☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א פרישער טיילונג

א פרישער טיילונג

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5885
בלאט: 1 2

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:24 pm

· #183649
א פרישער טיילונג
איך האב גאר א קנאפע ידיעה און אינטערעס אין די אידישע פאליטיק, אבער די לעצטע נייעס וועגן הרב משה שטערנבוך רעזיגנאציע האט ביי מיר אנגעצינדן א רויט לעמפל, און איז מיר געווען גאר אינטערעסאנט. א חבר מיינער האט שוין גע'טענה'ט צו מיר א לאנגע צייט צוריק אז איין טאג גייט ווערן א טיילונג אינערהאלב די חרדי'שע ציבור. דער הונט וואס זיי האבן באשאפן מיט א הונדערט פופציג יאר צוריק וועט יעצט צוריקקומען זיי בייסן. סוף כל סוף, אויפגראבן מתים איז נאך אזא הארבע איסור ווי מאכן א חופה אין א שול אדער רוקן די בימה.
אן ענליכע פענאמענען זעט מען אינערהאלב די מאדערן ארטאדאקסישע אידנטום, בעת ביי זיי האט זיך שוין דער אומאפציעלער טיילונג אנגעהויבן היבש פריער, ווען די רעכטערע זענען געווארן מער רעכט און די לינקע מער לינק, זענען אין די לעצטע חדשים אונטערגעקומען פילע פרישע שערוריות וואס מאכט דעם שניט אלס גרעסער און טיפער. אזעלכע קריטישע ענינים ווי תורה מסיני און די ראלע פון פרויען אין אידישע רעליגיע האבן אויפגעפלאקערט לעצטנס און דראען צו ברענגען אן ענדגילטיגע טויט קלאפ צו דער אחדות וואס האט אמאל געהערשט דארט.
אנדערש ווי ביי די מאדערן ארטאדאקס, וואו בדרך כלל ווערט די מחלוקת געפירט מיט א רעלאטיווע רעספעקט איינער צום צווייטן, איז ביי די חרדים נישט פארהאן אזא זאך. ווען מען שלאגט זיך גייט עס ביז צום סוף. נאר צוליב דעם האט געקענט געשען אזעלכע צערודערטע געשעענישן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע שטיק צייט בנוגע די מחלוקת'ן צווישן הרב שטיינמאן און הרב אויערבאך, אדער צווישן הרב משה שטערנבוך און הרב יצחק טוביה ווייס. עס איז פשוט נישט צום גלייבן ווי אזוי אנהענגערס פון די עדה החרדית אליין האבן בארעדט און באשימפט, מחרים געווען און געווארפן פאשקעווילן, קעגן זייער אייגענעם ראב"ד. עס איז קלאר אז דער חרדי'שער ציבור עסט דעם זופ וואס זיי האבן אליין געקאכט, ווי רש"י ערקלערט אין פרשת יתרו.
די שאלה איז וואס וועט זיין ווייטער. אויב דער ראב"ד וויל קען ער אנדרייען א געזונטע איבערקערעניש יעצט. ער האט די ברירה צו גרינדן אן אייגענע בית דין, און ווען דער עדה דערקלערט אסור וועט ער דערקלערן מותר, ווען זיי זאגן יא וועט ער זאגן ניין, און ס'וועט זיין יום טוב אינדערוואכן. אדער איז מעגליך אז ער וועט איינרוען און שוין. תולדות אהרן און דושינסקי וועלן ווייטער אפציעל זיין א חלק פון די עדה, כאטש זיי וועלן ווערן באטראכט אלס די פרינזש גרופע, און אין בית שמש וועט מען ווייטער בויען דירות אין גרויסן.
אין איין ווארט, צו איז דער יעצטיגער רעזיגנאציע פון דעם ראב"ד דער סוף פון א רייע רייבערייען צווישן די חרדים, אדער איז דאס בלויז דער אנהויב פון א פרישער טיילונג?
ימים ידברו.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:41 pm

· #183652
א סיבה נוספת פאר א טיילונג איז דער גרויס גוואוקס (בלע"ה) ביים חרדישן ציבור.
עס איז נישטא קיין סיבה בעולם אז אלע מוזן בלאנגן צום זעלבן בי"ד/קהילה/ראש ישיבה/חסידות/פארטי.
אויך ווען עס איז פאראן א גרויסע ציבור, זענן דא מער מענטשן וועלכע זענן פאראייניגט אויף א גוויסע שיטה און אינטרעסט, אויף וועלכע זיי זענן מסכים זיך אפצוטיילן און גיין אליינס!
כמובן, היות די פראקציעס זענן גרעססער, איז אויך פאראן א גרעסרע אויסוואל פון פאסיגע און קוואליפייד מענטשן וועלכע זאלן שטיין בראש פון אזא תנועה/קהילה. גנוג ת"ח פאר א ראש ישיבה און רב, גענוג עסקנים און גענוג שקצים צו שטעכן רעדר און ברעכן שויבן...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:30 pm

· #183665
געהערט אמאל בשם צדיקים, אחת לשישים או לשבעים שנה היתה באה של שיריים - לחצאין.
יעדע 60 70 יאר, ווערט א טיילונג אינערהאלב די שארית הפליטה.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:39 pm

· #183669
ועוד תנא בר קפרא, אילו הי' נותן בה קורטב של ד'רעק ב'ית ש'מש אין אדם יכול לעמוד מפני ריחה...

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:42 pm

· #183671
ולמה אין מערבין בה? מפני שהתורה אמרה. יעדער האלט אז ער האט די תורה מיט זיך.

ודי למבין » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:50 pm

· #183675
איתחלתא דגאולה פון די חרדישע גלות?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:56 pm

· #183676
מאטי
ולמה אין מערבין בה? מפני שהתורה אמרה.

כי כל ש'א'ו'ר' = ר'בנים ש'טערנבוך א'ון ו'וייס....

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:06 pm

· #183678
היימישער ליטוואק
א סיבה נוספת פאר א טיילונג איז דער גרויס גוואוקס (בלע"ה) ביים חרדישן ציבור.
עס איז נישטא קיין סיבה בעולם אז אלע מוזן בלאנגן צום זעלבן בי"ד/קהילה/ראש ישיבה/חסידות/פארטי.
אויך ווען עס איז פאראן א גרויסע ציבור, זענן דא מער מענטשן וועלכע זענן פאראייניגט אויף א גוויסע שיטה און אינטרעסט, אויף וועלכע זיי זענן מסכים זיך אפצוטיילן און גיין אליינס!
כמובן, היות די פראקציעס זענן גרעססער, איז אויך פאראן א גרעסרע אויסוואל פון פאסיגע און קוואליפייד מענטשן וועלכע זאלן שטיין בראש פון אזא תנועה/קהילה. גנוג ת"ח פאר א ראש ישיבה און רב, גענוג עסקנים און גענוג שקצים צו שטעכן רעדר און ברעכן שויבן...

דאס אליין איז א געוואלדיגע דורכברוך. דער מצב אז עס איז פאקטיש פארהאן אן אויסוואל צו וועמען מען וויל געהערן איז אליין א רעוואלוציע וואס איז נישט געווען ביז היינט. די צרה איז נאר אז דער אויסוואל ביי אונז איז אדער א קוריאזער עילוי אדער א קינדערישער עקשן.

לשוא הכיתי » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:13 pm

· #183679
אני הגבר ראו ראיתי בעני עמי, וכי המלי"ץ הליץ בינותם, וברייתא דבר קפרא על כפרת בית שמש שנוי' בשנינים.

ע"ז הי' דוה לבנו, על אלה חשכו עינינו, על הר ציון ששמם, שועלים מחבלים כרמים הלכו בו ושם שמים שגור בפיהם, ליידער איז דער תאות הנצחון אזוי גרויס אז עס איז אוממעגליך זיך דורכצוקומען מיט נארמאלע פארהאנדלונגען.

קיתונות של שופכין ווערן געגאסן מכל הצדדים, און עולם הפוך ראיתי ווי יעדער טענה'עט אז ער איז דער מרדכי וואס מעג גיסן אויף המן'ען.

עד מתי בשם אלוקים יחרף?

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:16 pm

· #183683
למען האמת האט זיך פרישער אפגעטיילט און געגאנגן קיין אייוועלט.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:19 pm

· #183686
קאווע טרינקער
מאטי
ולמה אין מערבין בה? מפני שהתורה אמרה.

כי כל ש'א'ו'ר' = ר'בנים ש'טערנבוך א'ון ו'וייס....

ש'א'ו'ר' = ר'בנים ש'טיינמאן א'ויערבויך ו'עוד....

לשוא הכיתי » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:25 pm

· #183690
ר'בנים ש'משים א'דמורי"ם ו'גבאים דוכט זיך שטימט דאס בעסטע לעניננו...

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:01 pm

· #183702
ש'טינמאן א'וירבך ו'ייס ר'אב"ד

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:03 pm

· #183703
קאווע טרינקער
געהערט אמאל בשם צדיקים, אחת לשישים או לשבעים שנה היתה באה של שיריים - לחצאין.
יעדע 60 70 יאר, ווערט א טיילונג אינערהאלב די שארית הפליטה.

@קאווע טרינקער קענסט מיר דאס ערקלערן פון א היסטורישן שטאנדפונקט? ווען למשל איז גווען א טיילונג און דערנאך נאך איינס?

diff » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:08 pm

· #183706
וַהֲלֹא מֵי רַגְלַיִם יָפִין לָהּ

diff » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:09 pm

· #183707
שאול קרויזר: אני יודע מה שכולם חושבים על ההפגנה היום על הקברים ועל הגיוס, שזה סאטמר ושזה סיקריקים וכו וכו וכל ההפגנות האלו מיותרות וכו' גם אני חשבתי כך עד היום. אבל היום כשעברתי בכיכר השבת בזמן ההפגנה והתחלתי לדבר עם כמה חסידים, על מה מפגינים ומה התועלת וכו תכל'ס הגעתי למסקנה שהם צודקים שהם מפגינים.
אני שואל פה כל אחד שישים את עצמו בסיטואציה שלהם, אני בטוח שגם אתם הייתם יוצאים להפגין. תחשבו על סיטואציה שאין לכם מקצוע ביד, אתם לא עובדים, ללמוד תורה יש לכם חשק כמו שיש לי לאכול עוד משולש פיצה, אתם יושבים בבית בלי מחשב ובלי טלוויזיה, אין כדורגל, אין ספורט, אין ארץ נהדרת, אין מסטר שף, מה לעזאזל אתם הייתם עושים?? ברצינות??? מה לעזאזל הייתם עושים? אני בטוח שגם אתם הייתם יוצאים להפגין ולשרוף פחים. קצת אקשן, טיפה צבע לחיים המשעממים

Credit ny_ny

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:03 pm

· #183725
יאיר
היימישער ליטוואק
א סיבה נוספת פאר א טיילונג איז דער גרויס גוואוקס (בלע"ה) ביים חרדישן ציבור.
עס איז נישטא קיין סיבה בעולם אז אלע מוזן בלאנגן צום זעלבן בי"ד/קהילה/ראש ישיבה/חסידות/פארטי.
אויך ווען עס איז פאראן א גרויסע ציבור, זענן דא מער מענטשן וועלכע זענן פאראייניגט אויף א גוויסע שיטה און אינטרעסט, אויף וועלכע זיי זענן מסכים זיך אפצוטיילן און גיין אליינס!
כמובן, היות די פראקציעס זענן גרעססער, איז אויך פאראן א גרעסרע אויסוואל פון פאסיגע און קוואליפייד מענטשן וועלכע זאלן שטיין בראש פון אזא תנועה/קהילה. גנוג ת"ח פאר א ראש ישיבה און רב, גענוג עסקנים און גענוג שקצים צו שטעכן רעדר און ברעכן שויבן...

דאס אליין איז א געוואלדיגע דורכברוך. דער מצב אז עס איז פאקטיש פארהאן אן אויסוואל צו וועמען מען וויל געהערן איז אליין א רעוואלוציע וואס איז נישט געווען ביז היינט. די צרה איז נאר אז דער אויסוואל ביי אונז איז אדער א קוריאזער עילוי אדער א קינדערישער עקשן.

ליידער לעבט מען אין אזא משוגע'נע וועלט, אז נארמאלע מענטשן אדער קענען נישט, אדער ווילן נישט, זיצן אויף אזא פאזיציע. עס איז אסאאאאך גרינגער און געזונטער זיך צו מאכן שבת פאר זיך אינעם אייגענעם קרעמל.

שעפטל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:05 pm

· #183726
זייער שווער צו זאגן אז ס'קומט א טיילונג, אייגענטליך ווענד זיך עס וואס דו רופסט אן טיילונג. לויט מיין קוק וואלט איך עס נישט אנגערופן טיילונג, און וואלט עס ענדערשט אנגערופן "ריס"...

לאמיר זיך נישט נארן, ס'איז זייער שווער צו עפענען א צווייטע בית דין, ניין כ'רעד נישט פון אזעלכע בתי דינים וואס עפענען זיך (און שפארן זיך) טעגליך, איך רעד נישט פון קיין בתי דינים וואס דריי תלמידי חכמים וואס האבן זיך משלים געווען אין חושן משפט האבן געעפענט, איך רעד פון א שטייגער ווי די עדה החרדית, יעצט, כ'וועל נישט אריינגיין אין די פרטי פרטי הדברים וואס די עדה איז למעשה, און וויפיל טויזענטער אנהענגערס זיי האבן באמת, אבער כ'מיין אז כולי עלמא מודי אז די עדה החרדית איז א פאוערפול בית דין און ארגענעזאציע, יא פאר געוויסע מער און פאר אנדערע ווייניגער, פאר אסאך מענטשן איז עס ממש מחייב יעדע זאך וואס זיי געבן ארויס, קיין חילוק אין וועלכע הינזיכט און נושא, און פאר נאך מער מענטשן איז עס נאר א געלונגענע הכשר טראסט... ס'דא טויזענטער משמיעים לקולם, און האבן דעפוטאטן אינערהאלב די עדה און פרובירן צו דאמענירן די מצב לויט זייער געשמאק, און פיל פאכיג מערערע טויזענטער וואס אינטערסירט גאנץ ווייניג די איסורים וחרמות, אבער פוו דעסוועגן דאך, על פי רוב וועלן זיי זיך צושטעלן צום סיסטעם.

יעצט, ס'איז נישט קיין שאלה אז אמאל זענען געווען קאנאנען אין די עדה, און זייערס א ווארט איז געווען טייער און הייליג ביי זייער א גרויס חלק פון די ערליכע אידן אין ארץ ישראל בפרט און אין חוץ לארץ בכלל, נעם א שטייגער ווי דעם מנחת יצחק הרב ווייס זצ"ל, ער איז געווען אן אנגענומענער פוסק ביי רובא דרובא כלל ישראל, דערנאך האט אים איבערגענומען ר' משה ארי' זצ"ל, וואס האט געהאט גרויס רעספעקט ביי א מערהייט, און אזוי אויך הרב דושינסקיא זצ"ל. די כבוד און עהרע וואס מ'האט געהאט צו זיי (אפגערעדט פון דע בעפאר זיי) איז געווען סיי אלס זייער פרעזענדליכקייט, און סיי אלס זייער כח הבי"ד און די חברי הבד"ץ וואס אלע איינס ביי איינס זענען געווען ארויפגעקוקטע רבנים ודיינים וגאונים נאך בעפאר זיי זענען אויפגענומען געווארן אינעם בי"ד.

למעשה קוקטס אן, האט בעלזא געהאט די גאטס זיך צו שלאגן מיטן עדה און גיין אלל דע וועי קעגן די שטראם. יעצט וויפיל דאס האט געשאדט פאר די עדה, צו פאר סעלזא איז א מסכת פאר זיך, און כ'וואלט נישט אריינגעגאנגן דערין מפני כבודם פון ביידע צדדים...

יעצט לענינינו, ווי איך -קליינער- קוק היינט אן די חברי בד"ץ ובראשם דער גאב"ד אונעם ראב"ד, לייג איך זיי נישט אינעם זעלבן קאטאגאריע ווי די פריערדיגע, ח"ו איך וויל נישט פוגע כבוד זיין אין קיין איינע פון זיי, אלע קענען לערנען מער ווי מיר, אלע זענען מורי הוראה מופלגים, אבער... איך בין נישט אזוי זיכער אז געוויסע חברי בד"ץ וואלטן געווען אזוי רעספעקטירט ווען זיי דינען נישט אויף דעם גרויסן בענקל. און כ'וועל מיך אפשטעלן דא! איך וועל נישט אויסשמועסן איינס ביי איינס צוליב'ן הוה זהיר בגחלתן..

יעצט למעשה, ווי גרויס דער ראב"ד איז, וואספארא תלמוד חכם ער איז, קיין חילוק וויפיל בענדער שאלות ותשובות ספרים ער האט שוין ארויסגעגעבן און אויך אויף אסאך מיני טאפיקס.. דאך צו קענען עפענען א בי"ד און נאך אוועקשלעפן אנדערע חברי הבד"ץ איז גאר גאר א שווערע זאך, און פארגאנגענע פארמעסטערס יוכיח! מ'דארף פארשטיין אויך, אז ס'דא חברי בד"ץ וואס וואלטן ווען אפשר ווען זיי האבן א הונדערט פראצענטיגער גאראנטי אז ס'גייט זיי געלונגן צו ווערן די זאך און איבערנעמען דעס וואס די עדה איז וואלטן זיי אפשר מיטגעגאנגן, אבער ווער קען דען דאס צוזאגן??

דעריבער, אויב מיינסטו א טיילונג, אז ס'גייט זיין צוויי, אויף דעם זאג איך כ'גלייב זייער שווער. א ריס? דאס יא! ס'קען זיין ס'נאר א שאלה פון צייט ווילאנג דאס גייט אנהאלטן, אבער טאמער וועט נישטא זיין עפעס א פארגלייך קומט יום-טוב'דיגע טעג אין ארץ ישראל בפרט און אינעם וועלט בכלל. דערוילעם וועט זיך עמטליך ארומדרייען און זינגן ליפא'ס ניגון אויף מיכאל'ס סידי טרעק 3....

והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל אמן

הדד בן בדד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:09 pm

· #183730
diff
שאול קרויזר: אני יודע מה שכולם חושבים על ההפגנה היום על הקברים ועל הגיוס, שזה סאטמר ושזה סיקריקים וכו וכו וכל ההפגנות האלו מיותרות וכו' גם אני חשבתי כך עד היום. אבל היום כשעברתי בכיכר השבת בזמן ההפגנה והתחלתי לדבר עם כמה חסידים, על מה מפגינים ומה התועלת וכו תכל'ס הגעתי למסקנה שהם צודקים שהם מפגינים.
אני שואל פה כל אחד שישים את עצמו בסיטואציה שלהם, אני בטוח שגם אתם הייתם יוצאים להפגין. תחשבו על סיטואציה שאין לכם מקצוע ביד, אתם לא עובדים, ללמוד תורה יש לכם חשק כמו שיש לי לאכול עוד משולש פיצה, אתם יושבים בבית בלי מחשב ובלי טלוויזיה, אין כדורגל, אין ספורט, אין ארץ נהדרת, אין מסטר שף, מה לעזאזל אתם הייתם עושים?? ברצינות??? מה לעזאזל הייתם עושים? אני בטוח שגם אתם הייתם יוצאים להפגין ולשרוף פחים. קצת אקשן, טיפה צבע לחיים המשעממים

Credit ny_ny

איך האב געלייקט די תגובה, אבער עס איז נישט גענוג, איך מוז עקסטער געבן א שקויעח פאר דעם, ווייל דאס איז דאך אזוי אמת, איך האב נישט וואס צוצולייגן, יעדעס ווארט איז אמת ויציב, און אזוי אויסגערעכענט.

sefish » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:13 pm

· #183732
דאס איז ''דיין'' אמת, יעדער האט זיך זיין אמת

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:16 pm

· #183733
diff
וַהֲלֹא מֵי רַגְלַיִם יָפִין לָהּ

ס'איז א גוטע מליצה. די פאקטן מוזן נישט שטימען... 😎 😂 😂 😃 🙂 😉 😮 🙄

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:21 pm

· #183734
הדד בן בדד
diff
שאול קרויזר: אני יודע מה שכולם חושבים על ההפגנה היום על הקברים ועל הגיוס, שזה סאטמר ושזה סיקריקים וכו וכו וכל ההפגנות האלו מיותרות וכו' גם אני חשבתי כך עד היום. אבל היום כשעברתי בכיכר השבת בזמן ההפגנה והתחלתי לדבר עם כמה חסידים, על מה מפגינים ומה התועלת וכו תכל'ס הגעתי למסקנה שהם צודקים שהם מפגינים.
אני שואל פה כל אחד שישים את עצמו בסיטואציה שלהם, אני בטוח שגם אתם הייתם יוצאים להפגין. תחשבו על סיטואציה שאין לכם מקצוע ביד, אתם לא עובדים, ללמוד תורה יש לכם חשק כמו שיש לי לאכול עוד משולש פיצה, אתם יושבים בבית בלי מחשב ובלי טלוויזיה, אין כדורגל, אין ספורט, אין ארץ נהדרת, אין מסטר שף, מה לעזאזל אתם הייתם עושים?? ברצינות??? מה לעזאזל הייתם עושים? אני בטוח שגם אתם הייתם יוצאים להפגין ולשרוף פחים. קצת אקשן, טיפה צבע לחיים המשעממים

Credit ny_ny

איך האב געלייקט די תגובה, אבער עס איז נישט גענוג, איך מוז עקסטער געבן א שקויעח פאר דעם, ווייל דאס איז דאך אזוי אמת, איך האב נישט וואס צוצולייגן, יעדעס ווארט איז אמת ויציב, און אזוי אויסגערעכענט.

מ'דארף זיי געבן אינטערנעט. כ'מיין אז פאר יעדע שנארער אין שול גיי איך פון היינט און ווייטער געבן געלט נאר אויב א חלק דערפון גייט פאר צו געבן אינטערנעט פארן עולם דארט.

לשוא הכיתי » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:59 pm

· #183736
berlbalaguleh
diff
וַהֲלֹא מֵי רַגְלַיִם יָפִין לָהּ

ס'איז א גוטע מליצה. די פאקטן מוזן נישט שטימען... 😎 😂 😂 😃 🙂 😉 😮 🙄

ליידער, שטימט עס צו גוט....

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:44 pm

· #183751
שעפטל
יעצט לענינינו, ווי איך -קליינער- קוק היינט אן די חברי בד"ץ ובראשם דער גאב"ד אונעם ראב"ד, לייג איך זיי נישט אינעם זעלבן קאטאגאריע ווי די פריערדיגע, ח"ו איך וויל נישט פוגע כבוד זיין אין קיין איינע פון זיי, אלע קענען לערנען מער ווי מיר, אלע זענען מורי הוראה מופלגים, אבער... איך בין נישט אזוי זיכער אז געוויסע חברי בד"ץ וואלטן געווען אזוי רעספעקטירט ווען זיי דינען נישט אויף דעם גרויסן בענקל. און כ'וועל מיך אפשטעלן דא! איך וועל נישט אויסשמועסן איינס ביי איינס צוליב'ן הוה זהיר בגחלתן..

יעצט למעשה, ווי גרויס דער ראב"ד איז, וואספארא תלמוד חכם ער איז, קיין חילוק וויפיל בענדער שאלות ותשובות ספרים ער האט שוין ארויסגעגעבן און אויך אויף אסאך מיני טאפיקס.. דאך צו קענען עפענען א בי"ד און נאך אוועקשלעפן אנדערע חברי הבד"ץ איז גאר גאר א שווערע זאך, און פארגאנגענע פארמעסטערס יוכיח! מ'דארף פארשטיין אויך, אז ס'דא חברי בד"ץ וואס וואלטן ווען אפשר ווען זיי האבן א הונדערט פראצענטיגער גאראנטי אז ס'גייט זיי געלונגן צו ווערן די זאך און איבערנעמען דעס וואס די עדה איז וואלטן זיי אפשר מיטגעגאנגן, אבער ווער קען דען דאס צוזאגן??

איך מיין אז דו ביסט גרעכט 50%, אוודאי איז זייער פארבליבנע כוח און פאווער שיריים פון ווען זיי זענן גווען די איינציגסטע חרדישע בי"ד אין שטאט, און די חוקי אינירשיע איז דער "זאך" גבליבן ביי זיי.
אבער עס איז דא נאך עפעס, די קהילות. ווילאנג זיי האבן דעם סופפארט פון די גרעסרע און אסאך מיטלע קהילות האבן זיי א כוח, די רגע וואס אזא דושינסקיא און די ליטווישע פון רב שטערנבוך'ס און רב אוירבאך'ס לאגער, זענן זיי אויסגשפילט (ע"ע התאחדות הרבנים).
און לויט ווי איך שרייב אין אנדרע אשכול, איז דא א גרויסער מעגליכקייט אז דאס זאל פאסירן אין די ווירקליכקייט.
איך מיין אז א גרויסער חלק פון ירושלימער יידן איז פארמיאוס'ט גווארן דעם עקסטרימער דרך, און זיכן א לייטער אראפצוקריכן. רב שטערנבוך - דער ראב"ד פון די קנאי'שע עדה החרדית, און רב אוירבאך - דער פשרה'לאזער קנאי'שער אנטי-שטינמאנער ראש ישיבה, קענן דאס צושטעלן פאר זיי. זיי וועלן פרוטעסטן יעדע איצט און דאמאלט, אבער נישט זיין אזוי צולאזט און עקסטרים ווי די סיקריקים-קונטרולירטע עדה החרדית איז אין די לעצטרע יארן.
ימים ידברו.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:52 pm

· #183760
דער (פינטעל) איד
קאווע טרינקער
מאטי
ולמה אין מערבין בה? מפני שהתורה אמרה.

כי כל ש'א'ו'ר' = ר'בנים ש'טערנבוך א'ון ו'וייס....

ש'א'ו'ר' = ר'בנים ש'טיינמאן א'ויערבויך ו'עוד....

אפשר ש'מידל.

הדד בן בדד » פרייטאג פעברואר 14, 2014 3:20 am

· #183775
קאווע טרינקער
דער (פינטעל) איד
קאווע טרינקער
מאטי
ולמה אין מערבין בה? מפני שהתורה אמרה.

כי כל ש'א'ו'ר' = ר'בנים ש'טערנבוך א'ון ו'וייס....

ש'א'ו'ר' = ר'בנים ש'טיינמאן א'ויערבויך ו'עוד....

אפשר ש'מידל.

וואסעפעס שמידל, ער איז אמאל געווען א רב?

שעפטל » פרייטאג פעברואר 14, 2014 11:40 am

· #183795
היימישער ליטוואק
שעפטל
יעצט לענינינו, ווי איך -קליינער- קוק היינט אן די חברי בד"ץ ובראשם דער גאב"ד אונעם ראב"ד, לייג איך זיי נישט אינעם זעלבן קאטאגאריע ווי די פריערדיגע, ח"ו איך וויל נישט פוגע כבוד זיין אין קיין איינע פון זיי, אלע קענען לערנען מער ווי מיר, אלע זענען מורי הוראה מופלגים, אבער... איך בין נישט אזוי זיכער אז געוויסע חברי בד"ץ וואלטן געווען אזוי רעספעקטירט ווען זיי דינען נישט אויף דעם גרויסן בענקל. און כ'וועל מיך אפשטעלן דא! איך וועל נישט אויסשמועסן איינס ביי איינס צוליב'ן הוה זהיר בגחלתן..

יעצט למעשה, ווי גרויס דער ראב"ד איז, וואספארא תלמוד חכם ער איז, קיין חילוק וויפיל בענדער שאלות ותשובות ספרים ער האט שוין ארויסגעגעבן און אויך אויף אסאך מיני טאפיקס.. דאך צו קענען עפענען א בי"ד און נאך אוועקשלעפן אנדערע חברי הבד"ץ איז גאר גאר א שווערע זאך, און פארגאנגענע פארמעסטערס יוכיח! מ'דארף פארשטיין אויך, אז ס'דא חברי בד"ץ וואס וואלטן ווען אפשר ווען זיי האבן א הונדערט פראצענטיגער גאראנטי אז ס'גייט זיי געלונגן צו ווערן די זאך און איבערנעמען דעס וואס די עדה איז וואלטן זיי אפשר מיטגעגאנגן, אבער ווער קען דען דאס צוזאגן??

איך מיין אז דו ביסט גרעכט 50%, אוודאי איז זייער פארבליבנע כוח און פאווער שיריים פון ווען זיי זענן גווען די איינציגסטע חרדישע בי"ד אין שטאט, און די חוקי אינירשיע איז דער "זאך" גבליבן ביי זיי.
אבער עס איז דא נאך עפעס, די קהילות. ווילאנג זיי האבן דעם סופפארט פון די גרעסרע און אסאך מיטלע קהילות האבן זיי א כוח, די רגע וואס אזא דושינסקיא און די ליטווישע פון רב שטערנבוך'ס און רב אוירבאך'ס לאגער, זענן זיי אויסגשפילט (ע"ע התאחדות הרבנים).
און לויט ווי איך שרייב אין אנדרע אשכול, איז דא א גרויסער מעגליכקייט אז דאס זאל פאסירן אין די ווירקליכקייט.
איך מיין אז א גרויסער חלק פון ירושלימער יידן איז פארמיאוס'ט גווארן דעם עקסטרימער דרך, און זיכן א לייטער אראפצוקריכן. רב שטערנבוך - דער ראב"ד פון די קנאי'שע עדה החרדית, און רב אוירבאך - דער פשרה'לאזער קנאי'שער אנטי-שטינמאנער ראש ישיבה, קענן דאס צושטעלן פאר זיי. זיי וועלן פרוטעסטן יעדע איצט און דאמאלט, אבער נישט זיין אזוי צולאזט און עקסטרים ווי די סיקריקים-קונטרולירטע עדה החרדית איז אין די לעצטרע יארן.
ימים ידברו.

אטא טאקע פון דאס האב איך גערעדט, דעס אז דושינסקיא, תולדות אהרן (אפשר אלס הכרת הטוב פארן ראב"ד - א שטייגער ווי דאס גערעגקייט פון תולדות אברהם יצחק...) און נאך זאלן זיך עמטליך אפרייסן פאר זיי זעהן אנאנדערן סוקסעספולע רעספעקטירטע בית דין איז אביסעלע א רחוק מן המציאות.
די מעגליכקייט איז אביסל מער גערעדאכצער ווי געשעהעניש..

היסטאריקער » פרייטאג פעברואר 14, 2014 12:17 pm

· #183799
diff
וַהֲלֹא מֵי רַגְלַיִם יָפִין לָהּ

הרחב פיך ואמלאהו

הדור הוא לכל חסידיו

לעיקוואד » פרייטאג פעברואר 14, 2014 4:26 pm

· #183846
געפילטע פיש

מ'דארף זיי געבן אינטערנעט. כ'מיין אז פאר יעדע שנארער אין שול גיי איך פון היינט און ווייטער געבן געלט נאר אויב א חלק דערפון גייט פאר צו געבן אינטערנעט פארן עולם דארט.

ביסט זיכער דו ווילסט דאס? ווילסט טאקע זיין נאר פריילאך פי אלף?

געפילטע פיש » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 6:58 pm

· #183850
אז זיי אלע וועלן האבן אינטערנעט וועט אוטאמאטיש מער נישט זיין קיין חיטוטי שכבי, וועט נישט זיין קיין הפגנות צו דיסקאסן. די איינציגסטע פראבלעם וועט זיין אז די פרייז פון טישו'ס אין ירושלים וועט ארויפגיין, אבער נישט געזארגט, מ'קען מאכן אן ארגעניזאציע פאר דעם אויך.

איינגעמיירעט » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 11:33 pm

· #183910
דיסלייק.
אוממאראליש און low level.

יאיר » זונטאג פעברואר 16, 2014 10:55 pm

· #184155
פירוד לחרדים נאה להם ונאה לעולם
א שמועה קומט פון דעם קאלטן קאנאדא אז הגרמ"מ טירנויער האט ארויסגעטרעטן בקול חוצב להבות אש און ער רופט צו אן אפיציעלן טיילונג, וואו מען וועט ענדליך מאכן דעם "התבדלות" פון די "רשעים" און "עמלקים" (כלשונו הק'). ווי הגרמ"מ ווייזט אן איז דער טיילונג נישט פון די רעפארמער, נעאלאגן, קאנסערוואטיוון, אדער אפן ארטאדאקסיע. ניטאמאל איז עס פון די אגודה אדער פון בעלז. עס איז זאגאר "פון מענטשן וואס מ'האט שטענדיג געמיינט אז זיי זענען מיט אונז" (כלשונו בערך). ווי עס זעט אויס איז דער פאקט אז די מענטשן זענען נישט "מיט אונז" גאר שווער צוגעטראטן צו הגרמ"מ טירנויער, און ער האט מחליט געווען אז מ'וועט זיך אומגיין מיט זיי בכל חומר הדין, ווי מ'האט אונז געלערנט שוין יארן צוריק אז די אלע וואס מאכן מציצה בכלי און חופות אין בית המדרש זענען פסול לבא בקהל, און דורשי רשימות זאגן שוין אז גאלאנאוויץ און מיהאלאוויץ זענען זיך מתחלף. "התבדלות מרשעים איז א יסוד פון אונזער אמונה", דרוקט זיך אויס הגרמ"מ אין א פריוואטער שמועס מיט קאווע שטיבל, "און אויב אלע רשעים זענען שוין ליידער געווארן גענצליכע גויים, מוזן מיר אפיר זוכן פרישע רשעים." "אנדערש האט נישט אונזער אמונה קיין קיום!" ענדיגט ער צו מיט אן אייפער.

עס ווערן שוין געדרוקט פרישע קעפלעך אין "דער איד" וואו עס וועט שטיין מיט גרויס פאמפע, אז מ'זעט בחוש אז די אלע וואס זענען נישט מיטגעגאנגען מיט דעם טיילונג זענען ליידער אוועקגעפאלן, און צום סוף האבן זיי זיך דערקייקלט צו בויען דירות העכער א בית הקברות פון אידישע מתים רח"ל. דאס איז א קלארער סימן אז די וואס האבן נישט אויסגעהערט דעם דעת קודש פון די ערליכע רבנים גלייבן שוין נישט אין השארת הנפש. ערשט יעצט פארשטייט מען דעם ווייטן בליק פון די גדולים וואס האבן זיך געשלאגן דערויף.

אינערהאלב דעם חרדישן ציבור גרייט מען זיך מיט שפאנונג אויף דעם מאמענט, וויבאלד אויב מען צוטיילט די חרדים אויף צוויי וועט דאך ווי פארשטענדליך איבערבלייבן דער מיעוט ביי דעם אמת'ן כלל ישראל, דער מיעוט שלא כרעו לבעל כמת מושכב כדרכו, ממילא וועט אויטאמאטיש אויסקומען אז דער גרעסערער ציבור, דער ערב רב, וועט זיין גענוג גרויס בכדי חלוקה און ס'וועט זיך שאפן נאך קליינע צושפליטערונגען ביז יעדער וועט מאכן שבת פאר זיך. דער אויבערשטער זאל העלפן עס זאל נתקדש ווערן שם שמים על ידינו ועל ידיהם, וכימי צאתנו מקאנגרעס יראנו נפלאות, ולא יאמר עוד חי ה' אשר חלקנו מהנאאולגים, כי אם חי ה' אשר גאלנו וגאל את אבותינו מידי העמלקים הרשעים שמצייתים לר' משה שטערנבוך.
שנשמע ונתבשר, בשורות טובות.

petergrifin » זונטאג פעברואר 16, 2014 11:57 pm

· #184189
אשפג 😂 😂

הדד בן בדד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:12 am

· #184200
יאיר, איך וואלט דיך געלייקט, אבער איך שפיר אין דיינע ווערטער ליצנות קעגן די גאוני קמאי וועלכע האבן געמאכט דעם טיילונג אין אונגארן, און אויף אזא תגובה קען איך נישט געבן קיין לייק.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:13 am

· #184214
הדד, כ'מיין נישט דיר פערזענליך, אבער די סארט תגובה גרוילט מיר יעדע מאל איך זע עס. איך וואלט געלייקט, נאר וויבאלד ס'געפעלט מיר נישט וואס דו שרייבסט גיי איך נישט לייקן. נעקסט טיים טאמער ווילסטו א לייק שרייב אזוי אז ס'זאל מיר יא געפעלן, און אויב דו וועסט זיין א וואויל יונגעל וועל איך דיר שענקען א לייק...

קען מען אויפהערן פארדרייען א קאפ מיט לייקס דא? אויב ביזטו מסכים, דאן זאג אזוי, לייק, שריי, טוה וואס דו ווילסט, ביזט נישט, לייק יא, לייק נישט, גיי קלאפ בארן, אדער טוה דאס אומדערהערטע און זאג פארוואס דו ביזט נישט מסכים. הערטס אויף מיט די לייק coercion, ס'מאכט סייווי נישט אויס ביי קיינעם חוץ דער פינטל, סאו שניידטס די קרעפ!

איחוד פעלד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:40 am

· #184217
ג"א מצטרף צו די וואס זאגען אז עס קומט נישט קיין טיילונג.

ביי רש"א און רח"ק איז געוועהן מער א טיילונג, דא איז נישטא קיין חסידים, נישטא ווער עס זאל זיך טיילען.

בנוגע די גדולים פין די עדה, דער מנחת יצחק איז געוועהן א גאון, נאך דעם רמ"א פריינד און רב דושינסקי זענען ביידע נישט ראוי געוועהן לאותה איצטלא. דער היינטיגער גאב"ד איז אויך א דזשאק, נישטא קיין תשובות נישטא קיין פסקים, זיימיר געזונט. ווידער רב שטערנבוך איז יא א גאון, נאר ער איז נעבעך א ליטוואק, און א ליטוואק איז פסול צו זיין גאב"ד.

הדד בן בדד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 2:21 am

· #184221
געפילטע פיש
הדד, כ'מיין נישט דיר פערזענליך, אבער די סארט תגובה גרוילט מיר יעדע מאל איך זע עס. איך וואלט געלייקט, נאר וויבאלד ס'געפעלט מיר נישט וואס דו שרייבסט גיי איך נישט לייקן. נעקסט טיים טאמער ווילסטו א לייק שרייב אזוי אז ס'זאל מיר יא געפעלן, און אויב דו וועסט זיין א וואויל יונגעל וועל איך דיר שענקען א לייק...

קען מען אויפהערן פארדרייען א קאפ מיט לייקס דא? אויב ביזטו מסכים, דאן זאג אזוי, לייק, שריי, טוה וואס דו ווילסט, ביזט נישט, לייק יא, לייק נישט, גיי קלאפ בארן, אדער טוה דאס אומדערהערטע און זאג פארוואס דו ביזט נישט מסכים. הערטס אויף מיט די לייק coercion, ס'מאכט סייווי נישט אויס ביי קיינעם חוץ דער פינטל, סאו שניידטס די קרעפ!

בארוהיג זיך געפילטע, איך האב דיר זייער קלאר געזאגט וואס עס באדערט מיך. און איך האב האב בדרך אגב צוגעלייגט (פשוט ווייל איך זעה דוקא אז דא אין קאווע שטיבל איז לייקס דוקא יא גאר א גרויסע ארטיקל) אז ווען נישט די ווערטער וואלט איך געלייקט דיין תגובה. ס'שמעקט דיר נישט אז איך האב עס געשריבן, עס גרוילט דיר, גיב מיר א גרויל...

הדד בן בדד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 2:23 am

· #184222
איחוד פעלד
ג"א מצטרף צו די וואס זאגען אז עס קומט נישט קיין טיילונג.

ביי רש"א און רח"ק איז געוועהן מער א טיילונג, דא איז נישטא קיין חסידים, נישטא ווער עס זאל זיך טיילען.

בנוגע די גדולים פין די עדה, דער מנחת יצחק איז געוועהן א גאון, נאך דעם רמ"א פריינד און רב דושינסקי זענען ביידע נישט ראוי געוועהן לאותה איצטלא. דער היינטיגער גאב"ד איז אויך א דזשאק, נישטא קיין תשובות נישטא קיין פסקים, זיימיר געזונט. ווידער רב שטערנבוך איז יא א גאון, נאר ער איז נעבעך א ליטוואק, און א ליטוואק איז פסול צו זיין גאב"ד.

דאס אליינס איז א גרויסע דשאוק, ווייל די עדה איז זיך מתיימר צו זיין די ממשיכים פון די פריערדיגע ירושלימ'ער רבנים ווי ר' שמואל סאלאנט, וועלכער איז דוקא געווען א ליטוואק, און אזוי אויך דער אדרת, וועמען ר' שמואל סאלאנט האט געברענגט קיין ירושלים צו זיין זיין ממלא מקום.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 2:40 am

· #184224
געפילטע (אז דו האסט מיר דערמאנט מוז איך רעאגירן) ביזט נאר אביסל גערעכט. ווייל אזא תגובה וואס יאיר האט געשריבן קען מען זען קלאר אז ס'געווען פאר לייקס, דער וועג פון ליצנות אויסדרוקן און חוזק מאכן. דערפאר קומט הדד זאגן אז ער האט שיעור ערפילט זיין ווינטש און געגעבן א לייק ווען נישט דאס אדער יענץ.. והבן

.

פלעין יודיש » מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:11 am

· #184240
איחוד פעלד
ג"א מצטרף צו די וואס זאגען אז עס קומט נישט קיין טיילונג.

ביי רש"א און רח"ק איז געוועהן מער א טיילונג, דא איז נישטא קיין חסידים, נישטא ווער עס זאל זיך טיילען.

בנוגע די גדולים פין די עדה, דער מנחת יצחק איז געוועהן א גאון, נאך דעם רמ"א פריינד און רב דושינסקי זענען ביידע נישט ראוי געוועהן לאותה איצטלא. דער היינטיגער גאב"ד איז אויך א דזשאק, נישטא קיין תשובות נישטא קיין פסקים, זיימיר געזונט. ווידער רב שטערנבוך איז יא א גאון, נאר ער איז נעבעך א ליטוואק, און א ליטוואק איז פסול צו זיין גאב"ד.

קיקט אויס אז די האסט קיינמאל נישט געהערט זאגען פון הגרמ''א פריינד זצ''ל
אדער ביזטו א קליינקעפיגע אהרוני וואס ווייל ער אז נישט געגאנגען אינגאנצען מיט דיין אפגאט (שערי חמלה וכדו') וועט מען שוין פסול און מ'פארלירט אלע מעלות. (ור' טוביה יוכיח שעד שלא התערב בהמחלוקת של סאטמאר ב''ב היה צדיק הדור)
ר' משה אריה זצ''ל איז געווען באוויסט פאר יעדעם חוץ פון זיין הייליגקייט און צידקות פאר א גרויסע גאון בתורה און פאר א פוסק הדור וואס אפילו די קעגענערס פון די עדה בשעתו האבען געמיזט צו דעם מודה זיין, והפך בה והפך בה.

איחוד פעלד » מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:50 am

· #184242
יעדער האט געמוזט מודה זיין, ווייל ער האט געדריקט ספרים ווי ער ברענגט ארויס זיין חריפות מיישב צו זיין א מדרש פליאה בהקדם א ישמח משה.

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:53 am

· #184267
פלעין יודיש
ר' משה אריה זצ''ל איז געווען באוויסט פאר יעדעם חוץ פון זיין הייליגקייט און צידקות פאר א גרויסע גאון בתורה און פאר א פוסק הדור וואס אפילו די קעגענערס פון די עדה בשעתו האבען געמיזט צו דעם מודה זיין, והפך בה והפך בה.

קעגענערס - מיעוט רבים שנים, ווער איז אויף דער רשימה פון קעגענערס וואס האבן מודה געוועהן צו דעם?

איחוד פעלד
רב שטערנבוך איז יא א גאון, נאר ער איז נעבעך א ליטוואק, און א ליטוואק איז פסול צו זיין גאב"ד.

דער עדה האט זיך שוין געהאט בשעתו אפגעבריט פון הרב בענגעס ווען ער איז געוועהן אין אמט, דעמאלס האט האט זיך דער אגודה אפגעטיילט אין געמאכט שבת פאר זיך.

דער עדה איז געוועהן מיום הוסדו א געמישעכטס
הרב יוסף צבי דושינסקי איז געוועהן א אויבערלענדער, מיט א אויבערלענדערישע הבהרה, נישט געהאט צופיל מיט חסידים ביז ער איז אנגעקומען קיין א"י.
הרב בענגעס איז געוועהן א ליטווישע
רבי דוד יונגערייז א אויבערלענדענישע ער האט מער געשטומט מיט די פרושים ווי מיט חסידים
הרב פנחס עפשטיין בכלל נישט קיין חסיד, פארקערט ער האט פיינט געהאט ווען א חסידישע רבי האט ארויסגעגעבען פסקים
רבי ישראל יצחק רייזמאן א פוילישע חסיד במלוא מובן המילה א תלמיד פון דער 'תורת חסד' רבי שניאור זלמן פון לובלין, ווען דער אמרי אמת איז ארויף געקומען קיין א"י איז ער אסאך געגאנגען צו איהם כלך הפחות איינמאל א חודש. וכן איז ער גאגאנגען כמה פעמים בשנה צום טיש פון דער בית ישראל, וואס אסאך פון דער קנאים האבען דאס נישט אויסגעהאלטן.
דער מנחת יצחק האט באלאנגט צו דער אגודה אין מאנטשעסטער, ווען ער פלעגט שרייבען צו אדער פון דער ליבאוויטשער רבי האט ער געקענט שרייבן אויף איהם אזעלעכע טיטלן ווי רשכבה"ג פאר הדור פטיש החזק וכו' וכו'
רבי ישראל יעקב פישער איז בכלל נישט קיין חסיד, א ריכטיגע ירושלמי, נישט סובל געוועהן קיין קיצונות, ער פלעגט קיין צום כותל, אפילו דער עדה איז געוועהן סאטמאר געשטומט עכ"פ ווען ער איז שוין געוועהן ראב"ד.
רבי ישראל משה איז אויך געגאנגען צום כותל מיט דעם אלעם איז מען געוועהן פארפליכטעט איהם צו מאכען גאב"ד אלץ כבוד בית אבא. ווי נישט ווי האט ער אנגעפירט דער מחלוקה מיט בעלז, נישט ווייל ער האט אזוי פיינט געהאט בעלז, נאר ער האט געהאלטן אז דער עדה באלאנגט צו איהם מצד ירושת אביו.
רבי משה אריה פריינד איז שוין געוועהן א חסיד א סאטמאטרע, ער האט געהאט יעדער קוואליקאציע צו ווערן א גאב"ד.
אוי ווי טרעפט מען נאך אזא איינער אין דער כאראקטער פון רבי משה האלבערשטאם, אזא חבר בד"ץ ווען דער עדה שוין קיינמאהל נישט האבען.
יעדער ווייסט אז ווען נישט דער סאטמארע פילוג וואלט רבי טוביה ווייס נישט געווארען קיין גאב"ד.

דער היינטיגע עדה איז אזוי בייעסד, אזוי אראפ געקוקט, אזוי פאליטיש, קשר ומקושר מיט מחלוקות, השוחד יעוור עיני צדיקים. אפילו נישט סאטמאר אלץ דער כבוד פון עדה וואלט רבי טוביה ווייס געדארפט בעטן ביי הרב שטערנבוך צו בלייבען.

וויפל שטאלץ איז געוועהן אזא בית דין אונטער רבי פנחס עפשטיין, בערך אזוי דער מנחת יצחק, אבער היינט דער ברעינוואש ווען מען ברענגט דער גאב"ד קיין בית שמש אדער א פעלץ פיין און וואויל קען אנגיין, אבער דער כבוד דער מושג עדה החרדית, איז אזוי אראפ מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, מ'קען עס נאך ראטעווען עס איז איז נאך נישט עד שאול תחתיה, אבער ס'מוז זיין דארט איינער וואס זאל עס מיינען אביסל מער ערנסט.

יאיר » מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:58 pm

· #184278
א שיינעם דאנק דולה פאר די אינהאלטסרייכע און היסטארישע ידיעות מיט וואס דו ביסט אונז כסדר מזכה.

יאיר » מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:04 pm

· #184279
געפילטע פיש
הדד, כ'מיין נישט דיר פערזענליך, אבער די סארט תגובה גרוילט מיר יעדע מאל איך זע עס. איך וואלט געלייקט, נאר וויבאלד ס'געפעלט מיר נישט וואס דו שרייבסט גיי איך נישט לייקן. נעקסט טיים טאמער ווילסטו א לייק שרייב אזוי אז ס'זאל מיר יא געפעלן, און אויב דו וועסט זיין א וואויל יונגעל וועל איך דיר שענקען א לייק...

קען מען אויפהערן פארדרייען א קאפ מיט לייקס דא? אויב ביזטו מסכים, דאן זאג אזוי, לייק, שריי, טוה וואס דו ווילסט, ביזט נישט, לייק יא, לייק נישט, גיי קלאפ בארן, אדער טוה דאס אומדערהערטע און זאג פארוואס דו ביזט נישט מסכים. הערטס אויף מיט די לייק coercion, ס'מאכט סייווי נישט אויס ביי קיינעם חוץ דער פינטל, סאו שניידטס די קרעפ!

איין חכם האט מיר אמאל געשיקט אן אישי אז ער ואלט מיר געוואלט לייקן אויף א תגובה נאר ער מעג נישט וויבאלד איך גלייב נישט אין חז"ל. איך האב געוואלט מקיים זיין דעם פסוק ענה כסיל כאולתו און אים ענטפערן אז אין הכי נמי, איך בין א צדוקי באהאלטענערהייט, איך שנייד דעם עומר נאך שבת און איך גיס די נעגל וואסער אויף מיין פיס אום סוכות, נאר אזוי ווי דער חכם וועט עס נאך אננעמען ערנסט, האב איך אים געענטפערט אז בעצם גלייב איך נישט אז מיר עקזיסטירן, ממילא קען איך אודאי נישט גלייבן אין חז"ל. פון מיין זייט קען ער דאס אננעמען ערנסט.
איך מיין אז דער קינדערישער "כ'האב דיר געוואלט לייקן נאר איך מעג נישט" שטאמט פון אן אינערליכער שולד געפיל. דער באטרעפנדער שפירט זיך שולדיג אז ער ליינט עפעס וואס איז לדעתו אן עולה, אבער למעשה האט ער דאך גוט הנאה, און די גילטי פלעזשור ציפט אים אין הארץ, איז ער מחליט אויסצוגיסן זיינע גילט געפילן ברבים אויף א "פרומער" אופן. עס פאלט אים גאר נישט איין די סתירה אין זיינע אייגענע ווערטער, אויב מען טאר נישט לייקן מיין תגובה טאר מען עס דאך אודאי נישט ליינען. שוין אפגערעדט אז אויב מען טאר עס נישט ליינען טאר מען מיר אודאי נישט געבן חיזוק פאר'ן שרייבן דורך זאגן אז ער וואלט עס געוואלט לייקן וויבאלד ס'איז הפנים אזוי גוט געשריבן. בקיצור, קאגניטיוו דיססאנענס איז לעבעדיג און שטויסעדיג.

סאשי פיש » מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:11 pm

· #184283
@יאיר ביסט אזוי זיס! אנגעפולט מיט הומאר!!
פלץ פלצתי...

סאו וואט » מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:40 pm

· #184290

בערך ווי איינער הערט א פיין שטיקעל לשון הרע און רכילות, און דערנאך קוועטש ער זיין אויער, און זאגט, כ'בין עס נישט מקבל....

כ'מוז זאגען אז דער ר' טוביה קוקט אויס מיט זיין פעלץ, ווי א קי מיט גאטשעס...

דולה שכויח פאר דו רייכע היסטאריע, אבער איך האלט אז מ'קען שוין נישט פיסקען דער עדה, און ס'איז שוין א בכיה לדורות...

איש עברי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 2:07 pm

· #184297
געהערט פון א גאהר קראנטע מקור אז הגאון הצדיק רבי חיים אורי פריינד שליט"א איז שוקל זיך אפצוטראגן פון די עדה, סוועט זיין א פיהל שטערקערע קלאפ פאר די עדה פון די התפטרות פון הרב שטרנבוך ווייל ער איז א אדם חשוב און א בעל מדות די חשוב'סטע חבר הבי"ד

שעפטל » מאנטאג פעברואר 17, 2014 2:20 pm

· #184300
פלעין יודיש
איחוד פעלד
ג"א מצטרף צו די וואס זאגען אז עס קומט נישט קיין טיילונג.

ביי רש"א און רח"ק איז געוועהן מער א טיילונג, דא איז נישטא קיין חסידים, נישטא ווער עס זאל זיך טיילען.

בנוגע די גדולים פין די עדה, דער מנחת יצחק איז געוועהן א גאון, נאך דעם רמ"א פריינד און רב דושינסקי זענען ביידע נישט ראוי געוועהן לאותה איצטלא. דער היינטיגער גאב"ד איז אויך א דזשאק, נישטא קיין תשובות נישטא קיין פסקים, זיימיר געזונט. ווידער רב שטערנבוך איז יא א גאון, נאר ער איז נעבעך א ליטוואק, און א ליטוואק איז פסול צו זיין גאב"ד.

קיקט אויס אז די האסט קיינמאל נישט געהערט זאגען פון הגרמ''א פריינד זצ''ל
אדער ביזטו א קליינקעפיגע אהרוני וואס ווייל ער אז נישט געגאנגען אינגאנצען מיט דיין אפגאט (שערי חמלה וכדו') וועט מען שוין פסול און מ'פארלירט אלע מעלות. (ור' טוביה יוכיח שעד שלא התערב בהמחלוקת של סאטמאר ב''ב היה צדיק הדור)
ר' משה אריה זצ''ל איז געווען באוויסט פאר יעדעם חוץ פון זיין הייליגקייט און צידקות פאר א גרויסע גאון בתורה און פאר א פוסק הדור וואס אפילו די קעגענערס פון די עדה בשעתו האבען געמיזט צו דעם מודה זיין, והפך בה והפך בה.

ווי איך האב שוין געשריבן אויבן,
שעפטל
נעם א שטייגער ווי דעם מנחת יצחק הרב ווייס זצ"ל, ער איז געווען אן אנגענומענער פוסק ביי רובא דרובא כלל ישראל, דערנאך האט אים איבערגענומען ר' משה ארי' זצ"ל, וואס האט געהאט גרויס רעספעקט ביי א מערהייט, און אזוי אויך הרב דושינסקיא זצ"ל. די כבוד און עהרע וואס מ'האט געהאט צו זיי
קיינער דא גייט ניטאמאל פרובירן צוצוגלייכן ר' משה ארי' צום מנחת יצחק, קיין שאלה נישט אז ר' משה ארי' איז נישט געווען קיין האלבער פוסק ווי דער מנחת יצחק, קיין פראגע נישט צו הרב דושינסקיא איז געווען דער גאון ווי דער מנחת יצחק! סתם א גערעדאכטס אראפצורייסן איינעם וואס אגרי'ט נישט אז ר' משה ארי' איז קיין פוסק נישט געווען נאכדערצו אז דו ווילסט אים לייגן אויף איין ליין מיטן מנחת יצחק.
יא ר' משה ארי' איז געווען א צדיק, הרב דושינסקיא איז געווען אן ערליכע איד, ביידע זענען געווען גאונים אויך, פיין געקענט לערנען. למעשה אפילו זייערע אייגענע תלמידים וועלן זיי נישט באשרייבן איבער זייערע גאונות, מ'באשרייבט זיי אלס קדושים (איינעם מער און איינעם ווייניגער) מ'באשרייבט זייער פרישות. שרייבן "ר' משה אריה זצ''ל איז געווען באוויסט פאר יעדעם חוץ פון זיין הייליגקייט און צידקות פאר א גרויסע גאון בתורה און פאר א פוסק הדור וואס אפילו די קעגענערס פון די עדה בשעתו האבען געמיזט צו דעם מודה זיין" איז גאר גאר איבערגעטריבן און אויב עפעס איז ער ביי דיר הייליגער געווארן צוליב דעם וואס ער האט נישט -לשיטתך- געדינט דיין קעגנער... וד"ל... ווידעראום דעם מנחת יצחק ווערט אראפגעלייגט איבעראל אלס גאון און פוסק, אפגעזעהן די קרייז! אדרבה זאג מיר איין קרייז, חסידישע מיט ליטווישע צוגלייך וואס ברענגן אראפ סיי ווען אימער א מימרא, א פסק צו אפילו דערמאנען ר' משה ארי' ביי סיי וואספארא סיטואציע, חוץ ביים יארצייט סעודה כ' אלול צו ביים דינער לטובת מוסדות רמ"א... (נעם נישט ח"ו אן אז כ'מאך אוועק די רבי פון מיין טאטע זז"ג, ביי אונז איז מורו ורבו הגה"ק הרמ"א הייליג און טייער, אבער כ'דערהייב נארנישט די שטותים וואס דו פרובירסט דא צו פארקויפן פאר סייוואספארא סיבה דיך טרייבט)

למעשה, סיי ר' משה ארי' און סיי הרב דושינסקיא האבן געהאט נאך א גרויסע מעלה אז זיי זענען ווי אויפגעוואקסן אין ירושלים און האבן גוט געקענט די סיסטעם דארט, זיי האבן על פי רוב געוואוסט ווי איין און ווי אויס, ווידעראום דער היינטיגער רב איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל צו ווערן גאב"ד, קיין קנאי נישט געווען בעפאר, געדאווענט אין גור אין אנטווערפן, און קיינמאל נישט געהייסן אין די וועלט עפעס וווייסעך וואס, יא אין אנטווערפן איז ער געווען גאר רעספעקטירט און ארויפגעקוקט. אבער ווי @דולה ומשקה שרייבט שוין און ער איז הייליג גערעכט
דולה ומשקה
יעדער ווייסט אז ווען נישט דער סאטמארע פילוג וואלט רבי טוביה ווייס נישט געווארען קיין גאב"ד.

דעריבער איז זייער קלאר וואס דא גייט פאר, דער גאב"ד שליט"א איז אנגעקומען א גרינער אין ארץ ישראל, און איז ארומגענומען געווארן מיט שטארקע ראדיקאלע מענטשן און טאקע צוליב דעם איז די לעצטע צעהן יאר ממש ביי איעדע מערכה אין ארץ ישראל געווען קעגענזייטיגע פראקציעס, ממש איינס ביי איינס. מ'קען אסאך מאריך זיין...

פלעין יודיש » מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:20 pm

· #184309
איין שאלה צו ענק אלע אהרונישע פיקחים ויודעי דבר דא אין שטיבעל
אז עס קענטס אזוי גיט דעם גאב''ד און עטס האטס אלעמאל געוויסט וואס ער פארקויפט, נישט קיין תורה און נישט קיין פסק הלכה, נישט קיין גאונות און נישט קיין צידקות, נאר פשוט א קיצוני'שע עקסטרעמיסט
טא ווי זענט עטס געווען פאר צען יאר ציריק, ווי האט עטס ציגעלאזט אזא זאך אז ער זאל בארקוינט ווערן אויף אזא הייליגען שטיל מיטן טיטול גאב''ד עדה החרדית, פארוואס האט עטס אזוי געשטיפט אז נאר ער און נישט קיין אנדערע זאל דאס איבערנעמען,
האט עטס נישט פארגעזעהן דעם עתיד אז ער קען דאס נאך אינטערברענגען מיט זיינע קיצונישע סיקריקישע מעשיות???
וואלט נישט בעסער געווען ווען עטס שטיפטס ארויף ר' משה שטערנבויך אויף אזא בענקל???

פליז קים נישט מיט די סטיופיד ענטפער אז בעסער ווי ר' ישראל חיים מנשה איז ער נאך, וויל למעשה מאי בייניהו, ביידע זענען עקסטרעמיסטען, ביידע קענען נישט קיין לערנען, האבן נישט קיין כח הפסק, ביידע זענען זאליס וכו' וכו' וכו'
אויב אזוי מאי הרווחת

גאנצל » מאנטאג פעברואר 17, 2014 3:42 pm

· #184314

מ'האט מסכים געווען צו ר' טובי' צוליב אומפאראויסגעזענע סיבות........

און dont get us wrong אונז זען מיר דן לכף זכות געם גאב"ד ס'איז זייער שווער צו זיין א ריכטיגע מנהיג און קענען מבחין זיין ווען מ'דארף זיך יא אננעמען פאר אתרא קדישא און ווען נישט נעם מהרז"ל פאר א ביישפיל ער לופט ארום ווי א פארסצטע מויז ער ווייסט נישט וואס צו טון ממש א יעדע שעה זאגט ער און טוט אנדערש קוק אן ר' לייבוש וואס טראץ ער דארף הייסן די נשיא אתרא קדישא איז ער נישט געגאנגען צום מחאה נאר ר' טובי' איז פלוצים געווארן די איינציגסטער וואס פארשטייט ריכטיג
בלאט: 1 2