☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » אשכול אן א טיטל #589

אשכול אן א טיטל #589

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #589

— » מיטוואך מאי 9, 2012 3:26 pm

· #10942

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

chasid » מיטוואך מאי 9, 2012 3:31 pm

· #10944
רחמנא לצלן!!

גדעון » מיטוואך מאי 9, 2012 3:52 pm

· #10947
איך ווייס נישט דעם אמת אבער דער איד האט א שמייכל פון אויער צו אויער, סזעהט נישט אויס ווי ער איז אזוי צומישט ווען ער האלט זיין הענט אויפן שיקסעס פלייצעס

אגב איז דער אינטערנעט א שטעקן קעגן די בעלי עבירה, לעצטענס האט א געוויסע פרענקסטער גרופע וואס מאכט לצנות פון מענטשן אויף א לייוו פיעד אנליין, אנגעדרייט א היימישע יונגערמאן מיט א גויטע און רעקארדירט דעם גאנצן שמועס און נאכדעם אים געשלעפט צו א האטעל ווי דאס מיידל האט געלאזט דעם יונגערמאן ווארטן א האלבער שעה אויף די גאס אין די קעלט מיט א באקס שיך אין די הענט אלס מתנה... און צענדליגע האבן זיך אינטערגעהאלטן ווען זיי האבן געזעהן אויפן קעם ווי דער יונגערמאן שטייט נעבעך מיט די שמונה בגדים און ווערט צו'נער געלייגט איינמאל און נאכאמאל,

סאיז א גרויסע ווייטאג און איך האב באמת מיטלייד, אבער די ילבשו שחורים ארבייט שוין היינט נישט, יעדער האט היינט א קאמערא אין טאש. צענדליגע יו טוב קליפס זענען א אייביגע שאנדפלעק פאר די רחמנות'דיגע זינדיגער.

זלמן זאפיר » מיטוואך מאי 9, 2012 4:09 pm

· #10950
אוי ראשהאקעל ביסטו גערעכט אין דעס איז שוין אויפן גוי'שן פראנט
נאר איך וויל זיך באציען פין ביי אינז יודען אליינס וואס שפיכות דמים וואס דא גייט פאר

איך וויל נישט אריין גיין אין די עוצם מחלוקה נאר ס'געפינט זיך א וועב זייטל היידפארק וואס דארט גייט אן א מאסן שפיכות דמים

די וואך האב איך באמערקט ווי מען שמוצט אויס א יוגערמאן אז זיין ווייב איז קראנק אין מען מאכט גאר א ליצנות דערפין איך האב עס פלעין נישט דערהויבן
אלעס ווייל ער גלייבט אין א אנדערע פארטיי איז ער מותר געווארן להשמיד ולהרוג ולאבד אין ער מיז ממש מחיוב מיתה

אין וואס קען מען שוין פארלאנגען פין א שווארצע גוי דערנאך

בן תמליון » מיטוואך מאי 9, 2012 4:37 pm

· #10956
זלמן זאפיר
אוי ראשהאקעל ביסטו גערעכט אין דעס איז שוין אויפן גוי'שן פראנט
נאר איך וויל זיך באציען פין ביי אינז יודען אליינס וואס שפיכות דמים וואס דא גייט פאר

איך וויל נישט אריין גיין אין די עוצם מחלוקה נאר ס'געפינט זיך א וועב זייטל היידפארק וואס דארט גייט אן א מאסן שפיכות דמים

די וואך האב איך באמערקט ווי מען שמוצט אויס א יוגערמאן אז זיין ווייב איז קראנק אין מען מאכט גאר א ליצנות דערפין איך האב עס פלעין נישט דערהויבן
אלעס ווייל ער גלייבט אין א אנדערע פארטיי איז ער מותר געווארן להשמיד ולהרוג ולאבד אין ער מיז ממש מחיוב מיתה

אין וואס קען מען שוין פארלאנגען פין א שווארצע גוי דערנאך


סאיז ווערט צו דערמאנען אז דער HONY פאטאגריפירער האט אראפגענומען דעם בילד נעכטן בייגעלייגט מיט א בריוול פון א YU יונגערמאן וועגן דאס וויכטיקייט פון דן זן לכף זכות. יא זאלן מיר זיך לערנען.

לעמיל » מיטוואך מאי 9, 2012 4:57 pm

· #10959
קען איינער אפשר רעדין קלאר דא??? ווען איז געווען די מעשה? ווען איז עס געשעהן? ווער האט עס מפרסם געווען???

זר זהב » מיטוואך מאי 9, 2012 5:01 pm

· #10960
לעמיל
קען איינער אפשר רעדין קלאר דא??? וי איז געוין די מעשה? ווען איז עס געשין? ווער האט מפרסם געוין?

דו מאכסט מיר לאכן... וואס יאגסטעך אזוי ?

לעמיל » מיטוואך מאי 9, 2012 5:02 pm

· #10961
איך יאג מיך????

זר זהב » מיטוואך מאי 9, 2012 5:03 pm

· #10962
דזשאסט קידדינג. דו בעטס'ס אין א נישט קלארן תגובה אז יענער זאל רעדן קלאר.

לעמיל » מיטוואך מאי 9, 2012 5:04 pm

· #10963
אהההה

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 9, 2012 5:11 pm

· #10964
לעמיל
קען איינער אפשר רעדין קלאר דא??? ווען איז געווען די מעשה? ווען איז עס געשעהן? ווער האט עס מפרסם געווען???

אה! די אומקלארע תגובה האט זיך אויסגעקלארט, ס'איז אמת'דיג שיין פון דיר אז דו האסט זיך באמיהט צו פארריכטן גאנצע דריי מאל, א ברכה אויף דיין קעפעלע.

gehlungen » מיטוואך מאי 9, 2012 6:10 pm

· #10977
[ציטאט אראפגענומען]

Wait a minute How do you now for sure its not true btw if it is true You must admit job well done 👍

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 9, 2012 6:35 pm

· #10983
[ציטאט אראפגענומען]

פונעם בילד זעהט מען קלאר אז ס'איז נישט געווען אין גאס, ווי יא ווייס איך נישט (קוקט אויס ווי עפעס א גוי'אישע פלאץ).
[ציטאט אראפגענומען]

איך קען גראדע דעם איד, און ס'איז א מצוה דן צו זיין לכף זכות, אבער איך מוז טרעפן עפעס א צווייטע לימוד זכות ווייל לויטן בילד איז נישט מסתבר אז ער האט נישט געפילט, נאכדערצו אויף אזוי ווייט אז ער האט נישט געוואוסט ביז ס'איז ארויף אויפן אינטערנעט.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 9, 2012 6:52 pm

· #10988
מיין לימוד זכות אויף דעם איד איז אז ער האט יא געפילט אבער ער האט נישט געוואוסט אז זי איז א פרוי.

ידען » מיטוואך מאי 9, 2012 7:33 pm

· #10998
בילדער אהער בילדער אהין. ווי זענען די בילדער? די קליפס?

ווילסט עס נישט לייגן דא ברבים? שיק עס צו מיר private.

Thanks

ידען » דאנערשטאג מאי 10, 2012 12:02 pm

· #11101
[ציטאט אראפגענומען]

נאכן זעהן די בילד קען מען נישט זאגן בעסער ווי זיך איינרעדן אז סע א פאלטשע בילד.

נישט שייך מפרסם צו זיין אמתע געשיכטעס ווען די בילד איז זייער קלאר אז א היימישע מענטש שטייט שעמעדיג און אויף זיין פנים איז דא א ברייטע דערשראקענע שמייכעל ווען אין זיין זייט שטייט א מיאוסע הויכע שווארצע גויטע און איר לינקע האנט איז ברייט ארויפגעלייגט אויף זיין אקסעל און א טראפקעלע אריינציהר... וועם וויל מען איינרעדן אז ער האט נישט געפילט איר האנט?

בנוגע וואס זי פארקויפט אז ער האט איר געוואלט צאלן 500 פארן פארברענגען ... מיט איר און ווען זי האט אפגעזאגט איז ער ארויף ביז 1000 איז מסתם א ליגענט. כמיין?! מע דארף שוין זיין צו שטארק משוגע צו צאלן אזא פרייז פאר אזא מיאוסקייט...

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 10, 2012 12:35 pm

· #11106
על טעם וריח...

John Doe » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:13 pm

· #11118
אפשר פאר 500 צו 1000 דאללער וואלט ער געקענט אונטערקויפן דעם פאטאגראפיסט?

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:25 pm

· #11120
ידען
בילדער אהער בילדער אהין. ווי זענען די בילדער?
88888.jpg

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:38 pm

· #11133
[ציטאט אראפגענומען]

גערעכט וואלט געווען ווען דו עפענסט בכלל נישט די אשכול, האסט דאך אבער יא געעפענט און דערמיט שטארק נייגעריג געמאכט דעם עולם פון וואס די רעדע איז דא, אלזא קום נישט מיט קיין טענות.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:43 pm

· #11138
[ציטאט אראפגענומען]

לשיטתך אז ס'איז עניוועי שטארק צושפרייט איז וואס איז די פראבלעם ארויפצולייגן פארמעקטערהייט?

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:45 pm

· #11142
עכ"פ דו האלסט טאקע אז ער האט גארנישט געשפירט און ביז עס איז פארשפרייט געווארן האט ער נישט געוואוסט דערפון?
מאכט נישט קיין סענס...

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:50 pm

· #11146
אוודאי איז ער א וואוילע איד, און קען זיין ער איז געווען צומישט און פארלוירן, אבער ס'מיינט נאכנישט אז ער האט נישט געפילט. איך וואלט ענדערש געזאגט (ווי שוין געשריבן אין א פריערדיגע תגובה) אז ער האט נישט געוואוסט אז ס'איז א פרוי.

ס'איז טאקע א מצוה דן צו זיין לכף זכות אבער ס'דארף מאכן סענס.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:51 pm

· #11147
איך האב נישט געזען דאס בילד אדער געלייענט די נייעס. איך האב עס באקומען (מער פון איינמאל) און באלד אויסגעמעקט. יעדן וואס האט עס מיר געשיקט, האב איך געענטפערט מיט א פסק פאר'ן עס שיקן, מיט א בקשה ער זאל אין דער צוקונפט עס מער נישט טאן.

ניין, כ'בין נישט קיין אויסגעארבעטער מענטש. איך האב נאר נישט ליב דעם טעם פון מענטשליך בלוט. ס'איז פלעין -- פעכי. א געבראטן שטיל פלייש על הגריל מיט א לאפא און ספייסי פרייס זענען מער צו מיין געשמאק.

איך שרייב עס דא, ווייל ביי אן אנדערער אזא סארט געשיכטע האט א חבר מיינער שפעטער מיר געזאגט אז מיין ענטפער צו אים (=ער זאל מיר אזעלכע מער נישט פארווארדן) האט אים געמאכט טראכטן, און ער האט טאקע אויפגעהערט. אויב וועט מיין תגובה יעצט גורם זיין עמיצן עס נישט צו טאן, אפילו נאר איין מאל, וועט די תגובה זיך מיר האבן אויסגעצאלט.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:53 pm

· #11148
שמואל הלוי
אוודאי איז ער א וואוילע איד, און קען זיין ער איז געווען צומישט און פארלוירן, אבער ס'מיינט נאכנישט אז ער האט נישט געפילט. איך וואלט ענדערש געזאגט (ווי שוין געשריבן אין א פריערדיגע תגובה) אז ער האט נישט געוואוסט אז ס'איז א פרוי.

ס'איז טאקע א מצוה דן צו זיין לכף זכות אבער ס'דארף מאכן סענס.



אפשר זאלן מיר ליבערשט אויפהערן אים דן-זיין לכף סיי וועלכער זייט? נישט מיין (און דיין און קיינעמס) עסק. לאז לויפן. ס'איז דא גענוג פון וואס צו רעדן.

קרעקער » דאנערשטאג מאי 10, 2012 1:56 pm

· #11153
סאיז א פאשטינקענע עדיטוד פין דו אויפגעקלערטע ענדערש צי גלייבען דע גוי פין פייסבוק וועם מקען אפילי נישט, ער קען זיין א מיאוס'ע פרוי, ואס זיין מעשה הייבט נושט אן צי מאכען סענטס, ער טאנעט אז דו פרוי האט געוויינט אז ער האט איר געוואלט ר.. אין אפען פיקשטער זעט מען וי זי לאכט, ענדערש ווי דע אידס וערסיע
פארוואס?
איך מיין דעס איז דו גרעסטע חורבן פינעם אינטערנעט
עמיר טאקע גיין צי כיניס כלל ישראל

John Doe » דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:05 pm

· #11158
יעדער האט מעשים וואס זיי וואלטן נישט געוואלט די גאס זאל רעדן דערפין. People make mistakes. צו אזוי צו אזוי איז אן עבירה צו שפרינגען אויף יענעם׳ס בלוט.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:17 pm

· #11160
פעלט נישט אויס קיין פארשפארעכטס, גיב עס אפאר שעה און ס'וועט אנהייבן צו זינקען אינעם תהום טיפער און טיפער.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 5:35 pm

· #11184
ס'איז שוין געווען אויפן וועג אראפ אין בעיסמענט, ווער האט דיר עס געהייסן צוריק ארויפשלעפן?

smart » דאנערשטאג מאי 10, 2012 6:07 pm

· #11199
עס איז א גרויסע רחמנות אויף א אידיש קינד וואס איז געווארען א קרבן פאר די רייצינדע מידיא וואס לעכטס נאך עפעס אינטרעסנט (בפרט עפעס שמוציג אויפן עם הנבחר...)

אנדערע זאגען אז דן לכף זכות זיין איז נאר ווען עס מאכט סענס וכו' , איך מיין אז דא מאכט סענס מען קען זאגן עטליכע זאכן איינס טאקע וואס דער בעל מחבר האשכול האט געזאגט אז עס איז געשען פרצופל ( בעיני איז דע גרסה סענסליסט ווייל עס איז צו ניכר און אויך איז עס נישט אויפן גאס)

יאך וואלט געזאגט אז צוליב ביזנעס וכודמה האט ער זיך געלאזט פאטאגראפירן און נישט חלומדיג אין וויסטין חלום אז עס וועט ווערן פאבלעסירט

לאמיר אים דן לכף זכות זיין איך שהיה המעשה

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג מאי 10, 2012 6:16 pm

· #11202
אז שוין יא צוריק אויבן, לאמיך נאר צולייגן א צוויי-דריי נקודות וואס איך וואלט דעם יונגערמאן געזאגט:

וואס ער זאל נאר יא אדער נישט האבן געטאן, איז נישט ערגער און נישט בעסער ווי עבירות וואס רוב היינטיגע יונגעלייט טוען אמאל. (איך מיין נישט דווקא איין ספעציפישן סוג פון עבירות, נאר בכלל.)

א סך יונגעלייט וואס באגייען הארבע עבירות, שעמען זיך נישט אויפצוטאן דערמיט פאר זייערע נאענטע חברים. (אחוץ אויב האט ער פון וואס מורא צו האבן. בכל אופן, איז עס אין א סך פעלער נישט די בושה וואס האלט אים אפ פון דערציילן.)

יעדער ווערט אמאל נכשל אין עפעס אן עבירה. רוב פון אונז זענען שוין נכשל געווארן אין אן עבירה וואס ע"פ איין פלאץ אין זוהר העלפט נישט קיין תשובה, און ווערט בכל אופן באטראכט אין אונזער לאגער ווי איינע פון די הארבסטע זאכן.

אלא מאי, מיט וואס איז אזא געשיכטע אנדערש? צוויי זאכן: קודם, דאס געפיל פון ווערן געכאפט ביי דער מעשה; צווייטנס, אז יעדער רעדט דערפון. למעשה אבער, מענטשן לייגן נישט קיין אכט אויף די צוויי פרטים. מענטשן האבן ליב "גאסיפ". זיי מיינען נישט דעם מענטש. רוב וועלן אים אפילו נישט דערקענען אויב וועלן זיי אים זען. אויך: היינטיגע צייטן געדענקט מען אזא געשיכטע מערסטנס פאר א פאר וואכן. קיין פערמאנענטער פלעק בלייבט זיכער נישט, ווייל דער היינטיגער דור יונגעלייט "גיט נישט קיין damn" (שטימט?); ווי אויך, וועט מארגן און איבערמארגן און נעקסטע וואך און קומענדיגן חודש זיין פרישע נייעס...

איך האב באקאנטן וואס איז אמאל געווען אין דעם יונגערמאנ'ס שיך. יענער איז פשוט אנגעגאנגען מיט'ן לעבן, מער-ווייניגער, ווי נארמאל. ער האט פרובירט נישט טראכטן פון די "בושות". ביז 2 וואכן האט קיינער נישט געדענקט זיין נאמען.

זאל דער יונגערמאן זיך נישט ארומדרייען מיט שולד געפילן אדער בושות. עס איז באמת קיינעמס געשעפט און עס גייט באמת קיינעם נישט אן. מענטשן זענען סך קורצזיכטיגער און סך מער פארנומען טראכטן וועגן זיך, ווי עס קען אויסזען. באמת, איך וואלט מיט אים איינגעקלאפט א גוטס, און שמחת פורים לנו ולכל ישראל. איך ווייס נאר נישט ווער ער איז. (איך קען נאך אלץ נישט דעם נאמען -- בעליוו איט אר נאט.) יתכן מיר זענען גאר נאענטע חברים...

און יעצט -- נידער מיט'ן אשכול!

הערשל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 7:10 pm

· #11212
שמואל הלוי
ס'איז שוין געווען אויפן וועג אראפ אין בעיסמענט, ווער האט דיר עס געהייסן צוריק ארויפשלעפן?

גוט אז מ'האט עס ארויפגעברענגט ווייל בדידי הוא עובדא.

מיט עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אויף א משפחה נסיעה צום הייליג לאנד ארץ ישראל און איינע פון די טעג בין איך געווען ביי קברי צדיקים און כ'בין געווען מלובש מיטן הוט און רעקל.

אינמיטן זענען מיר געגאנגען בשכינות פארבייסן און שפאצירנדיג האב איך באגעגנט א רוס וואס איז געגאנגען מיט זיין נקיבה און ער האט זיך אפגעשטעלט און מיר געפרעגט אויב ער קען כאפן א בילד פון מיר, היות ער זעט נישט קיין סאך אזעלכע חסידים (כאטש אין ישראל זענען דא פיל פון די "שווארצע הוטן", איז ער אבער געווען פריש דארט) און איך האב פארשטייט זיך מסכים געווען. שטייענדיג אזוי גרייט, און ער מיטן קאמערא אין דער האנט, געט ער א זאג פאר זיין שיקסע אין רוסיש אז זי זאל זיך אהינרוקן צו מיר, און תוך כדי דיבור האט זי זיך צו מיר צוגערוקט און ארויפגעלייגט איר האנט ארום מיין האלז, אקוראט ווי מ'זעט אויף דעם בילד.

ממילא איז פאר מיר בכלל נישט שווער אים צו דן זיין לכף זכות, ווייל א בילד פון מיר ליגט ביי איינעם א רוס און קען עס אין א ליאדע טאג ארויפלייגן אויף דער אינטערנעט, און נאך צולייגן א שמאלציגע מעשה דערצו.

קרעקער » דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:32 pm

· #11225
איך בין מסכים מיט דיר. אבער די האסט א פארשטינקעטע עדיטוד צו ניצן די ווארט "פארשטינקען"

מיין ווייב טענהט אויך אזוי

יידל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:37 pm

· #11250
איך האלט ווי שמואל. לאז עס פאלן אריין אין תהום.

טאמבל סאס » זונטאג מאי 13, 2012 1:07 am

· #11496
איך האב געזעהן דעם בילד ביי מיין חבר אויפן טעלעפאון און כ'מוז זאגן כ'האב געכיכקעט פאר קאטאוועס. אבער יעצט אז איך זעה דעם אשכול טוה איך דעפענטלי אים דן זיין לכף זכות, אויך נאכדעם וואס כהאב דורך געלייענט אלע תגובות פון די וואס באלעקן זיך און האבן א אמונה פשוטה און אזעלכע שמאלציגע זאפטיגע לשון הרע מעשה'לעך.
אלזא ס'האט זיכער יא עפעס אויפגעטוהן .