☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » "יואלי'ס" אין אנדערע חסידות'ער/קרייזן, איז דא דערפון?

"יואלי'ס" אין אנדערע חסידות'ער/קרייזן, איז דא דערפון?

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5879

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:15 pm

· #183349
"יואלי'ס" אין אנדערע חסידות'ער/קרייזן, איז דא דערפון?
כ'קען איין באבובער 'יואלי' פון א באבוב משפחה וואס הייסט 'יואל' נאכ'ן סאטמאר'ן רב צוויק"ל.

זענען פארהאן נאך יואלי'ס אין אנדערע חסידות וואס טראגן 'יואל' נאך אים למשל אין פאפא אדער
קלויזענבוירג? אפשר אין בעלזא גאר נעה זיכער נישט אבער ווער ווייסט?



.

היימישער ליטוואק » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:58 pm

· #183363
איך קען עטליכע יואלס, זיי שטאמן פון סטמארע חסידים.
גווענטליך האבן זיי נאך א נאמן, מיט וועלכע זיי רופן זיך בעיקר...
איך האב א חבר, הייסט ער אליהו משה יואל, אליהו נאכן גאון ז"ל, משה נאך ר' משה ז"ל און יואל נאך סטמאר רבי ז"ל. ער רופט זיך אלי און אויף ענגליש AMI נאך זיין ראשי תיבות.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:59 pm

· #183364
דער אליהו משה יואל איז פון א ליטע משפחה?

יואליש » מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:01 pm

· #183365
כ'האב א שכן ער איז, דאכט זיך, מאדערן ארטאדאקס, און הייסט יואלי נאך סאטמאר רב. כ'האב אים קיינמאל געפרעגט פארוואס.

ברעט מענינג » מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:03 pm

· #183368
יואלי לעבאוויטש איז למעשה דער ערשטער יואלי

היימישער ליטוואק » מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:22 pm

· #183374
דער (פינטעל) איד
דער אליהו משה יואל איז פון א ליטע משפחה?

דער זיידע קומט פון א משפחה פון חסידים, דוכט זיך פון סיגיטער חסידות.
זיי זענן שוין צוויי דורות בריסק.
ער שרייט אז עס איז א שאד אז סטמאר רבי האט נישט גלערנט אין בריסק.
ער האט אויך פארשידנע מעשה'לאך וועלכע זיין טאטע און זיידע האבן זיך גווערטלט מיט דעם סטמאר רבי בענין חסידות. זיין זיידע איז נאך גווען א חסיד פון רבי'ס. זיין טאטע איז שוין א מתנגד אבער האט גהאט הערצה צום סאטמאר רבין.

MickyMouse » מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:03 pm

· #183384
איך קען 2 וויזשניץע יואליס.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:07 pm

· #183385
בני ברק אדער מאנסי

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:08 pm

· #183387
וויאזוי שפירט צו זיין א וויזניצע יואלי? איך האלט אז ס'גרעניצט זיך מיט טשיילד אביוז...



.

MickyMouse » מיטוואך פעברואר 12, 2014 9:12 pm

· #183388
זיי וואוינען ביידע אין בארא פארק (פאר די חתונה). איך ווייס נישט ווי זיי באלאנגען.

משה געציל » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:18 pm

· #183401
ביי אונז אין דעברעצין זענען אויך דא אפאר "יואליס", אויפן טלית בייטל שטייט גראדע נישט יואלי, אבער ווען איך קען זיי ווען נאר אויפן פנים וואלטן זיי קלאר געהייסן יואלי...

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:18 pm

· #183402
חא חא חא

פלעין יודיש » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:09 am

· #183443
און וואס זאגט איר צו א באיאנער יואלי???
ער לויפט פשוט אוועק פון זיין נאמען , נעביך

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 9:39 am

· #183455
ברעט מענינג
יואלי לעבאוויטש איז למעשה דער ערשטער יואלי

טאקע נישט קיין סאטמערער..
ס'איז דא יואלי'ס אין באבוב אין ויזניץ אין קלויזענבורג און אויך אין בעלזא, וויאזוי קען זיין?, ווייל אויך סאטמערע רב ז"ל האט אזוי געהייסען..
רב ישעיהו פינטו (דער וואס האט יעצט צרות) האט א זוהן יואלי וואס הייסט נאך סאטמערע רב ז"ל.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:18 am

· #183489
איך קען איינער אליהו יואל, דאכזיך ער איז א קלויזענבורגער.

העלא » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:02 pm

· #183502
איך קען א קאשוי "יואלי"
איך קען אסאך ר' יואל'ס וואס זענען געבוירן פאר ער איז אוועק,
די נאמען יואל נוצן נאך מענטשן נישט נאר סאטמאר רבי האט עס גענוצט

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:03 pm

· #183503
WOW נישט געוויסט. איך האב דעריבער געשריבן ווער ס'הייסט יואל נאכן סאטמאר'ן רב.
דער עולם קען נישט ליינען אדער וואס?

היסטאריקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 1:11 pm

· #183523
הרב יואל משה מרדכי כ״ץ בן הגה״צ מוויען שליט״א

ד״א דער ערשטער יואל וואס האט חתונה געהאט

ווען ער איז געווארן א איידעם ביי ר׳ מענדל וויזניצער האט מען געשמועסט אז מ׳קען אים נישט רופן ביי קיינע פון זיינע נעמען, יואל (סאטמאר?) משה (כבוד פון זיידן) מרדכי (ר׳ מאטעלע, באותו שעה אסור הי׳)

למעשה רופט מען אים נאר משה מרדכי

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 2:26 pm

· #183570
איך האב א שוועסטער קינד אין בעלז וואס הייסט יואל נאכן סאטמערן רבי'ן זי''ע

ער האט מיר געזאגט אז עס איז דא אפאר אזעלכע ...

zurich » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:12 pm

· #183604
שטילע אינגערמאן
וויפיהל צאלט דיך יענער פאר יעדער אשכול די עפענ'סט?

יואלי זיי שטיל

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:15 pm

· #183662
עס זענען דא וואס הייסן יואל נאכן בעלזער רב.

העלא » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:40 pm

· #183670
שלום לעזער דים זאגט אז ער הייסט נאך אשר אנשיל קרויס

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:01 pm

· #183677
איך אויך
עס זענען דא וואס הייסן יואל נאכן בעלזער רב.


פיר אויס אין עס זענען דא וואס הייסן אהרן נאכן סאטמער'ן רבי'ן...

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:14 pm

· #183681
נישט געוויסט עס איז געווען א רב אין סאטמאר בשם אהרן בעפאר רעבאהרן.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:15 pm

· #183682
איך אויך
עס זענען דא וואס הייסן יואל נאכן בעלזער רב.

וואס 'הייסט'? הסבר ביטע

לשוא הכיתי » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:17 pm

· #183684
דער (פינטעל) איד
איך אויך
עס זענען דא וואס הייסן יואל נאכן בעלזער רב.

וואס 'הייסט'? הסבר ביטע

סתמו כפירושו אז מ'מיינט דעם ב"ח

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:18 pm

· #183685
אכן.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:20 pm

· #183687
פארשטיי נישט. מוז זיין זייער טיפע סארקאזם 😳

לשוא הכיתי » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:22 pm

· #183688
דער (פינטעל) איד
פארשטיי נישט. מוז זיין זייער טיפע סארקאזם 😳

רבי יואל סירקיש נולד בשנת 1561 בלובלין שבפולין לאביו שמואל יפה ואמו סירקה (שרה).‏‏[2]
השם סירקש, סירקיש או סירקיס שהוסף לשם המשפחה הוא כנראה על שם אמו או אולי חמותו. למד תורה אצל אביו ואצל הרבנים ליבוש'ס מלובלין (רבו של בעל השל"ה), הרב הירש שור מבריסק (שהיה תלמיד מובהק של הרמ"א) ור' פייבוש שהיה ר"מ (ראש מתיבתא, ראש ישיבה) ואב"ד (אב בית דין) בקרקוב.
שימש כרב בפוזנה (כיום פוזנן בפולין) ובערים נוספות, ביניהן לובמלא, מז'יבוז' ובעלזא.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:23 pm

· #183689
אבער דער בעלזא רב האט נישט געהייסט יואל, דער ב"ח יא

לשוא הכיתי » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:27 pm

· #183691
דער (פינטעל) איד
אבער דער בעלזא רב האט נישט געהייסט יואל, דער ב"ח יא

אל תבהל את פיך לחטוא את המטרה, קוק מיין פריערדיגע הודעה

zurich » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:54 pm

· #183701
פינטל די ב"ח איז געוועין רב אין שטאט בעלזא
# האט מען עים גערופן בעלזא רב

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 8:29 pm

· #183865
zurich
פינטל די ב"ח איז געוועין רב אין שטאט בעלזא
# האט מען עים גערופן בעלזא רב

און ער (דער ב"ח) האט געהייסן (לפי המסורה) אז מ'זאל די שטאט רופן "בעלזא" מיט אן אל"ף, ווייל ס'איז בגימטריא "סדום". 🙄 😂 😕 😠 😛 😳 😢 😮

איש עברי » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 8:31 pm

· #183867
איז דא אין אנדערע חסידות'ער יואלי'ס וואס זענען אויך בייבל קריטיקער?

berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 15, 2014 9:06 pm

· #183870
איש עברי
איז דא אין אנדערע חסידות'ער יואלי'ס וואס זענען אויך בייבל קריטיקער?

דו מיינסט עכטע "בייבל קריטיקער" במלוא מובן המלה? אדער קריטיקירער פון די אנגענומענע מסורה/טראדיציע. רעוויזיאניסטן. 🙄 😕 😐 ❓ ❗