענעץ צווישען חילונים און פרומע ר''ל, און נישט מיט א מטרה ווייל די מיליטער ברויך עס, דאס איז נישט ''כבר הי' לעולמים'' און אויף דעם פרט איז דערווייל נאר דא א שיתוף פעולה פינעם הייליגען ה'אילת מיט'ן דוב הק' ב'בעלז

איך אויך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:11 am

· #185934
שוין דער פרייליך איז צוריק צו זיין ארבייט.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:49 am

· #185958
ברוך הבא נאר פרייליך, א פרייד דיר צוריק צו זען!

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:37 pm

· #186031
שיינע מחזה: שרייבער מיט זיין נייע ידיד מבית בעלזא קריצען מיט די צאהן,
ביטע קיפ-אהן ! ! !

ראש הישיבה » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:05 pm

· #186074
אפטעמיסט
געפילטע, מען רעד נישט צי מ'דארף גיין צי נישט. די שאלה איז צי מען איז אמאל מער געגאנגן, אויף וואס דער תירוץ איז זיכער נישט. זאגן אז "ביז אפאר יאר צוריק האבן חרדים געהעריג געדינט אינעם מיליטער", איז סתם אבי גערעד.

@אפטעמיסט, עס זעהט אויס אז דו האסט נישט געלערנט אין ארץ ישראל.
איך האב געלערנט דערט מעהר ווי פינף יאהר. אין מיינע צייטן האב איך געקענט אסאך מענטשן וואס זענען דאמאלס(נ"ב-נ"ט) געגאנגען אין צבא. איך האב גערעדט מיט א סאך מענטשן העכער 40 (היינט נאנט צו זעכציג). לכאורה מעהר ווי האלב היימישע אידען וואס האבן געוואונט אין ארץ ישראל אין די בראשית יאהרן ביז תשל"ה האבען געדינט אין צבא.

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:11 pm

· #186081
אגב, דער סערעט-וויזניצער רבי האט געדינט אין מיליטער, כ'גלייב נישט אז ער איז געווען דער איינציגסטער בשעתו צווישן זיינע חבירים וכו'

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:21 pm

· #186088
איך האב אויך געלערענט אין אר"י עטליכע יאר, און פון צווישן די הונדערטע אידן מיט וועמען איך בין געקומען אין קאנטאקט, איז ניטאמאל דא איינער וואס האט געדינט אין מיליטער.
כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז ס'זענען נישט געוועהן חרדים אין צבא, ס"ה האב איך געשריבן אז זאגן אז "ס'איז געוועהן נארמאל דאן" איז נישט אמת.
גראדע, עס וועט אייך מן הסתם אינטערעסאנט זיין: רבי חיים קניבסקי, וואס איז היינט אזוי לוחם קעגן די גיוס, האט אליין געדינט אין צה"ל.

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:25 pm

· #186089
אפטעמיסט
גראדע, עס וועט אייך מן הסתם אינטערעסאנט זיין: רבי חיים קניבסקי, וואס איז היינט אזוי לוחם קעגן די גיוס, האט אליין געדינט אין צה"ל.

יא, ביים מלחמת העצמאות

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:02 pm

· #186140
מיינסט מסתם די מלחמת העצמאות, ווייל קיין יום העצמאות איז נאכנישט געווען דעמאלס, הערשט לשנה האחרת, ווען מ'האט געזען די הארות, קבעום.

היימישער ליטוואק » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:58 am

· #186313
@לעיקוואד
איך וויל אביסל קאונטערן דיינע אינהאלטסרייכע הודעות. (דער מאמר פאר זיך איז כדאי צו לערנן, דער זיסער טעם פון זוין איז נישט נאכצומאכן)

הרב שלמה יוסף זוין:
לשאלת הגיוס של בני הישיבות

(פורסם בחוברת בשנת תש"ח, תחת השם: אחד הרבנים).
(רקע: מאמרו של הרב זוין פורסם כתגובה לפסיקת רבני העדה החרדית, בשנת תש"ח, שאסור לבחורי הישיבות להתגייס לצבא).
כל הכבוד וכל ההערצה למרנן ורבנן, גאוני עיר הקודש, אבל הרשות ניתנת לשאול: ילמדונו רבותינו, זו מנין לכם, שבני תורה ותלמידי-חכמים פטורים מלהשתתף במלחמת מצווה של עזרת ישראל מיד הצר הצורר העומד עליו לכלותו ולהשמידו, חלילה? זו מנין לכם, לפרסם בצורה של הלכה פסוקה ו"דעת תורה" שבני הישיבות אין להם לא להירשם ולא להיפקד ולא להתייצב ולא כלום? וכי לא כך שנינו שבהצלת נפש - לא נפשות, אלא אפילו נפש אחת מישראל - "אין עושין דברים הללו אלא על ידי גדולי ישראל" (יומא, כד ע"ב; רמב"ם, שבת פ"ב ה"ל) וחכמיהם (רמב"ם שם) "כדי להורות הלכה למעשה לרבים" (ט"ז, או"ח, שכ"ח, ושו"ע הרב שם) וכי הבדל יש בין שבאותה שעה הוא מתבטל מתלמוד-תורה או שאינו מתבטל? ואם בהצלת נפש אחת כך, בהצלת רבבות אלפי ישראל על אחת כמה וכמה!
... ואף זו: כלום הצלת אחרים בלבד הוא המדובר שלפנינו? כלום אין כל אחד ואחד מאתנו, באין יוצא ובאין הבדל, עומד בפני סכנת נפשות, הוא וביתו וכל אשר לו? וכי כך היא המידה, שהעוסקים בתורה לא יהיו מחויבים להציל את עצמם, אלא יעמדו מנגד ויטילו חובת ההצלה, הצלתם הם, על אחרים? וכי כך היא המידה, או וכי זו היא דעת תורה? היכן מצינו כזאת?
התורה מגינה על העוסקים בה? אדרבה, היא הנותנת: ישתתפו בני התורה במערכה, וזכות התורה תגן עליהם ועל חברים! "אם בחקותי תלכו, יכול זה קיום המצות...הא מה אני מקיים אם בחקותי תלכו, שתהיו עמלים בתורה" (תורת כהנים שם; רש"י שם). ומה הובטח בשכר זה?
"רבנן לא צריכי נטירותא" (ב"ב, ז ע"ב)? רבש"ע, כלום מותר לסמוך על הנס במקום של סכנת נפשות ממש ולומד שאין רבנן צריכים שמירה? וחברון של תרפ"ט (לא תקום פעמים צרה) תוכיח, כלום לא נפלו לפני בני עולה צעירים קדושים וטהורים, כזוהר הרקיע מזהירים, מבחירי הישיבה וחכמיה? במטותא מינייכו רבנן, הקדושים ההם היו "צריכי נטירותא", או לא היו "צריכי נטירותא"? והרי הם הם אותם האויבים-הערבים שפרעו ורצחו אז והם הם אותם הפורעים ורוצחים עכשיו! ואם אמרו על "נטירותא" של בנין חומה וכיוצא, ובזמנים רגילים, במטרת שמירה מפני שונאים העלולים לבוא (ראה רש"י, ב"מ קח ע"א) מה זה עניין לזמן של סכנת נפשות ולחובה של מלחמת מצוה? הגיעו בעצמכם: הנה יצאה הוראה מ"משמר העם" להדביק את השמשות של כל החלונות בבד או נייר משום סכנת הפצצה. כלום יעלה על הדעת שתלמידי חכמים לא יעשו כזאת בטענה ש"רבנן לא צריכי נטירותא"? כלום היה אף מי שהוא מהעוסקים בתורה שהשתמטו ממילוי הוראה זו? ולמה עזבו תלמידי-החכמים, יחד עם שאר אחינו בני ישראל, את שכונות-הספר הנפגעות מיריות הצלפים ולא השתמשו בסגולה זו של "רבנן לא צריכי נטירותא"? וכי רק בשביל זה בלבד שבמקרים אלה אי אפשר לסמוך על אחרים? וכי זוהי דעת התורה? ולמה אפוא להשתמש שלא בזמנה ושלא במקומה באמרה זו של "נטירותא", שכשהיא לעצמה, בזמנה הנכון ובמקומה המתאים, היא פנינה נחמדה.
מבין אני לרוחם של "נטורי קרתא" המתנגדים בכלל למדינה היהודית והסבורים שכל המלחמה היא מיותרת: עלינו להיכנע, וחסל. אבל אז שוב אין הבדל בין בני ישיבות ליושבי קרנות. מי שסובר כך עליו למנוע מהשתתפות בגיוס כל גבר מישראל, יהיה מי שיהיה. אבל לאשרנו, החושבים כך מתי מספר הם ונער יכתבם. כל העם בארץ ובתפוצות, באין הבדל חוגים וסוגים, מפלגות וכתות, מאשר ומקיים בהתלהבות ובמסירות נפש את ההשתתפות במלחמת התגוננות זו שכפו עלינו. כולם מבינים היטב כי אין תקומה ח"ו לישוב בארץ ולשארית הפליטה בגולה מבלעדי מדינה עצמאית בארצנו, שתקלוט בזרועות פתוחות את אחינו השותתים דם, הנעים ונדים באדמת הגולה, הבוערת מתחת לרגלם. וה' הוא יודע וישראל הוא ידע ואף כל העולם יודעים, שלא אנחנו מתקיפים ולא אנחנו רוצים במלחמה, לא אנחנו ששים לקראת קרב ולא אנחנו פנינו מועדות לשפך דם. אבל אם מתנפלים עלינו בחמת רצח, חובתנו, חובת כל העם, להציל את עצמנו ואת ימנו - גנון והציל. והרי אתם, גאונינו וגדולינו, רובכם מודים בנחיצותה ההכרחית של מלחמת מצוה זו בכלל, ולפיכך הקדימו רבים מכם בהכרזותיהם דברי ברכה ועידוד לבחורינו היקרים העומדים במערכה. ובכך אפוא עליכם לזרז אף את חכמי התורה, המוכשרים מבחינת הגיל והגוף להשתתף במערכה, לעשות כן. האחיכם יצאו למלחמה, ואתם תשבו פה?
מבחינה מעשית יש אולי חשש שהישיבות יתרוקנו בעזוב רוב התלמידים את מוסדות האולפנא, ותורה מה תהא עליה. אבל לשם כך יש להיכנס במשא ומתן עם מוסדות הגיוס על הסדרים מעשיים ידועים, ותמיד אפשר למצא את הדרך להקלות ולהגבלות. עד כמה שידוע לי, הייתה נכונות כזאת מצד אותם המוסדות. אבל להחליט באופן פסקני לבלי להשתתף כלל ועיקר, לא להירשם ולא להיפקד, ולא ולא ולא - זו מנין לכם?
רבים מבני הישיבות מקדשים את השם, עודרים במערכת המלחמה, בגיוס ובמשמר ובכל אשר יידרש. באחת ידם מדפדפים בגווילים ובאותיות של התורה והתלמוד ואחת מחזקת השלח והרמחים והמגנים והקשתות והשריונים. רוחם איתנה ומרוחם משפיעים הם על שורות הצבא על בחורי חיל המגן, רוח האמונה, רוח התורה והמצווה. כלום לא מחובתכם, מרנן ורבנן, לעודדם ולאמצם ולהשפיע על אחרים שילכו בדרכם?
דעת התורה? הנה היא, פשוטה וברורה: והזריז (בהצלת נפשות) הרי זה משובח, ואין צריך ליטול רשות מבית-דין" (יומא, פ"ד ב', וראה רמב"ם מלכים, פ"ה וד'ב)! "כי ד' אלקיכם ההולך עמכם להלחם לכם עם אויביכם להושיע אתכם"!

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:42 am

· #186341
מען שמועסט אז אפי' די ממשיכים פינעם כבר הי' לעולמים פלאנען צו אסר'ן התייצבות ללשכת הגיוס.

לעיקוואד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:53 pm

· #187176
הרב שך נעמט אויף מיליטער מענטשען ביי זיך אין שטוב און איז זיי מכבד. דא קען מען ליינען א באשרייבונג פון די גאנצע וויזיט און ווי שטארק ער האט זיי מכבד געווען.

מאטי » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:49 am

· #187469
By Rabbi Nachman Kahana on 26 Feb 2014 11:02 amBS”D Parashat Pekudai 5774

Torah Study vs. Military Service – Is there a Solution?

It is superfluous to underscore the painful breach that exists within our society, because the debate and emotions are inescapable.It is the result of “bad blood” which exists between the sides – “bad blood” because the issue is one of life and death, where one side spills its blood while the other does not. I am referring to the matter of military service for Chareidi yeshiva students. The gap between the sides appears to be at this time irreparable. The learners cannot concede because in their eyes they are fulfilling Hashem’s will that Jews should learn Torah and that their learning is defending the Medina. The earners, on the other hand, cannot perceive that learning Torah in an air-conditioned bet midrash and sleeping every night between two clean sheets is as effective in defending the country as dropping a two-ton bomb from an F-16 in Azza or laying in a mud-filled foxhole on the border in ambush for terrorists who are determined to murder as many Jews as they can.There is a legitimate call that in view of the precarious military and political situation we are now in, all citizens must share equally in the defense of the country (milchemet mitzva). However, the nation’s leadership knows that the coercive draft of yeshiva students will provoke mass civil disobedience here and acts of chillul Hashem on the part of certain Jews in chutz la’aretz who are enemies of the State.Wherein lies the solution?I suggest a program that will both deal with the problem and also contribute to raising the qualitative level of Torah study to fill the needs of our technologically developing society.The program consists of three stages for every yeshiva that wishes to receive government aid and military deferment for its students:1- From the age of 16 to 20, the students will be required to complete the entire Shas (Talmud) and to pay tuition to the yeshiva; at the end of which time they will undergo a thorough written and oral test. Those who fail will be excluded from the official recognized yeshiva system and will no longer be deferred from the army, having proven that they were not gifted with the intellect necessary to become a recognized talmid chacham. However, this would not exclude them from being a respected member of the Chareidi community, but rather merely an indication that Hashem is asking them to choose a different path, which of course includes a lifetime of kovaya eeteem la’Torah (Torah study).2- The second period of study will be 4 years, focusing on the entire Shulchan Aruch. Students will be exempt from military service and will now receive a livable stipend. At the end of the 4 years, when the student will be 24 years old, he will undergo another test. Those who fail will be eligible for limited military or national service and then be free to join the labor market.3- The third and final stage will be from 5 to 10 years. Participants who have proven to be the most gifted will receive a more generous stipend. Each will have to choose an halachic specialty (i.e., halacha in medicine, industrial Shabbat, electricity and its appliances, domestic affairs, the military).According to this plan, one who fails the tests will have no one but himself to blame. It will weed out the students who are not sufficiently gifted to learn Torah full-time and only constitute a burden on the system. Most importantly, it will produce rabbis who are able to resolve halachic problems in particular areas of life, as with medicine where the sheer volume of knowledge forces a doctor to specialize.Students who fail the rigid tests can still achieve success in Torah study through their private diligence, but not at the expense of unfulfilled civic responsibility that places an unwanted financial burden on the majority of Israelis.Unfortunately, the question of military and national service goes beyond the matter of how a Chareidi young man should best spend his time – learning Torah or service for the national good. It centers around the basic question of how one relates to the independent Jewish State in Eretz Yisrael after 2000 years of galut.The national religious outlook states that the Medina is the handiwork of HaShem – the precursor of our final redemption. The Medina is preparing the land to welcome the millions of in-gathering sons and daughters so that the Mashiach will not arrive to a barren desert. The Medina has built an army to be commanded by the Mashiach to bring judgment upon our enemies – it is a religious obligation and a privilege to serve and strengthen the Medina in all ways.The Chareidi outlook sees the Medina differently. 

Reversed Worlds

The Gemara (Pesachim 50a) relates that R. Yosef son of R. Yehoshua ben Levi died and returned to life. When his father asked him what he saw in the next world, he replied that the next world is “hafuch” – the reverse of this one; for those who are held in low esteem here are honored in the next world, while those who are famous here are held in low esteem there.The concept of “olam hafuch” – reversed worlds – applies to almost all areas of our lives here, especially our value systems.The most unexpected distortion of Jewish values in this world, in contrast to what is real in the world of absolute truth, is the relationship that many spiritual leaders have towards the Jewish State. If after 2000 years of praying and suffering in the galut, HaShem opened the gates of the Holy Land for His sons and daughters, when for reasons which have no halachic or logical validity they refuse to enter the Land, then those leaders and their followers are destined to experience again and again more barbarous lessons until they internalize that they must leave the galut.Today, the news media announced two interesting items: 1- The Knesset will be dealing with the issue of who is the sovereign authority of the Temple Mount – the government of Israel or the Jordanian government? And 2- The Chareidi leadership is planning to hold a mass demonstration (they speak of one million people) against the intention to include all able young men in the national military draft – university students as well as yeshiva students.For the sake of the Torah and the Jewish nation, I suggest that these two initiatives be combined. That one million Chareidim take to the streets to demand our total and exclusive control over the Temple Mount.The alternative to our initiatives of aliya for the Jews in the galut and our rebuilding of the Bet HaMikdash on the Temple Mount is to wait for the Mashiach to perform these tasks for us, while we sit as spectators enjoying his performance. That will not happen, because HaShem created this world for the Jewish people to do mitzvot, not to be spectators of our fate.We should all pray for a leader to arise from within us, who will reset our thought processes to match the truth as it is in the “real world”. 

Jews Outside of Israel Cry Out for Israel to Defend Them

Arutz Sheva published an article by Gil Ronen on Tuesday titled Israel, Help Us! The report details an urgent plea from the Director of the Federation of Jewish Organizations in Europe, Rabbi Menahem Margolin, to Prime Minister Binyamin Netanyahu and Defense Minister Moshe Yaalon asking them to act urgently and send trained security personnel from Israel to protect Jewish communities in the Ukraine.Rabbi Margolin reported increasing anti-Semitic behavior including “a fire bomb thrown at a synagogue in Zhprozha, a message telling the rabbi of Krivoy Rog that he must leave the city within 72 hours, a graffito on the home of the rabbi of Blitzkorov saying “we are already near you,” another graffito near a Jewish building in Kiev saying “you are next,” and other anti-Semitic graffiti.”Citing the “worrisome trend, in which the acts of violence are focusing increasingly on Jewish targets”, Rabbi Margolin feels attacks could be prev

איש עברי » פרייטאג פעברואר 28, 2014 3:58 am

· #187483
הגאון רבי חיים קנייבסקי האט געדינט אין מיליטער ביי די מלחמת השחרור
<a class="postlink" href="http://www.srugim.co.il/63918-%d7%a6%d7%91%d7%99%d7%a2%d7%95%d7%aa-%d7%97%d7%a8%d7%93%d7%99%d7%aa-%d7%a0%d7%97%d7%a9%d7%a3-%d7%94%d7%a8%d7%91-%d7%a7%d7%a0%d7%99%d7%99%d7%91%d7%a1%d7%a7%d7%99-%d7%9b%d7%9f-%d7%a9%d7%a8%d7%aa?di=1">http://www.srugim.co.il/63918-%d7%a6%d7 ... d7%aa?di=1</a>

איחוד פעלד » מוצ"ש מערץ 1, 2014 10:58 pm

· #187670
קען איינער עפענען א נייער אשכול און מסביר זיין אויף אידיש דער נייער חוק "שקד" ברחל בתך הקטנה?

דריידל » זונטאג מערץ 2, 2014 1:20 am

· #187707
אפטעמיסט
איך האב אויך געלערענט אין אר"י עטליכע יאר, און פון צווישן די הונדערטע אידן מיט וועמען איך בין געקומען אין קאנטאקט, איז ניטאמאל דא איינער וואס האט געדינט אין מיליטער.
כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז ס'זענען נישט געוועהן חרדים אין צבא, ס"ה האב איך געשריבן אז זאגן אז "ס'איז געוועהן נארמאל דאן" איז נישט אמת.
גראדע, עס וועט אייך מן הסתם אינטערעסאנט זיין: רבי חיים קניבסקי, וואס איז היינט אזוי לוחם קעגן די גיוס, האט אליין געדינט אין צה"ל.

אקעי, מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי
אפטעמיסט האט זיך מן הסתם געדרייט אין מאה שערים ביי די מער קנאישע לאגער, דארט איז טאקע נישט געווען די סטענדערט צו גיין אין צבא. . אין בני ברק, למשל, איז אבער יא געווען נארמאל צו דינען אין מיליטער און אפילו פון סאטמאר ב"ב זענען געווען אסאך וועלעכע זענען געגאנגען.

נולד מאוחר » זונטאג אפריל 6, 2014 2:49 am

· #194815

דריידל » מאנטאג יאנואר 12, 2015 1:52 am

· #247504
שווערן געטריישאפט צום צה"ל, אויף אידיש
📎 B62qtWwCIAABLuF.jpg

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 12, 2015 7:04 am

· #247511
איך קען אפּאר היימישע חסידישע אידן וואס האבן געדינט אין צה״ל אין די בראשית יאהרן פון די מדינה אין וויזניץ בני ברק איז עס געוועהן א נארמאלע ערשיינונג

געוואלדיג » דינסטאג יאנואר 13, 2015 4:31 pm

· #247748
איש עברי
הגאון רבי חיים קנייבסקי האט געדינט אין מיליטער ביי די מלחמת השחרור
<a class="postlink" href="http://www.srugim.co.il/63918-%d7%a6%d7%91%d7%99%d7%a2%d7%95%d7%aa-%d7%97%d7%a8%d7%93%d7%99%d7%aa-%d7%a0%d7%97%d7%a9%d7%a3-%d7%94%d7%a8%d7%91-%d7%a7%d7%a0%d7%99%d7%99%d7%91%d7%a1%d7%a7%d7%99-%d7%9b%d7%9f-%d7%a9%d7%a8%d7%aa?di=1">http://www.srugim.co.il/63918-%d7%a6%d7 ... d7%aa?di=1</a>

איך האב זייער הנאה פון די לינק און יעדער זאל אויך ליינען די תגובות פון אונטן און פארשטיין פארוואס איז היינט אנדערש פון דעמאלטס

איך אויך » דינסטאג יאנואר 13, 2015 5:05 pm

· #247760
און אנדערע זאגן עס איז סתם שטותים ,אויב עפעס האט ער צוגעהאלפן [ביינאכט] מיט די ביצורים להגנת העורף אזוי ווי כמעט אלע בחורי הישיבות פון יענע יארן. עס הייסט נאכנישט אז מען האט משרת געווען אין צה''ל.

פלאוויוס » דינסטאג יאנואר 13, 2015 6:25 pm

· #247787
ס'איז זייער אן אינטערעסאנטער אשכול. איך בין מסכים מיט לעיקוואד ודעימיה בנוגע דעם אונטערשייד פון אמאל און היינט. איינע פון מיינע נאנטסטע מענטשן אלס קינד איז געווען א היימישער איד מיט אפיציעלע מונדירן (צווישן נאך אנדערע וואס כ'האב אזוי געקענט). יענער האט נישט איבערגעלעבט, און כ'בין געווען צוטרייסלט ביים הערן די בשורה... ער ליגט מיר נאך טיף אין הארצן מיט בענקשאפט!...

שמן זית » מיטוואך יאנואר 14, 2015 2:04 pm

· #247900
איין זאך איז זיכער, עכ"פ בעיני, אז די פרומע קהילות, ווי סאטמאר, בריסק, תולדות אהרן, א.א.וו. זענען דעמאלטס אויך געווען להשמיד אקעגן גיוס "בנים", און עס איז נישט שייך צו פרעגן וואס איז יעצט אנדערש, ווייל עס איז טאקע נישט אנדערש, עס איז געווען אסור אמאל, און עס איז אסור היינט.

בנוגע די אגודה קהילות, איז ווי איינער האט שוין פריער ערווענט, אז עס איז יעצט א גזירות שמד, (אפגעזען צו איך און דו האלטן אזוי, האבן אבער זייערע רבנים באשלאסן אזוי, און אויף דעם באציט זיך זייער פסק) נישט ווי אמאל וואס מ'האט גערופן אין מיליטער ווייל מ'האט געדארפט סאלדאטן.
ודו"ק.

ודלא כ'לעקוואד.

דריידל » מיטוואך יאנואר 14, 2015 2:26 pm

· #247906
איך בין נישט אזוי זיכער. איך ווייס אז פון סאטמאר (בני ברק, קען זיין ירושלים איז געווען אנדערש) איז מען יא געגאנגען אין מיליטער

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 1:31 pm

· #248182
שמן זית טשעק יור סארסעס. מען האט קיינעם נישט געפרעגט ביים מגייס זיין צו ער איז א סאטמארע אדער בריסקער. (העק ביים מלחמת השחרור האט מען אפילו גענומען טויזענטער בחורים מלחמה איבערלעבער גלייך אראפ פון די שיף זיי געגעבן א ביקס אין האנט און גלייך געפירט צו די בעטלגראונדס ,כמובן אז די בחורים האבען קיינמאל פארדעם נישט געהאלטן א ביקס און זענען זיכער נישט געווען א מעטש אקעגן די געשולטע ירדענישע ליגיאנערן און מצרישע קאמאנדאס ,פאר א גרויסע חלק פון זיי איז דאס געווען זייער ערשטע און לעצטע טאג על אדמת א''י הי''ד.)

בן גוריון האט מסכים געווען צו געבן א פטור פאר גאנצע 1400 בני ישיבות אין דעם זענען אריינגערעכנט אלע ישיבות און כוללים הכל בכול מכול פון ירושלים ביז צפת און אלעס אינדערמיט.

דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר איבער 30 יאר ביז בעגין איז געווארן ראש ממשלה און ער האט געהעכערט די נומער אבער אויך נאר ביז עטליכע טויזענט. סאו אויב א אלטער איד שעמט זיך היינט און פארציילט דיר אז ער איז נישט געווען אין צבא (באיזה אופן שהוא) איז ער סתם א שקרן.

נצבד » מאנטאג יאנואר 26, 2015 4:11 pm

· #250223
סאטמאר מהרז"ל גיבט ארויס א קונטרס "בלשון חסידים", יעדעס יאר לכבוד כ" א כסליו, דאס איז א קלייבעניש פון אינטערוויוס פון עלטערע יודען, וואס פארציילען איבער די בראשית יארען
הכלל אין, איינע פון די אויסגאבעס פארציילט דארט אן עלטערער ארץ ישראל יוד, אויפן אנפראגע פונעם אינטערוויוער, פארוואס ביי זיין נאמען איז געמעקט דער "לא" און צוגעשריבען "כן"?
ס'איז דארט געדריקט א קאפי פון א דאקומענט מיטן דרוקסארט פון ייטב לב ירושלים,
די גאנצע ליסטע פון אלע בחורים וואס האבען דאן געלערענט און סאטמאר ירושלים,און ביי איטלעכן נאמען איז געווען צוגעצייכענט " כן" אדער "לא".
איז דער איד מסביר, אז דאמאלטס האבען אלע בחורים געמוזט גיין אינעם מיליטער, חוץ א געוויסע פראצענט מצוינים וואס די ישיבה באהערדע האבען איינגעגעבן פאר די מדינה ,זייערע נעמען.
און וויבאלד ער איז געווען א מצוין ,האט ער געהאט א פטור, ממילא איז צוגעצייכענט ביי זיין נאמען " לא", אבער שפעטער איז אנגעקומען איינע פון בעסטע תלמידים פונעם רבי'ן זצ"ל,האט דער יוד געהאלטען אז ס'מאכט נישט קיין סענס,אז ער זאל זיין פטור אלס מצוין,און יענער חשובע'ר בחור זאל זיך מוזען ריינרוקען, האט ער אויפגעגעבן "פרייוויליג" זיין מצוין פטור, און איבערגעגעבן דאס,פארן ניי אנגעקומענעם בחור,ממילא האט די הנהלה געמעקט דעם "לא" און צוגעשריבען "כן", דהיינו ער גייט יא אין מיליטער,
בלאט: 1 2