☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ביז ווען עסט איר מאכלי שבת הנותרים, איז דא אן ענין דערביי?

ביז ווען עסט איר מאכלי שבת הנותרים, איז דא אן ענין דערביי?

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5813

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:10 pm

· #181077
ביז ווען עסט איר מאכלי שבת הנותרים, איז דא אן ענין דערביי?
א גוטער חבר מיינער האט א וואך צוריק אריינשפאצירט ביי מיר אינדערהיים א זינטיג פארנאכט אפצונעמען עפעס א חפץ און ער האט מיר געכאפט פונקט עסנדיג טשולענט וואס איז געבליבן פון שבת קודש העבר עלינו לטובה. ער איז מיר געווען א שאק ווען ער האט געקרימט מיט זיין נאז און ער פרעגט מיר טשולנט עסטו יעצט? איך בין זייער גוט מיט עם און מ'רעדט אלעס אפען מ'קריטיקירט זיך און מ'פליקט זיך איינער דעם צווייטן אזוי ווי גוטע חברים פירן זיך אויף. איך ווייס נישט ווי ערנסט ער האט עס געמיינט ער איז אבער פון יענע טייפ וואס ווילן זיך אהערשטעלן מער מאדעריניזירט און איך האב הנאה געהאט אז עם געפעלט נישט מיין טשולענט עסן שריים פון שבת.
איך האב זיך געווינדערט ווייל לויט וויפיל איך ווייס און געדענק טוט מען אין אלע שטובער עסן שריים פון שבת, ביי מיין הייליגע זיידע פלעג איך ארויפגיין אפילו אויף א מאנטאג נאכטמאל און אויפן שלחן דומה למזבח איז געליגן א האלב פארטרינקענטע שטיקל חלה און א טעלער מיט א שטיקל פיש נאך פון שבת, דאס האט א הייליג איד געגעסן! מיר איז פארגעקומען אז ס'איז גאר אן ענין אפשר ווייסט איינער דערפון?
עכ"פ איז מיר געפאלן אז דעם יעניגן וואס וויל זיך אמעריקאנעזירן איז נישט געפאלן, יעצט ווייס איך טאקע אז איך האב גוט געטון און אפשר וועל איך עסן מארגן דאס איבערגעבליבן לעבער. ביז ווען האלט זיך זאכן פריש פון שבת? און וויאזוי פירט איר זיך דערמיט. מאובי תחכמינו אין דעם פאל איז עס גראדע א גוטע חבר וועם איך גלייך און אלעס צווישן מיר און עם איז נאר פאר טענה'ריי פערפעסעס אנלי.

zurich » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:24 pm

· #181080
דערמאנסט מיר א ווערטל, וואס איז די חילוק פון א בחור אין א יונגערמאן? ביידע עסן טשולענט! די חילוק איז נאר ווען, די בחור עסט דאנארשטיג נאכט ליל שישי מיט שבת, די יונגערמאן עסט שבת זינטאג מאנטאג......

פיטומי מילי » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:08 pm

· #181100
.

itsnotme » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:25 pm

· #181103
Re: ביז ווען עסט איר מאכלי שבת הנותרים, איז דא אן ענין דערבי
געהאט היינט( און יעדע זינטאג) פיש, זופ, פלייש, טשאלענט, לעבער.

Sent from my SCH-I535 Using ForumTouch for Android

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:08 pm

· #181218
itsnotme
געהאט היינט( און יעדע זינטאג) פיש, זופ, פלייש, טשאלענט, לעבער.

Sent from my SCH-I535 Using ForumTouch for Android

גם אני בחלומי. נישט אויפ'ן אנדרויד. נאר אויף די מאכלי שבת קודש. ביי מיר עסט מען פיש, זופ, פלייש און טשולנט פון שבת קודש, זונטאג פאר סאפפער. אפילו א לחיים נאך די פיש אויך. כמעשהו ביום שבת קודש כך מעשהו בחול. 😕 😎 😂 😛 😳 😮

הייליגע יונגעלע » מאנטאג פעברואר 3, 2014 1:24 pm

· #181222
פאר די וואס ווילן אז די מלאכים זאלען זינגען שירה א גאנצע וואך, דעי עסן שיריים ביז טיף אין די וואך אריין

ראש הישיבה » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:11 pm

· #181272
עס ווערט געברענגט אז די חתם סופר, פלעגט אוועק לייגן די שריים פון די מאכלי שבת, אז נאר ווען עס איז געקומען א חשובע גאסט האט ער אים מכבד געוועהן מיט די שבת'דיגע שריים

its me » מאנטאג פעברואר 3, 2014 4:16 pm

· #181274
It depends how hungry you are, and if your wife had time to cook after having to put away your shtreimel and tallis

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 3, 2014 5:05 pm

· #181294
ראש הישיבה
עס ווערט געברענגט אז די חתם סופר, פלעגט אוועק לייגן די שריים פון די מאכלי שבת, אז נאר ווען עס איז געקומען א חשובע גאסט האט ער אים מכבד געוועהן מיט די שבת'דיגע שריים

ס'איז דאך נישט דער דרך הישיבות (וראשיהם) צו גלייבן אין חסידישע רעבעס און זייערע מופתים. נאר ס'איז דא כמה מעשיות פון הרה"צ ר' מרדכי מנאדבורנה והרה"צ ר' ישעי'לע מקערעסטיר זצוק"ל אז זיי האבן געגעיבן שיריים פון די שבת'דיגע מאכלים פאר אידן וועלכע האבן געליטן פון פארשידענע געזונטהייט פראבלעימען. און זיי זענען אויסגעהיילט געווארן.. (אינזערע היימישע און בודאפעסטער ליטוואקעס מוזן נישט גלייבן די מעשיות.( 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😮

יין שרף » מאנטאג פעברואר 3, 2014 5:10 pm

· #181297
berlbalaguleh
ס'איז דא כמה מעשיות פון הרה"צ ר' מרדכי מנאדבורנה והרה"צ ר' ישעי'לע מקערעסטיר זצוק"ל אז זיי האבן געגעיבן שיריים פון די שבת'דיגע מאכלים פאר אידן וועלכע האבן געליטן פון פארשידענע געזונטהייט פראבלעימען. און זיי זענען אויסגעהיילט געווארן... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😮

זיי האבן שוין געוואוסט די כח פון אנטי-ביאטיק, צו געבן פארשימלטע עסן...

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 23, 2014 6:58 pm

· #185748
יאמיאמיהממממ דער טשולנט איז גוט, פיקל אויך ש'נאך קרישפי

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:05 am

· #185962
דער (פינטעל) איד
יאמיאמיהממממ דער טשולנט איז גוט, פיקל אויך ש'נאך קרישפי

איך האב געליינט ערגעץ בשם הצדיקים הקדושים ר' ר' מרדכי'לע נאדווערנער און ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע אז זיי האבן געגעיבן אפילו מיטוואך שיריים פון טשאלנט, אפילו אין מיטן זומער אין תמוז, פאר מענטשן וועלכע האבן געליטן אויפ'ן מאגן און אנדערע מיחושים. זי"ע. 😮

יין שרף » מאנטאג פעברואר 24, 2014 3:26 pm

· #186050
berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד
יאמיאמיהממממ דער טשולנט איז גוט, פיקל אויך ש'נאך קרישפי

איך האב געליינט ערגעץ בשם הצדיקים הקדושים ר' ר' מרדכי'לע נאדווערנער און ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע אז זיי האבן געגעיבן אפילו מיטוואך שיריים פון טשאלנט, אפילו אין מיטן זומער אין תמוז, פאר מענטשן וועלכע האבן געליטן אויפ'ן מאגן און אנדערע מיחושים. זי"ע. 😮

אויך פארדעם האבן זיי געליטן אויפן מאגן...???