האסטו שוין ווייטער אזוי שיינערהייט פארדרייט אן אשכול פונעם ארגינעלען ענין צו דיינע זייטיגע קינדערישע אינטערעסן. כ'געב עס נאך צוויי דריי תגובות און די קברים וועלן ווערן די גאנצע אישו דא....
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וויכטיגע אסיפה סאטמאר וומסב"ג ג' תצוה שנת תשע"ד
וויכטיגע אסיפה סאטמאר וומסב"ג ג' תצוה שנת תשע"ד
57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5834
בלאט: 1 2
נעכטן און היינט זענען די גבאי המערכה להציל מצות מילה געשטאנען ביי אלע בתי מדרשים און קאלעקטעט די נדבת המשכן פינעם ציבור אפצוהיטען די אידישע הייזער מפגעי רשעי עמינו
ובשם השם נעשה ונצליח !!
ובשם השם נעשה ונצליח !!
איש עברירבי ר' מענדלע איז געווען אין א שטאט אויף שבת און געזעהן אז די פרויען גייען אנגעטוהן מאדערנע שטערן טיכלעך האט ער צוזאמגערופן די נשים און מעורר געווען אז מזאל עס אויסטוהן,
א שטיק צייט שפעטער איז די רבי פון לובלין געקומען אויף שבת און געזעהן אז די פרויען גייען אנגעטוהן אנע שטערן טיכלעך האט ער געפרעגט פארוואס האט מען אים געזאגט האט די רבי פון לובלין באפוילן אז מען זאל שוין צוריק אנטוהן און דערביי געזאגט "אידישע טעכטער דארפן אויסזעהן שיין"
עס איז א מקובל'דיגע מעשה איך האב עס געהערט פון א שטארקע בר סמכא
איך ווייס נישט צו מדארף לאכען אדער וויינען פון אזא נארישע טפשות׳דיגע מקובל׳דיגע בר סמכא׳דיגע שקר בצורת מעשה, אפשר פיר אויס די מעשה ווייטער אז דערנאך איז רבי פנחס׳ל קאריצער געפארן אין אן אנדערע שטאט און געזעהן אז די פרויען גייען מיט צו קליינע heals אויף די שיך, האט ער צוזאמגערופן אלע נשים און געהייסן זאפארט מתקן זיין.. 🙄 😲 😮
ווי איז אונזער שכל נעלם געווארן די צדיקים וואס אונז האבן מיר נישט קיין שום השגה אין זיי, זענען געווען פארנומען וואס די פרויען גיין אנגעטוהן צו עס איז גענוג שיין צו נישט? היש לך טפשות גדול מזה המעשה ״שלא״ הי׳? ווי איז די שמירת עינים פון קוקען אויף פרויען? ועוד ועוד וואס עס פעלט אפילו נישט אויסצורעכענען, און דער בר סמכא איז לכאורה איינער וואס מאיז מקיים מיט אים ״וסמך״ 😂 😂
(א לימוד זכות, די מעשה איז געווען מיט א שטערן טיכל וואס איז דא מקומות וואס דאס איז א פרימער מלבוש, און דאס האט געשטערט (איך ווייס נישט פאר וועם) אז מ׳האט דאס אויסגעטוהן, אבער ער שרייבט אז עס איז געווען א ״מאדערנע״ שטימט עס שוין נישט)..
לאכן און וויינען דארף מען ווען הלכות ווערן גבויעט אויף מעשה'לאך.
צייט צוריקצוקומען צו גמרא תוספות טור וש"ע מג"א ש"ך וביאור הגר"א חיי אדם ומשנ"ב חזו"א
צייט צוריקצוקומען צו גמרא תוספות טור וש"ע מג"א ש"ך וביאור הגר"א חיי אדם ומשנ"ב חזו"א
מ׳זעהט אז דו ביזט א ליטוואק 😂 😃
וואס איז מיט די גמרא ״מעשה רב״?
וואס איז מיט די גמרא ״מעשה רב״?
אבגדמ׳זעהט אז דו ביזט א ליטוואק 😂 😃
וואס איז מיט די גמרא ״מעשה רב״?
מעשה רב מיינט א פסק וואס א פוסק האט נישט נאר גפסקט נאר אויך גטוהן אויף למעשה.
נישט א מעשה'לי
נישט ממש אליינס געטון למעשה, נאר א מעשה אז ער האט גע'פסק'נט למעשה.
בלאט: 1 2