☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » מלמד׳ס hotline

מלמד׳ס hotline

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5894

קינות גירושין » זונטאג פעברואר 16, 2014 3:48 pm

· #184041
מלמד׳ס hotline
שוין א שטיק צייט וואס איך מיטשע זיך מיט די פראבלעם, ווען איך לערן מיט מיין אינגעל, ווייס איך נישט וויפיל צו פארלאנגען פון עם, כווייס דאך נישט וויפיל זיין רבי האט פארגלערנט אין חדר, און אסאך מאל מאכט זיך א אנדערע פראבלעם, אז כוויל עם עפעס מסביר זיין אבער כוועל נישט טרעפן די ריכטיגע ווערטער עם דאס צו מסברן, שפעטר סוף וואך ווען מיין אינגעל קען שוין די שטיקעל גמ זעה איך ווי גוט און קלאר זיין רבי האט דאס מסבר געווען (סאיז פשט, אז זיי זענען בעסער גלערנט וויאזוי צו מסבר זיין פאר א אינגעל אין די יארגאנג)
האב איך גקלערט אז סוואלט ווען גקענט זיין א געוואלדיגע תועלת אז די רבי זאל אריין זאגען די וואכעדיגע שיעור איו א האטליין, אז די טאטעס זאלן דאס הערן און סוואלט אויף געטון 1) אז דער טאטע ווען ער וויל איבערלערענען מיטן קינד זאל ער האבען די ריכטיגע ווערטער 2) דער טאטע זעל וויסען וויפיל די קינד האלט למעשה מיט די שיעור 3) פאר די טאטעס וואס סקומט זיי שווער אן זיך פארצוקוקען די גמ כדי צו קענען פארהערן די קינד סוף וואך קען זיך דורך דעם העלפען

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 16, 2014 3:50 pm

· #184042
'ך גלייב נישט אז רבנים וואלטן דאס צוגעלאזט, ס'קען נאך אנקומען צו דעם חלילה. <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Flip_teaching">http://en.wikipedia.org/wiki/Flip_teaching</a>

קינות גירושין » מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:37 pm

· #184288
קיינער גלייכט נישט די איידיע?

פאטעטא טשיפס » מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:15 pm

· #184308
עס איז גראדע דא א חסיד'ישע חיידער אין מאנסי [וואס ווי באוואוסט איז דארט דא מער "שניי טעג", ווי טעג וואס ס'איז יא דא חיידער... האבן זיי איינגעפירט דעם האטליין] וואס פארמאגט אזא האטליין --- ממנו ילמדו וכן יעשו!!!

יעדער מלמד פארמאגט א באזונדערע קנעפּל וואו ער לאזט איבער א קורצע מעלדונג צו די קינדער פון זיין קלאַס, חיזוק אד"ג און וואס מ'ברויך לערנען אינדערהיים. יש עוד פרטים ואכמ"ל כאן מפני שיור הגליון...