אונטערסאנט, די גאנצע וועלט ברענט און דא אין קאווע שטיבל איז שטיל... גאר שטורעמישע פראטעסטן קומען פאר אין אוקריינע נאכדעם וואס דער פרעזידענט וויקטאר יאנוקאוויטש האט באשלאסן זיך נישט אנצושליסן אויף א געוויסע אופן אין די "יוראפעאישען פאראיין", דער פרעזידענט שרייט אז די רעגירונג איז געקומען צי די מסקנא אז ס'איז נישט אין די אוקריינער אינטערעסען, א חלק המון עם, האבן נישט ליב דעם באשלוס, און שרייען אז דאס איז צוליב די נאנטע באציאונגען מיט פוטין פון מאמע רוסלאנד, און זענען ארויס אין די גאסען אין ווערטשאפטען אן א חורבן, ס'האלט שוין ביי צוויי און צוואנציג טויטע, אריינגערעכנט זעקס פאליציי, די פאליציי קומען אן מיט שטעקענעס און די פראטעסטירער ווארפן גרויסע שטיינער, צינדן אינטער אלעס וואס קומט זיי אונטער, שפארן אפ די הייוועיס, פארזאמלען זיך אין גרויסע פלעצער, זיי פרובירן צו פארכאפן א פאליציאנט און געבן אים מכות כדי להמית.
דעמאקראטיע פראטעסטירער זיגן אין קיעוו: די ביז איצטיגע רעגירונג אין אוקריינא איז געפאלן.
נאך א וואך פון בלוטיגע של אכטן און איבער הונדערט טויטע האט די אוקריינישע פארלימענט ארויסגעשטויסן און אימפיעטשט דעם פרעמיער מיניסטער יאנוקאוויטש פון אמט מיט אלע זיינע מיניסטארן וואס האבן אנטייל גענומען און די אונטערדריקעניש און מארד פון די פראטעסטירער.
דער פארלימענט האט אויך באפרייט פון טורמע דער אפאזיציע פירער יוליע טיימעשענקאו וועלכער דער אימפיעטשטער פרעמיער מיניסטער יאנוקאוויטש האט איינגעזעצט אין 2011 פאר קארופציע פארברעכנס נאכדעם וואס די אנקעטעס האבן געוויזן אז זי קען אים באזיגן אין די וואלן.
די בי.בי.סי. באריכטעט אז די פאליציי האט זיך צוריקגעצויגן צו זייערע סטאנציעס לאזנדיג די גאסן פריי פאר פראטעסטירער וועלכע האבן איבערגענומען קאנטראל פון אלע רעגירונג געביידעס.
דאכט זיך אז די פראטעסטירער האבן נישט אנגעהויבן גלייך מיט שטעקענעס, זיי האבן קודם פרידליך פראטעסטירט שוין א שטיק צייט, איבער דעם וואס דער יאניקאוויטש האט גענומען פאר זיך צופיל רעכטן ועוד. און ווען זיי האבן געזעהן אז זיי רעדן צום דופן עקומה האבן זיי האבן אנגעהויבן נוצן די אנדערע שפראך וואס דאס פארשטייט יעדער. די וועלט האט אבער הערשט אנגעהויבן עכט מיטצוהאלטן די מעשה ווען עס האט זיך שוין אנגעהויבן די ערנסטע פאזע.
מיין שאלה איז אביסל אנדערש. טאקע אויף דער רעגירונג. נישט קיין חילוק צו די פראטעסטירער זענען גערעכט צו נישט. פאליציאנטן ארבייטן צו באשיצן דעם לאנד, און פארוואס שיקט מען זיי ארויס מיט איינפאכע שטעקנעס צו באקעמפן מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו ווארפן שווערע ציגל אין די לופטן, האקן אין קאפ פון מענטשן, און שיסן פלאש באמבעס אין פרצוף. זאלן די פראטעסטירער זיין גערעכט, און אפילו האבן די רעכט צו פראטעסטירן. וואס זענען די אומשולדיגע פאליציאנטן, וועלכע פירן אויס העכערע באפעלן, שולדיג?
ויהי אחרי. יאנקאוויטש איז לכאורה פיניש, ער וועט אדער ענדיגן אין באהעלטעניש אדער אין תפיסה. אפילו זיין גוטע חבר פוטין האט אים געווארפן איבערן דראנג, ער איז גרייט צו פארהאנדלן מיט די נייע אוקריינאער רעגירונג, און זאגט אז ער וועט זיי נישט באשטראפן, דאס מיינט בלשון חכז"ל: כל דאלים גבר...