☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מניעת הריון ביי יונגע קאפלס

מניעת הריון ביי יונגע קאפלס

44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5922

ראש הישיבה » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:42 pm

· #185252
מניעת הריון ביי יונגע קאפלס
איך וויל פארלייגן א שאלה לפני הקהל:
צי א יונגע קאפל מעג נעמען מניעת הריון?

איך רעד (טעארעטיש) פון א היימישע קאפל, זיי האבן חתונה, זיי קענען זיך נישט. זיי ווילן אויפבויען א קשר. זיי האבן נישט קיין ספיקות, נאר זיי פילן אז אויב זי ווערט גלייך מעוברת איז זי נישט ביי זיך, ולכן ווילן זיי אז זי זאל נעמן ב"ק, אזוי אז זיי וועלן האבן די ערשטע תקופה (6 חדשים אדער א יאהר) צו אויף בויען די קשר כדבעי. מעג זי נעמען מניעת הריון?

השתא אז מען האט מברר געוועהן אז עס איז נישט קיין חשש ז"ל, נאר א שאלה פון מדחה זיין פריה ורביה, אולי וואלטן מיר זיי דאס געקענט מתיר זיין?

מיר זעהען אז מען מוז נישט חתונה האבן גלייך ביי די בר מצוה ווייל לצורך ללמוד תורה קען מען מדחה זיין. יעדער ווייסט אז מען מוז נישט טוהן די ערשטע אוועליבעל שידוך, ווייל צוליב א בעסערע שידוך (וואס וועט אולי קומען) מעד מען מדחה זיין פו"ר.
מיר זעהען אז מען מוז נישט דאווענען גלייך צופרי, נאר נוהגין אז מען קען לערנען פארן דאווענען.

לכאורה, ווען א קאפל וויל אויפבויען די קשר איז עס לצורך פו"ר, אולי וואלטן מיר געקענט מתיר זיין פאר קאפלס צו נעמן ב"ק לתקופה קצרה?
די צד האיסור וואס איך זעה איז אז ווילאנג א מענטש האט נישט קיין פרוי מעג ער עס מדחה זיין, אבער איינמאהל ער האט א פרוי טאהר ער נישט.
די שאלה איז אי תימא הכי מהיכא דנתני?
דו קענסט נישט זאגן ווייל חז"ל האבן נישט מתיר געוועהן, ווייל דעמאלס איז נישט געוועהן קיין עצה פון ב"ק בלי חשש ז"ל.
ירא הקהל ויחוו דעתם בענין זה.

מ גפני » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:54 pm

· #185254
איך ווייס פון א פאל וואס ווייל מיהאט גענומען ב"ק אין די ערשט יאר צוויי נאך די חתונה (אפשר אן שכל וואס און וועלכע איז געזונט צו נוצן און וועלעכע נישט) האבן זיי זיך אפגעהרג'ט די סיסטעם און היינט יארן שפעטער זענען זיי נאכאלס נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:04 pm

· #185256
מ'זעט דאך אז אפילו ווען מ'האט שוין געטראפן די "ריכטיגע" שידוך איז מען נישט מחוייב גלייך מקיים צו זיין מצוות פרי' ורבי'. נאר מ'קען ווארטן א יאר ביז די אומשטענדן ארבעטן זיך אויס. איז יעצט וועגן ער האט געלייגט א רינגל אויף איר פינגער מוז ער גלייך לויפן מאכן קינדער?

לדעתי מוז יעדע קאפל זיין אויף ב"ק פאר די ערשטע צוויי יאר, אז מ'גייט זיי נישט לאזן באקענען בעפארן חתונה האבן, לפחות זאלן זיי קענען די מענטש מיט וועם זיי פלאנען צו ברענגן קינדער אויפן וועלט פאר ס'איז צו שפעט.

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:05 pm

· #185258
ב"ק הרג'ט נישט אפ קיין סיסטעמס, מיליאנען נישט-חרדישע נעמען ב"ק פאר לאנגע יארן בלי שום פגע. עס האט געמוזט זיין עפעס אנדערש אדער האט די קאפל סתם אזוי געהאט א פערטיליטי פראבלעם.

בנוגע די שאלה. איך האב שוין לאנג געטראכט פון דער סברא. עס איז קלאר אז רוב קאפעלס קענען נישט געהעריג קאנעקטן אין די ערשטע פאר יאר פון די חתונה צוליב דעם ווייל מען ווערט באלד טראגעדיג. די תוצאות זענען נעגאטיוו סיי בגשמיות און סיי ברויחניות, וד"ל. איך האב אבער א פראקטישע שאלה. איך וויל אז מיינע קינדער זאלן ווארטן לכה"פ א האלבע יאר אדער א יאר. ווי אזוי ווייס איך אבער אויב די צד השני וועט מסכים זיין? אויסנעמען א תנאי איז נישט עטיש. וואס טוט מען?


.

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:08 pm

· #185259
חרדי'שע רבנים וועלן דאס קיינמאל מתיר זיין. ווייל איינמאל זיי זענען דאס מתיר קענסטו זאגן ביי ביי צו א גרויסע פראצענט פון חרדים. כידוע לכל מבין אז פרי האבן קינדער איז איינער פון די זאכן אריינגעבויט אין חרדיזם צו האלטן די עולם געבונדען צום סיסטעם.



.

ראש הישיבה » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:10 pm

· #185261
מ גפני
איך ווייס פון א פאל וואס ווייל מיהאט גענומען ב"ק אין די ערשט יאר צוויי נאך די חתונה (אפשר אן שכל וואס און וועלכע איז געזונט צו נוצן און וועלעכע נישט) האבן זיי זיך אפגעהרג'ט די סיסטעם און היינט יארן שפעטער זענען זיי נאכאלס נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער

איך קען אויך פרויען וואס האבן צומישט זייערע סיסטעם פאר לענגערע צייט צוליב כלה פילס. ולכן, וועסטו וועגן א מעשה יחידה פסק'נן למעשה פאר יעדן?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:10 pm

· #185263
הוגה
חרדי'שע רבנים וועלן דאס קיינמאל מתיר זיין.


ווער פרעגט זיי, דו? איך? מ'רעדט דאך דא פון אונזערע קינדער!

ראש הישיבה » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:12 pm

· #185264
געפילטע פיש
מ'זעט דאך אז אפילו ווען מ'האט שוין געטראפן די "ריכטיגע" שידוך איז מען נישט מחוייב גלייך מקיים צו זיין מצוות פרי' ורבי'. נאר מ'קען ווארטן א יאר ביז די אומשטענדן ארבעטן זיך אויס. איז יעצט וועגן ער האט געלייגט א רינגל אויף איר פינגער מוז ער גלייך לויפן מאכן קינדער?

לדעתי מוז יעדע קאפל זיין אויף ב"ק פאר די ערשטע צוויי יאר, אז מ'גייט זיי נישט לאזן באקענען בעפארן חתונה האבן, לפחות זאלן זיי קענען די מענטש מיט וועם זיי פלאנען צו ברענגן קינדער אויפן וועלט פאר ס'איז צו שפעט.

דו נעמטסט עס צו די צווייטע שטאפל, אז מען זאל ווארטן ביז מען איז זיכער אז they are here to stay. אבער איך רעד נישט פון קיין ספיקות, איך רעד פון געבן צייט צו אויפבויען די קשר געהעריג.

גאלד » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:15 pm

· #185265
געהער אין מאחורי, לפענ"ד

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:15 pm

· #185266
איך רעד פון ביידע חלקים, איינס נישט אריינצוברענגען קינדער ווילאנג ס'נישט דא קיין שטארקע יסוד, צוויי אז די פארפאלק זאל האבן צייט צו "דעיטן" זיך צו באקענען, בויען א קשר, אן דאגות פון קינדער און די עול הפרנסה וואס קינדער ברענגן.
די צוויי חלקים זענען זייער נאנטע קרובים.


גאלד האקט, אה ב"ה די מאחורי פאליציי איז שוין דא.

מ גפני » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:21 pm

· #185269
גאלד
געהער אין מאחורי, לפענ"ד

בחור'ל שפירסט דיך פרעמד אין די נושא, מיזט נישט דא זיין.....

אי איתמר » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 6:25 pm

· #185270
איך ווייס פון א פאהל וואס די פרוי האט אנגעהאלטען מיט די ב.ק.
די ערשטע צוויי יאר נאך די חתונה ווייל זי איז נישט געווען זעכער
אויב זו האט אים עכט ליהב..,
אין למעשה האט זי אפגעמאכט אז זי האט אים נישט עכט ליהב..
סאיז נישט שייך קיין כלליתדיגע תירוץ,
אין זעכער אויב עפיס איז נישט כשורה זענען די רבנים מתיר/מחייב צו נעמען ב.ק.

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:03 pm

· #185277
מ גפני
איך ווייס פון א פאל וואס ווייל מיהאט גענומען ב"ק אין די ערשט יאר צוויי נאך די חתונה (אפשר אן שכל וואס און וועלכע איז געזונט צו נוצן און וועלעכע נישט) האבן זיי זיך אפגעהרג'ט די סיסטעם און היינט יארן שפעטער זענען זיי נאכאלס נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער

כווייס פןן מער ווי איין קיעס וואס וויבאלד מ'האט געהעט צישנעל אסאך קינדער איז דאס נערווען אפגעהרגט און טאר מער קיינמאל נישט האבן קינדער.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 7:32 pm

· #185278
איך ווייס פון א פאל ווי מ'האט נישט גענומען ב"ק און זי איז גלייך טראגעדיג געווארן און נאך איידער דאס קינד איז געבוירען געווארן איז שוין די טאטע געווען א חתן צום צווייטען מאל.

פאר א יאר איז נישט כדאי צו אנזייען.

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:46 pm

· #185305
אויב מיר טרעפען א היתר. וויאזוי מאכט מען דאס געשען?
די החלטה דארףן זיי מאכן צווישען זיך די נאכט פון די חתונה מיט א מאן/ווייב צוויי וויילד פרעמדע מענטשען,וואס איינער האט נישט קיין מושג וואס דער צווייטער האלט איבער די נושא. איז עס נישט ריסקי ארויפברענגען זאלכע האקלע נושאים אזוי פרי?

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:46 pm

· #185306
געפילטע פיש
מ'זעט דאך אז אפילו ווען מ'האט שוין געטראפן די "ריכטיגע" שידוך איז מען נישט מחוייב גלייך מקיים צו זיין מצוות פרי' ורבי'. נאר מ'קען ווארטן א יאר ביז די אומשטענדן ארבעטן זיך אויס. איז יעצט וועגן ער האט געלייגט א רינגל אויף איר פינגער מוז ער גלייך לויפן מאכן קינדער?

לדעתי מוז יעדע קאפל זיין אויף ב"ק פאר די ערשטע צוויי יאר, אז מ'גייט זיי נישט לאזן באקענען בעפארן חתונה האבן, לפחות זאלן זיי קענען די מענטש מיט וועם זיי פלאנען צו ברענגן קינדער אויפן וועלט פאר ס'איז צו שפעט.


און ביי זיווג שני, אויך צוויי יאר?
(פארגעס נישט, עס וועלען זיין גיטין ווי די שוואמען ודו"ק).

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:55 pm

· #185308
און?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 8:59 pm

· #185310
נולד מאוחר
אויב מיר טרעפען א היתר. וויאזוי מאכט מען דאס געשען?
די החלטה דארףן זיי מאכן צווישען זיך די נאכט פון די חתונה מיט א מאן/ווייב צוויי וויילד פרעמדע מענטשען,וואס איינער האט נישט קיין מושג וואס דער צווייטער האלט איבער די נושא. איז עס נישט ריסקי ארויפברענגען זאלכע האקלע נושאים אזוי פרי?

א היתר דארף מען נאר טרעפן אויף א זאך וואס איז אסור, איך ווארט נאך צו הערן די איסור.

די סעלושען איז אז דער בחור\מיידל זאל זיין גענוג אויפגעקלערט פארן צוגיין צום שידוך, אז אויב גייען זיי יא מיט מיטן בעשוי סיסטעם, זאלן זיי וויסען וואס זיך דורכצורעדן, און נישט פרעגן אין וועלכע ישיבה קטנה ער איז געגאנגען אדער אויב זי האט ליב מער משה גאלדמאן אדער ירמי' דמן, נאר מ'זאל האבן אביסל שכל און רעדן פון זאכן וואס מאכן טאקע אויס, ווי למשל אויב זי גייט איין אויף צוויי יאר ב"ק.

its me » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:31 pm

· #185326
IN THEORY YOU GUYS ARE RIGHT ABOUT NOT GETTING PREGNANT RIGHT AWAY, HOWEVER, UNLESS YOU CAN FIND A HETER FOR A CONDOM (WHICH I DOUBT ANY RABBI WOULD GIVE) I WOULD BE VERY WORRIED NOT TO RUIN THE SYSTEM WITH PHARMACEUTICALS. LIKE MR GAFNI SUGGESTED

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:19 pm

· #185336
Please check if your caps lock key is broken.

Thanks

פארוואס קען איך נישט טרעפן די פאוסט וואס האט היינט געשריבן אז ביי אונז איז anecdotal evidence גענוג אפצופסקנ'ן ב"ק מיטלען וואס מיליאנען מענטשען ארום די גארע וועלט נעמען?

its me » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:28 pm

· #185338
געפילטע פיש
Please check if your caps lock key is broken.

Thanks

פארוואס קען איך נישט טרעפן די פאוסט וואס האט היינט געשריבן אז ביי אונז איז anecdotal evidence גענוג אפצופסקנ'ן ב"ק מיטלען וואס מיליאנען מענטשען ארום די גארע וועלט נעמען?

I thought it was easier to read like this.

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:33 pm

· #185341
.Well , it's not. It looks like you're screaming

its me » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:34 pm

· #185342
I'll try to stay calm and follow your avatar...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:39 pm

· #185344
געפילטע פיש
פארוואס קען איך נישט טרעפן די פאוסט וואס האט היינט געשריבן אז ביי אונז איז anecdotal evidence גענוג אפצופסקנ'ן ב"ק מיטלען וואס מיליאנען מענטשען ארום די גארע וועלט נעמען?


<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/185062">viewtopic.php?p=185062#p185062</a><!-- l -->

Sapir » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:51 pm

· #185350
געפילטע פיש
מ'זעט דאך אז אפילו ווען מ'האט שוין געטראפן די "ריכטיגע" שידוך איז מען נישט מחוייב גלייך מקיים צו זיין מצוות פרי' ורבי'. נאר מ'קען ווארטן א יאר ביז די אומשטענדן ארבעטן זיך אויס. איז יעצט וועגן ער האט געלייגט א רינגל אויף איר פינגער מוז ער גלייך לויפן מאכן קינדער?

לדעתי מוז יעדע קאפל זיין אויף ב"ק פאר די ערשטע צוויי יאר, אז מ'גייט זיי נישט לאזן באקענען בעפארן חתונה האבן, לפחות זאלן זיי קענען די מענטש מיט וועם זיי פלאנען צו ברענגן קינדער אויפן וועלט פאר ס'איז צו שפעט.

לשיטתך, פאר מען מאכסט חתונה זאל די בחור אין מיידעל זיך בעסער באקענענן, פארוואס נאר איין אדער צוויי בישאויס?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:54 pm

· #185351
הלוואי! אבער אז דאס גייט זיך נישט פיקסן, איז כאטש דאס געב מיר.

אי איתמר » פרייטאג פעברואר 21, 2014 12:05 am

· #185368
געפילטע פיש
נולד מאוחר
אויב מיר טרעפען א היתר. וויאזוי מאכט מען דאס געשען?
די החלטה דארףן זיי מאכן צווישען זיך די נאכט פון די חתונה מיט א מאן/ווייב צוויי וויילד פרעמדע מענטשען,וואס איינער האט נישט קיין מושג וואס דער צווייטער האלט איבער די נושא. איז עס נישט ריסקי ארויפברענגען זאלכע האקלע נושאים אזוי פרי?

א היתר דארף מען נאר טרעפן אויף א זאך וואס איז אסור, איך ווארט נאך צו הערן די איסור.

די סעלושען איז אז דער בחור\מיידל זאל זיין גענוג אויפגעקלערט פארן צוגיין צום שידוך, אז אויב גייען זיי יא מיט מיטן בעשוי סיסטעם, זאלן זיי וויסען וואס זיך דורכצורעדן, און נישט פרעגן אין וועלכע ישיבה קטנה ער איז געגאנגען אדער אויב זי האט ליב מער משה גאלדמאן אדער ירמי' דמן, נאר מ'זאל האבן אביסל שכל און רעדן פון זאכן וואס מאכן טאקע אויס, ווי למשל אויב זי גייט איין אויף צוויי יאר ב"ק.


די מעשה איז נאר אז זיי זענען נישט אין קענען נישט זיין אויפגעקלערט,
אפילו ווען זיי מיינען אז זיי פארשטיין/ווייסען אלעס..וד''ל
בקיצור לויט די חינוך סיסטעם ווילען רוב קאפעלס גראד האבען א בעבי.
אויב האלט מען שוין 3 חדשים נאך די חתונה אין ס'איז נישטא קיין נייעס
ווערט מען נערוועז,
בשעת ווען ס'קען זיין נישט מער אין נישט ווייניגער אז זיי זענען בכלל נישט בקי בחורין ובסדקין
און זיי האלטן נאך קודם הנשיאון,(עובדא ידענא..)

קען זיין אז די איסור איז משום ביטול מצוה חיובית בקום ועשה,

מאטי » פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:02 am

· #185374
דער פראבלעם איז בכלל נישט אן הלכה שאלה נאר א פראקטישע. אפילו לאמיר שוין זאגן אז איך קלער אויף מיין קינד אז די ערשטע שטיק צייט זאל מען נעמען בי סי. ווען עס קומט למעשה איז דאס מורא'דיג שווער צו אויספירן. אזוי ווי געפילטע האט דערמאנט, ביים בעשוי רעדט מען פון פוסטע שטותים, ביים תנאים עפענט מען מתנות צוזאמען. אין יחוד שטוב כאפט מען בילדער און ביים מצווה טאנץ איז מען מסביר דעם בדחנ'ס וויץ אין קעיס מ'האט דאס פארפאסט. יא אויך וועלכע פעטער ס'האט יעצט געטאנצט . דערנאך גייט מען אהיים און מ'פארלאנגט פון איינעם א יונגער צוריקגעצויגענער... זיינע איברים ווארפן זיך פאר שרעק פונעם קומענדע ... צו זאגן. דעם טאבא סטיעטמענט " איך וואלט געקענט באשטיין צו ווארטן א יאר צוויי..... העל נאו!! !! .
אלזא נישט דא קיין לייזונג עט די מאמענט צו דעם . חוץ ביי צוויי אויפגעקלערטע וואס גייען מתחילה צו צום גאנצען נושא מיט אן אויפגעקעלרטקייט.

סודני » פרייטאג פעברואר 21, 2014 8:13 am

· #185392
איך פארשטיי נישט פונקטליך מ׳האט אנגעהויבן מיט א שאלה להלכה
צי איז דא א פראבלעים מיט ב״ק לצורך קשר הזויג לפי חז״ל ווערט נאר א קשר שטערקער מיט קינדער אין די מציאות זאגט אויך אזוי אוודאי איז דא פעלער וואס איז יוצא מן הכלל קומט אויס די גאנצע סברא לצורך קשר האלט נישט אויס , ממילא פאלט ארויף די חיוב פין פרו ורבו וואס ווען מ׳האט די מעגליכקייט מקיים צי זיין אין מ׳ען איז נישט איז אזוי ווי איינער לייגט נישט תפילין אדער שאקעלט נישט לולב , די איינציגסטע וועג ארויס להלכה קען זיין אויב די פרוי וויל נישט האבן קינדער גלייך זי האט נישט די חיו פין פרו ורבו אין לויט אסאך פוסקים אפילו לשבת אויך נישט, אבער מצד די מאן גלייב איך זייער שווער איינער זאל מתיר זיין אין נאכמער אויב די פרי וויל נישט להלכה פין זיין זייט דארף ער פרובירן איר איבער רעדן וויל אויף עים ליגט א חיוב אין ער פין זיין זייט דארף אלעס פרובירן

גם כי אלך » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:06 am

· #185406
ווי איינער האט שוין ערווענט איז לכאורה נישט פראקטיש דאס גאנץ עסק. ביים היימישן ציבור הערשט א געוואלדיגע פחד, און אפשר מיט רעכט, אויב חלילה מען קען נישט האבן קינדער.
אינגעלייט דרייען זיך ארום אין די שנה ראשונה באזארגט ביז איבערן קאפ, הלמאי ס'איז שוין דורך דריי חדשים און גארנישט... אויטאמאטיש קומט אפיר קאשמארישע זכרונות פון שלמה באכנער'ס דרשות ביי די בוני עולם דינערס און מען שטעלט זיך שוין פאר אלעס ערגסטן. מענטשן ווילן זיין רואיג אז מען קען האבן קינדער. אויב עפעס וואלט געווען ראטזאם דער איינפיר באלד נאכן ערשטן קינד, דער מצב איז שוין רואיגער און בנוסף האט מען שוין מער א שפראך איינער צום צווייטן.

ודי למבין » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 9:36 pm

· #185509
זייער אן אינטערסאנטע און חשובע נושא, ראש הישיבה. ווי דער רוב עולם דא בין איך אויך ביי די מיינונג אז זיין אויף ב"ק יעדער איינער ווי לאנג עס נעמט אים זיך באקוועם צו מאכן מיט זיין בת זוג דארף זיין א חלק פון די כתובה.

מיין שאלה איז אבער, אז ווען מ'קוקט אריין אין די ספרים איבער דעם נושא זעט מען אז רוב רבנים וואס רעדן דערוועגן און זיי האלטן אז עס איז אפילו א חיוב צו נעמען ב"ק איז דאס נאר נאך מ'האט שוין מקיים געווען פו"ר, וזה פלא. ס'קען זיין אז זיי גייען מיט די הנחה אז ווען איינער האט חתונה האט ער זיך שוין באקענט מיט זיין בת זוג - כאטש אביסל - און ער האלט שוין ווייטער ווי דעם אויבענדערמאנטעם גאלדמאן ווס. דמן שמועס.

לגבי די פראקטישע חלק וואס עס איז געווארן דא אויסגעשמועסט: ווי לאנג ב"ק וועט זיין די טאבא נושא וואס עס איז יעצט, וועט דאס טאקע זייין א מעידזשער פראבלעם, אבער לאמיר האפן אז דאס וועט זיך טוישן. והיה אז נישט קען מען אלעמאל זאגן פאר די חתן מדריך אז מ'לייגט עס עליו ועל צווארו דאס אויסצופירן.

סאו וואט » זונטאג פעברואר 23, 2014 2:08 pm

· #185672
געהערט פון א פוסק מובהק אנגענומען ביי אלע קרייזען, און וואס הערט צוגלייך אסאך פראבלעמען, זיך אויסדרוקען בהאי לישנא:
ווען כ'וואלט געהאט א כח, וואלט איך ארויפגעלייגט אלע פרויען אויף ב"ק כאטש דו ערשטע זעקס חדשים...

ראש הישיבה » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:31 pm

· #186053
ודי למבין

לגבי די פראקטישע חלק וואס עס איז געווארן דא אויסגעשמועסט: ווי לאנג ב"ק וועט זיין די טאבא נושא וואס עס איז יעצט, וועט דאס טאקע זייין א מעידזשער פראבלעם, אבער לאמיר האפן אז דאס וועט זיך טוישן. והיה אז נישט קען מען אלעמאל זאגן פאר די חתן מדריך אז מ'לייגט עס עליו ועל צווארו דאס אויסצופירן.

שכוח @ודי למבין פאר די עצה בנוגע אז די חתן מדריך זאל דאס אהנזאגן פארן חתן פאר די חתונה.

איך האב א בשורה טובה פאר די אלע וואס האבן יעצט א חתן פאר די חתונה וואס ווילן אז די חתן זאל וויסן אז עס איז גדאי צו נעמן ב"ק די ערשטע תקופה, אז איך האב גערעדט מיט א חתן מדריך וואס איז מוכן upon request צו זאגן פארן חתן די ישיעה פון ב"ק. ער זאגט אז מען מוז זיין זיכער אז די חתן גייט פרעגן אלע זיינע זאלות ביי אים, ווייל אויב נישט וועט זיין דיין אים דאס אסר'ן, ודי למבין.

דער וואס וויל קען שיקן א בקשה אין אישי.

Yorkie » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:02 pm

· #186139
R. Boruch Simon from YU (a talmid muvhak from R. Hershel Schachter) discusses heterim for BC straight after the chasseneh here (from 74:00):

<a class="postlink" href="http://www.yutorah.org/lectures/lecture.cfm/752719/%20ADMIN%20ADMIN/Thanksgiving%20Shiur%20-%20Delaying%20Mitzvos">http://www.yutorah.org/lectures/lecture ... %20Mitzvos</a>

העלא » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:05 am

· #186348
רעדסט עינק נישט איין אז די רבנים ווייסן נישט די פראבלעם פון זיך גט'ן מיט א קינד אדער מער, זיי ווייסן דאס בעסער פון עינק אלע,
די סיבה פארוואס זיי זענען נישט מתיר ב"ק איז ווייל זיי ווייסן נאך זאכן וואס עינק ווייסן נישט,
חוץ מזה רוב מאל ווען מ'טוט פעולות נישט צו האבן קינדער אין אנהייב מאכט עס ערגער די שלו' בית נישט בעסער,
חוץ מזה איז דא זאכן וואס זענען אין געוויסע פעלער אדער מותר, אדער בבחינת בוחר הרע במיעוטו, אבער א רב אדער דיין טאר עס נישט פסק'נען מיט א ברירות,
יעדע פאל האט זיך זיינע דעטאלן און זיינע הלכות, מ'קען בשום אויפן נישט מתיר זיין ב"ק בכלליות, יעדער עקסטער דארף אויסוועלן א דיין וואס ער האלט אז ער קען די ה' חלקי שולחן ערוך,
או"ח, יו"ד, אבהע"ז, און די 5טע חלק דארף ער זיכער קענען

הוגה » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:50 am

· #186370
העלא

די סיבה פארוואס זיי זענען נישט מתיר ב"ק איז ווייל זיי ווייסן נאך זאכן וואס עינק ווייסן נישט,
חוץ מזה רוב מאל ווען מ'טוט פעולות נישט צו האבן קינדער אין אנהייב מאכט עס ערגער די שלו' בית נישט בעסער


וואס פאלט דיר ביי אז די דיינים ווייסן עפעס מער ווי מיר ווייסן? זיי האבן עפעס א סיקרעט קלאב? הלכה האמיר אלע די זעלבע ספרים ווי זיי האבן. איז וואס נאך קענען זיי דען וויסן? דו זאגסט אז רוב פעלער מאכט עס קאליע שלום בית. מהיכן דנתני? וויפיל פעלער קענסטו בכלל וואו מען האט גענומען ב"ק אנהייב און וויפיל פון זיי האט זיך נישט גוט אויסגעלאזט? מיט איין זאך ביסטו גענצליך גערעכט אז מען זאל נאר פרעגן א דיין וואס איז בקי אין די פינפטע חלק שו"ע.


.

מאטי » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:02 am

· #186407
רעדסט עינק נישט איין אז די רבנים ווייסן נישט די פראבלעם

יפה דברת..... אונז רעדט מיר זיך נישט איין, אונז ווייסן באמת.

אי איתמר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:26 am

· #186414
רוב רבנים וואס זענען עוסק אין דעי ענינים
זענען זייער באגרעניצט און די פיפטע שולחן ערוך,
קוים וואס זייער מוח דערהייבט די דאלעט שולחן ערוכעס אויף אויסענווענדיג...

ראש הישיבה » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:57 am

· #186431
העלא
רעדסט עינק נישט איין אז די רבנים ווייסן נישט די פראבלעם פון זיך גט'ן מיט א קינד אדער מער, זיי ווייסן דאס בעסער פון עינק אלע,

דו פארפירסט די נושא. אונז רעדן ניש (בעיקר) וועגן מענטשן וואס ווילן ניש האבן גלייך קינדער ווייל זיי האבן מורא אז זיי גייען זיך גט'ן. ביי דעם פאל איז פשוט אז זי דארף נעמן ב"ק. אונז רעדן וועגן געבן צייט פאר די נייע פארפאלק זיך צו באקענען און מאכן באקוועם, אהן די שטערונגען פון עיבור מיט געבוירן א קינד.

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:14 pm

· #186437
הוגה
העלא

...חוץ מזה רוב מאל ווען מ'טוט פעולות...

...דו זאגסט אז רוב פעלער...

קבלה היא בידינו, אז ווען רוב מאל ווען איינער זאגט אזעלכע לשונות ווי "רוב מאל", "יעדער ווייסט", "ביי יעדעם איינעם", און "רוב פעלער" מיינט מען די אייגענע עקספיריענס.

קרעקער » זונטאג יוני 8, 2014 7:50 pm

· #204860
אין מאחורי האט איינע געשריבען א לאנגס און ברייטס איבער אלע מיני ב"ק די מעלות וחסרונות
איך וויל זייער פרעגען עפעס פון עם למעשה היות איך האב נישט קיין רשות כניסה פליז קאנטעקט מיר אין אישי

שצם_חנכל » מאנטאג יוני 9, 2014 2:46 pm

· #205024
ראש הישיבה
איך וויל פארלייגן א שאלה לפני הקהל:

השתא אז מען האט מברר געוועהן אז עס איז נישט קיין חשש ז"ל, נאר א שאלה פון מדחה זיין פריה ורביה, אולי וואלטן מיר זיי דאס געקענט מתיר זיין?


פאר איינעם אזויווי מיר וואס זיכט די בירור, אט איז ער
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5878">viewtopic.php?f=13&t=5878&hilit</a><!-- l -->

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 16, 2014 9:52 am

· #206215
וואס ווערסטו אזוי ווילד? וואס איז דאס אנדערש ווי זאגן פארן בחור וויאזוי צו מאכן די מצוה, אדער עם אויסלערנען צו קויפן בלומען פון צייט צו צייט און זאגן איי לאוו יו? סך הכל איז עס נאך א שטיקל עדוייס אין שלום בית, זיי זאלן וויסן וואס דאס איז, וויאזוי מ'באקומט דאס, און אז מ'מעג עס נוצן.

[ציטאט אראפגענומען]

אינטערעסאנט, פון הערן אינפארמאציע און שמועסן צוויי שעה קען מען וויסן אויב די פארפאלק וועט זיך ליב האבן שפעטער? וועמען מיינסטו צו נארן? ביז ווילאנג מ'וואוינט נישט צוזאמען ווייסט מען נישט אויב ס'איז א עכטע פאר, אפגעזען וויפיל ריסוירטש ס'גייט אריין אין דעם.

הוגה » מאנטאג יוני 16, 2014 10:14 am

· #206218
וואס פאלט דיר ביי אז איך בין נישט זיכער אויב די קאפל איז פאסיג? אוודאי זענען זיי פאסיג, מ'דארף זיי נאר לאזן זיך באקענען אביסל, אן די פרעשור פון א טראגעדיגע ווייב וואס קען זיך נישט באכלעפטשענען, און אלעס וועט זיין גוט.

ובנוגע מיין טאטע זיך אריינמישן, הלוואי וואלט מיין טאטע זיך אריינגעמישט און מיר מייעץ געווען צו נוצען מניעת הריון פאר די ערשטע שטיק צייט, ס'וואלט מונע געווען ביי מיר אין שטוב אסאך עגמת נפש. איך קען זאגן אז די שלום בית ביי מיר אין שטוב און דאס צופרידנקייט איז געקומען ערשט נאך מיין צווייטע קינד ווען כ'האב געהאט צוויי יאר אן קיין טראגן אדער זייגן. איך בין א גוטע טאטע און איך בין מייעץ מיין קינד אז אויב מאכט מען געלט אן צאלן שטייער איז דא שווערע קאנסיקווענסן, אויב דרייווט מען אן לייסענס איז דא שווערע קאנסיקווענסן, און אויב "האט מען חתונה" אן פראטעקשאן איז דא שווערע קאנסיקווענסן.