☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ק"ש ניקס השייכים לחודש אדר וליו"ט פורים (הוללות איז אסור)

ק"ש ניקס השייכים לחודש אדר וליו"ט פורים (הוללות איז אסור)

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5817
בלאט: 1 2

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:23 am

· #181128
ק"ש ניקס השייכים לחודש אדר וליו"ט פורים (הוללות איז אסור)
נישטא א בעסערע צייט זיך דורכצושמועסן עניני דיומא וועגן שמחה און ווען דער שמחה ווערט אביסל OTD און ס'גייט אראפ צו הוללות ל"ע ה' ישמור מהם ומהמונם. יעצט גייט זיין גאנצע אכט וואכן אדר אדר אדר אדר !!!!!! העלא!!! (נד"נ) המן האט אזוי געשריגן אדר אדר! אפילו ער, המן! האט עס אזוי ליב געהאט.

הקדמה. ס'גייט זיין 8 וואכן וואס מ'איז באפוילן פון בינג בענג (אה... ער האט געזאגט בינג בענג! יעדער ליינט ווייטער) צו זיין @נאר,,פרייליך. אין אזא חודש איז א מצווה מקרב צו זיין אונזער ידיד נאר,,פרייליך. ס'איז ממש זיין אושפיזען! יעדער זאל אויך אינזינין האבן אין אזא חודש ר' @מנשה לוסטיג! מ'מוז דאך זיין לוסטיג יעצט

אדר איז מזל אדר דגים איז אויך א מצוה מקרב צו זיין @געפילטע פיש, פישל'ע העררינג און @סושי פיש (הגם סושי איז א אויפגעקלערטע זאך וואס מ'האט נישט געזען ביי אונזערע עלטערן) און @פיש כאפער! (ער איז זיכער יעצט זייער בי זי) דארף מען פאר זיי אויך געבן א shout out! אויך טאר מען נישט פארגעסן פון @יין שרף!! מיט וועם מ'טוט דעם מצוה אליין פון נכנס יין. אויך דארף מען אויסשרייען א אויסשריי פאר הוגה! (סריס המלך שומר). און נישט פארגעסן פון @שושן פורים אליין!

איך אליינס בין מרדכי הצדיק, איך וויל זיך נישט אליינס רימען אבער אזוי קוקענדיג זיך אין שפיגל זע איך מיר גענוי ווי מרדכי, א מרדכי מיט א פינטעל איד וואס שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. אלע אויפגעקלערטע שרייען געב זיך שוין א ביק פאר המנ'ן וואס איז דער גרויסער עסק? אבער ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה! איך ביק זיך נישט! לייק מיר יא לייק מיר נישט איך בין א איד און איך וועל בלייבן ריין! מרדכי שרייט: נישט גיין צום סעודה אבער דע אידן דארט וואס האבן זיך שוין נעבעך איראניענאזירט לאכן עם אויס וואס פארשטייט דער נישט אויפגעקלערטער מרדכי וואס איז שטאלץ מיט זיין פינטעלע איד?

אוי איך האב געטרינקען ענק באמערקן? איך בין שיכור!! ס'געווען א איד וואס האט געטרינקן משקה און געשיכורט א גאנצן חודש אדר ווייל זאגט ער אז המן איז געווען א רשע מרושע אויפגעקלערטער פארוואס האט ער נישט געבעטן פון אחשוויירויש מער ווי (מער פון) איין טאג צו הרגנען אלע (אויך אויפגעקלערטע) אידן האט ער נישט מורא געהאט אז אפשר וועט איין טאג נישט זיין גענוג צייט עס צו טון אויף אלע אידן? נאר -זאגט יענער איד, המן האט מורא געהאט אויב וועט זיך זיין פלאן נישט אויסארבעטן וועט עס ווערן א פריילכער טאג האט ער נישט פארגינט פאר אידן מער ווי איין טאג.. אבער איך ווייס דאך יא אז ער וואלט געוואלט עכט א גאנצן חודש דערפאר טרינק איך א גאנץ חודש!! אין א עיבור יאר האט ער אפשר געטרינקען אכט וואכן.

אסאך קינדער פארשטעלן זין און טון זיך אן @רויטע וואנצעס אדער מאכן זיי זיך אויסזען ווי @זיידעטשקע'ס אסאך חסידישע קינדער פארשטעלן זיך ווי @היימישער ליטוואק'ס מאנכע פארשטעלן זיך ווי @ברסלבער'ס מיט גרויסע נח נחמ נחמן קאפלעך. אום פורים ווערט יעדער איד אן @אפטעמיסט, יעדער טאנצט און שפרינגט כאילו ס'פעלט עם גארנישט. יעדער מקטון ועד גדול איז @אנאנים וויפיל געלט ער האט געלייזט, און דער מקוה שטיפער וואס א גאנץ יאר זיצט פון אונטען איז אין פורים דער @אנאנים אליין. פורים איז ווי א @יאנטעף אינדערוואכן, יעדער קינד זאגט תורות ווי דער גרעסטער @ידען
איך האב אויסגעלאזט איינעם? אויב יא ביטע זיך אנרופן
אין אזא צייט דארף מען זייער אכטונג געבן נישט חלילה אריינצופארן אין הוללות רח"ל ס'איז זייער א דינער ליניע צווישן שמחה של מצוה און הוללות וואס איז יללות פון רשעים. אין אייוועלט האט איינער געפענט א אשכול "משנכנס שמחה מרבין באדר" און ס'נאך נישט פארמעקט אפילו. איך פארשטיי נישט דע הנהלה דארט זאל צו אזן אזא שרעקליכע הוללות מ'לאזט זיך וואויל גיין מ'מיינט אז ס'איז הותרה הרציעה מ'מאכט זיך אייגענע מאמרים. יענער שרייבער איז א ציפידיגער לץ וואס מיט זיין גיפט טרייבט ער אזוי ליצנות, שוין איך ווייס נישט אפשר איז עס טאקע נישט אזוי געפערליך איך נעם זיך צופיל צום הארצן.

שוין גענוג אשכול'ס פאר מיר היינט. גענוג געווען. אוי ליהודים היתה אורה אההההההההההההההההההה איי לאוו יו, פככככככעעעעעעעעע ברענגטס א לעוואר.




.

טיטאניק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:48 am

· #181140
זייער שיין פינטעלע
די שייכות פון פורים מיט דער פינטעלע איד איז זייער גרויס
ליהודים: אפילו פאר דער פינטעלע איד אויך
מרדכי היהודי: ווי דו האסט טאקע פריער געזאגט
אז מען פרעגט פינטעלע איד מן התורה מנין קען מען זאגען אז אין די מגילה ווערסטו דערמאנט זייער אסאך

וכאן הבן שואל בבכי פארוואס האט מען נישט געמכט פלאץ עטליסט איין מאל עפעס א רמז פאר דער טיטאניק??
און ווי איז אינזער פריינד דער פינטעלע איד צו מוחה זיין על עלבון הטיטאניק?????

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 3, 2014 9:40 am

· #181150
דער (פינטעל) איד
איך אליינס בין מרדכי הצדיק, איך וויל זיך נישט אליינס רימען אבער אזוי קוקענדיג זיך אין שפיגל זע איך מיר גענוי ווי מרדכי, א מרדכי מיט א פינטעל איד וואס שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. אלע אויפגעקלערטע שרייען געב זיך שוין א ביק פאר המנ'ן וואס איז דער גרויסער עסק? אבער ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה!

העי! נישט אזוי שנעל. ווען אלע אידן האבן געשריגן צו מרדכי, "מרדכי ביזט אין גלות, רייץ דיך נישט מיט המנ'ן, זיי דיך נישט מתגרה באומות! בייג דיך אביסל." איז מדרכי געשטאנגען פעסט מיטן אידישע שטאלץ, איך גיי זיך נישט בייגן צום גלות, האלט דיך מיט דיין התגרות באומות, איך גיי לוחם זיין קעגן דעם בכל כוחי. און אזוי האט ער טאקע נוקט געווען אין די שיטה פון ארבעטן פון אינעווייניג, ער איז געווען א גרויסע מענטש אין פאלאץ, מאנכע זאגן אפילו אינעם כנסת. זיין ווייב\ניכטע האט ער אריינגעשטעקט מיטן קעניג אליינס, אזוי עמי בבית, און אזוי איז טאקע ארויסגעקומען די ישועה.

געוויסע פרומע פאקטארן אין סנהדרין האבן טאקע נישט געהאלטן פון זיינע שריט, און פארדעם שטייט טאקע ורצוי לרוב אחיו, ולא כל אחיו. אבער היסטאריע האט געוויסן ווער ס'איז גערעכט געווען.

שפתים ישק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:01 am

· #181156
שפתים קישאקTM!

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:24 am

· #181158
שפתים ישק
שפתים קישאקTM! [/tag]!

אוי וויי, ס'איז מיר גוט. איך האב נישט געמיינט דאס מיט מיין ניק! איך האב געטראכט פון פערפיום ווען כ'האב געמאכט מיין ניק. ביטע נישט צאממישן,

טיטאניק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:28 am

· #181160
גערעכט גערעכט
ווי פלעגט זעמל זאגען? עס איז דא "שטינקאוויטש" און "שמעקעדיג" צוויי אנדערע מושגים
אבער פארט שבעים פנים לתורה
איינער וועט טייטשען אז שמעקעדיג מיינט פורים נאכמיטאג און שטינקעדיג מיינט פראפיום
אדער וועט א צווייטער שרייען פינקט די היפך
א פערטער וועט מסביר זיין אזא פשט, אלו ואלו דברי אלוקים חיים, ביידע קענען מיינען ביידע, די פראגע איז נאר ווי שטארק די שמעק איז, אויב למשל איז די פראפיום צי שטארק און אלע שכינים היסטען פון די שמעק איז עס שוין בגדר שטינק, אבער אויב די ברעכאטץ שמעקט נישט אזוי געפערליך איז עס נישט בגדר שטינק, נאר שמעק
ואידך פירושא זיל גמור

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:31 am

· #181174
געפילטע פיש
דער (פינטעל) איד
איך אליינס בין מרדכי הצדיק, איך וויל זיך נישט אליינס רימען אבער אזוי קוקענדיג זיך אין שפיגל זע איך מיר גענוי ווי מרדכי, א מרדכי מיט א פינטעל איד וואס שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. אלע אויפגעקלערטע שרייען געב זיך שוין א ביק פאר המנ'ן וואס איז דער גרויסער עסק? אבער ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה!

העי! נישט אזוי שנעל. ווען אלע אידן האבן געשריגן צו מרדכי, "מרדכי ביזט אין גלות, רייץ דיך נישט מיט המנ'ן, זיי דיך נישט מתגרה באומות! בייג דיך אביסל." איז מדרכי געשטאנגען פעסט מיטן אידישע שטאלץ, איך גיי זיך נישט בייגן צום גלות, האלט דיך מיט דיין התגרות באומות, איך גיי לוחם זיין קעגן דעם בכל כוחי. און אזוי האט ער טאקע נוקט געווען אין די שיטה פון ארבעטן פון אינעווייניג, ער איז געווען א גרויסע מענטש אין פאלאץ, מאנכע זאגן אפילו אינעם כנסת. זיין ווייב\ניכטע האט ער אריינגעשטעקט מיטן קעניג אליינס, אזוי עמי בבית, און אזוי איז טאקע ארויסגעקומען די ישועה.

געוויסע פרומע פאקטארן אין סנהדרין האבן טאקע נישט געהאלטן פון זיינע שריט, און פארדעם שטייט טאקע ורצוי לרוב אחיו, ולא כל אחיו. אבער היסטאריע האט געוויסן ווער ס'איז גערעכט געווען.

וואס זאגט איר? ווי קומט אריין דא זיך בייגן צום גלות ווען המן האט געטראגן אויף זיך אן עבודה זרה דערפאר האט מרדכי זיך נישט געוואלט ביקן! און וואס איז אז ער האט געארבעט פון אינעווייניג? שמחה פעלדער מיט יוסף ליבערמאן הענרי וואקסמאן דוב הייקינד שעלדין סילווער ארבעטן אויך פון אינעווייניג.



.

מאטי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:37 am

· #181175
מרדכי בן @יאיר

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:38 am

· #181176
וויאזוי האב איך דאס אויסגעלאזט? יש"כ מאטי!

אה... און דו מאטי האסט אויך א שייכות. אלע אויפגעקלערטע אין שושן האבן גערופן מרדכי הצדיק "מאטי"!

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:41 am

· #181177
יאנקל האט אויך א שייכות עפעס. שושונת 'יעקב' צהלה ושמחה, איחוד פעלד האט אויך עפעס דא דעם בוים וואס המן האט אנגעגרייט לתלות האט ער גענומען פון פעלד.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:43 am

· #181178
נאך אזא סעודה פון 7 טעג וואס מ'האט דארט געהאט איז זיכער געווען טאנס מיט מיסט גארבעזש אנגעהויפענט אין הויף. און דארט איז ווי @גד החוזה קומט אריין...

ברסלבער » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:44 am

· #181179
דער (פינטעל) איד
מאנכע פארשטעלן זיך ווי @ברסלבער'ס מיט גרויסע נח נחמ נחמן קאפלעך.

גראדע איז געווארן א מאוומענט לעצטנס אז מען זאל זיך נישט פארשטעלן ווי א נ נח, נישט צו פארשעמען האי צדיק וקדוש רבי נחמן מברסלב זי"ע.

אויב עפעס איז די שייכות פון פורים מיט ברסלב, אז אין פורים ווערט יעדער ברסלב'ע. מען מעג דאן רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:44 am

· #181180
וואס איז מיט זרש......... (אשת מפחידי)

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:46 am

· #181181
דהיינו?

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:47 am

· #181182
זרש האט אויך עפעס א ניק דא

טיטאניק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:48 am

· #181183
דער (פינטעל) איד
נאך אזא סעודה פון 7 טעג וואס מ'האט דארט געהאט איז זיכער געווען טאנס מיט מיסט גארבעזש אנגעהויפענט אין הויף. און דארט איז ווי @גד החוזה קומט אריין...

פארגעס נישט די גארבידזש וואס דער איד מרדכי האט כמעט באקימען פון המן'ס טאכטער וועלכע האט בסך הכל ארויסגעטראגען די גארבידזש אויף א שארט קאט

יאיר » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:49 am

· #181184
פורים שפירן מיר אלע א גאר וויכטיגע ראלע. מיר באנוצן זיך מיט די כלים מכלים שונים.

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:49 am

· #181185
טיטאניק
דער (פינטעל) איד
נאך אזא סעודה פון 7 טעג וואס מ'האט דארט געהאט איז זיכער געווען טאנס מיט מיסט גארבעזש אנגעהויפענט אין הויף. און דארט איז ווי @גד החוזה קומט אריין...

פארגעס נישט די גארבידזש וואס דער איד מרדכי האט כמעט באקימען פון המן'ס טאכטער וועלכע האט בסך הכל ארויסגעטראגען די גארבידזש אויף א שארט קאט

😂 😂 👍

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:51 am

· #181187
שמעקעדיג
זרש האט אויך עפעס א ניק דא

אהער דערמיט א לינק? אין אמת'ן ס'אויך דא א ניק 'מרדכי הצדיק' בכבודו ובעצמו אבער אז מ'שרייבט נישט איז דאך נישטא צו וועם צו רעדן

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:58 am

· #181191
פורים ערלויבט מען זיך צו קישן איינער דעם צווייטן אפילו ברבים, @שפתים ישק

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:11 pm

· #181193
אויך מרומז, בן יאיר בן שמעי בן "קיש"....

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:22 pm

· #181198
איך האב עפעס געטראכט וועגן מאראנצן אבער מיר ליגט אין קאפ אז מ'עסט עפל. אבער אז אנאנים זאגט מארנצאן זאפט איז מאראנצן זאפט!

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:35 pm

· #181204
[ציטאט אראפגענומען]

בן דעיוויד

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 12:43 pm

· #181207
בלילה ההיא... ווען אחשוויירויש האט נישט געקענט איינשלאפן האט ער גערופן @היסטאריקער זאלן נאכקוקן צו ער איז איינעם שולדיג שכר פאר א טובה וואס מ'האט געטון.

שפתים ישק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:03 pm

· #181215
שפתים קישאקTM!

סאו וואט » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:32 pm

· #181225
און ווי קומט סאו וואט אריין און דו פיקטשער?

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:35 pm

· #181226
ווען מרדכי האט געזאגט פאר אלע אויפגעקלערטע אז מ'טאר זיך נישט ביקן און מ'טאר נישט גיין צום סעודה האבן א פאר אידן געשמועסט אז אפשר זאל מען טאקע נישט גיין, אבער אלע אויפגעקלערטע האבן געשריגן @סאו וואט? האט מרדכי געזאגט! ער איז א פאנאטישער. מ'גייט!

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:39 pm

· #181228
מרדכי הצדיק האט אפגעשטעלט א @הייליגע יונגעלע אויפן וועג אהיים פון חדר און געפרעגט דאס הייליגע יונגעלע וואס ער האט היינט געלערנט אין חדר. דער הייליגע יונגעלע האט געזאגט דעם פסוק 'עוצה עצה ותופר דברו דבר ולא יקום (אוי) עוצה עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו קל' וואס איז געווען א שטארקע חיזוק פאר מרדכי הצדיק (מיין אושפיזען)

סלינקי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 2:33 pm

· #181249
מ'פארשטעלט זיך מיט א @זר זהב אדער ווי א @קליינע רעבעלע
און מ'איז @דולה ומשקה אסאך @גלעזעלעך @שנאפס
___
וישם @כתר מלכות בראשה, וימליכה

מנשה לוסטיג » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:53 pm

· #181284
איך בין א פורים געבוירענער.. און ס'איז באשטימט מיין אושפיזין.
נאר שטארבן ווייס איך נאכנישט ווען..
אבער לוסטיג איז טאקע מלשון 'ששון' ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר. ווער ס'איז נישט מקיים אורה תורה ששון מילה יקר מילה זאל זיך נישט אזוי פרייען... ווייל ס'ברויך זיין געלעבט ווי געלעבט נישט ווי געשטארבן.

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 3, 2014 5:04 pm

· #181292
דער (פינטעל) איד
ווען מרדכי האט געזאגט פאר אלע אויפגעקלערטע אז מ'טאר זיך נישט ביקן און מ'טאר נישט גיין צום סעודה האבן א פאר אידן געשמועסט אז אפשר זאל מען טאקע נישט גיין, אבער אלע אויפגעקלערטע האבן געשריגן @סאו וואט? האט מרדכי געזאגט! ער איז א פאנאטישער. מ'גייט!

פונקט פארקערט! די פרומערע עולם איז געגאנגען ווייל זיי האבן געהערט אז מ'טיילט דארט פרייע פוד סטעמפס וואוטשערס, א פרי וויין טעיסטינג, און מאנכע זאגן פרייע HEAP טשעקס פון האריקעין סענדי. פאר די אויפגעקלערטע וואלט דאך נישט אויסגעפעלט לעשות כרצון איש ואיש, כרצון מרדכי והמן, די אויפגעקלערטע דארפן דען מרדכי'ס הכשר?

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 6:49 pm

· #181341
געפילטע, נאר צוליב מיר כאפסטו אריין אזעלכע טייערע לייקס פון יאיר. געב אהער עפעס מעשר ביטע

געפילטע פיש » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:14 pm

· #181350
מעע, קוים איין אויסגעקארגטע לייק, איך האב געהאפט פאר לפחות אזא דאזען צוויי דריי.

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:22 pm

· #181354
ס'איז איום ונורא. ס'דרייט זיך בינינו א אידיש קינד וואס בעהט זיך בתחנונים אז מ'זאל אים שענקן אפאר לייקס און דער עולם מאכט זיך ניטאמאל וויסענדיג און קימערט זיך גארנישט. וואס ווארט מען פאר, אז דער פארשוין זאל כאפן א הארץ אטאקע? רבותי! לאמיר זיך פארנעמען צו לייקן דעם אורחי פורחי כאטש איינמאל א וואך. געדענקט, כל המלקק פינטעל אחת מישראל כאילו מפנטל פינטעל מלא.

מאטי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:29 pm

· #181355
יש לו לייק רוצה לאקיים

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:37 pm

· #181358
מאטי
מרדכי בן @יאיר

@מאטי בן @יאיר בן שמעי בן @שפתים ישק איש ימיני (רש"י: משבט @בנימין נתניהו)

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:39 pm

· #181360
[ציטאט אראפגענומען]

ציוני!!! גוואלד!!!!!!!!!

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:40 pm

· #181361
///

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:42 pm

· #181362
בערב היא באה אל מאחורי
אל יד @עוזר שומר הנשים

שטילע אינגערמאן » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:44 pm

· #181364
דארף איך זיין באליידיגט אז איך ווער נישט דערמאנט דא?
איך קען פארשטיין די עולם פון פארגעסען פון מיר, איך בין דאך ווי נישט ווי א @שטילע אינגערמאן

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:54 pm

· #181371
און דער גאנצער יו"ט פורים דרייט זיך ארום @געלט געלט און נאכאמאל געלט

דער (פינטעל) איד » מאנטאג פעברואר 3, 2014 7:57 pm

· #181372
ווען שיכורים ברעכן אן אין הייזער נעמט מען אפיר דעם @טישו באקס

מאטי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 8:04 pm

· #181378
מדרש שחר קמתי
איש יהודי : דרש ההוא מתנגדאי, מהו דכתיב איש יהודי. לא איש סטמראי, לא איש בעלזאי, לא איש ליובאוויצאי, לא איש חסידאי, לא איש ליטוויקאי לא איש שטיינמנאי לא איש ספרדאי, אלא איש יהודי ותו לא מידי. בקאוואי קורין לו :@היימישער ליטוואק

מאראנצןזאפט » מאנטאג פעברואר 3, 2014 10:49 pm

· #181438
"אוי ליהודים היתה אורה אההההההההההההההההההה איי לאוו יו, פככככככעעעעעעעעע ברענגטס א לעוואר.


😂 👍

רויטע וואנצעס » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:03 pm

· #181449
שטילע אינגערמאן
דארף איך זיין באליידיגט אז איך ווער נישט דערמאנט דא?
איך קען פארשטיין די עולם פון פארגעסען פון מיר, איך בין דאך ווי נישט ווי א @שטילע אינגערמאן


ביסטו דער אינגערמאן וואס שישקעט און קרייעט א גאנצן קריעת המגולח מ'זאל זיין שטיל?

היימישער ליטוואק » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:04 pm

· #181450
מאטי
מדרש שחר קמתי
איש יהודי : דרש ההוא מתנגדאי, מהו דכתיב איש יהודי. לא איש סטמראי, לא איש בעלזאי, לא איש ליובאוויצאי, לא איש חסידאי, לא איש ליטוויקאי לא איש שטיינמנאי לא איש ספרדאי, אלא איש יהודי ותו לא מידי. בקאוואי קורין לו :@היימישער ליטוואק

אטו לאו ליטוויקאי הוא, והא תנא רב @מאטי דליטוואק ניקיה? כרוך ותני הכי לא חסידאי דליטוויקאי, לא חסידאי דשטיינמנאי. אלא איש יהודי ליטוויקאי.

פיטומי מילי » מאנטאג פעברואר 3, 2014 11:32 pm

· #181455
היימישער ליטוואק
מאטי
מדרש שחר קמתי
איש יהודי : דרש ההוא מתנגדאי, מהו דכתיב איש יהודי. לא איש סטמראי, לא איש בעלזאי, לא איש ליובאוויצאי, לא איש חסידאי, לא איש ליטוויקאי לא איש שטיינמנאי לא איש ספרדאי, אלא איש יהודי ותו לא מידי. בקאוואי קורין לו :@היימישער ליטוואק

אטו לאו ליטוויקאי הוא, והא תנא רב @מאטי דליטוואק ניקיה? כרוך ותני הכי לא חסידאי דליטוויקאי, לא חסידאי דשטיינמנאי. אלא איש יהודי ליטוויקאי.

פתח בזוהר ומסיים בירושלמי?

נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 4, 2014 1:15 am

· #181480
אז איינער ווערט געבוירן פורים איז א נולד מאוחר?

היימישער ליטוואק » דינסטאג פעברואר 4, 2014 2:01 pm

· #181535
אשר בקשו לשלח יד במלך אחשורוש.
שבקשו להשקותו סם המות.
איזה משקה רצו להשקותו? פליגי בה תנאי ואמוראי ורבנן סבוראי -
@דבילה אומר דבילה קעילית
@טעמפא אומר קולה
@געפילטע פיש אומר מורייס וציר דגים
@דייטל אומר שכר תמרים
@יין שרף ו@שנאפס אומרים יי"ש
@מילגרוים אומר יין רמונים
@האניג אומר מיי"ד
@לעמאן דזשוס אומר מיץ לימון
@איש אשכולות אומר אשכול של ענבים סחטו
@טעפל אומר עביט של מי רגלים
@קאווע טרינקער כל המשקים חוץ מקפה מפני שטובה היא לו.
@גאלד אומר זהב רותח יוצק לתוך פיו
@טישו באקס ו@רויטע וואנצעס אומרים כיחו וניעו.
@שפתים ישק אומר רוק
@ברסלבער אומר חאשיש, מפני שהרבי אוסר לשתות יין.
@מאראנצןזאפט אומר מיץ תפוזים
@מיקוה נייעס אומר שלשה לוגין מי מקוה
@Berlbalaguleh אומר זרמת הסוס
@נולד מאוחר אומר דמי שפיר ושליא
@פישל'ע העררינג אומר שמאלץ
@ונבנתה העיר אומר שבע מאות שבעים ושבעה כוסות מלאים תשעים ושש השקוהו

יין שרף » דינסטאג פעברואר 4, 2014 5:31 pm

· #181583
@חזקיהו המלך אומר פלארייד...
בלאט: 1 2