☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אדר א', סוג א', און יואלי א'

אדר א', סוג א', און יואלי א'

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5822

רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 4, 2014 1:24 am

· #181483
אדר א', סוג א', און יואלי א'
די אות א' איז טאקע פון אויבן,
אבער מיט די קאפ גייט ער געבויגן,
חוצפה פאר'ן ערשטן אין די ריי,
ער פילט ווי דער טפל ס'טוט וויי,
אדר' א' איז ער גאר דער כפול,
צום גאנצן שמחה א קליינע טפל,
ווען די אתרוג א גרויסע פלעק,
א איינצעלנע א' שטייט אויפן טעג,
אויך יואלי א' די חיה פון קלאס,
ניצט דעם טיטל ממש א שפאס,
די קאמפלעקס אזוי שטארק און טיף,
די גאנצע אות פארקרימט און שיף,
ווען מ'זאגט נאר "א" שוין "שמייכעל",
פארוואס לאכט מען ווי איז די שכל,
ב' איז מיין שונא מיין הבל ברודער,
ב'ראשית פון אנפאנג מאכט ער גערודער,
פורים האט ער אויך, אינגאנצען פרייליך,
מיר האט ער געלאזט מיט'ן ערשטן ר' מייליך,
שושנת נאר צווישן הערינג און מים אחרונים,
מיט גאז סעלצער גארגלט עס דער אלטער גרונם,
אוי ווען וועט שוין זיין ונהפוך הוא מיין שאנס,
פון ב'רוך מרדכי צו א'רור המן פארקערט די טאנץ.

רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 4, 2014 9:10 pm

· #181635
דער א' האט אזעלכע שלעכטע מזל, אז מ'מאכט שוין יא א שטיקל עסק פון אים, איז עס בשעת א ק"ש בלעקאוט און מ'זעהט אים קוים.

#אשיינעוועגפוןזאגןאיךווילנישטסזאלזייןפוןדיאשכולותאןקייןתגובותקרעדיט@מאראנצןזאפטפארדיאויגןווייטאג.