עול אראפ פון קאפ, tzetelmaker.com
האט איר שוין געהאט, איר געבוירט א מיידעלע בשטו''מ ליל שישי נאך חצות, מ'לויפט פרייטאג צופרי צום שמש ער זאל צו שטעלען א קידוש, דערנאך קאלט מען דבר יום און גוט מארגען זיי זאלען אריינלייגען ביי די קדישים, דערנאך ווילט איר ארויסלייגען א צעטל אבער איר קענט נישט קיין נוסח, מ'קאלט די שוואגער אין ארבייט איז ער אין א מיטינג, די חבר וואס האט געמאכט א קידוש פאריגע וואך האט שוין נישט קיין קאפי, איר נעמט ארויס א טעלעפאן בוך קאלט אן א גרעפיגער זאגט ער, ער טוט דאס נישט און איז זייער פארנומען אבער לכבוד א אידישע שמחה וועט ער זיך אנשטרענען איר וועט דאס האבען ביז א שעה פאר א נישטיגע $75, ווען איר באקומט דאס, באמערקט איר, אז די נאמען און ביהמ''ד האט ער געטוישט אבער די וואך האט ער איבערגעלאזט די לעצטע פרשה, בלית ברירה פוקסט איר עס צו מיט א פען, און לויפט עס מיט די לעצטע כוחות אויפהענגען אין אפאר בתי מדרשים, און כאפט אריין א טבילה(און פארשטייט זיך פארגעסען פערזענדליך צו רופען די שווער וואס ער וועט דאס קיינמאל נישט מוחל זיין).
איז איינער אויפגעקומען מיט א בייפאל(כ'ווייס נישט ווער) tzetelmaker.com איר דארפט נישט צוקומען צו קיינעמס טובות פאר $20 האט איר א פערטיגע צעטעל.
אז ער וועט צישטעלן די קול קורא טעמפלעטס דאן איז ער איו ביזנעס.
א דראפדאן מיט איסורם געפאסטע פלארידא גל פז פרעס טראק, לויט סדר פון אויתית. און א דראפדאן מיט אלע נעמען פון רבנים.
ניין חדשים איז נישט גענוג צייט אנצוגרייטן צוויי נוסחאות?
כ'הער אז ער האט ספעציעלע תקנות-נוסח-צעטלעך, וואס מבינים באוואונדערען, ס'איז א קלענערע נוסח אבער זעהט אויס פונקט אזוי שיין ווי די לאנגערע. "ווער דארף די לאנגע נוסחאות... ס'פעילט נישט אויס..." האט רבינו שליט"א זיך צודריקט אין א געלעגער.
פאשקווילן. 100$ א שטיק.
דארפט אריינלייגן נאמען, בן, מתפלל ב, יש לו שטעלע ב,
והעבירה/המצוה שלו,
אונטערשריפט קען מען זיך אויסוועלן
1. בני תורה. 2. החותמים בצער על חילול כבוד שמים. 3. המעוררים. 4. תלמידי מרן ______ זצ"ל.
פאר נאך $25 קענט איר צולייגן "פרטים יבואו".
איז דא א דיסקאונט פאר אזעלכע וואס האבן יעדעס יאר א קינד? אז נישט וועט מיר עס אפקאסטן די הויזן.
קענסט צאלן מיט דיין פ ס קארטל.
נולד ביסט א רחמנות!!!
איך האב אויך נישט ליב אלעס אין דעם ״סיסטעם״.
איך האלט אויך אז מוחה זיין יעדן מאנטיג און דאנערשטאג אויף אן אנדערע פרצה איז רידיקעלעס.
איך האלט אויך אז די ״פארמאכטקייט וואס עס האט זיך פארמירט ארום דעם ציבור איז אבסורד״
אבער צו טרעפן יעדע געלעגענהייט אראפצורייסן, יעדע נושה טרעפן א וועג עס משלב צו זיין צו רעדן פון די זעלעבע פארקאקטע אישו׳ס קומט צום ברעכן.
איינער האט דא געפענט אן אשכול, א פאזעטיווער אשכול פאר עי Change, סתם אויסגעלויבט א היימישער יונגערמאן וואס אויפגעקומען מיט א גוטע איידיע, גראד דארף די קול קורה׳ס און פאשקעווילן אריינקומען און פיקטשער????
עס קריכט שוין פון די נאז, איך שלאג פאר אז דער עולם זאל עקטען אביסל מער פאזעטיוו ווייל ווען נישט, דאן זענען מיר די זעלבע לאזערס ווי די יושבי חושך!
היימישער ליטוואקפאשקווילן. 100$ א שטיק.
דארפט אריינלייגן נאמען, בן, מתפלל ב, יש לו שטעלע ב,
והעבירה/המצוה שלו,
אונטערשריפט קען מען זיך אויסוועלן
1. בני תורה. 2. החותמים בצער על חילול כבוד שמים. 3. המעוררים. 4. תלמידי מרן ______ זצ"ל.
פאר נאך $25 קענט איר צולייגן "פרטים יבואו".
נאר ס'וועט אויסקומען ווי יענער בדחן האט געזאגט ביי מיין חתונה (מיט 40 יאר צוריק). אז ס'געווען אמאל א איד וועלכער האט געדארפט פרנסה. האט ער זיך גענומען פארקויפן פלאוערס/בלומען. מיט די פאסיגע צעטלעך. פאר חתונות און לוויות וכו'. האט זיך איהם איינמאל פארטוישט די צעטל וועלכע האט געדארפט גיין צו א חתונה וואו מ'ווינטשט אן די קאפל א גליקליכן לעיבן איז בטעות אנגעקומען צו א לוויה. ווען דער עם. סי. אדער ראביי האט זיך גענומען ליינען דעם צעטל האט מען ערשט געכאפט דעם טעות....מ'קען זיך פארשטעלן די סומאטוכע וועלכע האט זיך דארט אפגעטון... 😂 😂 🙄 😎 😕 😛 😳 😢 😮
א שטיין אראפ קאפ
א שטיין אראפ פון הארץ אדער אן עול אראפ פון קאפ, ניין?
געפילטע פישא שטיין אראפ פון הארץ אדער אן עול אראפ פון קאפ, ניין?
איינער וואס קען נישט אליינס שרייבן וואו און ווען ער מאכט א וואכנאכט, האט א פארשטיינערטע קאפ.