זונטאג'דיגע קווענקלענישן - פאעזיע
א לופט טאג?
א נאכשפייז פונעם עבר?
א פארשפייז פאר'ן עתיד?
גאר א הוה פאר זיך?
אין קאלענדער זיצט
אפשר אומזיסט?
א זיבעטעל זי פארנעמט
בלויז אין צייט אפשניט
נאכווייען פון בעפאר
דאגות אויף דערנאך
פארוואלקענט און פארכמארעט
מיט דיפרעסיע באצירט
אט שפאצירט מיין פריינד
זונטאג א גאנץ וואך פראוועט
אלטס חרטה אויף נעכטן
זארגפול איבערן מארגן
זונטאג און דינסטאג
אלע אייניג וויכטיג
זיבן שווארצע קעסטלעך
דער קאלענדער ווי געגאסן
א נאכשפייז פונעם עבר?
א פארשפייז פאר'ן עתיד?
גאר א הוה פאר זיך?
אין קאלענדער זיצט
אפשר אומזיסט?
א זיבעטעל זי פארנעמט
בלויז אין צייט אפשניט
נאכווייען פון בעפאר
דאגות אויף דערנאך
פארוואלקענט און פארכמארעט
מיט דיפרעסיע באצירט
אט שפאצירט מיין פריינד
זונטאג א גאנץ וואך פראוועט
אלטס חרטה אויף נעכטן
זארגפול איבערן מארגן
זונטאג און דינסטאג
אלע אייניג וויכטיג
זיבן שווארצע קעסטלעך
דער קאלענדער ווי געגאסן