קאווע טרינקערכ'האב שטארק הנאה פון דעם נייעס.
שוין צייט אפצולאזן אלטע מחלוקות (ס'דא גענוג נייע)
אוי געוואלד ! ווילאנג נאך ???
כ'זיך מיר א גוטן ווינקעל, ווי צו פארבערנגען און רואיג שמועסן שטורמישע ענינים, על טהרת הקודש, {הגם כז'יץ אויף די טריפענע אינטערנעט, אבער עס איז א בחינה פון מסירות נפש נישט צו לאזן פארפאלן גיין די נשמות אויף קאווע שטיבל איי וועלט בחדרי וכו') און אלץ מוז קומען דער אויבער חכם און אריינווארפן זיינע דברי כפירה, אפצולאכן פון די מסורה, און שיסן היץ אויף אונזער סיסטעם.
מר קאווע גיי צו אלע שווארצע רוחות! מיינסט ווייל האסט דיר אנגעטון א לאנגע ווייסע בארד און צוגעטשעפעט א רעבישע נאמען, גייט מען יעצט הערן דיינע כפירהשע/סכנהדיגע/בעלזע/ארונישע/משכילישע מאטריאל, געט די העק אוט אוו היער און לאז אונז במנוחה נכונה מיט אונזער מערכות לשם שמים,
וואס מייננסטו דער באשעפער דארף אונזער שבת ???
אז ארי מאנדעל זאל היטן איין שבת ???
מיינסט ער דארף אונזער אהבת ישראל? ביסט פון קאפ געפאלן ???
מיינסט ער איז אינטרעסירט מיר זאלן רעדן איינער צום אנדערן ? זיי נישט קיין קל שבקלים און דובר על ה' ועל משיחו.
וואס ער וויל פון אונז איז אזוי:
שנאה שנאה שנאה ! טיילונג טיילונג טיילונג !
שרייען שבת אין ווילימסבורג אויף די עירוב טראגערס,
מאכן עצרת'ן קעגן די חיטוטי שכבי, ציונים, געשעפטן.
ווייטער אנהאלטן יעדע מערכה וואס איז נאר אנגעגאנגען מאז היתה ישראל לגוי ישראל, און זיך אפטיילן פון וואס נאר און וועם נאר מעגליך, נישט נאכלאזן די שנאה צו חב"ד, בעלזא (שתי פעמים איינמאל בשנת תשט"ו און נאכאמאל בשנת תש"מ פעמיים בשנאה ) וויזניץ, קלויזענבארג, ארוינים, קאלטע זאליס, כופרים (בהשקפתי) אויפגקלערטע (פארשטייען נאך א צד) און יעדע מענטש וואס דרייט זיך ארום מיט אפי' א קליינע שמייכל אפי' כמלוא נימא.
וואס זענען אונזערע מצוות ווערט ? די ווייסט וואסערע עבודה דער בעש"ט און אלע תלמידים אלע צדיקים און אלע גדולי ליטא און בעלי מוסר האבן אלץ אפגעראכטן ????!!!
וואס קען שוין דיין האלבע דאווענען, דיין כמו שמירת שבת, האבן א ווערט ?
דער אייבערטשער וויל זאלסט נאר אנהאלטן די שנאה מדור לדור צו די אלע פרעמדע, און אידן וואס האלטן א משהו אנדערש ווי דיר! דאס איז וואס ער פארלאנגט פון אונז און דאס ווער שטארקער יעדן דור און די שנאה מוז וואקסן בכל דור דור ודור לארכה ולרחבה, בעומק ובגודל, והא ראי' דאס קענען מיר נאכמער ווי אלע דורות ביז אהער, און מיר מעגן אפי' נוצן אלע מיטלען, ווי אינטערנעט, האטליינס, לצורך זה ולכך נוצרו, כלל גדול אמר ר' הערשל שנאה שנאה שנאה עצרתן פאשקעווילן וכו' וכו'
{במאמר המסוגר זיי נישט קלוגער פון אלע רבנים און מנהלים, זיי זעהן איין אז "קול מבשר" איז א סכנה פאר קינדער, און חומת הדת נישט! ווייל קול מבשר פרעדיגט ניטש שנאה און חומת הדת יא }
איך גיי נישט יעדע מאל מוחה זיין אויף דיינע דברי בלע ושטנה ונאצה בכל הקדוש לנו
נאר אחת ולתמיד יוצא געווען מצוה מחאה ומכאן ולהבא וועל איך דיר גענצליך איגנארן ולה' הישועה
הנאנחים והנאנקים