☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב פנחס בונקער- ביתר

הרב פנחס בונקער- ביתר

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5789

פלעין יודיש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:41 pm

· #180115
הרב פנחס בונקער- ביתר
לעצטענס געהערט אסאך מעשיות אויף אים,
מענטשען דערציילען וועגן זיין רוח הקודש און ווייטע בליק ממש ווי אין די בעל שם'ס צייטן
וואלט געוואלט אנאלאזירן דעם מענטש און געוואלט הערן וואס ווען און ווי ?
מי זה ואיזה הוא? פון ווי קימט ער , ווען האט ער אויפגעשטראלט וכו' וכו'
צו זענען די מעשיות און מופתים וואס מ'זאגט אויף אים טאקע אמת?

יתרו » מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:11 pm

· #180177
קען ער אריבער שפרייזן דעם טייך דינעסטר מיט א גארטעל? האט ער קפיצת הדרך יעדען מאנטאג און דאנערשטטאג? און צום לעצט האט ער א שמש מיטן נאמען אלעקסיי?

פלעין יודיש » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:50 am

· #180342
יתרו
קען ער אריבער שפרייזן דעם טייך דינעסטר מיט א גארטעל? האט ער קפיצת הדרך יעדען מאנטאג און דאנערשטטאג? און צום לעצט האט ער א שמש מיטן נאמען אלעקסיי?

אטע דאס וויל איך וויסען

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 7:49 pm

· #180560
פלעין יודיש
לעצטענס געהערט אסאך מעשיות אויף אים,
מענטשען דערציילען וועגן זיין רוח הקודש און ווייטע בליק ממש ווי אין די בעל שם'ס צייטן
וואלט געוואלט אנאלאזירן דעם מענטש און געוואלט הערן וואס ווען און ווי ?
מי זה ואיזה הוא? פון ווי קימט ער , ווען האט ער אויפגעשטראלט וכו' וכו'
צו זענען די מעשיות און מופתים וואס מ'זאגט אויף אים טאקע אמת?

דערצייל וואס דו האסט געהערט וירא הקהל..

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:42 pm

· #180580
איך האב נישט קיין סאך אינפארמאציע. בין איין מאל געווען ביי זיין שלשידעס תורה ביי עם אין בעיסמענט אויף רחוב המגיד ממעזריטש אין ביתר עילית. וואס איך ווייס זעהט ער אויס א שטיקל באלעבאטישער יונגערמאן א בעל כשרון א מבקש און אן עובד. דאווענט מיט סידור הרש"ש בהתלהבות, און לערנט פאר שיעורים אין קבלה און אין חסידות/ברסלב. ער פלעגט זיין רב/משפיע ביי די ברסלבער שטיבל אין ביתר, ביז ער האט גענומען די נישט ריכטיגע צד ביי די באווסטע מחלוקת הבעש"ט והגר"א אין ביתר. האט ער זיך געעפנט אזא שטיבל פאר זיך ווי מ'דאווענט שחרית עלעף אזייגער און עסט שלשידעס ביז א שעה נאכ'ן זמן. ער איז א שטארקע מאריך אין זיינע שמועסען סיי בעל פה און סיי בכתב וואס מ'געט ארויס.
לגבי מופתים און מעשיות, מסתמא איז ער נישט ממש דער בעל שם טוב .. (יאיר וועט דא קומען טענה'ן אפשר יא ודו"ק). ער שפילט ארום אביסעל מיט פארשידענע מיסטישע אזוינע זאכען. איך מיין אז ער אליינס איז גענוג קלוג אז אויב דו פרעגסט עם וועט ער דיר זאגען עס איז אלץ אזוי בערך ועל דרך אפשר. ער זעהט אויס נישט קיין פארמאכטער און קען הנאה האבען פון א גוט שטיקל פאליטיק אדער סתם וועלטליכע וויסנשאפט.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:41 pm

· #180599
אז מ'רעדט שוין. האט עימיצער קענען געלערנט פון דער נאנט ר' משה מילסטין שליט"א פון פלעטבוש. מ'זאגט אויף אים אויך גאר גרויסע זאכן.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:31 pm

· #180626
לעיקוואד
יאיר וועט דא קומען טענה'ן אפשר יא ודו"ק.

ובב' הקצוות, למעלה עד אין קץ ולמטה עד אין תכלית, בסוד אע"פ שחידוש כמוני לא הי' מעולם איני חידוש כלל...

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:35 pm

· #180629
הרוצה לשקר ירחיק עדותו פארוואס פארציילט מען נישט קיין גרויסע זאכן אויף גאטליב פון ראדני אדער ווערטהיימער פון הופער סטריט פונקט מאכט זיך אייביג די אותות ומופתים ביי בונקער ערגעץ אין ביתר אדער מילסטאן אין און דעם וויסטען פלעטבוש.
הערטס אויף מיט די נאן סענס ווילאנג מען זעט נישט קיין אותות ומופתים און אונזער דלת אמות גלייבטס נישט ווען מען קומט ענק פארקויפן סחורה פון אן ארץ נכר.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:36 pm

· #180630
יתרו
הרוצה לשקר ירחיק עדותו פארוואס פארציילט מען נישט קיין גרויסע זאכן אויף גאטליב פון ראדני אדער ווערטהיימער פון הופער סטריט פונקט מאכט זיך אייביג די אותות ומופתים ביי בונקער ערגעץ אין ביתר אדער מילסטאן אין און דעם וויסטען פלעטבוש.
הערטס אויף מיט די נאן סענס ווילאנג מען זעט נישט קיין אותות ומופתים און אונזער דלת אמות גלייבטס נישט ווען מען קומט ענק פארקויפן סחורה פון אן ארץ נכר.

פאר דעם איד אין ביתר איז ראדני סטריט די הרי החושך.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:45 pm

· #180636
יתרו
הרוצה לשקר ירחיק עדותו פארוואס פארציילט מען נישט קיין גרויסע זאכן אויף גאטליב פון ראדני אדער ווערטהיימער פון הופער סטריט פונקט מאכט זיך אייביג די אותות ומופתים ביי בונקער ערגעץ אין ביתר אדער מילסטאן אין און דעם וויסטען פלעטבוש.
הערטס אויף מיט די נאן סענס ווילאנג מען זעט נישט קיין אותות ומופתים און אונזער דלת אמות גלייבטס נישט ווען מען קומט ענק פארקויפן סחורה פון אן ארץ נכר.

איך פארשטיי אז דו האסט דעם Latitude פונעם עולם דא אז דו זאגסט מיט אזא זיכערקייט אז דאס שטיבל איז ריין פון פלאטבושע /ביתר'ישע איינוואונער. באריסטא, העקער אלערט.

sefish » פרייטאג יאנואר 31, 2014 2:50 am

· #180652
לעיקוואד
איך האב נישט קיין סאך אינפארמאציע. בין איין מאל געווען ביי זיין שלשידעס תורה ביי עם אין בעיסמענט

אפשר דערפאר רופט ער זיך בונקער

יאסל ראקאווער » פרייטאג יאנואר 31, 2014 3:11 am

· #180654
איך פון דער נאנט, ביודעי ומכירה, ווי ער פערזענליך האט פרובירט איינבאמבלען אז ער ווייסט על דא ועל הא, כאילו ער האט עפעס מיסטישע כוחות, שלא כדרך הטבע, פאראויס צו זאגן דער מארגען.

פארשטייט זיך ער האט עקספעקטעד א פעי דעי אויב ס'ארבייט זיך אויס די 50-50 געמבעל. א געמבעל מיט גארנישט צו פארלירען.

ס'איין זאך ווען די רבי מומבעלט און די נארישע חסיד פארטייטשט. ס'איז א גאנצע צווייטע לעוועל ווען די סקעם איז אקעסטרעיטעד דורך אים אליין.

א גועל נפש.

לשוא הכיתי » פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:24 pm

· #180693
יאסל ראקאווער
איך פון דער נאנט, ביודעי ומכירה, ווי ער פערזענליך האט פרובירט איינבאמבלען אז ער ווייסט על דא ועל הא, כאילו ער האט עפעס מיסטישע כוחות, שלא כדרך הטבע, פאראויס צו זאגן דער מארגען.

פארשטייט זיך ער האט עקספעקטעד א פעי דעי אויב ס'ארבייט זיך אויס די 50-50 געמבעל. א געמבעל מיט גארנישט צו פארלירען.

ס'איין זאך ווען די רבי מומבעלט און די נארישע חסיד פארטייטשט. ס'איז א גאנצע צווייטע לעוועל ווען די סקעם איז אקעסטרעיטעד דורך אים אליין.

א גועל נפש.


אנעם מקיים זיין ופרשו השמלה בפרטי פרטים, גם אני הק' מצטרף לזה.