איך האב שוין עס געהאט מערערע מאל, איך זעה תיכף אז דאס איז א שווינדל, אבער איך צי אלס די שמועס מיט זיי, פשוט פאר נייגער וואס די חברה זענען דא אויסן צו טאן, איך שפיל זייער טעמיש און בטלניש, ווען זיי זאגן מיר אז איך האב וויירוס'עס, מאך איך א גראמאז ווי איך דערשרעק מיך געפערליך, און איך בעט מיך ביי זיי, זיי זאלן מיך ראטעווען
יא זיי הייסן מיר טאקע גיין צו RUN, און אריינטייפן זאכן, אבער ב"ה איך בין א שטיקל מומחה אין קאמפיוטערס ממילא ווייסעך פונקטליך באיזה דרך מוליכין אותי, כאב קיין שום מורא,
ווען זיי שפירן זיך שוין גוט קאנפידענט האבן זיי די העזה און הייסן מיר ארויפגיין צו TeamViewer וועבסייט אין בעטן מיר צו געבן די קאוד צו אריינלאגן אין מיין קאמפיוטער רימאטלי, דא זאג איך שוין עד כאן! און איך זאג זיי: you guys are shameful people go get a life!!
ווי נאר איך זאג דאס ארויס, כהרף עין האקן זיי אראפ דער טרייבל,
גם אני מצטרף, מיר האט א זכר אויפגעוועקט היינט צופרי מיט א צעקיאלשטן ענגליש. דער קאלערס איידי האט גארנישט געצייגט. איך האב מיך צוריקגעלייגט די אנדערע זייט, ויחלום שנית. בכל אופן, וואס פלאנט ער מיר צו בא'גנב'ען, דאס דלות?