☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ווער האט מחבר געווען די תפלה פון נשמת כל חי?

ווער האט מחבר געווען די תפלה פון נשמת כל חי?

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5820

הוגה » מאנטאג פעברואר 3, 2014 3:27 pm

· #181261
ווער האט מחבר געווען די תפלה פון נשמת כל חי?
דער נושא איז שוין אדורך געאקערט געווארן אין אזוי פיל אנדערע ערטער אבער למרבה הפלא איז עס דאכצעך נאך נישט איבער געשמועסט געווארן דא אין שטיבל. למען ידידיי באי השטיבל הייב איך אן די שמועס מיט א ברייטע מקום לאחרים להתגדר ולהוסיף.

דאס ערשטע מאל וואס איך האב באגעגנט דער נושא איז געווען יארן צוריק ווען איך האב געזעהן אין מחזור וויטרי (כמדומני בסימנים לליל הסדר) ווי ער שרייבט אז די אלע וואס זאגן אז די הייליגע פיוט פון נשמת איז נתחבר געווארן דורך 'שמעון פטר חמור' האבן א גרויסע טעות און דארפן תשובה טון.

שמעון פטר חמור איז א כינוי של גנאי אויף די תנא שמעון כיפא שהתנצר ונעשה ידוע בשמו Saint Peter, די תלמיד נאמן וממשיך פון ישו הנוצרי שר"י. איך בין געווען גענצליך שאקירט ווען איך האב דאס געזעהן. ווי אזוי קען דאס זיין אז מען זאל האבן א הוה אמינא צו זאגן אז פיטער איז גאר די מחבר פון נשמת? ווי אזוי קומט מען בכלל אן צו מאכן אזא טעות?

למעשה איז כמעט ברור אז איינער בימי התנאים מיט די נאמען 'שמעון' האט מחבר געווען דער תפלה. וע"ש זה איז מרומז די ביי די ראשי פרקים אויף צוריק צו וועגס די נאמען שמעון. (שוכן עד, מי ידמה, עד הנה, ואילו פינו, נשמת.) ס'דא וואס האלטן אז עס איז געווען שמעון בן שטח און ס'דא וואס האלטן אז עס איז געווען שמעון כיפא.

די עיקר פראבלעם איז אז עס שטייט ומבלעדיך אין לנו מלך גואל ומושיע, וואס עס איז מקובל אז עס קומט שולל צו זיין ישו הנוצרי שר"י. אויב האט שמעון כיפא מחבר געווען דער תפילה וואלט ער דאס דאך נישט געזאגט. פון די אנדערע זייט איז דאך שמעון בן שטח געווען פאר די צייט פון ישו, ממילא האט ער זיכער נישט געהאט א סיבה עס צו שרייבן.

עס איז כדאי צו באטאנען אז עס ווערט געברענגט בשם פריערדיגע ספרים אז פיטער איז בעצם געווען אונטערגעשטעלט מטעם חכמי ישראל. מען האט אים אריינגעשוקט (a double agent) נאך דעם וואס מען האט געזעהן אז די נוצרים פארכאפען גרויסע טיילן מעם ישראל באופנים שונים, האט מען אים אריינגעשוקט און בעזרת השם האט ער מצליח געווען אפצוטיילן נוצרות פון כלל ישראל. די חכמים האבן - לויט דער לעגענדע - גענומען אויף זייערע אחריות זיינע עבירות, און באהאלטענערהייט איז ער טאקע געבליבן א שומר תורה ומצוות.

אויב איז דאס אמת דאן קען מען שוין פארשטיין אז שמעון כיפא המכונה פיטער זאל האבן מחבר געווען דער הייליגע פיוט. ובפרט אז עס זענען דא אנדערע פיוטי תפילה וואס זענען עמטליך פון שמעון כיפא.

איך וויל וויסן אויב מיר האבן ערגעץ קלאר געשריבן אז שמעון כיפא איז טאקע פיטער? אויך אויב עס שטייט ערגעץ מער איבער די מחבר פון נשמת. איך געדענק זעהן ערגעץ שטיין אז עפעס א רבי יהודה האט עס מחבר געווען.

אויף איינער פון די חב"ד וועבזייטליך איז אמאל געווען א לאנגע מדובר איבער דער נושא. אויך איז אמאל געווען א גאר קורצע שמועס אויף עצכ"ח. שוין, רבותי זייט מוסיף.



.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 3, 2014 3:40 pm

· #181262
די תפילה פון נשמת ווערט שוין דערמאנט אין די משנה אין פסחים אלץ ברכת השיר (לדעת ר' יוחנן) אין פארשידענע אויסצוגן ווערן ציטירט אינעם תלמוד, ס'איז אבער נישט בהכרח דעם גענויעם נוסח וואס מיר האבן היינט.
ס'איז נישט פארהאן קיין תנא מיטן נאמן שמעון כיפא, נאר דאס איז געווען פיטערס ארגינעלע נאמען
דאס אז פיטער זאל האבן מחבר געווען נשמת איז בלי ספק א לעגענדע, די גענויע מאטיוון פארוואס דאס אנצושמירן אויף אים ווייס איך נישט
דאס אז פיטער זאל האבן געווען א דאפעלטע אגענט האט אויך נישט קיין שום מקור קדום
דאס אז מקען געפונען די ר"ת שמעון איז א צופעליגע זאך און דאס איז נישט קיין חידוש ווייל מ'קען צוטיילן די פסוקים ערגעצוואו אינמיטן צו טרעפן דעם נאמן שאלתיאל אדער אן אנדערע נאמען, נאך מער בימיהם האט מען געשריבן באופן Acrostic נאר ע"פ א"ב אבער נישט די נאמען.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:02 pm

· #181267
איך פלעג עס פארמישן מיט די סיפור/לעגענדע איבער דעם אידיש'ן פויפסט.

אין ויקי זעה איך אז עס זענען דא וואס גיבן איהם אויך די פיוט 'אתה כוננת' פון די עבודה.

נהורא נפישא » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:07 pm

· #181270
דאס אלעס פוסטע לעגענדעס.
תולדות יש"ו גאר א קראנט ספר.
איבער די לעגענדע פון רמבנ'ס א זון וואס האט זיך גע'שמד וואס ווערט געברענגט אין קב הישר האט מען שוין געהערט ?
<a class="postlink" href="http://www.haaretz.co.il/misc/1.876133">http://www.haaretz.co.il/misc/1.876133</a>

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:16 pm

· #181273
די שמעון כיפא מעשה דערציילט סיני מאלאוויצקי אלס פאקט, ער זאגט אז נאכדעם וואס ער האט פורש געווען די נוצרים פון מצוות מעשיות און גערוקט דעם רוה טאג פון שבת צו זונטאג, האט ער זיך פורש געווען פון די וועלט און געזאגט אז ער דארף זיך אפזונדערען פון יעדעם, זיך אריינגעזעצט אינעם וואטיקאן ביזן שטארבן.

יעצט זע איך אז אין וויקיפידיע ווערט געברענגט בשם ספר חסידים אז סעינט פיטער איז געווען "צדיק שטעו אחריו רבים ומצוה לכנותו 'פטר חמור'".
נאך שטייט אין וויקי:
יחס דומה מוצאים בספרי מדרשים שונים, שם מתואר שמעון כיפא כשליח של חז"ל לנתק את הנצרות מהיהדות. לפי אותם מדרשים, בראשית הנצרות חז"ל ראו צורך לנתק את יהדות מהנצרות ולשם כך גייסו את שמעון כיפא. חכמי אותו דור לקחו אותו לבית המקדש ושם נשבעו לו שהם מקבלים עליהם את כל העוונות שהוא יעשה. לפי אותה מסורת, שמעון כיפא קיבל את השליחות ועמד בה בהצלחה: הוא הרחיק את היהדות מהנצרות (למשל, העביר את יום המנוחה מיום שבת ליום ראשון), והציל יהודים מאלימות, למשל בקובעו את הקביעה שכאשר נוצרי מוכה על ידי יהודי עליו להפנות את הלחי השנייה.
ויאמר להם שמעון כיפא: ... ועתה הוא (ישו) מזהירכם ומצווה לכם: - שלא תעשו עוד רעה לשום יהודי - ואם יאמר יהודי לנוצרי לך עמי פרסה ילך עמו שתי פרסאות, - ואם יכנו יהודי על הלחי השמאל יטה לו גם הלחי הימין כדי שיאכלו שכרם בעוה"ז ובעולם הבא יהיו נדונים בגיהנום, - ואם תעשו כך תזכו לשבת עמו במחיצתו,
והנה הוא מצווה עליכם: שלא תחוגו את חג המצות אך תחוגו את יום מיתתו, ובמקום חג השבועות תחוגו ארבעים יום משנסקל ועלה לרקיע אחר כך, ובמקום חג הסוכות תחוגו יום לידתו וביום השמיני ללידתו תחוגו היום אשר נמול בו.
לפי אותן מסורות, השם "כיפא" (סלע) הגיע מכך ששמעון כיפא התבודד על סלע ברומא, שם כתב פיוטים ושלח אותם לחכמי ישראל שבאותו דור.
יש המונים בין פיוטים אלו את נשמת כל חי ואת הפיוט אתה כוננת הנאמר ביום הכיפורים.
עם זאת, ישנם ששללו בתוקף טענות אלו, ביניהם המחזור ויטרי שכתב ש"כל האומר דבר זה, כשיבנה בית המקדש יביא חטאת שמנה".
בספר תולדות ישו, מתואר פטרוס כדמות חיובית מבחינת היהודים.

---

אה, איך זע אז ונבנתה האט שוין געלינט צום וויקיפידיע.

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:51 pm

· #181283
"כיפא" מיינט א "כיפת הסלע" און פיטר מיינט דאס זעלבע אין גריכיש. פטרוס=א פאלזן שטיין.

הוגה » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:59 pm

· #181290
לאמיר קודם קלאר שטעלן אז די מעשיות און לעגענדעס זענען נישט אונטערגעקומען לעצטענס אין די וויקיפידיע, עס ווערט שוין דערמאנט אין מחזור וויטרי און אין ספר החסידים. איך האב בסך הכל אראפ געברענגט די מעשיות כדי מען זאל קענען פארשטיין ווי אזוי מען קען אפילו 'מיינען' אז ער האט מחבר געווען נשמת, אבער איך האב נישט קיין proof עס צו מאמת זיין.

אבער לאמיר טראכטן אביסל טיפער. 'אויב' איז די מעשה אמת אז די חכמי ישראל האבן געשוקט פיטער, איז דאך מובן מעצמו אז זיי מוזן פארווישן און לייקענען כל זיק ושייכות לזה, און אוודאי נישט אפיציעל מודה זיין אז אזא הייליגע תפלה קומט פון אים, משני טעמים. איינס, ווייל זיי ווילן דאך נישט אז די נוצרים זאלן וויסן. צווייטענס, זיי ווילן דאך נישט אז אנדערע אידן זאלן נאכטון.

אגב, גוגל האט צוגעצייכענט אז דער מעשה איז מקורו באוצר המדרשים. עס איז דא דעות חלוקות אויף די אטענטישקייט פון די מדרשים .

יהיה איך שיהיה איז די שאלה נאך אלץ גילטיג. ווער האט מחבר געווען נשמת?


.

יאיר » מאנטאג פעברואר 3, 2014 5:04 pm

· #181293
הוגה
יהיה איך שיהיה איז די שאלה נאך אלץ גילטיג. ווער האט מחבר געווען נשמת?

לכאורה אן אנאנימער מחבר פון ארץ ישראל, גענוי ווי צענדליגער אנדערע פיוטים און תפילות וואס מיר ווייסן נישט מבטן מי יצאו.

outspoken » מאנטאג פעברואר 3, 2014 5:08 pm

· #181296
<a class="postlink" href="http://www.quickiwiki.com/he/%D7%A4%D7%98%D7%A8%D7%95%D7%A1">http://www.quickiwiki.com/he/%D7%A4%D7% ... 7%95%D7%A1</a>

סאו וואט » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:17 pm

· #181407
אונטרעסאנטע זאך האביך אמאל געהערט: אז דו ווערטער ווי דו חזנים הייבען אן גארגלען,
ש'ועת עניים אתה תשמע
צ'עקת הדל (תאזין) תקשיב ותושיע,
דאס שטאמט פון כת ש"ץ ימ"ש, און ס'איז מרומז און דו ר"ת פון ש'ועת צ'עקת ש"ץ
און און קאמארנא האט מען זיך געפירט אויסצולאזען אט דו שורה מהאי טעמא.
ויהי לפלא. וסוד ה' ליראיו.

פישלע העררינג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:20 pm

· #181409
אין תוספות מסכת ברכות דף ג' עמוד א', זאגט תוספות אז נשמת איז א פיל שענערע תפילה ושבח פאר'ן באשעפער ווי קדיש - און מען זעהט נישט אז דאס זאל נתחבר ווערן אויף ארמיש כדי די מלאכים זאלן זיך נישט מקנא זיין.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:47 pm

· #181414
פישעל'ע, תוס' דערמאנט נישט נשמת ביים נאמען.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:49 pm

· #181415
איך האב אייביג געמיינט אז דוד אדער שלמה המלך האבן מחבר געווען נשמת

פישלע העררינג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:50 pm

· #181416
ונבנתה העיר
פישעל'ע, תוס' דערמאנט נישט נשמת ביים נאמען.

גערעכט. יעצט נאכגעקוקט. עפעס אנדערש מוז מיך ליגן אין קאפ איבער די שיינקייט פון נשמת. יישר!

איחוד פעלד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:56 pm

· #181459
אין שומר שבת הענגט א צעטיל אז עס איז דא א מנין צו זאגען נשמת כל חי' (יא חי', נישט חי) איך געדענק נישט וויפיל אזייגער.

ווען מען רעכענט אויס ווערט דער מחבר פין נשמת איז, זאל מען אויסגעפינען ווער דער מחבר פין והוא רחום פין שני וחמישי איז, און אוודאי נישט פארגעסען די לעגענדע פין די דריי זקנים וואס האבען עס מחבר געוועהן פאר זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם.

און אז מען רעדט שוין אינטרעסאנטע מחברים פין תפלות, נישט פארגעסען דער פתקא מן שמיא וואס איז אראפגעקומען מיט ברוך שאמר געשריבען דערויף.

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 4, 2014 12:25 am

· #181465
פון א נישט היסטארישע שטאנדפונקט כאפט א נפק''מ ווער די מחבר איז געווען?
סהייסט אויב איז עס יא געווען לאמיר זאגן א סענט א גלח מעג איך דאס נישט זינגען צי מיין גאט?

איחוד פעלד » דינסטאג פעברואר 4, 2014 12:28 am

· #181466
פארוואס זאל עס זיין אנדרעש ווי א ספר תורה שכתבו מין?

מאדאך דארט ווי דער תורה איז דער זעלבער תורה ברויך מען פארברענען, קו"ח ווען עס איז זיין לשון!

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 4, 2014 12:29 am

· #181467
די מנין נשמת יעדע נאכט ביים כותל עקזיסטירט נאך?

elter-zeide » פרייטאג פעברואר 14, 2014 10:03 am

· #183785
אין אבן עזרא פרשת מקץ (בראשית מ"א כ"ט ד"ה שבע גדול) איז משמע אז ער האט געזאט נשמת שבת ביים דאווענען, ווען דער בעמ"ח וואלט געווען פון פיטר, וואלט עס נישט געזאגט,

הוגה » פרייטאג פעברואר 14, 2014 10:12 am

· #183786
אויב האסטו געליינט די אויבן-דערמאנטע תגובות וואלסטו געזעהן אז די דעה האלט אז פיטער איז געווען א באהאלטענע צדיק וממילא האט די אבן עזרא געקענט רואיג'ערהייט זאגן נשמת. ובכלל, אפשר האט די אבן עזרא פשוט נישט געוואוסט?

פארוואס? » פרייטאג פעברואר 14, 2014 11:02 am

· #183790
הוגה
עס איז כדאי צו באטאנען אז עס ווערט געברענגט בשם פריערדיגע ספרים אז פיטער איז בעצם געווען אונטערגעשטעלט מטעם חכמי ישראל. מען האט אים אריינגעשוקט (a double agent) נאך דעם וואס מען האט געזעהן אז די נוצרים פארכאפען גרויסע טיילן מעם ישראל באופנים שונים, האט מען אים אריינגעשוקט און בעזרת השם האט ער מצליח געווען אפצוטיילן נוצרות פון כלל ישראל. די חכמים האבן - לויט דער לעגענדע - גענומען אויף זייערע אחריות זיינע עבירות, און באהאלטענערהייט איז ער טאקע געבליבן א שומר תורה ומצוות.


.

איך בין זייער נייגעריג אויב עס איז דא א קראנטע מקור דערויף, און אויב יא, וואס איז דער היתר דערפאר. (אפשר קענען די היינטיגע עסקנים עס אייך נוצן).

איש עברי » פרייטאג פעברואר 14, 2014 11:24 am

· #183791
אין בית מדרש [פון וורטהיימר] איז דא א "אגדתא דשמעון כיפא" וואס דוכט זיך אז דארט ווערט עס געברענגט, און אין ספר חסידים איז אויך משמע אז ער איז געבליבן בצדקו, עס שטייט דארט אז ער איז געווען א צדיק שטעו אחריו...

מצטמק ויפה » פרייטאג פעברואר 14, 2014 12:11 pm

· #183797
עס איז דא א ספר אוצר מדרשים, (מקען עס טרעפן אויף היבראָ באָקס) וואס ברענגט די מעשה מיט שמעון כיפה אזוי, אז ער איז געווען א גרויסע חכם, און די נוצרים האבן נישט אויסגעהאלטען אז עס געפונט זיך ביי כלל ישראל אזא גרויסע חכם און נישט ביי זיי, שמעון האט געוויסט דערפון, איז ער געגאנגען ביום הושענה רבה אויפ'ן הר הזיתים און אנגעהויבן רעדן מיט די ראש הנוצרים, און ער האט זיי מנצח געווען אין אלע חכמת, און זיי האב'ן איהם נישט געקענט אפ-פרעגן, און ווי נאר זיי האבן געזעהן זיין גרויסע חכמה, האבן זיי געזאגט, "מיר קענען נישט לאזן אז אזא חכם זאל זיין ביי די אידען און נישט ביי אונז", און זיי האבן איהם גלייך פארכאפט, און אנגעהויבן מסביר זיין אז ער זאל אריבער קומען צו זיי, ווייל כלל ישראל איז מתמעט רח"ל, אבער מיר זענען אזוי גרויס און גוט, ממילא קום אריבער וועסטו האב'ן א פיינע עולם הבא, און פארשטייט זיך אז ער האט זיי אפגעזאגט.
זיי האבן געזעהן אז מיט גוט'ן גייט עס נישט, האבן זיי איהם געסטראשעט אז זיי וועל'ן איהם הארגענען און אויך אלע אידען ביז קיינער וועט נישט בלייבן לעבן רח"ל.
האט ער זיי געזאגט "הכל בידי שמים" און דער אייבישטער וועט שוין העלפן.
למעשה האבן זיי אנגעהויבן הארגענען אידען רעכטס און לינקס, און דער עולם איז זיך געקומען בעטן ביי שמעון אז ער זאל רחמנות האבן, און נאכגעבן זייער פארלאנג, און פארשטייט זיך ער האט נישט געהאט קיין ברירה און איז אריבער צו זיי.
ער האט עס אבער געטוען זייער קלוג, ער האט זיי געבעטן מען זאל איהם אהערשטעלן א ריזיגע מגדול וואו ער זאל זיך קענען איינשפארן פאר די איבריגע צייט פון זיין לעבן, און זיין אפגעשיידט פון מענטשען, ער האט אנגעגעבן אז ער מוז דאס האבן כדי ער זאל נישט ווערן מבולבל פון זיין חכמה, און מען זאל איהם נישט צורעדן צו א אנדערע גלויבן,
אזוי אויך האט ער געבעטן אז יום שישי וויל ער נישט עסן קיין פלייש, ווייל און דער טאג איז ישו געהארגעט געווארן, אזוי אויך וויל ער נישט טרונקען קיין וויין קיינמאל, אלס צער פאר די הריגה פון ישו, אויך האט ער זיי אנגעזאגט מיט חכמה אז מען זאל מער נישט צורעדן קיין שום איד צו טוישן זיין גלויבן, ווייל אז יא וועלען זיי מבלבל זיין און קומען זאגן אז די נוצרישע גלויבן איז נישט ריכטיג, ממילא נאר איינער וואס קומט מרצונו הטוב זאל מען אנ-נעמען, און אויך נאר נאך דרייסיג טעג אז ער זאל זיין זיכער ביי זיך, און אזוי וועט מען זיין פארזיכערט אז מען וועט נישט קאלט מאכן די גלויבן.
למעשה איז ער געווען אין דעם מגדול, און מתקן געווען גרויסע זאכן, און אין יענע צייט האט ער געשריבן אסאך פזמונים פאר כלל ישראל, און ער האט געשריבן אזוי;
"דעו בית ישראל המאמינים בה' ובתורתו התמימה כי הוא תורת אמת וישראל נקראים נחלתו, אני שמעון כיפא הסובל באהבתו כל הצרות רעות ורבות, כי אני יודע האמת והשקר, הנה תקבלי ממני הפיוטים שעשיתי כדי שימחול השם לי ולכם, כי כל מה שעשיתי עשיתי בשביל שלומכם ולישועתכם.
און מען האט דאס געוויזן פאר די ראשי ישיבות און פאר די סנהדרין און זיי האבן אלע געזאגט אז עס איז זייער שיין און ראוי אז די חזנים זאלן דאס זאגן ביי זייערע תפילות, און ער ענדיגט צו "ועוד עד היום נוהגים לאומרם כל שבת ושבת. און דער מגיה לייגט צו "רמז על תפילת נשמת סל חי שמיוחס ג"כ לר"ש כיפא.

מצטמק ויפה » פרייטאג פעברואר 14, 2014 12:14 pm

· #183798
איש עברי
אין בית מדרש [פון וורטהיימר] איז דא א "אגדתא דשמעון כיפא" וואס דוכט זיך אז דארט ווערט עס געברענגט, און אין ספר חסידים איז אויך משמע אז ער איז געבליבן בצדקו, עס שטייט דארט אז ער איז געווען א צדיק שטעו אחריו...


די ספר חסידים איז סימן קצא', וז"ל " ואפילו לצדיק והם תועים אחריו כגון שמעון כיפא"

לשוא הכיתי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:42 pm

· #184350
געפילטע פיש
די שמעון כיפא מעשה דערציילט סיני מאלאוויצקי אלס פאקט, ער זאגט אז נאכדעם וואס ער האט פורש געווען די נוצרים פון מצוות מעשיות און גערוקט דעם רוה טאג פון שבת צו זונטאג, האט ער זיך פורש געווען פון די וועלט און געזאגט אז ער דארף זיך אפזונדערען פון יעדעם, זיך אריינגעזעצט אינעם וואטיקאן ביזן שטארבן.


ר' סיני דערמאנט אויך דעם אגרת רבן יוחנן בן זכאי פאר א פאקט, כאטש דער לשון פאר א תנא קלעבט נאך ווינציגער ווי דובב שפתי ישנים'ס בריוו קלעבען אויפן ראגאטשויבער...

מצטמק ויפה » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 9:56 pm

· #247197
שרעקעדיגע לשון פון רש"י הקדוש
עס איז דא א קליין ספר איסור והיתר אויף הלכות פסח פון רש"י הקדוש וואס שרייבט אזוי:

וי"א על אותו נבל שמעון פטר חמור שהוא טעות של רומי יסדו אותו תפילה (נשמת) ושאר תפילות כשהיה על סלע, וחס ושלום שלא תהיה זאת בישראל וכל האומר דבר זה כשיבנה בית המקדש יביא חטאת שמינה.

אדוני המלך » זונטאג אפריל 23, 2023 2:07 am

· #522133
שווער צי גלייבן א מענטש האט געשריבן דע פויט. וואס איך האלט, אפשר אדם הראושן אדער איינער וואס האט געלעבט מיט גט האט דאס מחבר געווען. איטס ע טאטעל אט אוו באדי עקספיריענס און עס לייגן און ווערטער איז טאלאנט. מדארף זיין מלא רגש

Salford » זונטאג אפריל 23, 2023 7:42 am

· #522154
הלכות תענית שטיט ט טבת לאנודע זאגט ברוך טעם שמעתי מת שמעון כיפר