☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פלאסטישע דישעס

פלאסטישע דישעס

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5901

פיניש » מאנטאג פעברואר 17, 2014 9:56 pm

· #184420
פלאסטישע דישעס
פלאסטישע כלים קאסטן אסאך געלט, קאפס און טעלערס טיפע קליינע גרויסע און ברייטע. ס'איז דא ביי משפחות וואס געבן אכטונג אויף זייער געלט און זיי וואשן אויס פלעסטיק קאפס און טעלער'ס ווילאנג ס'נישט געגעסן געווארן דערין א פעטע מאכל אדער א הייסע פלייש אדער מילך. רוב אבער ווארפן אוועק א פלעסטיק קאפ נאך איינמל טרינקן אין עס אביסל קאלטע געטראנק אדער ווארפט מען אוועק א טיפע זיפ טעלער נאכ'ן עסן א קאלטן סיריעל וואס מיט איין וואש אין סינק איז עס ציכטיש ריין צו קענען אייך נוצן נאכאמאל. פון וואו נעמט זיך אזא גרינגשעצונג צו עובר בל תשחית?

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:55 pm

· #184433
אז מען וואשט קען מען דאך שוין וואשן געהעריגע?

פיניש » מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:59 pm

· #184435
די פלאסטישע דארף מען נישט אפווישן און צוריק סורטירן אין שאפע, מ'לאזט עס טריקענען נעבן סינק און נאך עטליכע מאל נוצן ווארפט מען עס אוועק. איך פארשטיי נישט פארוואס מ'זעט אן איינמאל גענוצטן פלעסטיק גלעזעל ווי ס'קומט אין מיסט קאסטען.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:19 pm

· #184445
שלום עליכם, פיניש: ב"ה אז דו ביסט אנגעקומען דא אין שטיבל. איך האב אייביג געמיינט אז איך בין דער איינציגער משוגע'נער וועלכער שווענקט אויס פלעסטיק טעלערס און קאפס. אפילו האט קאפס. איך לערן אויס אפילו מיינע אייניקלעך זז"ג אז אויב מ'טרונקט טשערי סאדא אדער אראנדזש דזשוס ווארפט מען נישט אוועק דעם פלעסטיק קאפ. נאר מ'שווענקט עס אויס און מ'לייגט עס אוועק. פאר שפעטערדיגן באנוץ. 😕 😎 😂 🙄 😠 😮

פיניש » מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:22 pm

· #184446
עליכם השלום. איך האב הנאה דאס צו הערן אויב דו מיינסט עס טאקע ערנסט. (איך פארשטיי נישט דיין געלעכטער אין די זייט)

ביבער » מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:25 pm

· #184448
א גלעזל קאסט בערך 1.5 סענט, 5 א טאג איז 7.5 סענט, די ווארעם וואסער מיט די האלבע מינוט צייט יעדעס מאל קאסט מיר מער ווי די פאר סענט. נישט אזוי?

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:26 pm

· #184449
פיניש
עליכם השלום. איך האב הנאה דאס צו הערן אויב דו מיינסט עס טאקע ערנסט. (איך פארשטיי נישט דיין געלעכטער אין די זייט)

ווייל דער עולם גולם קוקט אן איינער וואס ווארפט נישט גלייך ארויס גוטע, איינמאל-גענוצטע פלעסטיק דישעס ווי א משוגע'נער אדער א קארגער חזיר. 🙄

פאטעטא טשיפס » מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:26 pm

· #184451
א מילתא דבדיחותא
אז מען שמועסט פון דעם טעמע, האט עס ארויפגעברענגט אין מיינע מח קעמערלעך א וויץ וואס איך האב געהערט אין א געלעגענהייט.

א גאליציאנער באבע האט אמאל משיח לפי תומה פארציילט אז זי פארשטייט נישט דער גרויסער אויפטוה פון די ״פאום קאפס״, עס איז דאך אסאך שווערער צו וואשן... ---

ומה נענה אבתרייהו! א מילתא דבדיחותא אין חודש אדר... משנכנס..

פיניש » מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:26 pm

· #184452
ביבער מיין טעלער נאך קארן פלעקס מיט מילך דארף איין קאלט וואסער דורכגאנג פון סינק און ס'איז ריין.

דולה ומשקה » דינסטאג פעברואר 18, 2014 12:22 am

· #184463
לשיטתך הרב @פיניש קען מען מאכען קידוש אויף איין פלעסטיג קאפ, נו פסק'נט מען דען אזוי?

דריידל » דינסטאג פעברואר 18, 2014 12:37 am

· #184466
נישט לאנג צוריק איז געווען אן אשכול ווי מען האט באהאנדעלט דאס ענין פון קארגשאפט vs. שפארזאם. לענײד איז אונזער שמועס א גאר גיטע עקזעמפל ארויסצוברענגן די חילוק.
א קארגער וועט טון כל דבר שבעולם, אפילו אויב עס איז נישט זיכער אז עס וועט שפארן געלט, אבי ער זאל נישט דארפן ארויסנעמען געלט פין טאש אויף די מינוט, אדער ער זאל נישט מאבד זיין א שוה פרוטה בידים. ווידעראום איינער וואס איז בלויז שפארזאם, וועט טאקע טראכטן צוויי מאל ביפאר ער געט אויס אז דאלאר אדער ער ווארפט עפעס אוועק אבער ער וועט קוקען אויף די big picture אין וועט ארייננעמען אין חשבון די צייט אין כח וואס פארלאנגט זיך.
צוריק צום ענין פון פלאסטישע דישעס. דאס וואשן, נעמט צייט אין קאסט אויך וואסער און הייצוג (חוץ אויב רעדט מען פון איינעם וואס וואשט געשיר מיט קאלט וואסער). עס נעמט אויך אויף פלאץ ווען עס טריקענט זיך אויף די שמאלע געפאסטע קאנטערס. די סייד עפעקטס וואס מען קען נאך צורעכענען זענען אז לכבוד דעם שטופט מען צאם אדערע כלים וואס פאלן אראפ אין צוברעכן זוך וואס ברענגט נאכדעם אן אנגעצויגנקייט אין שטוב וואס קאסט אסאך אסאך מער ווי דאס וואס מען וויל זיך שפארן.

יואב » דינסטאג פעברואר 18, 2014 1:57 am

· #184477
איך וואלט נישט איבער געטרינקן אין אן אויסגעוואשענעם גלעזל, זיכער נישט געגעסן מיט א לעפעל. (יעצט זאג אז מ'ריסייקעלט דאס עניוועי, הער, איך וויל טאקע נישט אריינטראכטן, ווייל דאן הער איך אויף צו טרינקן מילך, עסן פלייש און אייער, און אפילו צו זיין א וועגעטעריען וואלט מיך פאראיבלט).

בכלל, אן קיין אפציעלע סיבה, בעפארצוג איך דיספאזעבעל דישעס איבער געהעריגע געשיר. און איך האב דאס דירעקט נישט ליב איבערצווואשן.

איש עברי » דינסטאג פעברואר 18, 2014 3:43 am

· #184484
עס איז גוט פאר שלום בית צו נוצען פלעסטיק, זי דארף נישט וואשן און זי האט נישט וואס צו ווארפן

פישלע העררינג » דינסטאג פעברואר 18, 2014 12:32 pm

· #184523
איש עברי
עס איז גוט פאר שלום בית צו נוצען פלעסטיק, זי דארף נישט וואשן און זי האט נישט וואס צו ווארפן

עס זענען דא ווייבער וואס שפירן זיך באליידיגט אז זייערע מענער עסן נישט זייערע עסן אין עכטע כלים.

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 18, 2014 1:30 pm

· #184557
יואב
איך וואלט נישט איבער געטרינקן אין אן אויסגעוואשענעם גלעזל, זיכער נישט געגעסן מיט א לעפעל. (יעצט זאג אז מ'ריסייקעלט דאס עניוועי, הער, איך וויל טאקע נישט אריינטראכטן, ווייל דאן הער איך אויף צו טרינקן מילך, עסן פלייש און אייער, און אפילו צו זיין א וועגעטעריען וואלט מיך פאראיבלט).

בכלל, אן קיין אפציעלע סיבה, בעפארצוג איך דיספאזעבעל דישעס איבער געהעריגע געשיר. און איך האב דאס דירעקט נישט ליב איבערצווואשן.

אפילו לדעתי וואס איך בין אן אדוואקעיט צו איבערנוצן (אין געוויסע פעלער) פלעסטיק דישעס האב איך אויך נישט געמיינט פון איין מענטש צום צווייטן. ווייל איך בין א מפונק אויך. איך האב בלויז געמיינט אז ווען מ'טרינקט א קאלטן טרינק פון א פלעסטיק קאפ קען דער זעלבער מענטש דאס איבערנוצן נאכ'ן אויסוואשן. אדער א פאום קאפ פאר קאפי אדער טיי. 🙄 😎 😕 😂 😮

מ גפני » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:16 pm

· #184574
.

שרייבער » דינסטאג פעברואר 18, 2014 3:39 pm

· #184601
פיניש
די פלאסטישע דארף מען נישט אפווישן און צוריק סורטירן אין שאפע, מ'לאזט עס טריקענען נעבן סינק און נאך עטליכע מאל נוצן ווארפט מען עס אוועק. איך פארשטיי נישט פארוואס מ'זעט אן איינמאל גענוצטן פלעסטיק גלעזעל ווי ס'קומט אין מיסט קאסטען.

ס'איז דא שטובער וואס די פארצעלאן דישעס ליגן ביים סינק געוואשענערהייט משבת לשבת און טריקנט זיך און ווען מען דארף נעמט מען פון דארט

אגב, ביי מיר אינדערהיים נוצט מען נאר איבער פלעסטיק קאפס

ברסלבער » דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:36 pm

· #184628
איך בין געווען אמאל ביי אן עלטערע אידענע. ווען איך האב איר געבעטן א פלאסטיק קאפ, האט זי מיר ארויס געשלעפט א קאפ פון א באהאלטענעם פלאץ, און זי האט מיר מסביר געווען אז זי קען נישט צוקוקן ווי מען נוצט א זאך איין מאל און מען ווארפט עס גלייך אוועק. זי נוצט נאר עכטע, און זי האט באהאלטן די פלאסטישע אויב עס איז אמאל נויטיג פאר אייניקלעך וכדומה.
אויסער דעם האלט זי אויך אז די פלאסטישע קאפס דרייען זיך מער איבער, עס האלט זיך נישט אזוי סטאביל אויפן טיש.

איך האלט אבער אז בל תשחית דגופא עדיף. אויב די פאר צענט וואס די פלאסטישע קאפס קאסטן וועט מאכן אז מיין ווייב זאל געבן איין מער שמייכל פאר א קינד האט זיך עס מיר געלוינט. עס איז דא גענוג ארבעט אינדערהיים, און אז מען קען ארויסשניידן אביסל דאס וואשן דישעס, לוינט זיך עס.
נאר שבת נוצט מען ביי מיר עכטע, דאס איז לכבוד שבת, און מוצ"ש פרוביר איך צוצולייגן א האנט צו העלפן אוועק רוימען.
ר' יענקלע פון פשעווארסק זי"ע פלעגט זאגן: "מען זאגט אז צוזאמלייגן דעם טלית מוצ"ש איז א סגולה פאר שלום בית. איך ווייס נישט קיין מקור דערויף, אבער אזויפיל ווייס איך אז ווען מען קאטשעט ארויף די ארבעל און מען וואשט די געשיר מוצ"ש, דאס איז זיכער א סגולה פאר שלום בית".

פיניש » דינסטאג פעברואר 18, 2014 6:48 pm

· #184652
שרייבער וואס מיינט פארצעלאן

יואב » דינסטאג פעברואר 18, 2014 7:39 pm

· #184660
פיניש
שרייבער וואס מיינט פארצעלאן

כלי חרס

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:24 pm

· #184706
פיניש
פלאסטישע כלים קאסטן אסאך געלט, קאפס און טעלערס טיפע קליינע גרויסע און ברייטע. ס'איז דא ביי משפחות וואס געבן אכטונג אויף זייער געלט און זיי וואשן אויס פלעסטיק קאפס און טעלער'ס ווילאנג ס'נישט געגעסן געווארן דערין א פעטע מאכל אדער א הייסע פלייש אדער מילך. רוב אבער ווארפן אוועק א פלעסטיק קאפ נאך איינמל טרינקן אין עס אביסל קאלטע געטראנק אדער ווארפט מען אוועק א טיפע זיפ טעלער נאכ'ן עסן א קאלטן סיריעל וואס מיט איין וואש אין סינק איז עס ציכטיש ריין צו קענען אייך נוצן נאכאמאל. פון וואו נעמט זיך אזא גרינגשעצונג צו עובר בל תשחית?


די שאלה פון פיניש איז א סתירה
אויב זענט איר קעגן עובר בל תשחית, וואלט איר דאס בכלל נישט געזאלט קויפן- ווייל ערגעץ ווי וועט איר עובר זיין אויף בל תשחית וויבאלד עס איז נישט לכתכילה געמאכט געווארן אויף צו איבערניצן און נאך עטליכע מאל וואשן איז דאס שוין נישט נוצבאר (צולעכערט-צובויגן). און עכטע געשיר האלט זיך פאר יארן לאנג. מען קען דאס איבערוואשן און איבערניצן און געווענליך ווערט עס נישט קליא ביז 10-20 יאר. איז ווי קומט צו אזא רעכטדענקיגע מענטש ווי פיניש צו עובר זיין אויף בל תשחית. מען מוז אסר'ן פלאסטישע דישעס אינגאנצן !!!!!!!!! 😉 😮 😲 😕 😳 😢 😁