☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » עמערדזשענסי אסיפה פארופען דורך סאטמאר

עמערדזשענסי אסיפה פארופען דורך סאטמאר

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5802

נאר,,פרייליך » מוצ"ש פעברואר 1, 2014 9:25 pm

· #180730
עמערדזשענסי אסיפה פארופען דורך סאטמאר
א שטורמישער און דרינגענדער עצרת ווערט פארופען אין סאטמאר הופפער דעם דינסטיג תצוה איבער די סכנת ה'וואטסעפפ וואס האט לעצטענס צובראכען פילע אידישע הייזער, און פארוואגעלט אידישע נשמות מחיק אביהם

די רב הקהילה רבי מ''מ וועט אויפטרעטן בפני אביו מרן רבינו זז''ג

די אסיפה וועט זיין פון צען ביז צען דרייסיג שארף!

נאר,,פרייליך » מוצ"ש פעברואר 1, 2014 9:28 pm

· #180731
דער בלאט גרייט צו דעם ציבור
file-57.jpeg file-61.jpeg

יתרו » מוצ"ש פעברואר 1, 2014 10:39 pm

· #180748
נעבעך

העלא » מוצ"ש פעברואר 1, 2014 11:12 pm

· #180758
ווער איז א נעבעך?

איש אשכולות » זונטאג פעברואר 2, 2014 1:25 am

· #180787
די נעבעך זענען די לצים ארונים וואס מאכן חאגא פון די מענטשהייט. אלע עדיטארס פון דער בלאט און אזוי אויך די שרייבער פארמאגן וואטסעפפ. זיי האבן געפערטיגט מיט צימת הגידין און אריזאנע ווייץ קומען זיי יעצט זינגען אבא היך מעשרים את המלח. #ביליגע לצים.

גנדי » זונטאג פעברואר 2, 2014 1:39 am

· #180791
אין אנדערע נייעס האט פייסבוק געמאלדען אז זיי זענען נאך אלץ נומבער 1 אורזאך פאר 97.68% גיטין ביים היימישען ציבור. (גאלאנטע רבי)

ידען » זונטאג פעברואר 2, 2014 1:50 am

· #180795
מע גייט אסרן whatsapp?

סע קען נישט זיין ווייל אין איסור חל על איסור. אינטערנעט איז שוין לאאאאנג אסור..

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 2, 2014 2:11 am

· #180799
מדארף הערן פון די מסדרי קדושין וויפיל שדוכים וואטס עפפ האט שוין גורם געווען ביים היימישען ציבור.

יואליש » זונטאג פעברואר 2, 2014 7:56 am

· #180814
די פרעסטיזשפולע "בלאט", וועלכע האט א רעפוטאציע פון דורכזיפן יעדעס ווארט אירע פאר פונקטליכקייט, שרייבט גאר געמאסטענע רייד:

עס איז צום האפן אז פונקט ווי עס איז בס"ד געלונגען אפצושיידן דעם ציבור פון די טריפה'ע טעכנעלאגישע כלים, אזוי וועט בעזהשי"ת געלונגען אפצושיידן דעם ציבור פון די טריפה'ע פראגראם.


פאר דער בלאט עדיטאריעל קאמיטע איז נישטאמאל בייגעפאלן אז ס'קען זיך חלילה אריינ'גנב'ען א ווערימעל אין מוח פון א ליינער און מוליד זיין א אומשילדיגע פראגע: "וויאזוי איז שייך אז דער ציבור זאל זיין מקושר צו א טריפה'ע פראגראם, אמער, עס פאדערט זיך דאך דערצו א טריפה'נע כלי פון וואס דער ציבור איז שוין ב"ה לאנג אפגעשיידט?"

ווען איינער זאל זאגן "כ'האף אז ס'זאל אזוי געלונגען פאר די רבנים אויסצורייסן וואטסעפפ ווי ס'איז זיי געלונגען אויסצורייסן אינטערנעט און סמארטפאנס," וואלט מען אים באטיטלט אלס א מקלל. אבער דער בלאט שרייבט ס'זעלבע מיט א בלעכענע פנים.

******

ס'דערמאנט מיך פון אן עפיזאד צווישן א סקווירא און סאטמאר חסיד. דער סקווירא חסיד האט געזאגט פארן סאטמאר'ער חסיד "ביי מיר איז דער סקווירא'ער רבי שליט"א פונקט אזוי הייליג די סקווירא רבי ז"ל." האט דער סאטמאר'ער געזאגט, "ביי מיר איז דער סקווירא'ער רבי ז"ל פונקט אזוי הייליג ווי די סקווירא רבי שליט"א."

דער סקווירא'ער חסיד איז געווארן זייער בייז אויפן טראציגען סאטמאר'ער, אבער דער סאטמאר'ער האט גע'טענה'ט, כ'האב דאך געזאגט ס'זעלבע ווי דיר; דו זאגסט אז ביידע זענען אייניג הייליג און איך זאג אז ביידע זענען אייניג הייליג. 🙂

נאר,,פרייליך » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:22 am

· #180817
וואס איז דר'עולם אזוי בייז ווען א נאבעלע קהילה טוט גיטע שריט אויסצורייסען פראבלעימען פינעם אידישער פאלק ?

outspoken » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:22 am

· #180818
איינער האט מיר געוואלט שיקען א FILE האט ער געבעטען כ'זאל מאכען WHATSAPP כהאב נאכדעם באקומען אזעליכע קליפ'ס פון חבירים אז כ'האב עס געמוזט פארשפארען כדי שלא יראה בושתו!!! מווערט נעבעך אזוי אריינגעצויגען אז מ'כאפט זיך נישט אז מיט א FW. פון א קליפ (וואס מהאט אליין נישט געהאט קיין צייט צו קוקען) איז מען זיך מבייש.

יואליש » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:44 am

· #180826
outspoken
איינער האט מיר געוואלט שיקען א FILE האט ער געבעטען כ'זאל מאכען WHATSAPP כהאב נאכדעם באקומען אזעליכע קליפ'ס פון חבירים אז כ'האב עס געמוזט פארשפארען כדי שלא יראה בושתו!!! מווערט נעבעך אזוי אריינגעצויגען אז מ'כאפט זיך נישט אז מיט א FW. פון א קליפ (וואס מהאט אליין נישט געהאט קיין צייט צו קוקען) איז מען זיך מבייש.


דאס איז שוין פון די קליינע פראבלעמען.

דער בלאט ברענגט צום אויבערפלאך די שרעקליכע עפעדעמיע פאראורזאכט דורך וואטסעפפ שר"י; נעמליך, ס'שאדט פאר אידישע געשעפטן און ביזנעס. צענדליגע גראסעריס - לויט די רבנים ועסקנים היושבים על מדין - האבן געפיילט פאר טשעפטער עלעווען נאכדעם וואס א געמיינע כולל אינגערמאן האט באריכטעט אויף זיין משפחה-וואטסעפפ-גרופע א בילד פון א פארדארבענע טאמעטא אדער א מילך באטל מיט אן עקספייערט דאטום.

מאראנצןזאפט » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:53 am

· #180829
בידעי ומכירי וואס וואטסעפפ קען ריאונירן א שלום בית, סאיז א ביטערע דיסטראקציע פון וויכטיגערס אין לעבן.
דער בלאט נוצט עס אלס סענזאציע, אבער עס מיינט נישט אז סליגט נישט דערין אן אמת.

שרייבער » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:54 am

· #180831
וואטסעפפ איז א פראבלעם!
אגבער די אסיפה האט גארנישט מיט וואטסעפפ, און גארנישט מיט טעכנאלאגישע כלים
נאר פרייליך גיי צוריק צו די קברים און דריי נישט קיין קאפ פארן ציבור

דער ציל פון די אסיפה איז א דבר ידוע פארן היימישן ציבור חסידי מהר"א, אבער היות איך זע אז אפילו דער "אינסיידער" נאר פרייליך ווייסט נישט, וועל איך עס נישט שרייבן דא, יתכן אז ס'איז דא א סיבה פארוואס מען שרייבט נישט ברבים די ציל פון די אסיפה, בעוד שלשת ימים וועט איר אלע זען וווי גוט נאר פריילך ווייסט אלעס פון אינסייד
===

מאראנצן האקט
שלום בית רואינירט עס? דעם גאנצןו מענשט רואינירט עס, מען ווערט אויס מענטש, מען ווערט א ראבאט, איך האב גאר נאנטע וואס איך זע עס בחוש, נעבעך

נאר,,פרייליך » זונטאג פעברואר 2, 2014 9:59 am

· #180834
יש אומרים אויך וועגן העלפן די קאורט איבער מציצה בפה.

הלואי זאל די שמיעה איבער וואטסעפפ זיין אמת אז די הופפער אסיפה זאל'ס אויסראטען.
..
@שרייבער אפשר די אלס סודות ווייסער געבט איבער די גענויע פרטים איבער'ן אסיפה

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:23 am

· #180842
איך האב וואטסעפפ, אבער איך בין נישט אין קיין שום גרופע. די גרופעס זענען דער עיקר וואס רואינירן. בעיקר בין איך בקשר מיט משפחה מיטגלידער און עטליכע נאנטע חברים. איך פלעג האבן איין חבר וואס פלעגט מיר מזכה זיין מיט נישט איידעלע בילדער, איך האב אים געבעטן צו סטאפן, און ב"ה היינט צוטאגס איז מיין וואטסעפפ פארהאלטניסמעסיג ריין, און עס קלינגט נישט יעדע 2 סעקונדעס ווי די אנדערע וועלכע זענען אויפגעסיינט אויף 20 גרופס.

יעדע זאך קען מען אויסנוצן צום גוטן און פארקערט. איך שיק/באקום בלויז בילדער פון היימישע משפחה מיטגלידער אדער אינטרעסאנטע קליפס וואס איז אויסגעהאלטן. די מעלה פון קענען שרייבן מער פון 160 אותיות און שרייבן אין אידיש און קענען שיקן גרעסערע סייז בילדער און קליפס מאכט עס פאר א זייער פאסיגע מעסעזשינג עפפ. וכל ערום יעשה בדעת.

יתרו » זונטאג פעברואר 2, 2014 10:40 am

· #180847
העלא
ווער איז א נעבעך?

אין בלאט שטייט:
די רבנים מסדרי גיטין: וואטס-עפפ נומער איינס אינעם אורזאך פון חרובנות אין שלום בית.
כמיין עס פעלט א שטיקל אזוי וואלט געברויכט שטיין:
די רבנים מסדרי גיטין: וואטס-עפפ נומער איינס אינעם אורזאך פון חרבנות אין שלום בית אין אומגעלונגנע אומבאלימפערטע מערידזשעס וואס מען פארט צוזאם זכרים און נקיבות אן קיין מינדעסטן שייכות איינער צום צווייטען און אן קיין שום קעמעסטרי פון לאוו.

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:19 am

· #180849
סגייט זיי זייער ווייניג אן די המוןס גיטין.
די סכנה איז אז סאיז דא א מציאות אז איינער א פשטע איד קען לאזן הערן א מיינוג פארן ציבור. עס דערגרייכט סאך מער מענטשען ווי די פילסטע עצרת התעררת זאל קען פארנעמען, און סאך א קןרצערע צייט ווי לאנג סדויערט ארויסציזאגן די ווערטער ''כל כבודה בת מלך פנומה''
למשל ביים ניו יארק פאסט עפפ רעטינג האב איך דאס באמערקט סגעווארן א גאנצע מאוומענט אן עסקנים און רבנים.
דאס קען ח''ו ברענגען צי ווידערשטאנד און די יושבי חושך'ס. כידוע ביי די ערעב אפספרינג איז דאס ערשטע זאך פון די דיקטאטארן צי אפהאקן דעם עולם פון פעיסבוק טוויטער סאשעל נעטווארק.

איש אשכולות » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:34 am

· #180856
פאר די וואס פארשטייען נישט פארוואס מען מאכט חוזק פון די בלאטע וועל איך פראבירן צו ערקלערן קליפ און קלאר. יעדער ווייסט אז וואטסעפפ האט אסאך מכשולות דאס איז נישט די רעדע דא. די רעדע איז אז ביי יעדע געשעהנישע ביי ״דער בלאט״ איז עס די גרעסטע, די ערגסטע, די מעכטיגסטע, די נומער איינס, די שטערקסטע, די מהודר׳סטע, די טריפה׳נסטע... און זיי טוען אדרעסירן די באמבאסטישע טעמעס פון די גרעסטע און נומער איינס געשעהנישען אויפן ערד קוגל.. זיי זענען די נומער איינס צייטונג אין אמעריקע, די נומער איינס אנטי צימת הגידין פלייש, די נומער איינס הייליגסטער רבי, די נומער איינס מצות.. סא מען רעדט דא פון פאלנער לצים. וואטסעפפ איז א פראבלעם אבער נישט קיין ״נומער איינס״. עס איז בלויז אז די נומער איינס צייטונג גייט אדרעסירן די נומער איינס אישו פון די נומער איינס גיטין פראבלעם, און זיי גייען מאכן א נומער איינס מערכה, אזאנס נומער איינס אין דער וועלט.. עס איז ליצנות, דאס קרענקט פאר מענטשן.

שרייבער » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:36 am

· #180858
מיט אלעם ביזטו גערעכט חוץ מיט איין זאך
אין די טעכנאלאגישע וועלט איז היינט צוטאג "וואטסעפפ" די נומער 1 קיללער
קען זיין מארגן וועט זיך עס טוישן, כהיום יום איז דאס א געפערליכע קיללער, זאלסט נישט וויסן וואסערע פראבלעמען דאס ברענגט

מיט אלעם ארום וואס דו האקסט דארט שטעל איך מיר צו, און טאקע דערפאר קויף אין נישט קיין בלאט, ס'איז שטותים און לאקשן, פונקט גוט פאר קינדערגארטן

איש אשכולות » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:51 am

· #180862
נומער איינס? אפשר פעסבוק, אדער גאר טוויטער..
איך וואלט געזאגט אז די עצם סמארט פאון רואנירט די מענטשהייט, טעקסט/עפפס/ א.ד.ג.

איש עברי » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:54 am

· #180863
מיר ווארטן בכליון עיניים צו הערן א פונקטליכע אנאליז פון מהר"א וויאזוי מקען צוגרינד ווערן פון וואטעפפ
פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען

איש אשכולות » זונטאג פעברואר 2, 2014 11:58 am

· #180866
אפשר איז די אסיפה קעגן אז מען זאל נישט לייגן קיין לעמפלען ווען מהר״א פארט אויף ארץ ישראל. עס פארט ארום די טעיפ ווי מהר״א בעט מען זאל נישט לייגן קיין טאוולען אדער לעמפלען. #ווערווייסט.

נאר,,פרייליך » זונטאג פעברואר 2, 2014 2:05 pm

· #180911
היינט האבען מאכנע בביהמ''ד 53 געזאגט אז דער אסיפה קומט דערנאך וואס די בנו הצעיר האט מצליח געווען צו בויען א שטארקער באזע פון ערליכע אידען וואס באניצען זיך מיטן ועד משמרת פילטער
איז יעצט די רייע פאר'ן בנו בכורו צו אהערשטעלן א מאסיווער כוח בצירוף עוד קהילות מיט א גאר טייערער און סאפיסטאקירעטער פילטער סיסטעם וואס וועט אנאנסירט ווערן דעם קומענדיגער דינסטיג

ימים ידברו..

שרייבער » זונטאג פעברואר 2, 2014 3:22 pm

· #180948
ברעיקינג!!!! ברעיקיניג!!!!!! ברעיקניג!!!!!
יעצט קומט אריין די לעצטע נייעס אז די עמערדזשענסי אסיפה דינסטאג גייט זיין וועגן אתרא קדישא

סטעי טונד

המשך יבא ע"י נאר פרייליך בחודש שמרבין בו בשמחה

נאר,,פרייליך » זונטאג פעברואר 2, 2014 3:30 pm

· #180953
ס'צום האפען אז מיט דעם נייער פילטער וועט גאנץ כלל ישראל שוין זיין באהיטען מיט די ריכטיגע כלי שמירה

בנוסף צום זכרו, יסודי, תורתך, מה אהבתי חבורות

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 2, 2014 3:40 pm

· #180957
ס'איז צום האפן אז נאר פרייליך וועט באקומען א פילטער וואס בלאקט קאווע שטיבל.

פיינע קאווע » זונטאג פעברואר 2, 2014 3:53 pm

· #180964
מען גייט דארט נישט רעדן פון קיין אינטערנעט.ץ וואטסעפפ וכדומה -
דאס זאל אוודאי נישט צוריקהאלטן פרייליך מיט די אנדערע העיטערס אנצוגיין מיט אטאקירען א"ט - פילט אן גאנצע בלעטער וויפיל עס גייט אריין

נאר,,פרייליך » זונטאג פעברואר 2, 2014 4:42 pm

· #180988
געפילטע פיש
ס'איז צום האפן אז נאר פרייליך וועט באקומען א פילטער וואס בלאקט קאווע שטיבל.

כ'הער
עז לאנג די ברויכסט מיר ניש דא שטיי מיר פיין

ממרום שלח אש » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:10 pm

· #180995
געפילטע פיש
ס'איז צום האפן אז נאר פרייליך וועט באקומען א פילטער וואס בלאקט קאווע שטיבל.


וואו איז די דיסלייק קנעפל?

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:15 pm

· #180996
נאר,,פרייליך
געפילטע פיש
ס'איז צום האפן אז נאר פרייליך וועט באקומען א פילטער וואס בלאקט קאווע שטיבל.

כ'הער
עז לאנג די ברויכסט מיר ניש דא שטיי מיר פיין

פונקט פארקערט! איך דארף דיר יא דא, אבער אפילו אזוי וויל איך פאר דיין טובה וועגן זאלסט נישט האבן קיין צוטריט צו א סייט וואס האט א שלעכטע השפעה אויף דיר.

גאלד » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:27 pm

· #181004
@נאר,,פרייליך

דער אסיפה האט גארנישט מיט וואטס-עפ,
האסט פארקאכט א קאשע און געעפנט בזדון א פארפירישע אשכול,

איך האף נעמסט זיך נישט צום הארצן אבער איך וויל דיר זאגן מיט גרעסטן מאס פארשטענדיש, אלס א פריינד, אז אטער דער אשכול איז דער פערפעקט ביישפיל פארוואס מאנכע זענען נערווירט פון דיר,

נאר,,פרייליך » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:56 pm

· #181009
@גאלד
כ'מיין כ'וואלט נישט געווען בגדר חושד בכשרים אז דיר באדערט ענדערש, אייערע חברים וואס טוען זאכען וואס שמעקט'ר ניש אזוי
און מתוך דברי קומט אביסעל ארויס זייער מיאוס פרצוף
כ'האף נעמסט'ס ניש ללבך

מאת אוהביך וידידך
רק,,בשמחה

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 2, 2014 6:56 pm

· #181016
מיט אזעלכע אוהבים וידידים ווער דארף נאך שונאים...

ווער עס האלט עז דער אשכול באלאנגט אינעם אנדערן אפטיילונג זאל אויפהייבן די האנט.

גאלד » זונטאג פעברואר 2, 2014 7:03 pm

· #181017
ס'געהער מחוץ לשלש מחנות, אין צימעס גופא זאל מען עס אריינשמעלצן אין די "שוד המתים" אשכול, פריילעךס פריוואטע בית הכסא מלוכה