☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שוין מיר זענען ווייטער שילדיג, אסיפה רבנים צניעות

שוין מיר זענען ווייטער שילדיג, אסיפה רבנים צניעות

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5911

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:35 am

· #184810
שוין מיר זענען ווייטער שילדיג, אסיפה רבנים צניעות
שוין 30 40 יאר וואס די 3 ווערטער האבען חתונה געהאט, און משום מה גט'ען זיי זיך נישט און דער עולם ליידט פון די קראזיאנערישע שידוך, און אין פלאץ וואס דער עולם זאל זיך אנריפען הויעך און קלאר אז די שידוך מיז זאפארט א גט כריתות, האט יעדער מורא צי רעדען און זאגען א הויעך ווארט און עולם גולם לויפט נאך די חברה מיט א געמאכטע בלינדטקייט און דומקייט, מען לאזט זיך צווינגען צי חתמענען "תקנות" וואס קיינער פירט מילא נישט אויס
עס איז שוין געקימען די צייט צי הייבען א קול צעקה און זיך אנריפען הויעך "רבותינו הגיע זמנכם, טולו קורה מבין עיניכם, אין הדבר תלוי אלא בכם" הערט אויף צי באשמיצען און באשילדיגען כלל ישראל גוי קדוש מיט ענקערע שחיתות.
די שידוך איז ציזאמען געשמאלצען פון אט די דריי רבנים אסיפות צניעות און עס ווערט נאר ערגער וואס א טאג עס גייט אריבער
מיר ווייסען וואס עס שטייט אין די תורה, אין די תורה שטייט די ווערטער ביי א עגלה ערופה:
כִּי יִמָּצֵא חָלָל בָּאֲדָמָה אֲשֶׁר יְיָ אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לְךָ לְרִשְׁתָּהּ נֹפֵל בַּשָּׂדֶה לֹא נוֹדַע מִי הִכָּהוּ: וְיָצְאוּ זְקֵנֶיךָ וְשׁפְטֶיךָ וּמָדְדוּ אֶל הֶעָרִים אֲשֶׁר סְבִיבֹת הֶחָלָל: וְהָיָה הָעִיר הַקְּרֹבָה אֶל הֶחָלָל[b] וְלָקְחוּ זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא עֶגְלַת בָּקָר אֲשֶׁר לֹא עֻבַּד בָּהּ אֲשֶׁר לֹא מָשְׁכָה בְּעל: וְהוֹרִדוּ זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא אֶת הָעֶגְלָה אֶל נַחַל אֵיתָן אֲשֶׁר לֹא יֵעָבֵד בּוֹ וְלֹא יִזָּרֵעַ וְעָרְפוּ שָׁם אֶת הָעֶגְלָה בַּנָּחַל: וְנִגְּשׁוּ הַכּהֲנִים בְּנֵי לֵוִי כִּי בָם בָּחַר יְיָ אֱלֹהֶיךָ לְשָׁרְתוֹ וּלְבָרֵךְ בְּשֵׁם יְיָ וְעַל פִּיהֶם יִהְיֶה כָּל רִיב וְכָל נָגַע: וְכֹל זִקְנֵי הָעִיר הַהִוא הַקְּרֹבִים אֶל הֶחָלָל יִרְחֲצוּ אֶת יְדֵיהֶם עַל הָעֶגְלָה הָעֲרוּפָה בַנָּחַל: וְעָנוּ וְאָמְרוּ יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכֻה [שָׁפְכוּ] אֶת הַדָּם הַזֶּה וְעֵינֵינוּ לֹא רָאוּ: כַּפֵּר לְעַמְּךָ יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר פָּדִיתָ יְיָ וְאַל תִּתֵּן דָּם נָקִי בְּקֶרֶב עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל וְנִכַּפֵּר לָהֶם הַדָּם: ט וְאַתָּה תְּבַעֵר הַדָּם הַנָּקִי מִקִּרְבֶּךָ כִּי תַעֲשֶׂה הַיָּשָׁר בְּעֵינֵי יְיָ: [/b]
אין קארצען, איינער שטארבט און מען ווייסט נישט ווער עס האט עם געהארגעט, ווער דארף נעמען אחריות אויף דעם מארד? ווער דארף א כפרה? די רבני הדור
אין אלע דורות איז געווען אזוי, זע וואס שטייט אין מסכת תענית ביי עצירת גשמים אדער אנדערע גזירות:
הגיע שבעה עשר במרחשון ולא ירדו גשמים, התחילו היחידים מתענין שלש תעניות.
פירוש רבי עובדיה מברטנורא:
הגיע שבעה עשר במרחשון - וכבר עברו ג' זמנים, שהן ג' במרחשון. התחילו היחידים - תלמידי חכמים להתענות.
און מראה מקומות אין ש"ס פעלט נישט ווען עס געשעט גזירות איז דאס די אחריות פון די מנהיגי הדור, און די ערשטע וואס דארפען צי מפשפש זיין במעשים און פאסטען און תשובה טאן איז טאקע די מנהיגי הדור,
הערשט נאכדעם וואס די מנהיגים האבען געטין זייערס, זיי האבען פאראכטען זייערע זינד און עס האט נישט געהאלפען הערשט דעמאלט קען די מנהיגי הדור פאדערען פון די המון עם תשובה און געבען מוסר דרשות

די מצב פון אינזערע מנהיגים איז ברייט באקאנט פאר יעדער חדר אינגעלע עס איז נישט קיין סוד בכלל, רבנים קריגען זיך און רייסען זיך ביי די נעזער ווי קליינע קינדער, זיי זענען נישט גורס בכלל די מושג פון וותרנות אדער די מצוות פון "לא תשנא את אחיך בלבבך" אדער "ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה", און אזוי ווייטער וויפיל עבירות עס איז תלוי אין איין נערישע מחלוקת איז נישט מעגליך צי אויסרעכענע די איסורים מדאורייתא ומדרבנן וואס איין מחלוקה איז אלץ כולל.
חז"ל זאגען אין אן א שיעור פלעצער כמה קשה המחלוקת, און אז אלע צרות קימען בלויז פון מחלוקות און עיוות הדין אפגערעדט די שרעקליכע חילול שם שמים וואס די רבנים ואדמורים פארשאפען ביי אידען און ביי נישט אידען מיט זייערע קינדערישע רייסערייען
וואס זאלען קינדער זאגען ווען מען לערנט מיט זיי די פרשיות פון דינים בין אדם לחבירו ווען זיי זעען ווי די גרויסע רבנים ואדמורים מנהיגי הדור וואס דארפען זיין די ביישפיל פארען כלל פירען זיך אויף ערגער פון דער גרעסטער פושע ישראל? פארוואס זאל מיין וואלוועלע מוותר זיין זיינע שפילצייג פאר מיין עטעלע ווען זייער רבי (נישט מלמד, אדמור!) קען נישט מוותר זיין קיין כהוא זה פאר א צווייטער למען השלום?
גייט און עפענט אויף א חפץ חיים און זעט וויפיל צרות די לשון הרע און רכילות ברענגט אן אויף די וועלט א פחד איום ונורא
יעצט ווער איז שילדיג דערין? בעיקר די רבנים
סוי די עבירה איז קלאר כשמש בהצריים יעדער זעט דאס, עס קימען צרות אזוי ווי גאט ווארענט אז עס וועט קימען, ווער דארף דא תשובה טיען? די מאמעס וואס מאכען זיך שיין פאר זייערע מענער? וואספארא חופצה איז דאס! וואספארא שעם!
ווען איז געווען די לעצטע מאל וואס א רב אדער א רבי זאל זיך אויפשטעלען מתוודה זיין ברבים "חטאתי עוותי פשעתי" רבוש"ע זיי מיר מוחל אויף "מיינע עבירות בין אדם לחבירו, זיי מיר מוחל אויף דעם וואס איך רייס מיר מיטען ברידער ווי א שיכור'ע קעצעלע"
אין בית המקדש ביי די עבודה, ווער איז געווען דער ערשטער צי שרייען הויעך "חטאתי עוותי פשעתי"? אויב נישט דער כהן גדול אליין?

ניין היה לא תהיה
די רבנים ואדמורים וועלען דאס קיינמאל נישט טיען, די כינוס האט אפגעקאסט מיליאנען אבער די גרעסטע עבירה בדורינו האט מען ניטאמאל ציגערירט אפילו ברמיזה!
וויי איז צי אינז אז מיר האבען די סארט רבי'ס און מנהיגים וויי איז צי אינז אז אינזערע קינדער האלטען מיט ווי גדולי הדור ווי דער גאבד און דער ראבד קריגען זיך ערגער ווי מיינע קינדער אין שטיב
א בראך, און מען שרייט נאך אז די אימגליקען קימען וועגען די צניעות

צניעות, מורי ורבותי, צניעות היינט איז מיליאן מאל בעסער ווי 20 יאר ציריק און 30 מיליאן מאל בעסער ווי די מצב פארען קריג!
גייט אין קיקט די בילדער ווי אזוי מענער מיט ווייבער האבען זיך געשטיפט ביי די מונקאטשער חתונה ארים די קארעטע פון דער מנחת אלעזר, אדער ביי אנדערע רבעישע חתונות ווי אין באבוב ועוד, ווי זעט מען דאס היינט? אפילו ביי א קארנאוואל זעט מען דאס נישט, צניעות איז די פראבלעם? צניעות?
שקצים און משומדים זענען אין אלע דורות נאך געווען אסאך מער ווי היינט אין פראצענטען
ווען איז נאך געווען א דור ווי יעדע פשוטע בעל בית האט געקענט האלב אדער גאנץ ש"ס? היינט אכשיר דרא! יעדער בעל הבית לערנט דף היומי און א גרויס חלק האבען שוין מער ווי איינמאל מסיים געווען ש"ס, ווי טרעפט מען היינט די אמאליגע פראסטע מארמאראשע פיסטע קרעטשמערס? די עם הראצות וואס איז געווען אמאל איז נישט בנמצא היינט!

ווען איז געווען אזא חינוך וואס איז דא היינט? אמאל אין די אלטע היים האבען רוב קינדער געלערנט אין גויאישע סקולס, און די אידישע בתי חינוך האבען געלערנט רוב טאג לימודי חול און קוים סוף טאג האט מען געלערנט עין יעקב מיט עברי, היינט? היינט לערנעט "יעדע" אינגעלע אין חדר! "יעדע מיידעל" אין א ערליכע אידישע סקול! ווי איז דאס געווען אין די אידישע היסטאריע אמאל? קיינמאל!
אזויפיל כולל יונגעלייט וואס זיצען על התורה ועל מיט א התמדה רבה פאר אפגעריסענע 400 א "חודש"!!!!!!! ווי איז דאס געווען אמאל? אפילו אין מדבר האט מען בעסער געגעבען צי עסען פאר לומדי תורה!

אבער מיר זענען שילדיג "אין אלעם"
אוי לאותו בושה אז אפילו מודה זיין אויף זייערע עבירות קענען זיי נישט

ווען האבען רבנים ואדמורים געלעבט אזא שווענדערישע לעבען ווי יעדע רעבלע לעבט היינט? ווען? ווי אזוי האבען רבנים אמאל געלעבט? מיט מסירות נפש קוים ברויט געהאט אויפען טיש שבת קודש
היינט? רבנים לעבען על חשבון הכלל מיט א אויפגעריסענע פריצישע לעבען ווי באראנען און גארפען אויף די חשבון פון אימגליקליכע ארבעטס יונגעלייט וואס ווערען געצווינגען אוועק צי געבען זייערע לעצטע שטיקעלע ברויט פאר "שקל הקודש" און "אדני הקודש" און די אלע מרעין בישין געלטעריי פרעסונג וואס די אדמורים פירען אן כדי די אייניקלעך זאלען לעבען ווי עשירים

אינז זענען שילדיג? פארוואס? ווייל מען האט טעקסט אויפען סעל פאון? וואס מאכט איר משוגע? וועמען דרייט איר א קאפ?
יונגעלייט זיצען אין אפיסעס און שלאגען זיך מיטען יצר הרע טעגליך זיי זענען מקדש שם שמים זיי זענען עומד בנסיון, ווי זענען ענק רבנים? ווי? ווי האלטען ענק מיט ענקערע נסיונות? ווי?

איך ריך א הייליגע ריף צי אלע אידען,
ביי די נעסקטע אסיפה, אייער רב אין בית המדרש שטעלט זיך אויף פאדערען "קימט צים אסיפה" נעמט דאס ווארט און האט נישט מורא און פרעגט זיי, וואס טיט זיך מיט די משנה אין מסכת תענית? האט שוין דער רב זאל לעבען תשובה געטאן אויף זיינע מעשים אז מען פאדערט פון אינז איין אסיפה און נאך א אסיפה?
ביי די גרויסע אסיפות זאלען מאסען יונגעלייט שטערען די דרשות אין שרייען "עד מתי? ווילאנג נאך וועט איר מאכען פורים פון אינז?"
מען איז מעליל עלילות אויף כלל ישראל אז זיי זענען שילדיג אין אלע גזירות ווען עס איז קלאר ווי די טאג וועמען'ס שילד דאס איז!

נעמט א ביישפיל וואס טיט זיך אפ מיט פוגע זיין אין קינדער, ווען עס איז ידוע אז רבנים ואדמורים שטייען און שטיצען און זענען מחפה אויף מחיובי סקילה אידען וואס האבען מטמא געווען קינדער מיט עבירות וואס מען איז חייב סקילה דערויף!
במקום וואס די רבנים זאלען די דאס ריכטיגע און נעמען די דין תורה אין די האנט שטייען זיי און באשטינקען אינז מיט אלע פראבלעמען

זאגט צי דער גדולי הדור "גענוג!"
וואשט אייך אפ פון אייערע עבירות, גייט פאסטען תעניתים פאר ענקערע עבירות זייט אייך מתוודה ברבים און הערט אויף זינדיגען וועט דער מלאך המשחית אוועק גיין פון אינז!!!

דריידל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:47 am

· #184814
עס איז א פחד צי זעהן ווי דער דור ווערט געפירט. דעי וואס זענען ביהיינד די אסופה זענען קאנווינסט אז די אינטערנעט פראבלעם איז מער ווייניגער מסודר און עס איז צייט צי גיין ווייטער.
ילכו מחיל אל חיל

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:17 am

· #184830
טעות. דער ערפינדער פון דער קוראן אין די אידישע שפראך
בכלל כאפ איך נישט די געדאנק
די פרויען וואס גייען מילא אזוי גייען דאך שוין
און די פרויען וואס גייען נישט אנגעטין לפי די ביכעלע גייען מילא נישט קימעןסוי וואס איז די פוינט?
נאן סענץ אזוי ווי ווי אייביג.....
אבי געהאקט אין קאפ פון די אימשילדיגע המון עם ללא עוול בכפם

מער פרטים איבער די גאנישע המצאה באשריבען אויף דזשעי די ען אימעיל סיסטעם

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:51 am

· #184845
זיי זענען זך לויטער און ריין נאר מיר זענען שמיציג
איך ווינדער מיר
אויב די מנהיגים זענען אזוי הייליג און ריין פון עבירות
ווי קימט צי זיי אזא נידעריגע דור וואס איז פורץ אזויפיל?
וואס ברענגען צי אזויפיל צרות? ווי קען דאס זיין?
ממש עקבתא דמשיחא

פיניש » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:54 am

· #184846
איינע פון די גרויסע צדיקים מדורות הקודמים האט גערעדט אז ס'דא וואס מקנא צו זיין די איסלאמישע מיט זייערע צניעות. אין לב טהור איז מען ממלא זיין רצון

גאנצל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:05 pm

· #184850
1) די אלע מחלוקת וואס די רבנים האבן איז פאר די וואס טוען שלא על פי תורה אנגעגרייט א גרויסע גיהנום און זיי וועלן באקומען זייערס
2) די אלע בעלי לשון הרע אין די זייט וועלן באקומען זייערס אז יענער קריגט זיך וואס האסטו זיך אריין צו מישן (וכמבואר בתקליט של מיכא' נגון סענדי מענדי)

אבער ס'איז נאך אלס א יחידישע פראבלעם פון די שוויצערס

אבער צניעות אויף דעם איז דא א ייצר הרע פון נאכטון וואס מ'זעהיט ביי א צווייטן און צומאל כאפט מען זיך נישט אז מ'איז עובר אויף איסורים דארף מען דאס מעורר זיין

ממילא איז עס א צבורישע פראבלעם

דערפאר דארף מען זיך צוזאם נעמען לשמוע את דבר ד'

און אמת די רבנים וואס פירן זיך שלא על פי תורה ברויכן תשובה טון און די זייטיגע בעלי לה"ר זאלן זיך בארעכענען און שוין אויפהערן

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:36 pm

· #184855
כ'האב געזען צוברענגן אין ספר הפנים אן אינטערעסאנטער ארטאדאקסישע פאראדאקס, אז די וואס פראקלימירן צו זיין אויסגעארבעט זענען די זעלבע וואס טראכטן פון סעקס א גאנצע טאג.

טראגט אפ פון אונזערע ווייבער! פערווערטס וואס עטס זענטס.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:37 pm

· #184856
זי טראכטן דערפון נעגעטיוו נישט פאזיטיוו. דאקטוירים טראכן אויך א גאנצן טאג פון קראנקע

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:54 pm

· #184880
גאנצל
1) די אלע מחלוקת וואס די רבנים האבן איז פאר די וואס טוען שלא על פי תורה אנגעגרייט א גרויסע גיהנום און זיי וועלן באקומען זייערס
2) די אלע בעלי לשון הרע אין די זייט וועלן באקומען זייערס אז יענער קריגט זיך וואס האסטו זיך אריין צו מישן (וכמבואר בתקליט של מיכא' נגון סענדי מענדי)

אבער ס'איז נאך אלס א יחידישע פראבלעם פון די שוויצערס

אבער צניעות אויף דעם איז דא א ייצר הרע פון נאכטון וואס מ'זעהיט ביי א צווייטן און צומאל כאפט מען זיך נישט אז מ'איז עובר אויף איסורים דארף מען דאס מעורר זיין

ממילא איז עס א צבורישע פראבלעם

דערפאר דארף מען זיך צוזאם נעמען לשמוע את דבר ד'

און אמת די רבנים וואס פירן זיך שלא על פי תורה ברויכן תשובה טון און די זייטיגע בעלי לה"ר זאלן זיך בארעכענען און שוין אויפהערן

קודם איינס ברוך השם אז אלע אינזערע ווייבער גייען אסאך מער צינעות'דיג פון די פרויען מיט 30 יאר צוריק און זיכער פון די פרויען פון פארען קריג
אדרבה דאס וואס דער ברך משה האט געזאגט אויף איינע פון זיינע מתנגדים ווי אזוי זיין מאמע איז געגאנגען איז נישט קיין סוד אז זי איז נישט געווען די איינציגסטע, ווייל דעמאלס איז דאס געווען נארמייל, היינט אבער זעט מען דאס נישט ביי שומרי תורה ומצות
אין איין ווארט "צניעות היינט" איז שענער ווי עס איז געווען עני דור עווער ביי כלל ישראל, א פאקט!

ווידער בנוגע "ציבורישע פראבלעמען"
קודם כל די אדמורים הייסען זייערע חסידים פירען פאליטיק און אויספירען זייערע מלחמות ווי די אמאליגע קעניגען אין די פרימיטיווע וועלט, עס האט נאך איינמאל מיט די ציבור
שנית חז"ל זאגען וואס די סדר איז ווען עס קימט צרות, איך האב דאך געברענגט מראה מקומות, קודם דארפען די רבנים תשובה טיען "ברבים" בפני כל קהל הקודש, און שרייען "חטאתי עוותי פשעתי" אבער ליידער שרייען זיי דאס אויף זייערע שונאים "חטאת עווית פשעת!" יא די האסט מיר פוגע געווען, ביסט סטרא אחרא וכו'
נאכדעם וואס די מנהיגי הדור זענען זיך מתוודה, זיי פאסטען און הערען אויף צי טרעטען אויף די הייליגע תורה ברבים, הערשט דעמאלס אויב חלילה קימט ווייטער צרות דארף מען זיך נעמען צים המון עם
דערווייל עד היום הזה האבען רבנים זיך נאך קיינמאל נישט געקלאפט על חטא קיינמאל נישט מודה געווען על חטאם
און די המון עם האט נאך נאך אנדערע מיליאן ענינים וואס דארף א תיקון ובכלל נישט די ענין פון צניעות

קרעקער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:25 pm

· #184889
דעסמאל בלעימטס נישט אזוי שטארק די רבנים
די גאנצע זאך איז געמאכט געווארען דארך א יונגעמאן הארוויטץ זוהן פון בית מאיר ר"י א אפגעריסענע סטיטשין אמונת ישראל זילבערבערג יונגעמאן מיט א טייטע גארטעל א גאנצע טאג און נאכט
פאר סאם ריזען וואס עטץ קענטס אליינס אויספיגערען איז ער ביזי 24/7 מיט פוריענישע אונטער וועש און שמאלע קליידער
ער האט אפגעמאכט אויפצורידערען איבער צניעות פון פרויעישע קליידער און איז ארימגעלאפען צו רבנים וואס האבען די וועלטס צייט און פרייען זיך אז מקען לויפען צו נאך א מיטינג און נאך א פארטעסט און מקען אינטערשרייבען נאך א קול קורא
סאו די גאנצע זאך שטאמט פין איין כולל יונגערמאן וואס האט קיינמאל נישט און גייט קיינמאל אין זיין לעבען נישט ארבעטען און ער האט איין פראבלעם אין לעבען: פרויעישע אינטערוועש וואס געט עם נישט מנוחה

גאנצל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:29 pm

· #184893
טיטאניק
גאנצל
1) די אלע מחלוקת וואס די רבנים האבן איז פאר די וואס טוען שלא על פי תורה אנגעגרייט א גרויסע גיהנום און זיי וועלן באקומען זייערס
2) די אלע בעלי לשון הרע אין די זייט וועלן באקומען זייערס אז יענער קריגט זיך וואס האסטו זיך אריין צו מישן (וכמבואר בתקליט של מיכא' נגון סענדי מענדי)

אבער ס'איז נאך אלס א יחידישע פראבלעם פון די שוויצערס

אבער צניעות אויף דעם איז דא א ייצר הרע פון נאכטון וואס מ'זעהיט ביי א צווייטן און צומאל כאפט מען זיך נישט אז מ'איז עובר אויף איסורים דארף מען דאס מעורר זיין

ממילא איז עס א צבורישע פראבלעם

דערפאר דארף מען זיך צוזאם נעמען לשמוע את דבר ד'

און אמת די רבנים וואס פירן זיך שלא על פי תורה ברויכן תשובה טון און די זייטיגע בעלי לה"ר זאלן זיך בארעכענען און שוין אויפהערן

קודם איינס ברוך השם אז אלע אינזערע ווייבער גייען אסאך מער צינעות'דיג פון די פרויען מיט 30 יאר צוריק און זיכער פון די פרויען פון פארען קריג
אדרבה דאס וואס דער ברך משה האט געזאגט אויף איינע פון זיינע מתנגדים ווי אזוי זיין מאמע איז געגאנגען איז נישט קיין סוד אז זי איז נישט געווען די איינציגסטע, ווייל דעמאלס איז דאס געווען נארמייל, היינט אבער זעט מען דאס נישט ביי שומרי תורה ומצות
אין איין ווארט "צניעות היינט" איז שענער ווי עס איז געווען עני דור עווער ביי כלל ישראל, א פאקט!

קאן זיין דו ביסט גערעכט

ווידער בנוגע "ציבורישע פראבלעמען"
קודם כל די אדמורים הייסען זייערע חסידים פירען פאליטיק און אויספירען זייערע מלחמות ווי די אמאליגע קעניגען אין די פרימיטיווע וועלט, עס האט נאך איינמאל מיט די ציבור

מיר האט נאך מיין רבי קיינמאל געהייסן טון סיי וואס


שנית חז"ל זאגען וואס די סדר איז ווען עס קימט צרות, איך האב דאך געברענגט מראה מקומות, קודם דארפען די רבנים תשובה טיען "ברבים" בפני כל קהל הקודש, און שרייען "חטאתי עוותי פשעתי" אבער ליידער שרייען זיי דאס אויף זייערע שונאים "חטאת עווית פשעת!" יא די האסט מיר פוגע געווען, ביסט סטרא אחרא וכו'
נאכדעם וואס די מנהיגי הדור זענען זיך מתוודה, זיי פאסטען און הערען אויף צי טרעטען אויף די הייליגע תורה ברבים, הערשט דעמאלס אויב חלילה קימט ווייטער צרות דארף מען זיך נעמען צים המון עם
דערווייל עד היום הזה האבען רבנים זיך נאך קיינמאל נישט געקלאפט על חטא קיינמאל נישט מודה געווען על חטאם
און די המון עם האט נאך נאך אנדערע מיליאן ענינים וואס דארף א תיקון ובכלל נישט די ענין פון צניעות


א בחינה פון קשוט עצמך

די פוינט איז אז ווען ס'קומט א זמן וואס מ'פילט אז מ'מאנט עפעס ספעציעלס פון אויבן וועט מען נישט רעדן זאכן וואס יחידים דארפן זיך פארבעסערן נאר מ'וועט רעדן זאכן וואס איז נפרץ ביים גאנצן דור

מצטמק ויפה » מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:43 pm

· #184901
במחילת כבוד הרבנים, הייב איך באמת נישט אן צו פארשטיין וואס זיי ווילען דא? וואס ווילען זיי פון אונז מענער? האסט א פראבלעם, רעדט צו די פרויען!
איי וועסטו זאגן אז אונז זעמיר למעשה בעה"ב אין שטוב ממילא ווילסטו אונז מעורר זיין, איז לאמיך אייך זאגן אזוי; די מענטשען וועם ענק ערווארטען צו קומען צום דרשה, גייען זייערע ווייבער סייווי נישט, שלא על פי הלכה, נאר וואס דען? למעשה האסטו מיט דיינע געפילען אפגעמאכט אז עס איז נישט צניעות'דיג ווי אזוי אונזערע ווייבער גייען, ממילא דרייסטו איבער א שטאט, נו אויב דאס איז די קעיס האסטו נישט וואס צו רעדן צו אונז, ווייל צו פרויען קענסטו וויינען אז רחל איז געווען "יאנטשי" מיט אלע אנדערע שטותים און דברי הבל , און זיי ווערען איבער גענומען, און לויפן אהיים מעסטען די קליידער, אבער האללא, מיט מענער ארבעט דאס נישט, נישט די וועג.
ווילסט זאגן הלכה? מסכים, אבער אונז טוען דאך על פי הלכה, אין נאר ווייל דו האסט אפגעמאכט אז רחל איז געווען "יאנטשי" דארפ'ן מיר נישט ליידען!

zurich » מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:58 pm

· #184904
אויב ס' קימען אן צום אסיפה מער ווי 10 מענטשען זענען זיי גערעכט...

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 19, 2014 3:16 pm

· #184905
גאנצל
די פוינט איז אז ווען ס'קומט א זמן וואס מ'פילט אז מ'מאנט עפעס ספעציעלס פון אויבן וועט מען נישט רעדן זאכן וואס יחידים דארפן זיך פארבעסערן נאר מ'וועט רעדן זאכן וואס איז נפרץ ביים גאנצן דור

לאמיר צינעמען דיינע ווערטער ר' גאנצל
גאנצל
ס'קומט א זמן

ווי איז געקימען? וואס איז געקימען? מה יום מיומיים?
גאנצל
וואס מ'פילט אז מ'מאנט עפעס

א גאנצע שאלה צו א פילינג "הרגש" איז א שאלה פון טומאה, ווער פילט? ווער איז דער וואס פילט און גאנץ כלל ישראל דארף ליידען פון זיינע פילינגס?
גאנצל
וועט מען נישט רעדן

ווער איז דער "וועט מען" מי שם אותם לאיש? קשוט עצמך פאר די עפענסט דיין (נישט גאנצל, די רבנים) פיסק! ווער גייט צו ערכאות? ווער איז מרבה מחלוקות אויף א פארנעם וואס כלל ישראל האט נישט געזען זייט די דור המדבר?
גאנצל
זאכן וואס יחידים דארפן זיך פארבעסערן

רבנים און אדמורים שטעלען זיך ארויס אלץ שליחי ציבור, ניין? נישט אזוי זינגט מען ביים רבינס מצוה טאנץ? טיען זיי נישט פרעזענטען די קהילה?
גאנצל
נפרץ ביים גאנצן דור
[/quote][/quote]
די תורה איז זייער מחמיר אויף א מוציא שם רע, אפילו אויף א יחיד, כל שכן מוציא שם רע זיין אויף גאנץ כלל ישראל?? א בושה! כלל ישראל איז זייער ערליך זיי זענען בכלל נישט קיין פריצים זיי זענען גארנישט פורץ, דיינע באבעס און די באבעס פון רוב אדמורי דורינו זענען געגאנגען אנגעטיען ערגער ווי עני פרוי כהיום הזה, גארנישט איז נישט נפרץ, דאס איז א קריים צו זאגען אויף ערליכע אידישע טעכטער "נפרץ", א בושה

היוצא לנו
אלעס געבויעט אויף ליפט אויף דמיונות און אויף פארדרייען דעם קאפ פון דער עולם, אנשטאט צי נעמען די שילד אויף זיך ווארפט מען עס אויף ישראל עם קדושים
What a shame

Yossy » מיטוואך פעברואר 19, 2014 3:30 pm

· #184909
שוין מיר זענען ווייטער שילדיג, אסיפה רבנים צניעות
תניא רבי יוםי בן אלישע אומר אם ראית
דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל
שכל פורענות שבאה לעולם לא באת אלא בשביל דייני ישראל

שבת קלט.

קרעקער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 3:35 pm

· #184910
טוה צו די זאך רבותי
שרייבען דא וועט נישט צופיל העלפען
מאכטס אויך א פאוסטער וואס מזאל פארשפרייטען איבעראל און מאכטס א עצרת ווי מוועט אויספראקען די רבנים און שטורעמען איבער זייערע שייגעץ שטיק
אנגעהויבען איינער פאכט א פאוסטער
יעדער פין אינז זאל מאכען זעכער אז סאיז אין יעדע פאבליק טוילעט אין שוהל

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 19, 2014 3:51 pm

· #184915
קרעקער
טוה צו די זאך רבותי
שרייבען דא וועט נישט צופיל העלפען
מאכטס אויך א פאוסטער וואס מזאל פארשפרייטען איבעראל און מאכטס א עצרת ווי מוועט אויספראקען די רבנים און שטורעמען איבער זייערע שייגעץ שטיק
אנגעהויבען איינער פאכט א פאוסטער
יעדער פין אינז זאל מאכען זעכער אז סאיז אין יעדע פאבליק טוילעט אין שוהל

מאך נישט אוועק קאווע שטיבעל כוחו גדול מאד!!! מער ווי מען מיינט
אבער טיען עסקנות האט נישט קיין גבול

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 19, 2014 4:02 pm

· #184918
טיטאניק, דיין אשכול דערמאנט מיר פון דעם.

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 19, 2014 4:18 pm

· #184925
געפילטע פיש
טיטאניק, דיין אשכול דערמאנט מיר פון דעם.

יא, יענע ארטיקעל איז געווען א מעכטיגס
און אויך זייער אמתדיג
עס איז ליידער ביטער די מצב זייער ביטער

הקטן » מיטוואך פעברואר 19, 2014 6:11 pm

· #184959
דער (פינטעל) איד
זי טראכטן דערפון נעגעטיוו נישט פאזיטיוו. דאקטוירים טראכן אויך א גאנצן טאג פון קראנקע

טראכטן איז טראכטן!

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 19, 2014 7:03 pm

· #184976
הקטן
דער (פינטעל) איד
זי טראכטן דערפון נעגעטיוו נישט פאזיטיוו. דאקטוירים טראכן אויך א גאנצן טאג פון קראנקע

טארכטן איז טראכטן!

וואס גייט פאר מיט ענק היינט?
ס'איז נאך נישט די צווייטע נאכט פורים! צי שנעל ....

its me » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:49 pm

· #185045
.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 12:11 am

· #185049
על מה יצא הקצף?
טיטאניק, נעם עס גרינג.
ערשטענס, לויט ווי איך פארשטיי, האסטו אינזינען געהאט דער שטארק טראגעדיע מיטן צוצייכענען פסוקים פון פרשת עגלה ערופה. איז אזוי, דער אסיפה איז שוין געפלאנט געווארן חדשים צוריק, ווען צוויי דריי אינגעלייט וואס קרענקט זיי די צורת הלבוש אויף א שיינע פראצענט בארא פארקע פרויען (און פלעטבושע און קראון הייטס'צע וואס קומען איינקויפן אויף 13טע גאס). ס'טוט זיי וויי. ס'שטערט זיי ווען זיי זעהן פרויען וואס גייען נישט איבערגעדעקט מיט איין גרויסע שווארצע ליילעך פון קאפ ביז פוס. דאס איז איינס.
צווייטענס, זיי מיינען אז מיט די כוח פון רבנים/דרשות/קול קורא'ס וועט זיך דאס אלץ טוישען.
איינס מיט איינס איז דאך.... גייען זיי אריבער צו א רב/רבי וואס זיי קענען, און זענען מציע זייער פלאן פון צוזאמענרופען די גאנצע שטאט און מעורר זיין אויף צניעות.
נו, וואס ווילסטו יענע רב זאל טוהן? מוחה זיין? אדער שאקלען מיט די קאפ?
פארוואס זאל ער זיך קעגען שטעלן?
איין חתימה ברענג נאך א חתימה ביז א תמימותדיגע איד ספאנסערט די גראפיקס און פאסטער דרוקעריי.... און דר'עולם שעלט אוועק די (דאסמאל) אומשולדיגע רבנים.


אגב, אויף די צעטלעך שטייט דען אז רבנים שטייען אונטער דעם?

גנדי » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 12:36 am

· #185058
איך האב געהערט קול מבשר. שטותים והבלים. יסודי הדת. וכו׳ וכו׳

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:14 pm

· #185333
די מימרא "עליונים למטה ותחתונים למעלה" האט זיך נאך קיינמאל נישט אזוי גיט ציגעפאסט ווי עס פאסט צים היינטיגען דור עיקש
ווען דער המון עם איז פרימער פון פרים בשעת ווען די רבנים זענען כהיום ערגער פון ערג ליידער

zurich » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:17 pm

· #185334
טיטאניק דאס איז פאר דיר

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=22020&sid=b9c97f1c593d912c0386180eaf568a98">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0eaf568a98</a>

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:29 pm

· #185339
די יושבי חושך גרייטען זיך מיט שמחה אויף די סטופיד אסיפע
די אייוועליסטען, וואס שפילען ווי דער דבר אחר וואס לייגט ארויס זיינע געשפאלטענע קלאען צי זאגען "טהור אני" כאטש ער איז א חזיר און א חזיר וועט ער בלייבען
די אייוועליסטען זיצען אויף די אינטערנעט, קעגען די פסק פון די רבנים פארוועמען זיי נעמען זיך אן, און די נערישע קעפ פרייען זיך אז ענדליך גייט מען אראפ נעמען די """"סכנה""""" וואס הערשט אין די בארא פארקע גאסען, אזאש אז ממש מען קען נישט ארויס גיין, מען מיז זיצען אין שטיב אויף די וועב סיידסט ווייל מען ווערט צי ווארים אין גאס........................

zurich » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:10 pm

· #185357
סא טיטאניק דו טענהסט אז ס'איז א פראבלעים נאר ס'דא אנדערע פראבלעימען וואס מען דארף זיך ספראווענען פאר דעים ווי למשל מחלוקת איא?

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:28 pm

· #185360
זיי זאגען אז עס איז ממש א סכנה צו גיין אין די גאס.

איך האלט מען זאל אסר'ן אלע מענער פין גיין אין די גאס, די פרויען מוזען דאך גיין אין גאס צו דער ארבעט, אבער מענער? מאן דכר שמיה. לערענסט דאך ממילא אין כולל, איז וואזשע גייסטו אין גאס? לערנען דאווענען? איז עס דאך א מצוה הבאה בעבירה. בלייב אינדערהיים, לערן דארט, דאווען דארט. און דיין ווייב וועט גיין אין גאס איינקויפען, האפענטליך וועט איר נישט שאטען די געפאסטע קליידער וואס אנדערע טראגען, און שלום על ישראל.

גם כי אלך » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:13 am

· #185408
איינער האט עפעס דיטעילס פון די נעכטיגע אסיפה ? וואס איז געווען די נושא און וויאזוי האט מען עס פראקלאמירט ?

איך דערמאן זיך ווען רבי בערל כ"ץ האט פאראיאר אויסגעשריגן אין עטרת אברהם פאר טויזטנער פרויען, אז מען זאל אהיימגיין און קלאפן אויפן טיש פאר די מענער, אז ניין, איך וויל נישט מער אזא הנהגה, די מענער וועלן זיך מוזן ברעכן... אוי לאזנים שכך שומעות.

venus » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:23 am

· #185411
[ציטאט אראפגענומען]


Thanks for the link. Will elaborate when I have more time.

מצטמק ויפה » פרייטאג פעברואר 21, 2014 10:38 am

· #185418
גם כי אלך
איינער האט עפעס דיטעילס פון די נעכטיגע אסיפה ? וואס איז געווען די נושא און וויאזוי האט מען עס פראקלאמירט ?

די אסיפה איז ערשט נעקסטע וואך פקודי.

טיטאניק » פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:11 am

· #185425
דאס מיינט אז מען האט געניג צייט צי מעורר זיין דעם עולם צי אויסשפייען די מהרסי הדת וואס פארריפען זיך רבנים
געלויבט דער פון אויבען

יאסל ראקאווער » פרייטאג פעברואר 21, 2014 11:32 am

· #185429
קען זיין רחל איז געווען יאנטשי און יעקב אבינו א חאניאק

אסתר איז זיכער געווען פעשנעיבעל ווען נישט וואלט אחשווירוש איר נישט געפיקט. חניאקישע צניעות דארף זיין א דאאטערענס נישט אן אטרעקשען.

מרדכי איז זיכער געגאנגען אנגעטון ווי א גוי ווען נישט וואלט המן געוויסט אז ער איז א יוד. ער וואלט נישט געדארפט די סיאייעי פאר דעים

שושן פורים » מיטוואך פעברואר 26, 2014 4:15 pm

· #186924
COPY/PASTE
עס הערשט א צומישעניש אין די גאסן , דער עולם דרייט זיך ארום טרויעריג , פריילעך , און באזארגט.
פון איין זייט הערשט א געוואלדיגע טרויער און צובראכנקייט אין ליכט פון די שרעקליכע טראגעדיעס וואס באטרעפט דעם יהדות החרדית איינס נאכן צווייטן , ממש אזעלכע צרות וואס די וועלט האט נישט געזעהן .
פון די אנדערע זייט הערשט א געוואלדיגע שמחה בין שלומי אמוני ישראל אז ברוך השם מען האט באוויזן מיט גרויס סייעתא דשמיא צו אידענטיפיצירן די גורם צו די אלע צרות , די נשים וואס קליידן זיך אזוי אומצניעותדיג , באשמירן זיך ווי די ארגסטע שיקסעס , און זענען טעגליך מכשיל אלע מענער מיט די עבירות חמורות שבתורה, אטא דאס איז דער גורם צו די אלע צרות.

אבער נאך אלעמען דרייט זיך דער עולם באזארגט, וואס טוט מען יעצט ? וויאזוי איז מען מתקן דעם פראבלעם ? וויאזוי פארזיכערט מען דעם עתיד פון אונזערע דורות???!!!!
אבער ב"ה לא עלמן ישראל , אונז האמיר ב"ה געטרייע רבנים און עסקנים וואס זייער גאנצע לעבן איז נאר זיך צו זארגן פאר א צווייטע יוד , און זיי האבן באשלאסן צו מאכן אן אסיפה און איינמאל פאר אלעמאל אראפשטעלן דעם יסוד פון צניעות מיט קלארע הלכות און אנווייזונגען והכל על מקומו יבוא בשלום.

אבער מאנכע דרייען זיך נאך ארום צומישט , איז דאס טאקע אונזער איינציגסטע פראבלעם ?? איז דאס א פראבלעם בכלל , זיי דרייען זיך ארום אין די ניו יארקע גאסן זוכן די נשים פרוצות מיט ליכט אבער קענען זי נישט טרעפן , איז ווי האבן די רבנים געזען אזויפיל אידישע שיקסעס אז נאר דאס איז די גורם פון אלע פראבלעמען? ?!!

נאר מ'קען עס מסביר זיין מיט א למשל ווען איינער ליגט אין די אכילה , למשל ער גייט משוגע פאר קעיק , דארפסטו בכלל נישט באפוצן די קעיק אז ער זאל עס עסן , ווילאנג סאיז נישט מיאוס רוקט ער אריין עד הסוף,
משא"כ איינער וואס האט נישט ליב קעיק
מוזטו עס באפיצן און דעקארעיטן אז ס'זאל בכלל רעדן צו איהם .

די זעלבע לענינינו , די אלע אזויגערופענע עסקנים און רבנים , די קאפ ליגט זיי אין שמוץ א גאנצן טאג , פארשטייט זיך אז ווען זיי קוקן אהן א פרוי זעהען זיי א סעקס אבזשעקט, און יעדע פשוטע באחנט ווייבל רייצט זיי אהן .
משא"כ פשוטע נארמאלע מענטשן ווילאנג א פרוי רייסט זיך נישט אויף אויף א משוגענעם פארנעם , רייצט עס זיי בכלל נישט אהן .

ומכאן הקריאה יוצאת צו די אלע רבנים/עסקנים , וכל חניכא דאית להו , לאזטס דעם עולם לעבן , הערטס אויף צו באפרידיגן ענקערע סעסואלע תאוות דורך האקן און בראקן אויף דעם א גאנצן טאג , אויב די רביצין שטעלט דיר נישט צופרידן שיק איר פאר א קאסמעטיק סורדזשערי אדער טרעף א פילגש .

און אויב ווילן ענק יא טון עפעס פארן כלל ,
הערטס ענק אויף ארומצושלאגן ווי קליינע קינדער פאר פריוואטע אינטערעסן , ווען אפילו ביי די אזוי וויכטיגע צניעות אסיפה קענען ענק נישט אלע חתמנ'ן אויף איין קול קורא אפילו וד"ל

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 4:20 pm

· #186927
איך האב אזוי לאנג געווארט אויף שושן פורים
העלא! שלום עליכם!
זיי זאגען אז די דאקטוירעם זענען גרייט מיט חלפים ווען די רבנים וועלען אריינקימען פאר סעקסואלע באהאנדלינגען
און די סעקרעטארען און די נוירסעס גייען ארויס קימען מיט שווארצע בעגס איבער געדעקט מיט סילבער פויל ציגעקלעבט מיט דיקע כשר לפסח דאק טעיפ

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:34 pm

· #186945
איך ווייס נישט וואו איך זאל מיך מער ווארפן פאר געלעכטער . פון דיינע מאמרים אדער פון שושן פורים. ייש"כ פאר ביידע. 👍 👍 👍 😂 😂 😎 😮 😃 🙂 😉

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:38 pm

· #186946
נו גיימער צים אסיפה? מאכען יאם טעוו?
ווער קימט מיט מיר צים אסיפע מאכען אביסעלע יאם טעוו, אזוי ווי מען פלעגט טיען אלץ קינד פון דער סאפסעטאט און פון דער ענגליש טיטשער???????

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:42 pm

· #186949
טיטאניק
ווער קימט מיט מיר צים אסיפע מאכען אביסעלע יאם טעוו, אזוי ווי מען פלעגט טיען אלץ קינד פון דער סאפסעטאט און פון דער ענגליש טיטשער???????

ס'עט מסתמא דארט זיין סדרנים וועלכע וועלן "קעיר נעמען" פון די "מחוצפים". 😂 😂 😂 😕 🙄 😈

טיטאניק » מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:44 pm

· #186950
berlbalaguleh
טיטאניק
ווער קימט מיט מיר צים אסיפע מאכען אביסעלע יאם טעוו, אזוי ווי מען פלעגט טיען אלץ קינד פון דער סאפסעטאט און פון דער ענגליש טיטשער???????

ס'עט מסתמא דארט זיין סדרנים וועלכע וועלן "קעיר נעמען" פון די "מחוצפים". 😂 😂 😂 😕 🙄 😈

יא כהאב געהערט אז אלע מנהלים גייען דארט זיין
ווייל זיי באדערט געפערליך די פרוצות וואס קימען צי די חדר רעדען מיט דער מנהל אדער ביי אסיפת הורים
זיי האלטען עס נישט אויס
עס קאסט זיין ש"י טבילות נאך יעדע מיטינג וואס זיי האבען מיט די מאמעס

אבער פארוואס זאל מען נישט רעדען פון זייערע קליינע שטרענגע אויגעלעך? זאל ער אראפ קיקען זאל ער נישט זען אין יעדע פרוי "זנות"
פארוואס?

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 26, 2014 5:46 pm

· #186952
טיטאניק
די מימרא "עליונים למטה ותחתונים למעלה" האט זיך נאך קיינמאל נישט אזוי גיט ציגעפאסט ווי עס פאסט צים היינטיגען דור עיקש
ווען דער המון עם איז פרימער פון פרים בשעת ווען די רבנים זענען כהיום ערגער פון ערג ליידער

סאיז דא נאך א פשט אין דעים מאמר חז"ל. מענינא דיומא פון די אסיפה הקדשה. נאר מיר 'עללן עס איבערלאזן פאר'ן "מאחורי הפרגוד". 😂 🙄 😕 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😮 😲