☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » וואו געפינט מען א סייט, אויף אידיש, פון אידישע ביכער אנליין?

וואו געפינט מען א סייט, אויף אידיש, פון אידישע ביכער אנליין?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5840

טשוכעפאכע » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 6:30 am

· #181982
וואו געפינט מען א סייט, אויף אידיש, פון אידישע ביכער אנליין?
איך זוך א סייט וואס שרייבט זיך אויף אידיש אדער אויף לשון קודש, נישט אויף איינגליש, וועלכער ענטהאלט ביכער אויף אידיש וואס מען קען לייענען אן ליין.
א דאנק פאראויס.

נהורא נפישא » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 7:39 am

· #181984
אריבער צען טויזענט יידישע ביכער דיגיטיליזירט.
<a class="postlink" href="https://archive.org/details/nationalyiddishbookcenter">https://archive.org/details/nationalyiddishbookcenter</a>

טשוכעפאכע » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 10:30 am

· #182004
ישר כח. אבער איך זוך א סייט אויף אידיש, נישט אויף איינגליש. איך רעד און לייען קוים די איינלישע שפראך.

טשוכעפאכע » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 10:42 am

· #182011
צווייטנס, איך זוך א סייט וואס מען קען דארט לייענען אומזיסט, נישט פאר געלט.

נהורא נפישא » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 2:19 pm

· #182043
ערשטענס, איז עס יא אומזיסט, צווייטענס דארפסט נישט קענען קיין ענגליש בכלל קלאפ אריין דעם בוך וואס איר זיכט דא
<a class="postlink" href="http://www.yiddishbookcenter.org/books/search">http://www.yiddishbookcenter.org/books/search</a>

טשוכעפאכע » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 4:25 pm

· #182076
דער ספעציפישער בוך וואס איך זוך געפינט זיך צווישן די יזכור ביכער, און דארט שטייט אויף יעדן בוך BUY NOW. מיינט עס א ודאי אז מ'קען עס נאר קויפן, ווייל קיין שום אנדער אפציע איז דארט נישטא.

נהורא נפישא » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 4:36 pm

· #182085
דא קענט איר בלעטערן הונדערטער יזכור ביכער בחנם
<a class="postlink" href="http://yizkor.nypl.org/">http://yizkor.nypl.org/</a>

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 9:00 pm

· #182145
און אויב האט איר א פראבלעם אז איר קענט נישט לייענען די ענגלישע ווערטער אין א סייט, קענט איר גיין צו translate.google.com, און אריינלייגן די URL פונעם סייט וואס איר ווילט זען אינעם באקסל דארט, און דאס וועט איבערטייטשן די גאנצע בלאט. למשל דא האט איר די ערשטע ליקט פון archive.org איבערגעטייטשט אין אידיש, און אין עברית.

נהורא נפישא » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 9:15 pm

· #182148
שכוח געפילטע ס'ערשטע מאל איך הער דאס, נאר איין גרויסע פראבלעם דאס אז גוגל טרענזלעישן טויג אויף כפרות

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 9:34 pm

· #182149
צו יידיש איז עס שלעכט, עברית אביסל בעסער, אבער בעסער ווי גארנישט איז עס זיכער.

טשוכעפאכע » פרייטאג פעברואר 7, 2014 5:21 am

· #182196
איך האב געטראפן! א געוואלדיגן ישר כח צו נהורא נפישא פאר די געטרייע הילף. איך זוך שוין יארן דעם פנקס יזכור פון מיינע זיידעס און עלטער זיידנס שטעטל. היינט האב איך געפונען. ווידער א ישר כח1