☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » האדמו”ר משענדישוב

האדמו”ר משענדישוב

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5794

לשוא הכיתי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:18 pm

· #180390
האדמו”ר משענדישוב
מי זה?

לעצטענס זעט מען דעם נייעם שטערן איבעראל, בפרט אין די בילדר מאגאזינען און וועבזייטלעך.

איינער האט אן השגה מהיכן ירק זה?

נח בער » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:33 pm

· #180392
פארוואס לייגט איר נישט א לינק מען זאל זען פון וועם די רעדע איז?

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:34 pm

· #180394
דער ירק - אזוי ווי אלע שאר ירקות- לעבט פון גוטע אידן וואס ווארפן אים אריין אפאר דאללער מיט די האפענונג אז דאס וועט לייזען זייערע פראבלעמען

מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:43 pm

· #180397
😂 😂 😂 דער ירק - אזוי ווי אלע שאר ירקות- לעבט פון ירקות..........

לשוא הכיתי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:00 pm

· #180403
נח בער
פארוואס לייגט איר נישט א לינק מען זאל זען פון וועם די רעדע איז?


<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/306113">http://www.jdn.co.il/news/306113</a>

אמאל געווען » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:37 pm

· #180415
איך וועל אייך אביסעל ערקלערן ווער די הייליגע שענדישאווע רבי איז און פון וועם פונקטלעך די גאנצע נושא רעדט זיך דא הגם עס איז נישט צו ערקלערן זיין גאנצע היסטאריע אויף איין פיס און עס איז גארנישט אזוי פשוט אבער למען טובת הכלל וועל איך פרובירען די בעסטע וואס איך קען און מיר האפען אז צובוסלעך וועט א יעדער איינער פארשטיין פונקטליך פון וועם מען רעדט דא און מיט דעם וועל איך אנפאנגען:
ויהי און עס איז אמאל געווען א יוד דא אין אמעריקע וואס האט געהייסען ר' מאיר האראוויץ ז"ל א ראפשיצער אייניקעל און א שענדישאווער אייניקל און ער איז שוין דא געווען פון פאר די קרוג און ער געוואוינט אין די איסט סייד
המשך יבא

לשוא הכיתי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:01 pm

· #180420
קול הציבור מעלדט היינט איבערן נעתר לבקשתם פון אד"ש
קול הציבור מעלדט היינט איבערן נעתר לבקשתם פון אד"ש, ווי אויך ווערט געמאלדן איבערן נייעם טעלעפאן ליין דארט.

יאך האב נישט געקאנט ארויפלייגן דאהי, קול הציבור מונחת בקרן זוית הקאווע שטיבלעך שע"י בתי מדרשות דמאנסי וכל הרוצה ליטול את השם יבא ויטול וללצו"ה גדולה יחשב כצג אתו"ן רבינו בשערי מאנסי.

אמאל געווען » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:17 pm

· #180426
אנטשולדיגט מיר פארן איבערהאקען אינמיטן ארטיקלען אבער אזוי וועלן מיינע ארטיקלען אויסזען ווייל ווען איך האב אפאר מינוט וועל איך שרייבען אביסל ביטע מיר אנטשולדיגען טון מיר פארשטיין.
ר' מאיר ז"ל איז געווען א יונגעל וואס האט געלערנט אין תורה ודעת בימים ההם און ער איז געווען א היבשע נרדף ווייל ער איז געגאנגען מיט די גאנצע חסידישע טראגע און אזוי ווייטער איז ער געבליבען אלע יארען שפעטער האט ער חתונה געהאט און פארשטייט זיך אז אזוי ווי אלע האט ער זייער ליב געהאט אפאר דאללער און ער האט געזיכט א ביזנעס אין וואס ארריין צו גיין אבער כבוד האט ער אויך זייער ליב געהאט ממילא איז געווען א שטיקעל פראבלעם הגם זייער אסאך בנן של קדושים זענען געגאנגען ארבעטען דעמאלטס אבער ער האט נאך אלץ געוואלט זיין מער בכבודיג ווי אלע אנדערע
המשך יבא

אמאל געווען » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:38 pm

· #180465
נו שוין לאמיר ממשיך זיין :
האט ר' מאיר געעפענט א מצה בעקעריי ווייל דאס האט ער געזעהן פאר מער א בכבוד'דיגע ארבעט הגם ער האט גענומען נאר פוילישע אדער רוסישע פרויען צו ארבעטען דארט אבער אף על פי כן איז עס דאך בעסער ווי ארבעטען אין 47 סטריט און עס האט זיך גאנץ פיין אויסגעארבעט עס איז גוט געגאנגען די פרנסה און עס האט זיך זייער שיין פארקויפט זיינע מצות און ביז היינט איז עס נאך א זייער גוט גייענדיגע ביזנעס (יא אמת מען האט זיך שוין געשלאגען אויף דעם און די משפחה איז שוין צוקריגט אבער אין כאן מקומו להאריך און מיר וועלען אם ירצה השם צוריק קומען צו דעם) דאס איז די באוויסטע שאצער מצה בעקעריי און דאס איז די טאטע פון כבוד קדושת האדמו"ר משענדישוב אי"ה אין די קומענדיגע ארטיקעל וועלן מיר צו גיין צום זון

יין שרף » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:37 pm

· #180500
שענדישוב
fghj.png

יין שרף » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:40 pm

· #180501
.
2295.png

מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:46 pm

· #180505
יין שרף
.

א געלינקטער

קרעקער » פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:08 pm

· #180689
גארנישט געלינקט
הערשי רובינשטיין איז געשטאנען אויף יענע זייט


ער איז א עכטער מ"פ איינמאל ביניך געוועהן ביי א שמחה ער איז אריינגעקומענן מיט 2 גבאים וואס זענען געשטאנען אין בעק פון עם די גאנצע צייט זיי האבען זיך נישט גערירט פון פלאץ ווי סטעטשוס כאילו מרעדט דא פון א ריזיגע וועלטס רבי,אוי האט ער געגרוילט

איך אויך » מוצ"ש פעברואר 1, 2014 10:54 pm

· #180755
אזוי גרינג ווערט מען א מ"פ? ואגב ,אפילו אין פאליש מעקט מען ווען איינער שרייבט ארויס מ"פ.

סאו וואט » מוצ"ש פעברואר 1, 2014 11:16 pm

· #180759
אויב מעג איך פרעגן? וואס מיינט מ"פ?

איך אויך » מוצ"ש פעברואר 1, 2014 11:19 pm

· #180760
נישט מציצה פה.

הדד בן בדד » זונטאג פעברואר 2, 2014 2:32 am

· #180801
אויב איך מעג פרעגן, וואס איז דאס פאליש, פון וועלכען איך האב שוין עטליכע מאל געזעהן רעדן דא אין שטיבל?

בד"וו, איך קען אויך אביסל דעם שענדישוב'ער רבי'ן, אויסער וואס ער עסט כבוד מיט אביסל א גרעסערן לעפל ווי זיין סייז זעהט ער מיר אויס צו זיין זייער א פיינער און געשמאקער איד.

דוקא האב איך געזעהן ביי אים אפאר שיינע זאכן אויך.

I'm back » זונטאג פעברואר 2, 2014 12:22 pm

· #180868
@הדד בן הדד, טאקע דיין סטייל.

לשוא הכיתי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 10:22 am

· #181500
כנראה אז מ'ברויך זיין א שואל כענין ברחל בתך הקטנה בכלל ופרט.

דער צדיק בדורותינו וואס לע"ע דאהי יש דורשין לשבח, ויש דורשין לגנאי.

איה מקום כבודו?

ווער איז חותן המלך? אב מלוכ"ה, מאן מלחכ"י פינכא רבנן, כבר נתבאר.

ותהי ראשית ממלכתו?

ווי שטארק איז מצודתו פרושה, נאכפאלגערס? מוסדות?
[דאס אז מאנכע האלטן אז מרחיקין ממצודתו כמלא ריצת המגולגלין בדג, ווייסן מיר שוין פון קרעקער'ן]

אמאל געווען » דינסטאג פעברואר 4, 2014 3:35 pm

· #181553
איך זעה אז דער עולם איז שטארק נייגעריג און אינטערעסירט צו וויסען מער פרטים פון כבוד קדושת האדמו"ר משעדישאוו שליט"א השם יתברך יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל, מיר האפען אז מיר וועלן קענען אנקומען צו אלעס וואס דער עולם פרעגט אויב מיר וועלען האבען גענוג צייט .
ברוך השם דו באשעפער האט אונז מזכה געווען צו קענען פערזענליך הוד כבוד קדושת אדמו"ר שליט"א און זייט מיר קענען אים האבען מיר באקומען אסאך מיינונגען אויף אים סיי נעגעטיבע און סיי פאזיטיבע און מיר האפען צו רעדן מיט צייט פון אלע חלקים.
קודם כל ווילן מיר זאגען אז די רבי'ס נאמען (נישט צו ניצען נאר פאר ידיעה) איז ר' פנחס און די רבי זאל זיין געזונט האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת אדל תליט"א בת כבוד קדושת אדמו"ר ר' דוד משה ראזענבוים פון קרעטשניף רחובות זצוקללה"ה

אמאל געווען » דינסטאג פעברואר 4, 2014 4:00 pm

· #181559
נא וועלען מיר גיין ווייטער : מיר וועלען אריבער גיין איין מינוט צו די רבנית תליט"א איר טאטע זכרונו לברכה איז געווען באוואוסט פאר א גרויסער בעל מופות און א פועל ישועות ער איז נעבעך פלוצלינג אוועק ווען ער איז געווען אין רומעניע זייענדיג זייער יונג אויב געדענק איך גוט איז ער געווען 43 און ער האט איבער געלאזט א שטוב מיט יתומים און יתומות ר"ל די ברודער הרה"צ ר' מנחם מענדיל ראזענבוים שליט"א פון קרעטשניף רחובות האט איבער גענומען און ער האט גענומען אויף זיך די אחריות פון דו אנדערע קינדער און 3 יאר שפעיטער אינמיטען די שבע ברכות פון איינער פון די אנדערע קינדער ( דאס איז כבוד קדושת אדמו"ר מסאסוב שליט"א ,וואס מיר וועלען אפשרר אויך צו קומען צו אים ) איז די מאמע ע"ה וואס דאס איז געווען הרבנית הצדיקת אסתר רחל ע"ה געווען פארמישט אין א גרויסע עקסידענט און אפאר טעג שפעטער איז זו נעבעך אוועק איבער לאזענדיג איר משפחה קאליכיגע יתומים

אמאל געווען » דינסטאג פעברואר 4, 2014 4:01 pm

· #181560
צוביסלעך! איך קען נישט אלעס אויף איין מאל

שאולי » דינסטאג פעברואר 4, 2014 4:27 pm

· #181568
שענדישאווער חסיד,
דער קרעטשניפער קען יעדער
יעצט רעדט מען פון שענדישאוו
קריך נישט אוועק

אמאל געווען » דינסטאג פעברואר 4, 2014 4:54 pm

· #181571
קעי

אמאל געווען » דינסטאג פעברואר 4, 2014 5:10 pm

· #181573
נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין ארץ ישראל פאר א שטיק צייט און ער האט געלערנט גאנץ פלייסיג דארט אבער זיין דמיון האט זיך שוין אנגעפאנגען דעמאלטס ( אייגענטליך אפשר נישט דעמאלטס נאר אסאך פארדעם) און ער נאר געוואלט צוקומען צו זיין א רבי און פירען טיש און נעמען קוויטלעך אבער ווערן א מורה הוראה האט ער נישט געוואלט ווייל עס איז נישט גענוז רעביש עס איז מער רעביש נישט צו קענען לערנען און זיין פארנומען מיט אלע שטותים און נישט נאר שטותים נאר אויך מיט היסטאריע אבער צום לערנען האט ער נישט געהאט צופיל געדולד און ער האט גאנץ שנעל געמאכט א סוף דערצו און ער האט זיך גאר שטארק אריינגעלייגט מברר צו זיין און צו וויסען און דערגיין ווי אזוי אלע רעביס טוען און וואס עס איז מער רעביש און ווי אזוי אויפצוהייבען א טעלעפאן ביי זיך אינדערהיים ווי אזוי עס וועט אויסקוקען די מערסטע רעביש
המשך יבא

הדד בן בדד » דינסטאג פעברואר 4, 2014 5:17 pm

· #181577
דעם דמיון האט ער שוין געהאט בירושה פון זיין טאטן, עס האט זיך נישט ביי אים אנגעהויבן.

אמאל געווען » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:15 pm

· #181899
אמת אז דער דמיון האט שוין זיין טאטע אויך געהאט אבער פון אים וועלן מיר נישט רעדן יעצט דא אפשר וועלן מיר נאך צוריקקומען צו אים און אויסער דעם האט זיין טאטע סוף כל סוף האט ער געטוען עפעס אויך פאר פרנסה אבער ער חוץ ארום פארען פראווענען מענטשען (אויב איינער קומט) און זיצען אויבען אן און גיין נאך געלט און זיין פארנומען וועלעכע רבי האט א שענערע פעלטס און ווי אזוי ער זאל אויסשטעלען דו מיש און ווי ער זאל חתונה מאכען וכדו' טוט ער גארנישט ( קען זיין ער איז נישט מחויב ווייל ער איז נעבעך א חולי נפש) אבער למעשה טוט ער גארנישט און יעצט רעדט מען פון אים און נישט פון זיין טאטע

אמאל געווען » מיטוואך פעברואר 5, 2014 5:26 pm

· #181903
ביטע מיר אנטשולדינגען פארן איבערהאקען צו ענטפערןפאר הדד בן בדד אבער יעצט וועלן מיר צוריק קומען צום פוינט:
ווען ער איז שוין דערגאנגען און ער האט שוין מברר געווען וואס איז די מערסטע רעביש האט ער זיך מיישב געווען איבער צו לאזען ארץ ישראל און קומען קיין אמעריקע וואוינען ( ער האט געמאכט א גרויסע טעות ווייל אין ארץ ישראל ווערט א רבי מער אויפגעכאפט ווי דא אין אמעריקע מען גלייבט דארט אין א יעדע מענטש וואס פרובירט נאר אביסל איינצורעדען דעם עולם אז ער קען אביסל קבלה אבער צו זיינע טעותים וועלן מיר נאך אויך בעזרת השם צוריק קומען) לאמיר יעצט אויך נישט רעדן פון די חלק אז ער האט גענומען א ווייב וואס איז געווען א קאליכיגע יתומה און איז געווען זייער צוגעבינדען צו אירע געשוואוסטער און ער האט איר געצוואונגען צו קומען קיין אמעריקע

אמאל געווען » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 6:15 pm

· #182109
און יעצט לאמיר אביסל גיין ווייטער: ( אויף וויפיל איך וועל יעצט קענען)
יעצט אז מיר ווילען שוין פארן קיין אמעריקע ווי אהין גייען מיר ווי קען דאס מערסטע געלונגען צו האבען אן עולם? צו פירען טיש ? האט זיך אנגעהויבען א גאנצע מבוקע מיר ווייסען נישט וואס צו טוען גיין קיין וויליאמסבורג? - ווער עס געדענקט די דעמאלטסדיגע יארן ווער עס איז געקומען קיין ויליאמסבורג און עס האט זיך געדאכט פאר די רשעי ישראל -די סאטמורים- אז יענער קען מצליח זיין האט מען זיך גענומען אים רודפען וויפיל עס איז געגאנגען - ממילא איז וויליאמסבורג נישט קיין לכתחילהדיגע אפציע גיין קיין מאנסי ? עס איז נישט געווען די סטייל צו גיין קיין מאנסי הגם קיין רבי'ס איז דעמאלטס נישט געווען קיין סאך נאר וויזניץ און סטאניסלאוו אבער עס זעט נישט אויס ווי ער וועט קענען האבען צו א גרויסע עולם ביים טיש נע עס לוינט זיך נישט ווייטער גיין קיין בארא פארק ? טויג ווייטער נישט די טאטע וואוינט דארט און דער טאטע האט אפילוי נישט קיין בית המדרש נא וואס וועלען מענטשען טראכטען?
המשך יבא

טיטאניק » זונטאג פעברואר 9, 2014 9:13 am

· #182349
איך קען נישט דעם שענדישאבער רבי אבער פארוואס שרייבן אזוי נעגעטיוו אויף א איד ברבים
סך הכל האט ער געוואלט ווערן א רבי, די זעלבע זאך וואס אלע רבי'ס בכל הדודות האבען געוואלט
כמו שאמר הבית ישראל מגור זי"ע "קיינעם האט מען נאך נישט געצווינגען צו ווערען רבי"!

מען קען די זעלבע זאל טוען און באשרייבען ווי א מענטש מיט כבוד האדם
למיטב ידיעתי ווייס איך האלבע זאכען אז עפעס א שווערע פאמיליע פייט גייט דארט אן מיט די שאצער מצה בעקעריי, פינקט וואס ווייס איך נישט
אבער מעגליך אז איינער פון די משפחה דארט פראבירט יעצט מבאיש ריח זיין פון דער רעבעלע, און עס איז נישט גערעכט
מען טאר עס נישט צילאזען אין א די געהעריגע אשכולות
ער וויל האקען? זאל עס גיין אין צימעס און ביים ארויסקימען נישט פארגעסען צי מאכען א ערליכער אשר יצר

shem-tov » זונטאג פעברואר 9, 2014 11:04 am

· #182388
כ'פארשטיי נישט וואס דער אפגעפליקטער 'אמאל געווען' וויל פון דעם יוד. ער איז א רבי ווי אלע רבילעך און אז די קענסט אים אזוי גוט באשרייב אים נארמאל נישט נעגאטיוו נישט פאזיטיוו. וואס האקסטו אין קאפ אריין נאך מיט די סאטמערע חיות. ווי קומט דא אריין רשעי ישראל די סאטמורים??? איינער האט דיר אדער אים אמאל עפעס געטאן פעלט דען הונדערטער רבנים'לעך אין וויליאמסבורג. קען אפשר זיין אז די ביסט דער רבי אליינס און פרובירסט עפעס אנצודרייען דאס קען איך נאך פארשטיין... אויב נישט פארשטיי איך נישט וואס די ווילסט דא.

אמאל געווען » זונטאג פעברואר 9, 2014 5:14 pm

· #182475
איר זענט אלע גערעכט פאר די טענות און איך וועל פרובירען צו ענטפערן על אויף איין זאך אויף א מאל און נאכדעם וועלן מיר צוריק גיין צו באשרייבען כ"ק האדמו"ר שליט"א און איך וויל דא מודיע זיין אז ניין איך קוק נישט אן נעגעטיוו און אויך נישט פאזיטיוו נאר איך וויל ארויסברענגען אלע חלקים און פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט(איינטשולדיג מיר פאר די אויסדרוק)
צווייטענס איך ווייס זייער גוט וועגען די מחלוקה אין דו משפחה און ניין איך בין נישט קיין משפחה מיט זיי און איך נעם זיך בכלל נישט אן פאר זיי און איך האב בכלל נישט ליעב זיך צו מישען אין מחלוקת - יא ארויסצוברענגען ביידע צדדים גוט- אבער נישט נעמען א צדאון בנוגע פארוואס איך האב געשריבען די רשעי ישראל - איך ווייס נישט אויב איר זענט באקאנט אבער אין יענע צייטען האט א יעדע רב אדער רבי וואס איז געקומען קיין וויליאמסבורג זיך געמוזט צושטעלען צו סאטמער און אויב נישט איז געווען צרות ווי א בארג איז ממילא יא די רביס וואס האבען זיך צוגעשטעלט האבען מצליח געווען און ווער נישט האבען געליטען מוראדיג שטארק
גיי ארויס און פרעג זיך נאך ביי די יודען וואס געדענקען און האבען נישט קיין נגיעה

איש עברי » זונטאג פעברואר 9, 2014 5:24 pm

· #182476
לשווא הכיתי: ווען דו ענדיגסט ביטע מאך אויך אשכולות אויף האדמורי"ם מאשוי, אונגוואהר, גארליץ, דאלינע, דאמבראווע, הודו-נאנאש, וואוידעסלאוו, זאבליטוב, זוטשקע, טענקא, טארטיקאוו, יאמפעלע, און אזוי וויטער לפי סדר הא"ב....

לשוא הכיתי » זונטאג פעברואר 9, 2014 11:05 pm

· #182573
איש עברי
לשווא הכיתי: ווען דו ענדיגסט ביטע מאך אויך אשכולות אויף האדמורי"ם מאשוי, אונגוואהר, גארליץ, דאלינע, דאמבראווע, הודו-נאנאש, וואוידעסלאוו, זאבליטוב, זוטשקע, טענקא, טארטיקאוו, יאמפעלע, און אזוי וויטער לפי סדר הא"ב....

ראו הביא לנו איש עברי לצחק בנו...

אבער אדרבה, קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא.

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 9, 2014 11:08 pm

· #182574
איש עברי
לשווא הכיתי: ווען דו ענדיגסט ביטע מאך אויך אשכולות אויף האדמורי"ם מאשוי, אונגוואהר, גארליץ, דאלינע, דאמבראווע, הודו-נאנאש, וואוידעסלאוו, זאבליטוב, זוטשקע, טענקא, טארטיקאוו, יאמפעלע, און אזוי וויטער לפי סדר הא"ב....


מיט אזא אוואטער, פאסט ניטאמאל צו דערמאנען אזעלכע נעמען.
האלט זיך מער קלאסיש!

סאו וואט » מאנטאג מערץ 2, 2015 10:52 am

· #256643
איז דער מענטש אינגאנצען משוגע?
און אז ער האט זיך משדך געוועהן מיט טאהש, איז ער אינגאנצען ארויס פון דו ראמען?

שמחת בית שענדישוב טאהש? ער איז דו הוד כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א משא"כ דו טאהש'ער פון קאנאדע איז נישט אזא הוד?

רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 2, 2015 11:07 am

· #256647
פון די קליינע רעבעלעך האב איך נישט מורא, זיי האבן נישט קיין פאער און זיי קענען נישט מאכן חרבנות ווי די גרויסע בערן. סך הכל זענען זיי בעל תאות פוקט ווי מיר און דיר. אונז האבן ליב געלט, זיי האבן ליב כבוד.

קרעקער » מאנטאג מערץ 2, 2015 4:18 pm

· #256722
אונז האבן ליב געלט, זיי האבן ליב כבוד.


זיי האבען ליב געלט און אלע תאוות וואס אינז האבען ליב = פלאס כבוד

שעפטל » מאנטאג מערץ 2, 2015 4:28 pm

· #256728
סאו וואט
איז דער מענטש אינגאנצען משוגע?
און אז ער האט זיך משדך געוועהן מיט טאהש, איז ער אינגאנצען ארויס פון דו ראמען?

שמחת בית שענדישוב טאהש? ער איז דו הוד כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א משא"כ דו טאהש'ער פון קאנאדע איז נישט אזא הוד?

דארף מען פארשטיין דעם קשיא...

מיט וואס איז ער משוגע צו נעמען א טאהש'ע אייניקל? די טאהש'ע זענען נישט געניג קיין בנש"ק'לעך???

shem-tov » מאנטאג מערץ 2, 2015 6:35 pm

· #256756
די דארפסט זעהן די אינוויטעישאן צו פארשטיין וואס סאו וואט זאגט. איך עגרי דער רבי איז אוט אף איט קאמפליטלי עס אלוועיס

שרולי שטיין » מיטוואך מערץ 11, 2015 2:49 am

· #257903
ביודעי ובמכירי קאמינא, ער איז מיין געוועזנער פעטער. אהן אריינגיין אין זיינע חסרונות, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם, מוז איך אבער זאגן אז דער מענטש האט א אייזענער קאפ. ער איז א גאון להפליא, קען א געוואלד מיט ספרי חסידות, און אין קבלה איז ער ממש אינדערהיים. רבי יצחק משה ערלנגר (צו פארשטיין זיין גאונות אין קבלה קוק זיינע ספרים, בעיקר די פיר בענדער שבעה עינים) האט געזאגט אז ער האט נאכנישט געטראפן איינעם וואס איז אזוי 'קלאר' אין קבלה ווי אים. איך פערזענליך האב פארברענגט מיט אים לאנגע שעה'ן. ער איז משהו מיוחד ווען עס קומט צו זיכרון, חסידות און קבלה. אזוי אויך האט ער שיינע געדאנקען און חידושים.

נאך א מעלה וואס ער האט, און איך רעספעקטיר אים פאר דעם, ער איז ווייט פון א עקסטרמיסט. ער קען שטיין אין ווארט מיט יעדען מענטש, און ערווארט נישט פון קיינעם קיין פרומע משוגעת'ן.

זהו. השאר זול גמור ממה שלמדו לנו חבירנו למעלה.

כוכב » מיטוואך מערץ 11, 2015 8:14 am

· #257912
שענדישובער רבי האט אמאל אנגערופן דער משגיח פון ישיבה אז זיין זון מוז נישט קומען פארטאגס ווייל ר' אליעזר דשיקובער האט נישט געלאזט זיין זון ר משה'לע ראזדאווער ארויסקומען פון בעט פאר ניין אזייגער.
הכלל, חזו מאן גברא רבה דקאמסהיד, אז שראלי אליין זאגט עדות אז ער איז דער גרעסטער בעל מקובל בדורנו מי פתי וועט זיך גיין קריגן, אבער אויף א מענטש וואס איך קען איז מיר שווער צו גלייבן די אלע הגזמות פון שראלי אפילו ער טראגט דעם אוניווירזיטעטישן שניפסל וגם אני בחלומי האב שוין פארברענגט מיט הרב הצדיק שעות וואס איז גראדע געווען א געשמאקע עקספיריענס ווי צווישן אנדערע האט מען דן געווען בכובד ראש פארשידענע סטראטעגיעס וויאזוי צו פארגרעסערן אוו פארברייטערן דעם שענדישובער ברענד עד כי גדול מאוד ווי אויך איבער פארשידענע דרכי הנהגה א ביישפיל פארוואס ס'איז אים ליבערשט א קלענערער עולם אבי אבסולוטער קאנטראל און ווען א פרעמדער עפנט די טיר ווערט ער נערוועז ויותר אין להאריך מחמת כמה וכמה סיבות וכל זה שלא יאמרו מדשתקי רבנן כו'.

שלמה המלך » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:19 pm

· #257953
ביי די טאהש'ע חתונה האט ער קאמאנדעוועט עס יוזועל - הער איך - נו ווי זענען די בילדער? קליפס? אפשר ווייל אין טאהש איז מען אויסגעשפראכען קעגען בילדער קען מען עס נישט פאבליסייזען? מאכט נישט קיין צענט, מ'מיז דאס שוין ארויסגעבען דער עולם ווארט אומגעדילדיג!

איך אויך » מיטוואך מערץ 11, 2015 2:56 pm

· #258012
כ'קען נישט דעם שענדישאווער צדיק און זיכער נישט זיינע קבלה קענטעניסן ,אבער קיין גרויסער חכם קען ער נישט זיין. ר' משה'לה ראזוואדאווער איז געווען באקאנט מעודו אלס שוואכלינג און האט זיכער נישט קיין קשר מיטן רבין'ס זוהן. (איך האב מיך גענוג צרות אנגעליטן פון די פארטאגס אכזריות און ווען עס וואלט געווען בידי וואלט איך עס זיכער מבטל געווען אינגאנצן ,אבער דער ראזוואדאווער קומט נישט דא אריין)

שרולי שטיין » מיטוואך מערץ 11, 2015 3:59 pm

· #258046
ווער רעדט פון חכמה? זייט ווען גייט גאונות, אדער בעסער בקיאות, צוזאמען מיט קלוגשאפט?

און, איך וואלט נישט געלאזט מיינע קינדער אפילו נאנט צו אים... אלעס וואס איך זאג איז אז ער האט א גוטן קאפ, מיט א אייזערנעם זיכרון.

אחד העם » מיטוואך מערץ 11, 2015 6:12 pm

· #258087
לערנט מען נישט און קאלאמביע אביסעל מער טאלעראנץ און ליבעראליזעם פון דעם? נעמען א מענטש און אים צימעס'דיג באשייגעצען אן קיינע אינטלעקטואלע באזירטע פאקטען איז א חוסר מידות ושלא מדרכי החכמה, ניין?

אחד העם » מיטוואך מערץ 11, 2015 6:14 pm

· #258088
שרולי שטיין
ביודעי ובמכירי קאמינא, ער איז מיין געוועזנער פעטער. אהן אריינגיין אין זיינע חסרונות, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם,

זהו. השאר זול גמור ממה שלמדו לנו חבירנו למעלה.


שרולי שטיין


און, איך וואלט נישט געלאזט מיינע קינדער אפילו נאנט צו אים... אלעס

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:23 am

· #259779
עס איז אביסעל פראבלעמאטיש. ווייל פון די בילדער זעהט אויס אז ער גייט נישט מיט קיין פידז'אמעס כמנהג די היינטיגע רעבאס.

מען דארף איהם איבערגעבען אז טאמער וויל ער "זיכער" מצליח זיין דארף ער קויפען א נייע ווארדראב און זיך ניי אויסשאטפירן מיט א ליין פון קאלירטע בעקיטשעס. און זיך טוישען 5-6 מאהל א טאג. און 10 מאהל ביי א חתונה.