איחוד פעלדלכאורה איז דער פענגווין טאנץ דער רבי ר' זושא'ס טאנץ, דער רבי ר' מיילעך האט קיינמאל זיין טאנץ נישט געטאנצען, עס איז אויך גויאיש, ברוך השם היינט איז נתגלה געוווארען דער טאנץ פין רבי ר' זושא נאך אזויפיל יאר, נאר כדי אונז מחזק זיין אין דעם שווערען גלות.
צו דער רבי ר' מיילעך איז טאקע געטאנצן דער טאנץ המיוחס לשמו, װייסט קיינער פאר זיכער.
אבער כ'זעה נישט פארװאס נישט. און ס'איז שטארק מסתבר אז ער האט עס גענימען פון די גוים,
כ'האב זיך נארװאס אנגעשטויסן אינעם היסטאריש-באזירטן דראמע פילם (The Man in the Iron Mask (1998, באַ 1:27:50 זעהט מען װי מ'טאנצט עפּעס זייער עהנלעך צום ר"ר מיילעך'ס טאנץ <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=vRSUdXhOIzo">https://www.youtube.com/watch?v=vRSUdXhOIzo</a>
אלזא זעהט מען אז ס'מסתמא אן אלטער טאנץ, געװען דעמאלט פארשפּרייט באַ נאבל-לייט אין אייראפּע. (דער ר"ר מיילעך האט געלעבט נישט לאנג נאכן פראַנצויזישן קעיניג לואי דער גרויסער - Louis XIV)
און הגם די געשיכטע זעלבסט איז פיקציע, איז אבער באקאנט אז האַליװאָד פילמען לייגן געװענלעך אריין גרויסע כוחות אראפּצושפּיהלן א תּקופה ממש בדיוק כּמו שהיה מיט אלע פּיטשעװקעס
(אגב ליאָו די קעפּריאָו לייגט אראפ אַן אייזערנע"ם ארבעט שפּילנדיג די ראָלע פון ביידע ברידער, ואכּמ"ל)