☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל

הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5925

שעפטל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:47 am

· #185422
הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל
היינט (פאר די וואס האלטן אויך אדר א'...) כ"א אדר געפאלט אויס די יארצייט פון הרב הקדוש המפורסם איש האלקים מרן הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל.

דער רבי רבי אלימלך איז געבוירן געווארן בערך שנת תע"ז צו זיין טאטען רבי אליעזר ליפמאן ווייסבלום זצ"ל, און זיין מאמע מרת מירל (טייל זאגן אז זי האט געהייסן גיטל). ס'איז באקאנט (און ווערט געברענגט אין מאור ושמש פרשת מסעי) אז דער רבי ר' אלימלך פלעגט אריין לייגען די הענט אין פייער ביז זיי זענען ממש פארברענט געווארן, כדי תשובה צו טאן אויף דעם וואס ער האט געקלאפט די מאמען און מצער געווען מיטן וויינען וכדו' ווען ער איז נאך געווען א פיצל קינד...

זיין עלטערע ברודער הרה"ק הרבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע האט אים געברענגט צום רבי ר' בער פון מעזריטש זי"ע און איז געווארן מגדולי תלמידיו. דער רבי ר' אלימלך איז אין זיינע יונגע יארן ארומגעפארן אין פילע שטעט צוזאמען מיט זיין ברודער דער רבי ר' זושא , און האט אויף פארשידענע אופנים געמאכט פילע בעלי תשובה.

נאך די הסתלקות פונעם רבי'ן ר' בער זי"ע האט רבי ר' אלימלך ז"ל געוואוינט אין ליזענסק, וואו עס האבן זיך מסתופף געוועהן בצלו כמעט אלע שפעטערדיגע צדיקי הדור, און כמעט אלע רביים פון פולין גאליציע זענען געוועהן מתלמידיו און תלמידי תלמידיו.

ער איז נסתלק געווארן כ"א אדר (שנה פשוטה) שנת תקמ"ו ומנ"כ בעיר ליזענסק.
📎 ליזענסק.JPG
ווייניגער ווי א יאר נאך די הסתלקות איז ערשינען זיין הייליגער ספר "נועם אלימלך". אויך איז דא פון אים דער "צעטיל קטן" און "אגרת הקודש" און די "תפלה קודם התפלה".

לויט געוויסע מקורות האט רבי ר' אלימלך געהאט צוויי ווייבער.
[list]בזוו"ר, מרת שפרינצא, בת רבי אהרן רוקח זצ"ל [/list:u]
[list]בזוו"ש, מרת גיטל, בת רבי יעקב מרגליות זצ"ל[/list:u]

ס'דא חילוקי דעות וויפיל קינדער דער רבי ר' אלימלך האט געהאט... די זענען אויסגערעכענט צו זיין פון זיינע קינדער:
[list]הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זצ"ל[/list:u]
📎 ר' אלעזר מ'ליזענסק.jpg
[list]הרה"ק רבי אליעזר ליפא מחעמעלניק - בעמח"ס אורח לצדיק זצ"ל[/list:u]
[list]הרה"ק רבי יעקב ממאגלניצא זצ"ל (מען האט אים גערופן ר' יעקב רויטמאן)[/list:u]
[list]א טאכטער לאה גיטל [/list:u]
[list]א טאכטער מירל (מיריש) - חתונה געהאט צו הרב ר' אליהו און זיי האבן געוואוינט און רימונוב (טייל זאגן אז בזיוויג ראשון האט זי געהאט חתונה געהאט צו הרב ר' שמואל צורף)[/list:u]
📎 מיריש בהרה''ק מ'ליזענסק.JPG
[list]א טאכטער אסתר עטיל - חתונה געהאט צו הרב ר' ישראל אלבום און זייער חתונה איז שוין געווען נאך די פטירה פון ר"ר אלימלך.[/list:u]

זיין טאטע ר' אליעזר ליפמאן האט געהאט פיר זוהן און לויט מקורות האבן זיי געהאט דריי טעכטער (איין טאכטער איז געווען די באבע פונעם בני יששכר)
[list]ר' זושא מהאניפולי [/list:u]
[list]ר' אלימלך מליזענסק [/list:u]
[list]ר' אברהם (געווען א דאקטער אין קעניקסבערג) [/list:u]
[list]ר' נתן (המכונה שיף) מסטיטשין[/list:u]

יעצט קען/זאל יעדער צולייגן פרטים וואס ער ווייסט און אזוי אויך עבדות פונעם הייליגן רבי זי"ע, אזוי כאטש אויפן אנגענומענע יארצייט אין אדר ב' וועט שוין דא זיין א דבר השלום...
📎 מיריש בהרה''ק מ'ליזענסק.JPG 📎 ר' אלעזר מ'ליזענסק.jpg

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:58 am

· #185423
ס'קומט מיר אן שווערליך צו גלייבן די מעשה פון לייגן די הענט אין פייער. - אויב מוז איך עס גלייבן, וואלט איך הנאה געהאט אויב איינער קען ביטע דאס מסביר'ן.

מצטמק ויפה » פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:18 am

· #185427
דער הייליגער רבי ר' אלימלך ברענגט אין "צעטיל קטן" סעיף יג', אז א מענטש דארף האב'ן א חבר נאמן פאר וועם ער זאל זיך שטענדיג קענען אויסרעדן זיינע שוועריקייטן אין עבודת השם, וכו', און אזוי וועט ער קענען הערן א עצה טובה פוו א גוטע חבר.

און ער שרייבט דארט " ולא יעלום שום דבר מפני הבושה ", לדעתי, איז האבן אזא חבר זייער א שווערע זאך, ווייל ווי נישט ווי, א מענטש איז א מענטש מיט כל מיני קאמפלעקס און בושה, און געוויסע פאסטע"ך אישוס, איז ווי איז מעגליך ולא יעלום שום דבר?
אויב וואלט איך געמעגט זאגן, איז אונזער שטיבעל דער ענטפער פאר דעם, דא קען יעדער זאגן וואס ער האט צו זאגן, זיך אויסשמיסען שיין, בדיבוק חבירים, אויף א ערליכען אויפ'ן, און אלעס אונטער א "ניק", אז מעו דארף זיך פון גארנישט שעמען, ווי קען זיין שענער.

אבגד » פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:23 am

· #185428
שעפטל
היינט (פאר די וואס האלטן אויך אדר א'...) כ"א אדר געפאלט אויס די יארצייט פון הרב הקדוש המפורסם איש האלקים מרן הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל.
ער איז נסתלק געווארן כ"א אדר (שנה פשוטה) שנת תקמ"ו ומנ"כ בעיר ליזענסק.

אינטרעסאנט יעצט נאכגעקוקט אין טור, שנת תקמ"ו איז געווען א שנת מעוברת! @שעפטל עס ווערט ערגעץ געברענגט אז ער איז אוועק שנת תקמ"ו, ווייל אויב אזוי דארף מען וויסען וועלעכע אדר איז ער נסתלק געווארן??

גם כי אלך » פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:33 am

· #185430
ער איז נסתלק געווארן שנת תקמ"ז לפ"ק, אזוי איז קלאר אויפגעוויזן געווארן. ס'דא עפעס א ספר אויף מסכתות הש"ס פון א תלמוד חבר פון הייליגן ר"ר אלימלך, כגעדענק אודאי נישט די נאמען, ער שרייבט קלאר אז ס'איז געווען תקמ"ז.

למעשה דער טעות נעמט זיך ווייל אויף די מציבה שטייט נסתלק בשנת אתה תקו"ם, וואס איז ווארשיינדליך די כונה מיט דעם כולל. נאר אזוי ווערט פארענטפערט אבגד'ס שאלה.

אבגד » פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:38 am

· #185431
אויפ'ן מצבה שטייט נסתלק בשנת תנצבה וואס דאס איז תקמ"ז, ווי האט איר געזען אז עס שטייט שנת תקו"ם??

שעפטל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:39 am

· #185432
אבגד
שעפטל
היינט (פאר די וואס האלטן אויך אדר א'...) כ"א אדר געפאלט אויס די יארצייט פון הרב הקדוש המפורסם איש האלקים מרן הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל.
ער איז נסתלק געווארן כ"א אדר (שנה פשוטה) שנת תקמ"ו ומנ"כ בעיר ליזענסק.

אינטרעסאנט יעצט נאכגעקוקט אין טור, שנת תקמ"ו איז געווען א שנת מעוברת! @שעפטל עס ווערט ערגעץ געברענגט אז ער איז אוועק שנת תקמ"ו, ווייל אויב אזוי דארף מען וויסען וועלעכע אדר איז ער נסתלק געווארן??

ס'איז מיר אויך אונטערסאנט, ווייל אויפן מציבה שטייט שטייט שנת ת.נ.צ.ב.ה. וואס דאס באטרעפט תקמ"ז.

אבער עפעס געדענק איך אז ס'איז אנגענומען אז רבי ר' אלימלך איז אוועק אין א שנה פשוטה און אין יאר תקמ"ו. איי געס מ'וועט מיזן נאכגעבן איינע פון די צוויי...

-

@אבגד האקט

שעפטל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:40 am

· #185433
שעפטל

[list]א טאכטער אסתר עטיל - חתונה געהאט צו הרב ר' ישראל אלבום און זייער חתונה איז שוין געווען נאך די פטירה פון ר"ר אלימלך.[/list:u]

📎 אסתר עטל.jpg

גם כי אלך » פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:42 am

· #185434
אנטשולדיגט פאר מיינע טעותים.

אויף די מציבה שטייט טאקע תנצבה, וואס דאס איז תקמ"ז. פארקערט סדא א ספר לשון זהב אויף מסכת שבת, דער רב פון ליזענסק א א תלמוד פון רר אלימלך, דארט שטייט דער רמז "אתה תקום" אויף וואס מיין פריערדיגע ווערטער גייט ארויף. נאכאמאל סליחה.

גם כי אלך » פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:45 am

· #185435
אז מרעדט שוין איז דא א גאנצע מחלוקת צו דער מקום האוהל איז טאקע אויפגעשטעלט געווארן אויף די ארינעלע פלאץ וואו ס'איז געשטאנען פארן קריג. רוב זקני ליזענסק זענען איינשטומינג געווען מיט רבי מענדל רייכבערג אז דאס פלאץ איז טאקע בערך דארט. אבער דער מעהליצער רבי פון וויליאמבסבורג וואס איז א יליד ליזענסק טענה'ט חיי וקיים אז רבי אלימלך ליגט אויף אן אנדער פלאץ, ער און זיינע קינדער זאגן תהלים און צינדן ליכט אויף א אפגעריקט ארט וואס איז לויט זיי די ריכטיגע ווערסיע.

שעפטל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:29 pm

· #185442
דאכצעך מיר אז זיינע אייניקלעך האדמורי"ם מ'פשעווארסק האלטן אויך אז ער ליגט ארויפציר

שעפטל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:05 pm

· #185445
אז מ'רעדט פונעם הסתלקות, זאגט מען נאך אז איידער ער איז נסתלק געווארן, האט ער איינגעטיילט די קדושה פון זיינע אברים פאר זיינע גרויסע תלמידים, פאר'ן רבי'ן פון לובלין זי"ע האט ער געגעבן זיינע אויגן, פאר'ן אפטער רב, זיין מויל, פאר רבי ר' מענדעלע פון רימנוב זי"ע, זיין נשמה, און פאר'ן קאזשניצער מגיד זי"ע, האט ער געגעבן זיין הארץ.

שעפטל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 3:45 pm

· #185470
נאך אין די יאר פונעם הסתלקות

דריידל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:03 pm

· #185474
שעפטל
היינט (פאר די וואס האלטן אויך אדר א'...) כ"א אדר געפאלט אויס די יארצייט פון הרב הקדוש המפורסם איש האלקים מרן הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל.

דער רבי רבי אלימלך איז געבוירן געווארן בערך שנת תע"ז צו זיין טאטען רבי אליעזר ליפמאן ווייסבלום זצ"ל, און זיין מאמע מרת מירל (טייל זאגן אז זי האט געהייסן גיטל). ס'איז באקאנט (און ווערט געברענגט אין מאור ושמש פרשת מסעי) אז דער רבי ר' אלימלך פלעגט אריין לייגען די הענט אין פייער ביז זיי זענען ממש פארברענט געווארן, כדי תשובה צו טאן אויף דעם וואס ער האט געקלאפט די מאמען און מצער געווען מיטן וויינען וכדו' ווען ער איז נאך געווען א פיצל קינד...




אפשר געהערט דאס אונעם אכשר דרא אשכול, אבער די מעשה ווערט געברענגט אין עטליכע ספרים ווי עס שטייט אז ער האט געשלאגן די מאמע אויף די בריסטן בשעת'ן זייגן.

איחוד פעלד » פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:26 pm

· #185478
קען מען שרייבען וועגען דער חילוקי דעות וואס איז געשעהן צווישען אים אין דער חוזה פין לובלין?

דריידל » פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:40 pm

· #185479
קיינמאל נישט געהערט דערפין. די חוזה איז דאך געווען א תלמוד פון רבי ר' מלך האט ער זיך געריקט מיט זיין רבי?

לאליפאפ » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 7:26 pm

· #185491
קאווע טרינקער
ס'קומט מיר אן שווערליך צו גלייבן די מעשה פון לייגן די הענט אין פייער. - אויב מוז איך עס גלייבן, וואלט איך הנאה געהאט אויב איינער קען ביטע דאס מסביר'ן.

יא יא, אמונת צדיקים איז א שווערע ענין!

מצטמק ויפה » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 7:36 pm

· #185492
@לאליפאפ אפשר קענסטו איבער געבן די דערהויבנקייט פונם שבת דארט אין ליזענסק? זאלן מיר אויך האבן א מושג וואס דאס מיינט.

קאווע טרינקער » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 7:42 pm

· #185493
מצטמק ויפה
@לאליפאפ אפשר קענסטו איבער געבן די דערהויבנקייט פונם שבת דארט אין ליזענסק? זאלן מיר אויך האבן א מושג וואס דאס מיינט.

אין אן אנדערע אשכול פארציילט ער אז whatsapp איז געווען די מדובר איבער שבת.

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 23, 2014 8:35 am

· #191935
אד''ב
פועלט'ס אלעס גיטס

שעפטל » זונטאג מערץ 23, 2014 9:58 am

· #191939
גאר אינטערסאנטע ענינים האב איך געזעהן און געהערט דעם שבת, איבער דעם וואס עס איז באוויסט אז דער רבי רבי אלימלך האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה

ברסלבער » זונטאג מערץ 23, 2014 12:28 pm

· #191962
שעפטל
גאר אינטערסאנטע ענינים האב איך געזעהן און געהערט דעם שבת, איבער דעם וואס עס איז באוויסט אז דער רבי רבי אלימלך האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה

@שעפטל. נו, לאמיר הערן.