☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » 'ענגרי בירדס' גרייכט ביליאן דאנלאודס

'ענגרי בירדס' גרייכט ביליאן דאנלאודס

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #586

שמעלקא » מיטוואך מאי 9, 2012 11:49 am

· #10893
'ענגרי בירדס' גרייכט ביליאן דאנלאודס
איך ווייס נישט צו דאס איז א נייעס אדער סתם א קאפ פארדרייעניש אבער א פאקט איז עס.

די פאפולערע שפיל ענגרי בירדס וואס איז ארויס געקומען אין 2009 אריגינעל בלויז פאר עפעל פאנס איז שוין געווארן אראפ געלאדענט איבער א ביליאן מאל!

קענט איר זיך פארשטעלן וויפיל צייט פארשווענדעריי איז אוועק געגעבן געווארן פאר דעם איינעם געים?

סארי איך מיין צו זאגן וויפיל מוחות זענען געווארן אויסגעריט צו קענען דינען דעם באשעפער מיט א רואיג געמיט.

יידל » מיטוואך מאי 9, 2012 2:46 pm

· #10939

אוי טאטי » מיטוואך מאי 9, 2012 4:06 pm

· #10949
שפיל עס נאך א פאר מאל וועסטו אנהייבן צי פארשטיין!...

שמעלקא » מיטוואך מאי 9, 2012 5:50 pm

· #10974
און בריק-ברעקער אויף בלעקבערי איז יא פארשטענדליך?

גדעון » מיטוואך מאי 9, 2012 6:45 pm

· #10987
איך בין געבליבן סטאק ביי די פערטע לעוועל, די ארימע פויגלען פאלן נעבעך חמרים חמרים, און באווייזן נישט דורעכצוברעכן די הערמאטיש פארפאנצערטע דברים אחרים,