☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » י"ג אדר א' תרפ"א - יג אדר א תשע"ד

י"ג אדר א' תרפ"א - יג אדר א תשע"ד

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5900

איש עברי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:49 pm

· #184352
י"ג אדר א' תרפ"א - יג אדר א תשע"ד
איך פארשטיי נישט דרכי השם אבער עס איז א דבר פלא אז די טאג יג אדר א וואס איז פארצייכנט אין די היסטאריע אלס די טאג וואס די עדה החרית האט פאררופן א תענית ציבור אלס מחאה קעגן די התמנות פון הרב קוק אלס רב אין ירושלים, אין דעם טאג אין יאהר תשע"ג איז די כבוד פון די עדה החרדית נשפל געווארן עד דיוטא תחתונה.
זעהט אויס אז בזיון תלמיד חכם איז נישט קיין פשוטע זאך כי יום נקם ושילם

פלאי פלאות!!!

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:55 pm

· #184356
בשלושה עשר יום בו אשר הגיע דבר המלך ודתו להעשות ביום אשר שברו איבי היהודים לשלוט בהם ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים המה בשנאיהם.

איש עברי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 6:01 pm

· #184358
אט איז די הכרזה
📎 201137_134566054_png.png

גאלד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 6:10 pm

· #184361
ס'נישט מסתבר אז דאס זאל זיין א עונש פארן טשעפען רב קוק, ווייל רב קוק איז דאך געווען א שייגץ,

כמבואר פה

איש עברי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 6:26 pm

· #184364
אזא שגץ ווי הרב שטרנבוך און הרב שטיינמן וכולי
מטאהר אפילו נישט צושטעלן חכמי זמנינו צו אים אבער לשבר את האוזן ווי הייסטאריע חזר'ט זיך איבער

מאטי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 7:48 pm

· #184381
גאלד
ס'נישט מסתבר אז דאס זאל זיין א עונש פארן טשעפען רב קוק, ווייל רב קוק איז דאך געווען א שייגץ,

כמבואר פה

בקיצור ס'איז א win win. אדער הסתרת פנים, אדער כן יאבדו כל אויבך ה'

גאלד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 7:57 pm

· #184385
נישט קיין win win, נישט קיין הסתרת פנים, נישט קיין כן יאבדו,
סאיז א פשוטע סברה,
פארוואס זאל אונזער ליבער דערבארעמדיגער באשעפער אונז מעניש זיין ווען מ'טוה מיר זיין רצון און מ'זעמיר מקיים "ובערת הרע מקרבך"

מאטי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:07 pm

· #184386
עקזעקטלי מיי פאוינט.......

בנימין נתניהו » מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:13 pm

· #184388
כמובן, לא מתאים לראש הממשלה להתערב בוויכוחים ילדותיים, אבל אני לא יכול להתאפק יותר.
מעניין איך הקצונים החרדים מאשמים ומקללים את ציבור הדתי לאומי- ורבם הרב קוק ז"ל, וקוראים תגר על מגזר מקסים ומדהים.
בעוד שהציבור האחרון עובד, מתגייס, ומתנהג כבני אדם; הציבור החרדי מקצין עם השעות ואני מרגיש כראש ממשלת לבנון. אנא, דברו לעניין!

לאליפאפ » מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:14 pm

· #184389
גאלד
נישט קיין win win, נישט קיין הסתרת פנים, נישט קיין כן יאבדו,
סאיז א פשוטע סברה,
פארוואס זאל אונזער ליבער דערבארעמדיגער באשעפער אונז מעניש זיין ווען מ'טוה מיר זיין רצון און מ'זעמיר מקיים "ובערת הרע מקרבך"

האסט אמאל געהערט פון א באשעפער אין הימל? אפשר האט ער נישט ליב געהאט די וועג וויאזוי מ'האט באהאנדלט רב קוק פאר זיינע חטאים!? קען נישט זיין?

גאלד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:49 pm

· #184398
כאב גראדע געהערט פון א באשעפער און הימל, דער באשעפער וואס איז א "קל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא" איז פשוט אומעגליך ער זאל מעניש זיין אויף אזאך וואס ער האט גאר באפוילן צו טאן.

מאטי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:53 pm

· #184402
גאלד אויב זאגט מען נאך פון צדיקים אז "פאר משיח וועט קומען וועט מען זיך דארפן דראפען אויף גראדע ווענט, דאן ביסטו מקרב די גאולה.

דריידל » מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:51 pm

· #184456
איש עברי
איך פארשטיי נישט דרכי השם אבער עס איז א דבר פלא אז די טאג יג אדר א וואס איז פארצייכנט אין די היסטאריע אלס די טאג וואס די עדה החרית האט פאררופן א תענית ציבור אלס מחאה קעגן די התמנות פון הרב קוק אלס רב אין ירושלים, אין דעם טאג אין יאהר תשע"ג איז די כבוד פון די עדה החרדית נשפל געווארן עד דיוטא תחתונה.
זעהט אויס אז בזיון תלמיד חכם איז נישט קיין פשוטע זאך כי יום נקם ושילם

פלאי פלאות!!!


צײל, תשעײד

דריידל » דינסטאג פעברואר 18, 2014 12:05 am

· #184459
לויט ווי עס זעהט אויס איז דער עולם מסכים אז די עדה איז היינט א געמיינע ארגענעזאציע. קען דאך זיין אז די גרינדער זענען אויך ציפרידן אז עס גייט אונטער, מהיכא תיתי אז דאס איז א שטראף?

דולה ומשקה » דינסטאג פעברואר 18, 2014 12:19 am

· #184461
דריידל
לויט ווי עס זעהט אויס איז דער עולם מסכים אז די עדה איז היינט א געמיינע ארגענעזאציע. קען דאך זיין אז די גרינדער זענען אויך ציפרידן אז עס גייט אונטער, מהיכא תיתי אז דאס איז א שטראף?


אזוי ווי דער 'התאחדות הרבנים'...

ביידע זענען האלטן אויף זייער חיות פון אקסעדזשין המכונה "הכשירים".

הוגה » דינסטאג פעברואר 18, 2014 12:36 am

· #184465
איך פארשטיי נישט פארוואס מען דארף צוריק קריכן א קנאפע הונדערט יאר צו זעהן על מה עשה ה' ככה ווען עס איז א יעדעם קלאר וואס דא קומט פאר בלי שום ספק. לאזט הרב קוק רוען אין זיין ליכטיגע גן עדן און מישט אים נישט אריין דא. די גאב"ד האט דא געכאפט א פליק אלץ עונש פארן זיך טשעפענען מיט הרה"ק מסאטמאר מאנרא שליט"א און די ראב"ד האט געכאפט א פליק פארן זיך טשעפענען מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר וויליאמסבורג שליט"א. איך ווייס אז מען קען נישט מדמה זיין די היינטיגע סאטמארער רביס צו די אמאליגע סאטמארער רביס וואס זענען געווען גאונים וצדיקים, קדושים וטהורים, אבער דאך, זיי האבן דאך אבות הקדושים וואס מיען זיך פאר זייערט וועגן אויבן ביים בית דין של מעלה, ס'איז נשיכתן נשיכת נחש ועקיצת עקרב. ס'נישט קיין קלייניקייט זיך צו טשעפענען מיט זיי. ווער עס האט עס נאר געפרובט האט טועם געווען די כוס התרעלה תכף ומיד בלי שום שהיות. יעצט איז געקומען די תור פאר די גאב"ד און ראב"ד עס צו פילן. אויב ווייסן זיי וואס עס איז גוט פאר זיי זאלן זיי שוין אריבער גיין און מקבל נזיפה זיין. א קפידה פון א סיגוט'ער אייניקעל איז קיין קינדער שפיל.



.

יאיר » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:06 am

· #184480
איך האלט אז די יעצטיגע געשלעג איז א סימן מן הארץ אז אויב מען פרעדיגט מחלוקת, קנאות, און עקסטרעמיזם וועט מען צום סוף אליין נישט בלייבן אפגעשוינט. ווי האט דער קלויזענבורגער מיט זיינע הייליגע אויגן געזאגט אויף סאטמאר, זיי וועלן זיך נאך אזוי קריגן צווישן זיך אז זיי וועלן אינגאנצן פארגעסן אז קלויזענבורג האט אמאל עקזיסטירט.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:42 am

· #184482
דער קלויזענבוירגער האט גערעדט מיט זיינע אויגן? מיט זיין מויל האט ער נאר געגעסן?



.

איש עברי » דינסטאג פעברואר 18, 2014 3:27 am

· #184483
יאיר
איך האלט אז די יעצטיגע געשלעג איז א סימן מן הארץ אז אויב מען פרעדיגט מחלוקת, קנאות, און עקסטרעמיזם וועט מען צום סוף אליין נישט בלייבן אפגעשוינט. ווי האט דער קלויזענבורגער מיט זיינע הייליגע אויגן געזאגט אויף סאטמאר, זיי וועלן זיך נאך אזוי קריגן צווישן זיך אז זיי וועלן אינגאנצן פארגעסן אז קלויזענבורג האט אמאל עקזיסטירט.


שיין האט געזאגט יאיר מען דארף נישט קריכן אין הימל צו זעהן אז דאס איז א עונש, עס איז נישט בלויז א עונש עס איז דירעקטע תוצאה פון יענעם פרשה, די מינוט מ'האט מחדש געוועהן אז איינער וואס איז א גדול וצדיק נישט אפגעשוינט איז שוין די וועג אויסגעטרעטן אז ווען אימער איינער וועט ניטש מיטשטיין מיט די דעת תורה פון די קיצונים ויושבי קרנות וועט ער ווערן אפגעסטעמפלט אלס כופר רשע און אזוי ווייטער.

הגם עס איז נישט שייך צו פארגלייכען הרב שטיינמאן און הרב שטרנבוך צו הגאון הקדוש הרב קוק משני טעמים, איינס ווייל הרב קוק איז געווען א עיר וקדיש מן שמיא נחית א גדול שבגדולים, און די צווייטע זאך איז אז די מלחמה קעגן אים האט געהאט א שטארקע הגיון עס האט זיך למעשה געהאנדלט איבער גאהר א האקעלע און צענטראלע נושא וואס האט געוואנדען אין זיך די עתיד פון כלל ישראל דעריבער קען מען פארשטיין די גדולים וואס זענען ארויס קעגן אים בכל התוקף [כדוגמת ר' חיים זאננפעלד וואס האט שטארק געהאלטן פון אים פערזענליך אבער האט שטארק חולק געווען אויף זיינע שיטות און דעריבער געהאלטן אז מדארף ארויסגיין בתוקף קעגן אים]

משא"כ די תוצאה איז שוין אז טאמער איינער זאגט אסור און דער צווייטער זאגט מותר האט מען שוין א פרעצעדענט וואס מען טוט מען באשמוצט מען שעלט און מען סטעמפלט אפ יענעם אלס מומר און זקן ממרא אנשטאט בלייבן אויף די רעלסן און רעדן לגופו של עניין.

נאך א שטארקע פאראלעל פון די מערכה דעמאלטס און היינט איז אז אויך דעמאלטס האבן טייטלבוים'ס פון חוץ לארץ געשיקט בריוו צו העצן די קנאים, און די חשובי ירושלים זענען אוועקגעשטאנען פון די שארפע רעטאריק [אפילו זיי האבן געהאלטן קעגן אים] און די מערכה אז געפירט געווארן דורך עטליכע יחידים כדוגמת ר' מאיר סעמניצער וואס זענען געווען פאשקעווילן ווארפער און האבן נישט אפגעשוינט קיין שום גדול בישראל אריינגערעכנט רבי חיים זאננפעלד ווען ער איז נישט געגאנגען אין שפאן, און אזוי אויך הגה"ק בעל אמרי אמת און כ"ק הריי"צ מחליובאוויטש וועלכע האבן באקומען פון אים פאשקעווילן אין די גאסן.

דעריבער איז עס נישט נאר די דאטום עס איז שווער נישט צו ציען א פאראלעל פון דעמאלטס ביז היינט און זעהן אז די זעלבע שיטה וואס מהאט דעמאלטס אויסגטראפן ארבעט היינט קעגן זיי

הגולם קם על יוצרו....

איש עברי » דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:53 am

· #184487
אדער קען מען זאגן אז סגייט אריין אין די בחינה פון הקב"ה ממלא שנותיהן של צדיקים מיום ליום....

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 18, 2014 7:29 am

· #184488
אין די ירושלימער גאסן איז היינט ווידער אמאל אויסגעשפרייט געווארן פאשקווילען דורך אזוי גערופענע מקנאי קנאת ה' וואס בעצם ברעכן זיי נאר אונטער די מערכה און ברענגען אינטער די עדה החרדית, און זיי זענען בעצם נישט ווערד מ'זאל זיך אפילו צוטון מאכן פון זיי.
אבער אינטערסאנט איז אז איינע פון די פאשקווילען האט געהאט די זעלבע קעפל מיט וואס @איש עברי האט אנגעהויבן דעם אשכול אבער מיט פארקערטן אינהאלט, זיי ברענגען דארט ארויס אז פינקט ווי בימים ההם י''ג אד''א תרפ''א איז געווען א זמן קהילה לכל וואס מען האט זיך אפגעשיידט פון אותו האיש רב קוק, אזוי איך בזמן הזה תשע''ד האט מען זוכה געווען פטור צו ווערן פונעם ראב''ד.
אנעם אריינגיין און זייער פארקרימטען קיצונישע שכל וואס זיי האלטן און איין שרייען און מגדף זיין און טוען גארנישט אויף, איז כדאי ציצישטעלן א ציגעפאסנדן קליג ווארט וואס איך האב אמאל געהערט פונעם מגיד מישרים ר' משה בראווערמאן שליט''א
ווי גיט און געשמאק איז אינזער הייליגע תורה האט ער אויסגעשריגען מיט זיין באטעמ'טן ירושלימער יודיש, יעדער געפינט און איר א פלאץ תורה לכל הוא
און ער געבט זיך צו מסביר זיין וואס ער מיינט, איך גיי מיר אזוי ערב שבת פארן זמן אריבער זכרון משה שטיבלעך, וואס ווי אלעמען באקאנט איז דאך דאס די ריכטיגע מקום ווי א יעדער וואס האט נאר אביסעל בויך ווייטאג דריקט זיך אפ א שיינעם וועכענטליכע עלון אדער גליון מיט ציגעפאסאנדע נאמען דערצי און שטעלט עס דארט אראפ, כדי דער עולם זאל זיך דערקוויקען מיט דעם און ח''ו נישט אויסגיין פאר ליידיגקייט אום שב''ק, אז איך בין שוין דארט האב איך מיר אויסגעקליבען אזא פיפצען צוואנציג גליונות לויט מיין געשמאק, און איך מיז ענק זאגן אז איך בין נתפעל געווארן פון אינזערע געשמאקע תורה, דעם זעלבען פרשה דעם זעלבען פסוק האט דאס יעדער איינער אריינגעטיישט לויט זיין געשמאק און אז עס שטימט ממש מיט זיין שיטה, אנגעהויבן ביי די גליונות פון די נטורי קרתא'ס ביזען כהנא'ניקעס, חבד'סקער צו די ברעסלעבער וכו' וכו' לויט אלעמען האט די תורה געשטימט לויט זיין שיטה און אידילאגיע, נא האבן מיר דען נישט קיין זיסערע תורה, אה דרכיה דרכי נועם.

דריידל » דינסטאג פעברואר 18, 2014 8:03 am

· #184491
יאיר
איך האלט אז די יעצטיגע געשלעג איז א סימן מן הארץ אז אויב מען פרעדיגט מחלוקת, קנאות, און עקסטרעמיזם וועט מען צום סוף אליין נישט בלייבן אפגעשוינט. ווי האט דער קלויזענבורגער מיט זיינע הייליגע אויגן געזאגט אויף סאטמאר, זיי וועלן זיך נאך אזוי קריגן צווישן זיך אז זיי וועלן אינגאנצן פארגעסן אז קלויזענבורג האט אמאל עקזיסטירט.


אז די האסט שוין יא אינסייד אינפארמעישאן, געב אונז אויך איבער וואס מ'זאגט איבער די קלויזענבורגער מחלוקת, און וואס די הייליגע אויגן האבן פאראויס געזעהן.
איך אגרי אז די סאטמארע מחלוקת שטאמט פון די זעלבע מאנטעלעטי וואס האט עקזעסטירט בשעת די מערכה מיט'ן קלויזענבורגער אבער איך טייטש דאס נישט אויס אלץ הימלישע זאכן ווען עס איז פשוטע קאמען סענס (נישט פארמישן מיט סענס סטריט)

איחוד פעלד » דינסטאג פעברואר 18, 2014 8:14 am

· #184492
כ'מיין די הייליגע אויגען האבען געזאגט אז ער האט צוויי נייטרא קינדער.

און דער ברך משה? ער'ט נאר איין קינד פין נייטרא....

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:06 am

· #184496
אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו.
ח"ו צו זאגן אז דאס איז א עונש. זייער נאריש. די צדיקים וקדושים וועלכע האבן זיך פארמאסטן אקעגן הרב קוק - נניח אז עס איז געווען אומריכטיג - האבן אבער געהאט הייליגע כוונות וכל כולו לשם שמים, און עס איז נישט מסתבר אז דער בורא "באשטראפט" די עדה פאר זייערע מעשים וועלכע זיי האבן געטון מיט אן אמת בלתי לה' לבדו.

אויס מענטש » דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:15 am

· #184506
כפארשטיי אז סאיז שווער צו טראכטן עס איז א עונש פאר די מערכה קעגן רב קוק.

וועל איך עס מאכן גרינגער:
די זעלבע מענטאליעטעיט מענטשן וואס האבן געפירט די שמוציגע מערכה דעמאלטס קעגן רב קוק, (כרעד נישט פון די רבנים וואס האבן געהאט זייער מהלך), די זעלבע מענטאליעטעיט מענטשן האבן יעצט חרוב געמאכט די עדה און כמיין אז צו דעם וועט שוין יעדער מסכים זיין.

יעצט לעצם הענין האלט איך אז עס קען יא זיין א עונש, און סאיז א פשוטע מדרש, ה' יבקש את הנרדף אפי' רודף צדיק ונרדף רשע, און ווילאנג די מערכה האט זיך געפירט על פי תורה דאן קענסטו זאגן די טוסט דעם רצון ה' אבער די מערכה דארטן איז אויך ארויס פון אלע גבולים, כידוע לכל באי שער היסטוריע.

און רבותי צום לעצט ! זייטס נישט אזוי דערשראקן קען זיין אז ווען איר וועט ארויפקומען בשמי מעל וועט איר גאר זעהן אז רב קוק איז געווען גערעכט, נעווער דאון גרעיד יור מיסטעיקס.
יא מיר האבן געטון לפי ראות עינינו והוראת רבותינו, אבער ווער סאיז גערעכט קען נאר דער יודע מחשבות ומעשי בני אדם זאגן

הצלחה

אויס מענטש » דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:16 am

· #184507
שמעקעדיג
אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו.
ח"ו צו זאגן אז דאס איז א עונש. זייער נאריש. די צדיקים וקדושים וועלכע האבן זיך פארמאסטן אקעגן הרב קוק - נניח אז עס איז געווען אומריכטיג - האבן אבער געהאט הייליגע כוונות וכל כולו לשם שמים, און עס איז נישט מסתבר אז דער בורא "באשטראפט" די עדה פאר זייערע מעשים וועלכע זיי האבן געטון מיט אן אמת בלתי לה' לבדו.


געדענק די לעצטע מערכה לשם שמים זאגט מען איז געווען בית שמאי און בית הלל

בעריש » דינסטאג פעברואר 18, 2014 12:06 pm

· #184515
יאיר
איך האלט אז די יעצטיגע געשלעג איז א סימן מן הארץ אז אויב מען פרעדיגט מחלוקת, קנאות, און עקסטרעמיזם וועט מען צום סוף אליין נישט בלייבן אפגעשוינט. ווי האט דער קלויזענבורגער מיט זיינע הייליגע אויגן געזאגט אויף סאטמאר, זיי וועלן זיך נאך אזוי קריגן צווישן זיך אז זיי וועלן אינגאנצן פארגעסן אז קלויזענבורג האט אמאל עקזיסטירט.

אינטערסאנט וואס ס'האט געטריגערט די מחלוקת'ער און קלויזענבארג זעלבסט, ווילסט מיר זאגן אז דארט איז עס סתם שלטון וכבוד גארנישט מיט אידעלאגיע?

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 18, 2014 1:40 pm

· #184561
אויס מענטש
שמעקעדיג
אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו.
ח"ו צו זאגן אז דאס איז א עונש. זייער נאריש. די צדיקים וקדושים וועלכע האבן זיך פארמאסטן אקעגן הרב קוק - נניח אז עס איז געווען אומריכטיג - האבן אבער געהאט הייליגע כוונות וכל כולו לשם שמים, און עס איז נישט מסתבר אז דער בורא "באשטראפט" די עדה פאר זייערע מעשים וועלכע זיי האבן געטון מיט אן אמת בלתי לה' לבדו.


געדענק די לעצטע מערכה לשם שמים זאגט מען איז געווען בית שמאי און בית הלל

די פירערשאפט פון די "עדה" איז אפשר נישט באשטראפט געווארן פאר מבזה זיין הרב קוק. אבער אין זייער איצטיגע פארם זענען זיי אויסגעליידיגט פון א יעדן תוכן. און א חוץ פון זייער גוט-פונקציאנירנ'דיגן כשרות מאשין (האפנטליך) טוען זיי גארנישט אויף פאר אידישקייט. פארקערט. טראץ אלע שיינע, גוט-קלינגענדיגע טיטלען זענען די עומדים בראש גארנישט ווערט.ווייל זיי האבן פארלוירן דעם לא תגורו. און ווערן געפיהרט דורך א פאר סיקריקים און זייערע פיהרער וועלכע האבן זייער פאליטישע אגענדע.