☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פורים קטן - מה שאלתך וינתן לך

פורים קטן - מה שאלתך וינתן לך

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5887

העלא » פרייטאג פעברואר 14, 2014 6:42 am

· #183779
פורים קטן - מה שאלתך וינתן לך
בס"ד
ליל שישי לסדר "ויחל" ארבעה עשר לחודש אדר ראשון פורים קטן תשע"ד לפ"ק
אין בין אדר ראשון לשני (מגילה ו:) – די גרויסקייט פון פורים קטן
די משנה זאגט אין מסכת מגילה "אין בין אדר ראשון לשני אלא מקרא מגילה ומתנות לאביונים בלבד" פרעגט די גמרא הא לענין סדר פרשיות זה וזה שוין, ביז די גמרא קומט צו אז עס איז דא דריי שיטות אינעם ענין, ת"ק, ר"א ברבי יוסי, ר"ש בן גמליאל, און די משנה קומט אויס אדער ווי די ת"ק און מ'רעדט פון גאנץ חודש אדר, אדער ווי ר"ש בן גמליאל און מ'רעדט נאר פון די טעג י"ד און ט"ו, די משנה איז א סתם משנה, נאר אין די גמרא איז דא צוויי וועגן וויזוי מ'זעצט איין די סתם משנה, אין די גמרא ווערט געברענגט אין עטליכע פלעצער אין ש"ס אז "הלכה כסתם משנה" , די חילוק צווישן ת"ק און ר"ש בן גמליאל איז נאר צו מ'רעדט פון אלע מצוות פונעם חודש (למשל ד' פרשיות) אדער נאר פון די צוויי טעג י"ד-ט"ו, אבער לויט ביידע שיטות רעד מען זיכער פון די צוויי טעג, די שאלה איז נאר צו פון גאנץ אדר אויך, קומט אויס אז מיר האבן דא א סתם משנה אז די איינציגסטע חילוק צווישן פורים קטן און גדול איז נאר די מצוות היום משא"כ אין אלע אנדערע ענינים איז עס די זעלבע,
מה שאלתך וינתן לך,
עס איז ידוע וואס עס ווערט געברענגט אין כמה ספרי תלמידי בעש"ט, אז פורים איז א שטארקע עת רצון לקיבול תפילות,
ויאמר המלך לאסתר במשתה היין מה שאלתך וינתן לך, ידוע אז איבעראל ווי עס שטייט אין די מגילה "מלך" סתם מיינט עס מלכו של עולם, ויאמר המלך לאסתר, די באשעפער זאגט פאר כלל ישראל במשתה היין, בשעת משתה היין, מה שאלתך וינתן לחך,
כל הפושט יד נותנין לו, יעדער וואס ער בעט, ווערט ער געהאלפן,
ווי אויך איז באקאנט די משל פון בעש"ט אויפן ענין פון "עד דלא ידע" אז פורים איז אזא עת רצון, אז ווען אידן וואלט עס אויסגענוצט צו בעטן פאר די גאולה וואלט מען געהאלפן געווארן, נאר וויבאלד מ'טאר נישט מדחיק זיין דעם קץ, און עס דארף קומען דעם אני ה' "בעתה" אחישנה, האבן די חכמים געגעבן די מצוה פון "חייב אדם לבסומי בפוריא עד דלא ידע,
תמצית היוצא מדברינו, אז מיר האבן א סתם משנה וואס זאגט אז די איינציגסטע חילוק פון פורים גדולל און קטן איז נאר די מצוות היום, אבער די עת רצון איז די זעלבע, איך האב געטראכט נאך מער, אויב איז אמת אז פורים קטן איז אויך אזא עת רצון, לכאורה פארוואס האבן חז"ל נישט קובע געווען די "חייב אינש לבסומי" אויף פורים קטן, מ'קען זאגן, אז וויבאלד די מצוות היום גייען נישט אהן אין דעם טאג, און עס מותר בעשיית מלאכה, און חז"ל האבן געוויסט אז די המון עם לערנט נישט אפ אזוי טיף משנה אז לגבי "עת רצון" איז נישט קיין חילוק, האבן זיי נישט קובע געווען די הלכה פון "חייב אדם לבסומי",
איזהו שוטה המאבד מה שנותנים לו, לאזט נישט דורך דעם טאג מיט ליידיגע הענט, עס איז טאקע ערב שבת, עוד מעט ופנה יום, אבער היא הנותנת, אז עס איז א גרעסערע עת רצון, כאפטס אריין, מ'קען זיך אויסבעטן,
ואסיים בברכה אז די עולם דא זאל זיך היינט אויסבעטן "בני חיי ומזוני רויחי" (נד"נ) בבריות גופא ונהורא מעליא, עדי נזכה לביגו"צ בב"א

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 14, 2014 7:19 am

· #183780
ווער זאגט אז די משנה האלט אז אפילו פורים גדול איז אן עת רצון?
דיין מקור אויף דעם איז ספרי תלמידי בעש"ט הק', זיי רעדן פון פורים גדול, ומנ"ל לפורים קטן?

העלא » פרייטאג פעברואר 14, 2014 7:23 am

· #183781
כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש כולן ניתנו למשה מסיני,
די חכמים האבן געזאגט "חייב אדם לבסומי" כדי צו צומישן די עת רצון, ניין?
טראכט פאר דו רעדסט,
מה שאלתך וינתן לך איז א פסוק

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 14, 2014 7:29 am

· #183782
דאן פארוואס נישט ווערן שיכור יעדע שאלאשידות? רעוא דרעווין!!
מה שאלתך איז טאקע א פסוק, אבער ס'דא א פסוק פארדעם וואס ליינט זיך "ויאמר המלך לאסתר המלכה...".
די וואך איז אויך דא א פסוק "חייב מיתה" "ונכרת מעמיו"... מ'דארף קוקען אויף וואס דו פסוק גייט ארויף.
כידוע מאגרת הרמב"ם (כ'דענק שוין נישט זיין משל. ברררר.. פונקט יעצט האב איך פארגעסען. טיש. @יואב!)

שרייבער » פרייטאג פעברואר 14, 2014 9:14 am

· #183783
פורים קטן = זה הקטן גדול יהי'

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 14, 2014 3:55 pm

· #183840
קאווע טרינקער
דאן פארוואס נישט ווערן שיכור יעדע שאלאשידות? רעוא דרעווין!

פארוואס טאקע נישט?

העלא » פרייטאג פעברואר 14, 2014 4:07 pm

· #183842
שלש סעודות איז טאקע רעוא דרעווין, גאנץ חודש אדר איז אויך די זעלבע זאך ר"ת ר'עוא ד'רעווין א'שתכח
אבער נישט די זעלבע עת רצון ווי פורים

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 14, 2014 4:15 pm

· #183843
די חכמים האבן געוואוסט דער המון עם וועט נישט כאפן האבען זיי נישט קלאר געזאגט, אבער די מביני דבר ווייסען אז מען דארף זיך שיכורען יעדער שלשידעס. וכן נוהגים'
נאך גרעסערע מבינים פארשטיין אז ווען משיכורט ווערט רעווא דרעווין.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג פעברואר 14, 2014 4:17 pm

· #183844
יום כפורים איז אויך נאר ''אזויווי'' פורים א כ"ף הדמיון, פורים איז זיכער דער גרעסטער טאג אין יאר. נאך זאת חנוכה, פאר שבועות ביי כתר, לינקס פון ליל שימורים, רעכטס פון אתה הראיתה שמחת תורה, ארויפציר פון ל"ג בעומר.

איחוד פעלד » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 10:14 pm

· #183897
דער (פינטעל) איד
יום כפורים איז אויך נאר ''אזויווי'' פורים א כ"ף הדמיון, פורים איז זיכער דער גרעסטער טאג אין יאר. נאך זאת חנוכה, פאר שבועות ביי כתר, לינקס פון ליל שימורים, רעכטס פון אתה הראיתה שמחת תורה, ארויפציר פון ל"ג בעומר.


נישט שבועות ביי כתר, עס איז שמחת תורה ביי כתר. דעמאלס איז טאקע דער רעוא דרעווין פין פורים.