☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » א כהן גדול מיט א לאנגע בארד - וואו איז געווען דער חשן?

א כהן גדול מיט א לאנגע בארד - וואו איז געווען דער חשן?

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5872

חקרן » דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:52 pm

· #183012
א כהן גדול מיט א לאנגע בארד - וואו איז געווען דער חשן?
דער חושן איז געלעגן אויף די בריסטן פונעם כהן גדול, והיה על לבו תמיד לזכרון, בפשטות מיינט עס אז מען האט עס געדארפט זען, עס איז געווען א תכשיט פארן כהן גדול כנגד הלב און דאס איז געווען מרומז קעגן די שבטי קה.

אצינד שטעלט זיך די פראגע, וואס טוט א כהן גדול מיט א מעכל לעבאוויטש בארד, אדער מיט א נחבי בן וואפסי בארד. אזא בארד באדעקט דאך דעם גאנצן חושן און מען זעט עס נישט. וואלט אפשר געווען א סברה אז מען דארף עס האלטן העכער די בארד, אדער שאדט עס נישט.

און אפשר, נאר אפשר... שא, באשטיינערט מיר נישט, אפשר אין אזא פאל האט זיך דער כהן-גדול געשוירן די בארד, אדער אביסל אונטערגעשטיצט אז מען זאל זען דעם חושן?

טיטאניק » דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:54 pm

· #183013
זעט אויס אז דאס איז די אורזאך פארוואס מעכל לעבאוויטש איז נישט קיין כהן גדול
און נאך א מזל....
קען זיין אז בזמן בית שני יא
😂 😂 😂
חלילה! נו ! ער איז א וואויל קינד! מויככככע!

שטילע אינגערמאן » דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:59 pm

· #183020
מ'האט זיי אלע געמאכט קניפן,
די לווים האבן דאס געטוען פאר די כהנים

אליצפן » דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:11 pm

· #183029
עם איי מיסינג סאמטימג, אדער האט דער כהן גדול געהאט א חיוב/מצוה אפצושערן די האר פון זיין גאנצע גוף יעדן טאג?

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:22 pm

· #183034
מלך מסתפר בכל יום, כהן גדול מערב שבת לער”ש.

מסתפר מיינט אבער נישט די גאנצע גוף.

נהורא נפישא » דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:35 pm

· #183040
ונבנתה העיר
מלך מסתפר בכל יום, כהן גדול מערב שבת לער”ש.

מסתפר מיינט אבער נישט די גאנצע גוף.

כשמן הטוב על הראש יורד על הזקן זקן אהרן.

איחוד פעלד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 12:23 am

· #183144
אהרן הכהן האט זיכער נישט געהאט קיין בארד ככתוב בפרשת שמיני.

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 12, 2014 12:30 am

· #183145
עס וואקסט נישט צוריק?

הוריות י"ב ע"א: כשמן הטוב [וגו'] יורד על הזקן זקן אהרן וגו' כמין שני טפי מרגליות היו תלויות לאהרן בזקנו.

איש עברי » מיטוואך פעברואר 12, 2014 3:55 am

· #183160
אהרן הכהן האט זיך געשניטען די בארד ווי די גמרא זאגט אין הוריות און אין כריתות
אמר רב פפא: תנא: כשהוא מספר עולות ויושבות לו בעיקר זקנו [הוריות דף יב]

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:09 am

· #183161
אין כריתות ה' ע"ב האט רש"י צוויי פשטים אין 'מספר', גערעדט און געשוירן.

איחוד פעלד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:43 am

· #183166
ונבנתה העיר
אין כריתות ה' ע"ב האט רש"י צוויי פשטים אין 'מספר', גערעדט און געשוירן.


נאך איין מזל, ווען נישט לא מצינו ידינו ורגלינו וזקנינו.

איש עברי » מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:47 am

· #183167
אבער רש"י האט בכלל נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט אז אהרן הכהן האט געשניטן די בארד, שטעל דיך פאהר אז ארטסקרול זאגט עס ווען...

סאו וואט » מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:58 pm

· #183233
א ר' מעכיל לעבעוויטש בארד איז נאך נישט דו בעסטע עקזעמפ.

למשל דער מאכנובקע רבי פון בני ברק האלט זיין בארד און זיין ביזעם טאש פונעם רעזשעוואלקע.
אויב פסקענט מען אליבא דמעשה רב, וולט דער כהן גדול געלייגט זיין בארד תחת החושן.

איחוד פעלד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:38 pm

· #183325
קען נישט זיין, עס איז א חציצה.

ומנא אמינא לה, אזוי ווי א טשופ איז לדעת גדולינו א חציצה פאר די תפילין, איז די בארד א חציצה פאר די חושן.

ואת"ל ער וועט לייגען די בארד אונטער דער כתונת, קען אויך נישט זיין, ווארום דער כתונת דארף זיין על הגוף.

ציבעלע-קיגל » פרייטאג יאנואר 9, 2015 9:16 am

· #247067
און וואס איז מיט איינער וואס האט א נחשון בן עמינדב בארד?

דאס אז אהרן הכהן האט געהאט א בארד שטייט אין תהילים אויך. קפיטל קל"ג כשמן הטוב שיורד על הזקן זקן אהרן.
עס קען זיין אז ווען מען האט געזאלבט א כהן גדול האט ער געדארפט א בארד אז די אויל זאהל ארויפרינען אויף דעם. אבער אפשר נאך דעם האט ער געשטיצט אדער אפי' געשעווט.

דער מחנובקער וואס לייגט אריין די בארד אין ביזעם. דאס איז נאר ווייל עס איז גוט פאר די פיקטשערס. ער מיינט אז עסזעהט אויס בעסער אזוי. רבי מעכל לעבאוויטש האלט אז ער זעהט אויס בעסער מיט א ציפלויגענע בארד.

גאלד » פרייטאג יאנואר 9, 2015 10:49 am

· #247091
אגב די וואך אין די סדרה ברענגט רש"י דער מדרש אז בשכר וראך ושמח בלבו זכה לחשן המשפט על לב,
האבעך אמאל געהערט א זיסע פשט אז ס'שטייט ולא יזח החושן מעל האפוד,
דאס איז מרמז אז א מענטש זאל נישט זיין קיין פעיקער, אחד בפה ואחד בלב,
ווייל דער חשן איז מרמז אויפן לב ווי עס שטייט והיו על לב אהרן בבאו לפני ה'
און דער אפוד איז מרמז אויפן מויל ווייל אפד איז בגימטריא פה,
דאסי פשט ולא יזח החשן מעל האפוד אז דער לב זאל זיך נישט אוועקרירן פונעם פה נאר זאל זיין לב ופיו שוה,
יעצט אהרן איז געווען אין מצרים מיט כלל ישראל די אלע יארן און איז בפשטות געווען דער מנהיג,
נאך 80 יאר איז משה צוריקגעקומען און איבערגענומען די לייצעס פונעם עלטערן ברודער אהרן,
האט זיך געקענט אפשר דאכטן אז דאס וואס אהרן האט זיך געפרייט צו זעהן משה איז געווען געפאפטע מעשיות,
און בתהום לבבו האט איהם געבאדערט אז דער יונגערע ברודער קומט דא קאנקערירן מיט איהם נאך 80 יאר,
דערווייל איז די תוה"ק מעיד איז ניין וראך ושמח "בלבו" זיין שמחה איז מיטן גאנצן הארץ
אה! אזא איינער וואס איז לב ופיו שוה קומט זיך טאקע ערליך דער חושן האפד,
וואס איז מרמז אויף אקוראט דער זעלבער בחינה

אביסעל שכל » זונטאג יאנואר 11, 2015 1:23 pm

· #247322
סנישט קיין פראבלעם א כהן מיט א לענגערע בארד האט עס אריינגעדריידט