☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פיטבול אטאקירט א יונגערמאן אין לאנדאן

פיטבול אטאקירט א יונגערמאן אין לאנדאן

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5895

מנשה לוסטיג » זונטאג פעברואר 16, 2014 6:55 pm

· #184085
פיטבול אטאקירט א יונגערמאן אין לאנדאן
כ'ווייס נישט אויב מ'האט ערגעץ געשריבן וועגן דעם. אויב יא ביטע מיר אהינפירן

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 16, 2014 6:58 pm

· #184087
דא זע איך איינער שרייבט
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=21977">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=21977</a>

מנשה לוסטיג » זונטאג פעברואר 16, 2014 7:44 pm

· #184103
<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2014/02/09/stamford-hill-jewish-man-severely-attacked-loose-illegal-dog-owners-apprehended/">http://jpupdates.com/2014/02/09/stamfor ... prehended/</a>

לאליפאפ » זונטאג פעברואר 16, 2014 9:34 pm

· #184126
דעיס איז א אשכול?? קאווע שטיבל האט אמאל געהאט תקנות, מ'האט דאונגרעידעד דערפון?

איך אויך » מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:39 am

· #184229
גערעכט.

איש עברי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:44 am

· #184230
גערעכט

מנשה לוסטיג » מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:43 pm

· #184315
וואס גערעכט? ס'נישט קיין ניצליכע נייעס?

I'm back » מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:52 pm

· #184319
איך.שטוין!
אזוי צו טרינקען יענעמ'ס בלוט, בלויז ווייל ער האט אנדערע השקפות?!?!

איך אויך » מאנטאג פעברואר 17, 2014 4:51 pm

· #184333
דו רעדסט צום פיטבול?

I'm back » מאנטאג פעברואר 17, 2014 7:16 pm

· #184375
איך אויך
דו רעדסט צום פיטבול?


אזא פאני זשאוק!
דאס פאסט פאר אייוועלט.

איך אויך » מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:12 pm

· #184387
קעי.

מנשה לוסטיג » מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:56 pm

· #184434
דער יונגערמאן איז ב''ה שוין באהאנדעלט און נאנט צו א ענדגילטיגע רפואה, נאך וואס די פיטבאל וואלט עהם געקענט חלילה ממית'ן און ס'האט געפעלט א האר.
ער איז באנדאזשירט די גאנצע פנים, און מוז ניצן שווערע פענקילער צו לינדערן די יסורים פון די טיפע ביסן.
איך הער אז מ'האט יא געהארגט די כלב, אבער ס'דא וואס זאגן אז נישט, בכל אופן ס'געווען דא ניסי ניסים.

ביבער » מאנטאג פעברואר 17, 2014 11:17 pm

· #184444
ב"ה.

לאליפאפ » דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:46 am

· #184498
6:20 איז דאס געווען אין א קאלטן ווינטיגן פארטאגס אין די סטעמפארד היל געגנט, ווען ר׳ אברהם ראזען האט געשפאנט אין ריכטונג פון סקווערער בית המדרש, אזוי אנקומענדיג צום עק פונעם הולמלי גאס איז א לויזער פיט בול הינט געקומען צו לויפן פון דערונטער און אומגעווארפן ר׳ אברהמ׳ען. צו די צייט איז א טרעילער פון די קראון סערוויסעס (?) מיטן 53 יעריגן ווינס ראסטראן ביים רעדל אדורכגעפארן דעם סטעמפארד היל גאס וועלכע גרעניצט זיך ביי איין פונקט אויך מיט הולמלי ראוד.

ר׳ אברהם איז גאר שווער אטאקירט געווארן פונעם הונט וועלכע האט - לויט ווי עדות דערציילן - זיך געהאנגען אויף דעם יונגערמאן׳ס קערפער און געביסן און געריסן. ר׳ אברהם האט זיך כסדר אויפגעשטעלט און געשריגן פאר הילף, וואס דאס האט מיטאמאל געצויגן אויפמערקזאמקייט פאר דעם טראקער וועלכע האט פלינק אפגעשטעלט זיין וויעקל און פראבירט קומען צו הילף פאר ר׳ אברהמ׳ען.
ווי ראסטראן גיבט אן האט די הינט פארמאגט א ליעד (שטריקל) פון וועלכער ער האט איר אנגעכאפט, ארומגעבינדן א סטריט לעמפ, און געווארט אזוי צען מינוט ביז די פאליציי איז געקומען, ווינס האט אויך אראפגעלייגט ווי שוידערליך ס׳איז געווען צו זען ווי צענדליגער קארן פארן דורך דעם שאסיי און קיינער שטעלט זיך נישט אפ אדער פראבירט עפעס טאן אפצוהאלטן דעם שעדליכע אטאקע.

א ווארטזאגער פאר די לאנדאנע הצלה וועלכע האט ריספאנדעד צום סצענע געבט אן אז ס׳איז געווען אסאך בלוט אויסגעשפרייט אויפן גאס, וואס איז געווען זייער ״דיסטורבינג״. ווי אויך האט ר׳ חיים האכהייזער - קאארדינעיטער פון סטעמפארד הילל שומרים איבערגעבן סיקיוריטי קעמרע פוטעדזש פאר די פאליציי אין וועלכע מ׳זעהט ווי די הינטל לויפט אריבער פון צווייטן זייט גאס און שלעפט אראפ דעם יונגערמאן צו די ערד שלעפנדיג אים נאכאנאנד ביי זיין מאנטל.

פאליציי האבן פארהאלטן א מאן און א פרוי אין זייערע צוואנציגער יארן אויפן חשד אז זיי זענען פאראנטווארטליך פאר א הינט וועלכע האט זיך ארומגעדרייט לויז און ארויס פון קאנטראל און פארוואונדען מענטשן. די צוויי זענען ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל דורך די מעט פאליציי.
ר׳ אברהם איז אין דעי שטאפלען שוין באפרייט פון שפיטאל נאך וואס ער איז אדורך עטליכע קליינע אפעראציעס, כאטש וואס ס׳זענען נאך פאראן ביי אים טיפע וואונדן און צייכענעס פון די אטאקע. חברת שומרים לונדון האבן ריליעסד א ספעציעלן צעטל אין ליכט פון די דאג עטעק, וויאזוי צו האנדלען אין אזעלכע פעלער.
📎 IMG-20140218-WA0032.jpg 📎 IMG-20140218-WA0031.jpg

לאנדאנער » מאנטאג פעברואר 24, 2014 6:32 am

· #185893
אין די לאקאלע קול מבשר שמחות בלעטל דעם שבת
📎 IMG-20140224-WA0009.jpg

לאנדאנער » דינסטאג מערץ 25, 2014 3:54 pm

· #192662
פאליציי מעלדט היינט אז זיי האבן געכאפט דעם פאראנטווארטליכן אין די אטאקע און ער זיצט יעצט ביי זיי אין די צעלן, ווי אויך איז דאס הונט אומגעברענגט געווארן.