☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » לקח'נען האטעל אייטעמס. (עלטערע פרוי אויפ'ן ראדיא)

לקח'נען האטעל אייטעמס. (עלטערע פרוי אויפ'ן ראדיא)

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #585

זר זהב » מיטוואך מאי 9, 2012 2:08 am

· #10853
לקח'נען האטעל אייטעמס. (עלטערע פרוי אויפ'ן ראדיא)
Z100 ראדיא סטאנציע מאכט א פאון טעפ אויף א אידישע באבע, איר טאכטער העלפט ארויס. זיי זאגן איר אז זיי קאלן פון הילטאן האטעל און זיי מוזן קענסלען איר רעזערוועישענס ווייל זי גנב'ט האנטעכער! נאכדעים איז זי שוין מודה אין אידיש פאר איר טאכטער אז זי האט יא גענומען...

אינמיטן די "גרילינג" געט זי א זאג "אוי רבונו של עולם" צו וואס דער ראדיא מענטש רופט זיך אן "העי, וואטש יור מאוט"... מיינענדיג אז זי שעלט עפעס דארט.

פליז לאזן דאס פאר א באזונדערע אשכול, אפשר קען מען דא דיקאסן וועגן נעמען זאכן פון האטעלן.



<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=ySZmqTIEfBo&feature=player_embedded&noredirect=1#">http://www.youtube.com/watch?v=ySZmqTIE ... edirect=1#</a>!

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 9, 2012 4:52 am

· #10857
אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו מיט דעם איד וואס האט ערלעדיגט א ביליגע פרייז (פון 75-70 פאר 24 שעה) מיט א האטעל אין סאראטאגע ניו יארק, וואס איז פונקט אינמיטן וועג צווישן ניו יארק און קאנאדא, זאגט דער איד בתוך הדברים אז די חברה פונעם האטעל האבן אים שוין עטליכע מאל גערופן וועגן אידן וואס ליידיגן אויס שטיבער, דהיינו זיי נעמען מיט קישענעס און דאכענעס און האנטוכער וכדו'...

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 9, 2012 4:53 am

· #10858
זר זהב
אפשר קען מען דא דיסקאסן וועגן נעמען זאכן פון האטעלן.

אויב אזוי דארפסטו טוישן קעפל.

ידען » מיטוואך מאי 9, 2012 8:06 am

· #10864
שמואל הלוי
זר זהב
אפשר קען מען דא דיסקאסן וועגן נעמען זאכן פון האטעלן.

אויב אזוי דארפסטו טוישן קעפל.

גדעון » מיטוואך מאי 9, 2012 10:47 am

· #10878
סאיז דא נאך א שמועס פון די זעלבע סטאנציע ווי א אידיש מיידל זאגט פאר אירע עלטערן אז זי איז צוזאמען מיט א איטאליענע גוי, דער טאטע אירע האט כמעט געכאפט א הארץ אטאקע אויפן פלאץ

זר זהב » מיטוואך מאי 9, 2012 11:01 am

· #10881
שמואל הלוי
זר זהב
אפשר קען מען דא דיסקאסן וועגן נעמען זאכן פון האטעלן.

אויב אזוי דארפסטו טוישן קעפל.

מ'וועט עס טוישן ווען (אויב) די שמועס וועט זיין העפטיגער.

ידען » מיטוואך מאי 9, 2012 11:20 am

· #10883
נעמען זאכן פון האטעלן איז נישט א אידישע זאך, עס איז א פראבלעם פאר די האטעל industry איבעראל, אויך אין שטעט וואס סע קומען נישט קיין אידן בכלל.

For some odd reason האט מען גענומען אידן אויפן צימבעל און מע מאכט כסדר חוזק פון אידישע קארגשאפט און גניבה, און דער jackie mason אליינס א איד וואס קען גוט אידיש איז כמעט אלע זיינע jokes וועגן די אידישע קארגשאפט.

פראפעסאר שפירא » מיטוואך מאי 9, 2012 11:49 am

· #10894
די גאנצע זאך קוקט אויס ווי א שפיל, נישט קיין עכטע זאך, דער באבע קוקט מיר אויס שפילט אויך איר חלק, ס'קוקט אויס ציגעגרייט פין פארדעם, כ'גלייב נישט אז ס'עכט,

אין טוישען קפעל איז א גוטע עצה, צי וויסען פין וואס די אשכול רעדט,

זר זהב » מיטוואך מאי 9, 2012 11:50 am

· #10895
פראפעסאר שפירא
די גאנצע זאך קוקט אויס ווי א שפיל, נישט קיין עכטע זאך, דער באבע קוקט מיר אויס שפילט אויך איר חלק, ס'קוקט אויס ציגעגרייט פין פארדעם, כ'גלייב נישט אז ס'עכט,

אין טוישען קפעל איז א גוטע עצה, צי וויסען פין וואס די אשכול רעדט,

געטראכט די זעלבע מערערע מאל, זיי מאכן אזאנע פאון טעפס יעדן טאג, און אסאך קוקן אויס פאלש.

זר זהב » מיטוואך מאי 9, 2012 11:53 am

· #10896
געטוישט קעפל.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 9, 2012 11:54 am

· #10897
יישר כח פארן קעפל טויש.

שמעלקא » מיטוואך מאי 9, 2012 12:01 pm

· #10898
סיז ביטער-זיס צו הערן, אבער אויב איז עס ריכטיג איז א שאנדע פאר א טאכטער צו טון אזוינס פאר א מאמע.

איך אויך » מוצ"ש מאי 12, 2012 11:02 pm

· #11481
ידען
נעמען זאכן פון האטעלן איז נישט א אידישע זאך, עס איז א פראבלעם פאר די האטעל industry איבעראל, אויך אין שטעט וואס סע קומען נישט קיין אידן בכלל.

For some odd reason האט מען גענומען אידן אויפן צימבעל און מע מאכט כסדר חוזק פון אידישע קארגשאפט און גניבה, און דער jackie mason אליינס א איד וואס קען גוט אידיש איז כמעט אלע זיינע jokes וועגן די אידישע קארגשאפט.

נישט אינגאנצן אזוי, די איזרעליס זענען וואויל באקאנט אין די וועלט מיט זייער ליבשאפט אויסצוליייגען האטעל צימערן (בנוסף צן וואנדאליזם) און אסאך האטעלס ווילען דערפאר נישט אננעמען איזרעלי געסט.

דבילה » זונטאג מאי 13, 2012 12:34 am

· #11491
זר זהב
Z100 ראדיא סטאנציע מאכט א פאון טעפ אויף א אידישע באבע, איר טאכטער העלפט ארויס. זיי זאגן איר אז זיי קאלן פון הילטאן האטעל און זיי מוזן קענסלען איר רעזערוועישענס ווייל זי גנב'ט האנטעכער! נאכדעים איז זי שוין מודה אין אידיש פאר איר טאכטער אז זי האט יא גענומען...

אינמיטן די "גרילינג" געט זי א זאג "אוי רבונו של עולם" צו וואס דער ראדיא מענטש רופט זיך אן "העי, וואטש יור מאוט"... מיינענדיג אז זי שעלט עפעס דארט.

פליז לאזן דאס פאר א באזונדערע אשכול, אפשר קען מען דא דיקאסן וועגן נעמען זאכן פון האטעלן.



<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=ySZmqTIEfBo&feature=player_embedded&noredirect=1#">http://www.youtube.com/watch?v=ySZmqTIE ... edirect=1#</a>!


דער קליפ איז אן אלטע מעשה. אינטרעסאנט פארוואס גרונטיג האט דאס פונקט יעצט ארויפגעלאדענט אויף יוטוב.

ידען » זונטאג מאי 13, 2012 9:11 am

· #11509
קול מבשר האט א אינטערוויו מיט איינעם וואס האט געמאכט א דיעל מיט א האטעל אינמיטן וועג פון ניו יארק צו קענעדע פאר גאר ביליגע פרייזן און אינמיטן האט ער איבערגעגעבן פון די האטעל אז שוין געווען עטליכע מאל וואס מען האט אויסגעליידיגט דעם צימער... און זיי בעטן אז מע זאל אכטונג געבן.

יידל » זונטאג מאי 13, 2012 10:12 am

· #11513
ידען
קול מבשר האט א אינטערוויו מיט איינעם וואס האט געמאכט א דיעל מיט א האטעל אינמיטן וועג פון ניו יארק צו קענעדע פאר גאר ביליגע פרייזן און אינמיטן האט ער איבערגעגעבן פון די האטעל אז שוין געווען עטליכע מאל וואס מען האט אויסגעליידיגט דעם צימער... און זיי בעטן אז מע זאל אכטונג געבן.

שמואל הלוי האט דאס שוין דערמאנט אין דעם דריטען תגובה אין די אשכול.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 13, 2012 10:48 am

· #11520
שמואל הלוי
אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו מיט דעם איד וואס האט ערלעדיגט א ביליגע פרייז (פון 75-70 פאר 24 שעה) מיט א האטעל אין סאראטאגע ניו יארק, וואס איז פונקט אינמיטן וועג צווישן ניו יארק און קאנאדא, זאגט דער איד בתוך הדברים אז די חברה פונעם האטעל האבן אים שוין עטליכע מאל גערופן וועגן אידן וואס ליידיגן אויס שטיבער, דהיינו זיי נעמען מיט קישענעס און דאכענעס און האנטוכער וכדו'...

ידען » זונטאג מאי 13, 2012 11:08 am

· #11525
אוי וויי...

מע דארף טאקע לייענען פאר מע שרייבט 😞

כאב געלייענט צו שנעל i guess

איך אויך » זונטאג מאי 13, 2012 11:11 am

· #11526
ידען
אוי וויי...

מע דארף טאקע לייענען פאר מע שרייבט 😞

כאב געלייענט צו שנעל i guess

נעוואדען?

smart » זונטאג מאי 13, 2012 1:42 pm

· #11576
געהערט דעם קליפ - זייער זייער זיס

איך שטים צו צום עולם דא אז עס איז אפגעשמועסט פון פריער ווייל נאכן זיך שווערן אזוי פיעל מאל אז זי האט גארנישט גענומען פון איין מינוט אויפן צווייטען איז זי מודה, בכלל איז די ענדע נאכן אויסגעפונען זייער נישט עכט

כן נראה לעניית דעתי הקטן