☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פאראייניגטע עצרת רבתי ומגבית נפש תחת נפש אין וויליאמסבורג

פאראייניגטע עצרת רבתי ומגבית נפש תחת נפש אין וויליאמסבורג

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5788

שעפטל » מיטוואך יאנואר 29, 2014 3:45 pm

· #180103
פאראייניגטע עצרת רבתי ומגבית נפש תחת נפש אין וויליאמסבורג
מסתמה צום ערשטן מאל אין באלד 15 יאר, גייט פארקומען א גרויסער קידוש השם בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג ווי עס זענען ערווארטעט אלע קהילות פינעם שטאט ובתוכם ביידע סאטמאר'ע קהילות וואס וועלן נעמען אנטייל אין א עצרת התעוררות לתשובה ולהתעוררות צוליב די לעצטערע שווערע שמועות ובפרט מיטן אומקום פון ר' מנחם משולם שטארק ז"ל הי''ד

דער צוזאמקום פארשפרעכט צו זיין א גאר שטארק מאוחדיגער און פאראייניגטער אסיפה פון די גאנצע שטאט וואס מען האט שוין לאנג נישט געזען.

די עסקנים פון אלע קהילות ארבייטן אויס די לעצטע דעטאלן איבערן מעמד וואס וועט פארקומען מארגן דאנערשטאג (תרומה) אין די זאלן פון עטרת אברהם אין וויליאמסבורג

די אסיפת התעוררות וועט גלייכצייטיג אויך דינען -לע"נ ר' מנחם'ן- אלס א געלט אקציע "מגבית נפש תחת נפש" צו ראטעווען א איד ר' צבי ברוך בן אסתר יהודית בלומגארטן וועלכע שטייט אויס טויט שטראף רח"ל

(אין קורצן איז בלומגארטן'ס מעשה: ער האט זיך געדרייט מיט א גענג און זיי האבן דערהארגעט איינעם. ער זאגט אז ער איז נישט געווען פון די וואס האבן געהארגעט און טאקע דא אין ניו יארק ווען מ'האט אים ארעסטירט האט מען אים געגעבן תפיסה. למעשה קומט יעצט א פראקורער אין קאלעפארניע און פארלאנגט טויט שטראף. קוקט דא פאר מער... אדער ליינט דא א באשרייבונג וואס איז געווען באשריבן אין "דער שפאקטיוו)

📎 שטארק התעוררות.jpg

אביסל האצעך שוין דא אנגעהויבן א שקלא וטריא איבער דעם, אבער כ'מיין ס'קומט זיך אן עקסטערע אשכול...

שעפטל » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:12 pm

· #180106
סדר עצרת התעוררות רבתי

דברי פתיחה ונעילה:
הרב הגאון רבי פנחס כף שליט"א
ר"מ בישיבת שערי יושר, ומרביץ תורה בק"ק צעהלים

דברים אחדים טרם מעמד התעוררות אמירת תהלים:
הרב הגאון רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א
דומ"ץ ק"ק סאטמאר (סאוט אכט)

אמירת תהלים:
הגה"צ רבי אהרן גרינוואלד שליט"א
דומ"צ ק"ק פאפא

דברי התעוררות:
כ"ק אדמו"ר רבי אלעזר יצחק אייזיק הוראוויץ שליט"א
אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא

משא העצרת:
האורח המיוחד מאייראפע
הגה"צ רבי מרדכי גרינפעלד שליט"א
אב"ד ק"ק וויזניץ אנטווערפן יצ"ו

והחי יתן אל לבו:
הרב הגאון רבי יצחק אייזיק קרישעווסקי שליט"א
ר"מ בישיבה גדולה דסאטמאר - קווינס (מלפנים בבארא פארק)

דברי חיזוק:
הגה"צ רבי אפרים שטיין שליט"א
אבד"ק פאלטישאן בארא פארק

פסוקי יחוד קבלת עול מלכות שמים:
הגאון הצדיק רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן שליט"א
ראב"ד (דומ"ץ) סאטמאר (ראדני)

משניות וקדיש יתום

שרייבער » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:20 pm

· #180108
שעפטעלע, הלזה יקרא אחדות? איך האב גארנישט קעגן דעם עצרת, אבער ס'שמעקט עפעס פישיג

אבער בעצם די מעמד, ס'איז ראש חודש, סאו מען גייט מאכן א עצרת הספד אום ראש חודש און זאגן תהלים ביינאכט, אתמהה, ויש ליישב בדוחק ליל ששי, כ'הער

למעשה ווער שטייט אונטער דעם? ווער רופט די רעדנערס?

ודי למבין » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:30 pm

· #180109
געב עס א אפאר מינוט און @חזקיהו המלך וועט זאגן אז די גאנצע הארגענען פון שטארק איז געווען אונטער געשטעלט דורך צבי ברוך בלומענבערג כדי מ'זאל קעמען מאכן א גוטע פאנדרעיזער פאר אים...

שרייבער » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:31 pm

· #180110
ודי למבין
געב עס א אפאר מינוט און @חזקיהו המלך וועט זאגן אז די גאנצע הארגענען פון שטארק איז געווען אונטער געשטעלט דורך צבי ברוך בלומענבערג כדי מ'זאל קעמען מאכן א גוטע פאנדרעיזער פאר אים...

נע, ס'האט מיט די וואקסינען.... איך מיין פלארייד

שעפטל » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:34 pm

· #180111
למען האמת הרב @שרייבער, מיר קוקט אויס אז די גאנצע אסיפה ווערט אנגעפירט אדורך די דרור ארגענעזאציע (הרב לאבין ענד קא...) און ס'בעסטע דאס אנצודרייען איז מיט א דראמאטישע לעילו נשמת ר' מנחם'ן....

איבערן אחדות, גראדע קוקט מיר אויס די ליין-אפ גאנץ לייטיש און פעיר.... (מפני כבודו פון די רבנים וועל איך נישט יעצט מגיב זיין צו די אויסוואלן זענען גוט צו נישט)

און אזוי ווי כ'בין נישט קיין (איבעראל-אנגענומענע) פוסק (האחרון..) וויל איך נישט ענטפערן איבער די ראש חודש און תהילים ביינאכט... אבער דו אליינס האט גענטפערט למחצה אז ס'איז ליל שישי..

קרעקער » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:37 pm

· #180114
מיר קוקט אויס אז די גאנצע אסיפה ווערט אנגעפירט אדורך די דרור ארגענעזאציע (הרב לאבין ענד קא...) און ס'בעסטע דאס אנצודרייען איז מיט א דראמאטישע לעילו נשמת ר' מנחם'ן....


האט איינער בכלל געטראכט אנדערש? זעכער איז עס א וועג אנצידרייען דעם עולם צו מאכען געלט אויפען בלוט פון שטארק
עקלהאפטיג איז נישט דאס ווארט

גאלד » מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:29 pm

· #180130
אינטערסאנט, איך ווייס אז שוין 2 וואכן וואס די חברים פונעם מנוח ע"ה ארבעטן איבערמידלעך אויף א גרויסע כינוס הספד אויך מארגן נאכט אין קאנטינענטל, די גאנצע סאטמארע גיל פון גרעיטער ניו יארק, מיט משפחה זענען געסקעדשולט צו דארט זיין,

קען זיין ס'נישט קיין סתירה, איינס איז פאר די שטאט וומ"ב, די אנדערע איז א פנימי פאר משפחה אין פריינד

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:51 pm

· #180133
קרעקער זיי נישט אזוי נעגאטיוו. זיצן אויף ק"ש און האקן אויף יעדן וועט קיין גוטס נישט ברענגען. אז דו קענסט אויפטון, אדרבה גיי טוה.

די שאלה איז צי יעדער קומט טאקע אין עטרת אברהם, אבער נישט אין עטרת בלעם?........

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 29, 2014 8:29 pm

· #180162
פון הימל רופט מען?
גאט האט געהרגט מר. שטארק ווייל..... וויליאמסבורג בכלל און משפחת שטארק בפרט זענען אחראי צו טוהן - טוהן וואס? - לטובת א איד וואס זיצט אין תפיסה?

דער (פינטעל) איד » מיטוואך יאנואר 29, 2014 8:57 pm

· #180171
קרעקער
מיר קוקט אויס אז די גאנצע אסיפה ווערט אנגעפירט אדורך די דרור ארגענעזאציע (הרב לאבין ענד קא...) און ס'בעסטע דאס אנצודרייען איז מיט א דראמאטישע לעילו נשמת ר' מנחם'ן....


האט איינער בכלל געטראכט אנדערש? זעכער איז עס א וועג אנצידרייען דעם עולם צו מאכען געלט אויפען בלוט פון שטארק
עקלהאפטיג איז נישט דאס ווארט

עקלהאפטיג איז טאקע נישט דאס ווארט. דאס ווארט איז אז דו ביזט סתם א שלעכטע שווארץ זעער.

שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:44 am

· #180341
שעפטל

דברים אחדים טרם מעמד התעוררות אמירת תהלים:
הרב הגאון רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א
דומ"ץ ק"ק סאטמאר (סאוט אכט)

טויש!
דברים אחדים טרם מעמד התעוררות אמירת תהלים:
הרב הגאון רבי בנציון לאוב שליט"א
דומ"ץ ביהמ"ד ישמח משה ד'סאטמאר

שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:03 am

· #180344
און אזוי אויך שטייען נישט אויף די צעטליך אז דער תולדות צבי מ'ספינקא רבי זאל רעדן

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:28 am

· #180345
ווער איז לאוב, פון די ציממערמאן קליקע?

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:33 am

· #180346
ווער סהאט געזען די צוויי טעגליכע צעטלעך אין וומ''ס האט געקענט אנמערקן ווי שיין דער שלום איז בתוקפו.

שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:34 pm

· #180414
איבערן צוועק פון מגבית נפש תחת נפש


היות אז עס איז קלאר אז האווארד האט נישט געהרגעט, נישטאמאל איז ער געווען אין די זעלבע סטעיט ווי די מארד איז פארגעקומען, האט ער אין נוא יארק באקומען א טורמע אורטייל.

שפעטער האט א קאליפארניע פראקוראר געטראפן א וועג צו אנקלאגן האווארד אויף קאנספיראציע צו מארדן און אים געבן טויט שטראף.

דאס שלעפט זיך שוין אסאך יארן, נאכדעם וואס די משפחה האט נישט די געלט צו ראטעווען זייער זון פון טויט שטראף,ווען זיי האבן אלעס פארלוירן צו בערני מעידאף, אבער זיי ווייסן איין זאך אז כלל ישראל שוינט זייער אפ א נפש מישראל, ווי מרת בלומגארטן דרוקט זיך אויס: "ביי די קעיס פון גראסמאן (וועלכער איז נעבעך הינגעריכטעט געוואָרן אין פלאָרידע מיט עטליכע יאָר צוריק) האט כלל ישראל אזויפיל געטון אים צו ראטעווען, אבער מען האט זיך דערמאנט צו שפּעט. דא איז יעצט ממש די פאסיגע צייט, די שאנסן זענען גוטע און האווארד דארף נאר האבן די הילף פון גוטע אידן".

דרור האט זיך געוואנדן צו גדולי ישראל און איבערגעשמועסט מיט זיי די דעטאלן פון די קעיס, פארגעלייגט די צדדים און געהערט קלארע דעת תורה אז על פי הלכה איז דער איד נישט חלילה קיין מערדער, און היות ער איז א בעל תשובה און א שומר תורה איז א חיוב גמור און קלארע חוב קדוש צו מקיים זיין די פשוטע מצוה פון לא תעמוד על דעם רעך, די רבנים וגדולי הדור האבן געשריבן א קול קורא ווי זיי שרייבן אז דאס איז א ריכטיגע פיקוח נפש וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, צו ראטעווען א מענטש פון א פאקטישן טויט, און זענען מחייב אידן צו ראטעווען דאס אידיש לעבן.

מען ספענדט נישט קיין געלט אין די וועלט אריין, נאר נאכדעם ווי די אדוואקאטן און געזעץ עקספערטן האלטן אז דא זענען פארהאן גאר שטארקע שאנסן פאר סוקסעס, און א לויער וואס באגלייט שוין די קעיס פאר לאנגע יארן זעט פאר בע"ה א שטארקע סוקסעס.

הרב יואל אשר לאבין שליט"א, דער מנהל פון דרור, געט איבער פאר די רעדאקציע "דער באשולדיגטער איד איז א בעל תשובה גמור, ער רופט מיר רעגלמעסיג פון טורמע, אפטמאל ממש טעגליך, און ער דערציילט מיר די גמרא וואס ער האט לעצטנס געלערנט, די קאמף פאר אידישקייט וואס ער האט לעצטנס געקעמפט אין טורמע; די עלטערן זיינע זענען זייער איידעלע מענטשן, יורדים וואס האבן דערלייגט זייערע נכסים, און די הארץ וויינט ממש מיט צו זעהן עלטערע מענטשן קעמפן מיט זייערע לעצטע כחות פאר זייער בן יחיד'ס לעבן. די גדולי הדור ביי וועמען איך האב באזוכט האבן ממש מיט התפעלות געשילדערט די גרויסקייט פון די מצוה וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, און מען דארף גרויסע געלטער, מיט די פאסיגע געלטער האבן מיר שאנסן צו זיגן די קעיס און ראטעווען א אידיש לעבן פון טויט."

עס איז די האפנונג אז אידן וועלן זיך אנרופן ווארעם און ארויסהעלפן צו ראטעווען א אידיש לעבן, ביים קאמפיין וואס ווערט אונטערגענומען אין די קומענדע טעג צו מציל זיין א נפש.

~~~~~~~~~~


מכתב עדות

הננו בזה להעיד במקום שאין מכירין, כי יודעים אנו ומכירים היטב את הפרשה המכאיבה והעגומה של צבי ברוך בן אסתר יהודית בלומגארטן (Howard Blomgarten), יהודי שומר תורה ומצוות בן ארבעים שנה, אשר בצעירותו היה מעורב במעשים נגד החוק בתחום סמים (drugs) ונשפט במדינת נוא יארק לשבת בכלא כעשרים שנה, אחרי שנים רבות הגיע קטיגור (prosecutor) נוקשה ומחמיר ממדינת קאליפארניע ומצא שבתקופה שהנ"ל עסק בפשעים של דראגס, נהרג איש אחד ע"י חבורה של פושעים, והחליט הקטיגור שהיהודי הנ"ל אשם במעשה הרציחה, ולמרות שהנ"ל לא היה בכלל באותה העיר שמעשה ההריגה התבצעה, אולם בדעת הקטיגור היה הנ"ל המשלח והמח מאחורי הפשע.

לנו נתברר ביותר שהנ"ל לא אשם בזה, לא עשה את הפשע הזה, ודברנו עם הרוצחים האמיתיים והודו בפנינו שהם עבדו על דעת עצמם.

והננו בזה להעיד על היהודי הנ"ל שהוא יהודי כשר, בעל תשובה גמור, בר דעת הלומד ומתפלל בכל יום, שומר שבת, אוכל רק מאכלים כשרים, ונזהר במצוות עד כמה שידו מגעת, ומשתדל בתורה ומצוות, והרבה פעמים הוא נאבק ומוסר נפש למען תורה ומצוות בבית הסוהר.

הורי הנ"ל הם אנשים עדינים וטובים, האב הוא רופא עיניים נכבד, והאם מורה באוניברסטאות בתחום האמנות (art professor) ובשנים שעברו היו אנשים בעלי כסף, אולם לדאבון לב הם אבדו את כל כספם במרמה הידוע של מעידאף (Bernie maidoff) ומאז נאלצו להתמודד עם ההוצאות הגדולות רק בעזרת תרומות של אחינו בני ישראל רחמנים.

עכשיו יתקיים המשפט בקאליפארניע, שם יבקש הקטיגור מאת השופטים שיגזרו עליו עונש מוות ר"ל (death penalty) וסכנה גדולה ועצומה רובצת על חיי היהודי היקר ובעל תשובה הגמור הזה שסבל כבר די והותר.

שכרנו עורך דין מוצלח ממדינת קאליפארניע, ואנו משקיעים עמל ויגיעה להצליח במשפט הנ"ל לקרוע את רוע הגזירה, אולם כמובן שכל פסיעה עולה דמים מרובים בסכומים עצומים.

כיון שעבר זמן רב מאז הפרשה, הכל מסובך יותר, אולם יש לנו ראיות חזקות ומוצקות, ומומחים לדבר מעידים שיש לנו הזדמנות פז להצליח, והסיכויים גדולים מאוד מאוד להצילו.

עתה מתכוננים לעורר את לבב הציבור לבוא לעזרה במצוות פדיון שבויים והצלת נפש חמור זה, אי לכן מבקשים אנו את כבוד הרבנים הגאונים שיואילו בטובם לבוא לעזרתנו ע"י חתימה על הקול קורא, ועל ידי שיעוררו את לבב הציבור.

אין לנו כאן שום נגיעה ופנייה רק הצלת נפש מישראל, וברור שכפי שאנו מכירים את המציאות מקרוב, ועל פי תורה יש כאן חיוב גמור של הצלת נפש, אי לכן, נא ונא, מרנן ורבנן, בואו נא לעזרה!

צבי באיארסקי
(עסקן פדיון שבויים, חבר ארגון אלף, ומרבני חב"ד בלוס אנג'לס, מבקר תדירות את היהודי הנ"ל בבית הסוהר)

מנחם מענדל כ"ץ
(עסקן פדיון שבויים, חבר ארגון אלף, מרבני חב"ד בפלורידא, עוסק בעניין היהודי הנ"ל זה יותר מעשר שנים)

צבי ווייספיש
(רב חב"ד הונטינגטאן, לונג איילאנד נוא יארק, רב הקהלה של הורי היהודי הנ"ל)

יואל אשר לאבין
(עסקן פדיון שבויים, מנהל ארגון דרור, מכיר היטב את היהודי הנ"ל ואת המשפחה)

ממרום שלח אש » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm

· #180418
מיין פראבלעם איז אין אומרים בפני המת אלא דבריו של מת.
אויב איז ער נישט געווען אינוואלווד דערין בחייו, וואס נעמסטו זיין נאמען אויף א רייד?
צווייטענס, אזוי ווי די אישו איז אביסל קאנטרעווערשעל, ספעציעל ביי פעילד מעסייע און וואס איז נייעס קאמענטערס וסיעתם, פארוואס נעמט מען א נאמען ווי מנחם ע"ה וואס האט שוין געהאט זיין פעיר שעיר פון נעגאטיווע דעקונג און מען וויקעלט עס איין תיכף און א פרישע סומעטאכע.
הרב אי"ל המשולש, ביזט א פיינע מענטש מיט א פיינע צוועק און א פיינע ארגענעזאציע, שטיי אבער אויף די אייגענע פוס, נעם נישט קיין היטש מיט מנחם ע"ה ער איז איש פרטי כאטש ער איז אפשר געווען (ווענדט זיך וועם מפרעגט) א קרבן ציבור.

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:13 pm

· #180424
דער הרב גרינפעלד איז א גוטע רעדנער? ווייל די אלע איבריגע ציען נישט מיין אינטרעס

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:18 pm

· #180428
מאראנצןזאפט
ווער סהאט געזען די צוויי טעגליכע צעטלעך אין וומ''ס האט געקענט אנמערקן ווי שיין דער שלום איז בתוקפו.


די צעטליך ווילען פארזיכערן זייערע דיפערענצן אנצוהאלטען זייערע אדווערטייזער באזע

צוליב דעם הגאון ראי''ל פון דרור ברויכען זיי פארלירען זייערע פרנסות??

ב.ד.וו. איז א שייגעץ שטיק אויסצוניצען יענעמ'ס ביטערע צרה צו פירען דעם עולם אויף א רייד,
ענדערש אויפשטעלן א קרן יתומים פאר א אומגליקליכער אלמנה וואס האט די זעלבע וואך פארלוירען איר מאן,

איך פארשטיי אז דרור איז בשיטה מער פאר קאנטערווערסיאלע קעיסעס ווי מען קען פאטשקענען געלט אין גארבעדזש על לא דבר
אבער די ציבור ברויך נישט זיין די קרבנות פון עטליכע פי אר פראפאגאנדיסטען

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:52 pm

· #180440
נאר,,פרייליך
מאראנצןזאפט
ווער סהאט געזען די צוויי טעגליכע צעטלעך אין וומ''ס האט געקענט אנמערקן ווי שיין דער שלום איז בתוקפו.


די צעטליך ווילען פארזיכערן זייערע דיפערענצן אנצוהאלטען זייערע אדווערטייזער באזע

צוליב דעם הגאון ראי''ל פון דרור ברויכען זיי פארלירען זייערע פרנסות??

ב.ד.וו. איז א שייגעץ שטיק אויסצוניצען יענעמ'ס ביטערע צרה צו פירען דעם עולם אויף א רייד,
ענדערש אויפשטעלן א קרן יתומים פאר א אומגליקליכער אלמנה וואס האט די זעלבע וואך פארלוירען איר מאן,

איך פארשטיי אז דרור איז בשיטה מער פאר קאנטערווערסיאלע קעיסעס ווי מען קען פאטשקענען געלט אין גארבעדזש על לא דבר
אבער די ציבור ברויך נישט זיין די קרבנות פון עטליכע פי אר פראפאגאנדיסטען


אפשר איז ר שייגעץ שטיק צו נוצען טראגעדיעס צו נעמען די עולם אויף א רייד און האקן אויף אינטערנעט צניעות וכדומה?

אלא מאי אז נאך א טראגעדיע דארף מען מרבה זיין בתשובה, אויב אזוי דארט ווי עס שטייט אז מען דארף מרבה זיין בתשובה שטייט אויך אז מען דארף מרבה זיין בצדקה

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:00 pm

· #180444
עברי קוקט ניש אויס אז די קענסט די מקבלי הצדקה,
די נקודה דא איז נישט צו מען מעג אויסניצען א טראגעדיע להרבות בתיקון המעשים.

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:02 pm

· #180446
נישט פארשטאנען אידיש ביטע

שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:04 pm

· #180448
@נאר,,פרייליך וועט דא סוף כל סוף געווינען אריינצופארן פאר לאבין, און פארשמירן אן אשכול

צוריק צום מעמד אפדעיטס ביטע, געב אויס דיינע מחאות אין צימעס. ייש"כ למפרע!

איש עברי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:06 pm

· #180450
געב אויס דיינע מחאות אויף דיין ווייב'ס קאפ מיטאמאל מיט ער די סטענדערט'ס פון צימעס

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:08 pm

· #180451
הרב הגאון רבי בנציון לאוב פון די רעדנער'ס ביים עצרת איז פון די גאר חשובע משפיעים ומרביצי תורה בעיר וומ''ס

גראדע איז ער אין יענע צייט פינעם שוידערליכער מארד געווען גאר נאנט צום מקום און עטליכע מינוט דערויף האט ער דורכשפאצירט דעם פלאץ פינעם פארכאפונג
מסתמא וועט דער גאון שליט''א רעדן פערזענליכע טרעפליכע רייד לאור המצב.


..
היינט נאכט נעמען זיך די חברים פינעם נפטר ע''ה צוזאם באולם קאנטינענטאל
file-109.jpeg

שרייבער » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:02 pm

· #180479
נאר,,פרייליך

היינט נאכט נעמען זיך די חפרים פינעם נפטר ע''ה צוזאם באולם קאנטינענטאל


דער לייגט זיך חפירות און שטייט אויף מיט חפירות

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:26 pm

· #180491
איינער קען דא קלאר שטעלן וואס ס'גייט פאר מיט דע צוויי אסיפות און פארוואס איז דא צוויי אנדערע צעטלעך מיט אנדערע בעלי דרשנים פאר'ן זעלבע אסיפה? א דאנק פון פאראויס

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:58 pm

· #180509
דער (פינטעל) איד
איינער קען דא קלאר שטעלן וואס ס'גייט פאר מיט דע צוויי אסיפות און פארוואס איז דא צוויי אנדערע צעטלעך מיט אנדערע בעלי דרשנים פאר'ן זעלבע אסיפה? א דאנק פון פאראויס


עס איז צוויי באזינדערע אסיפות
איינס פאר חברים וידידים ב'קאנטינענטאל, און דער בלעם פאר אלע אנ'''ש

שרייבער
נאר,,פרייליך

היינט נאכט נעמען זיך די חפרים פינעם נפטר ע''ה צוזאם באולם קאנטינענטאל


דער לייגט זיך חפירות און שטייט אויף מיט חפירות


ביטע נישט אוועקנעמען די ערנסטע שטימונג פינעם עצרת, אז די ווילסט גיי אין צימעס און זאג א מיינונג,
גראדע האט מען היינט זיך צוזאמגענימען אין פילע אידישע צענטערן איבער די חפירות,

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:43 pm

· #180581
די זאל בהכנה להעצרת
עטרת אברהם.jpg

בן תמליון » פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:59 am

· #180645
איך מיין עס איז ווערט צו ארויסברענגען ווי די רעדנער האבן אלע ארויסגעברענגט דעם אהבת הקב"ה לישראל, ווי אונזער טאטע אין הימל האט אונז ליב. אלע רעדנער, הרב כף, לויב, שטיין, גרינפעלד, האבן ארומגערעדט פון שיר השירים אני לדודי ודודי לי, דודי שלח ידו מן החור, דער שליסל איז דער אהבה פון אידן צום גאט. קיין ווארט נעגאטיוויטעט, פרויען קליידער צו טעכנאלאגיע זענען שולדיג אין אלעם. ווי שיין ווען אידן פון אלע קרייזן קומען צוזאם מיט א פאזעטיוון טאן זיך צו מקבל זיין קבלות טובות יעדער לפי שורש נשמתו. ווי אויך דאס צוזאמענהאנג מיטן קאמפיין צו ראטעווען א איד פון טויט, נישט קיין טלית שכולה תכלת אבער זיכער איז נאך דא פאר איהם פלאץ אויף די וועלט אויסערן עלעקטריק בענקל.

קרעדיט פאר די עסקנים ארגענאזירער. לאמיר האפן אז דער פאזעטיווער גייסט וועט זיך האלטן און מיר קענען ארויסקוקן אויף מער אזאנע פאזעטיווע אסיפות.

יושב אהל » פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:01 am

· #180646
די ארונים זענען געווען?

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 31, 2014 10:55 am

· #180672
יושב אהל
די ארונים זענען געווען?

וואס דארף מען אן ארון? נישט געווען קיין לויה, נאר די שלושים.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:05 am

· #180675
קאווע טרינקער
יושב אהל
די ארונים זענען געווען?

וואס דארף מען אן ארון? נישט געווען קיין לויה, נאר די שלושים.

ער מיינט חסידים פון ר' אהרן טיילבוים פון קרית יואל

גאלד » פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:08 am

· #180678
קאווע טרינקער
יושב אהל
די ארונים זענען געווען?

וואס דארף מען אן ארון? נישט געווען קיין לויה, נאר די שלושים.


דערמאנט מיך, כ'בין איינמאל געווען ביים קרית יואל'ער ביה"ח, דארט אינעם שטיבל וואס איז מחובר צו די טהרה שטיבל, צוליב א צרה ל"ע,
שטיי מיר דארט ציזאמען מיט די בני משפחה פונעם בר מינן ל"ע, אזוי פארשטימט בנזיפה,
איז אויך דארט געשטאנען ר' שלום לעיזר דים נ"י, בקיצור דער דים האקט אפ די שטילשווייגעניש, און רופט זיך אן "איך זעה דא אסאך ארונים!!",
קיינער כאפט נישט וואס פונקטליך ער ציעלט דא,
טייטעלט ער מיטן פינגער צו די הויפן פארטיגע האלצענע ארונים וואס ליגט אין ווינקל
איך זאג אייך, דער דים האט ליידער מכשיל געווען די אבלים צו מסיח דעת זיין מאבילות,

גאלד » פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:13 am

· #180680
דער (פינטעל) איד
קאווע טרינקער
יושב אהל
די ארונים זענען געווען?

וואס דארף מען אן ארון? נישט געווען קיין לויה, נאר די שלושים.

ער מיינט חסידים פון ר' אהרן טיילבוים פון קרית יואל


שווער צו זאגן, ווייל ווי ווייט איך דענק האבן די ארונים נישט קיין טאטו אויף זייער שטערן "איך בין א אהרוני"

נולד מאוחר » זונטאג פעברואר 2, 2014 4:53 pm

· #180991

אה אזא אסיפה איז ממש געאייגנט. נפש תחת נפש. אז מהאט פארגאסן אידש בלוט, דארף מען יעצט טרינקען די בלוט פון תממיתדיגע אידשע צניעותדיגע ווייבלעך.

outspoken » זונטאג פעברואר 2, 2014 5:25 pm

· #181002
נולד מאוחר

אה אזא אסיפה איז ממש געאייגנט. נפש תחת נפש. אז מהאט פארגאסן אידש בלוט, דארף מען יעצט טרינקען די בלוט פון תממיתדיגע אידשע צניעותדיגע ווייבלעך.



From Wikipedia, the free encyclopedia

Ambulance chasing, which is a form of barratry, refers to a lawyer using an event as a way to find legal clients. The term "ambulance chasing" comes from the stereotype of lawyers that follow ambulances to the emergency room to find clients

אפשר ווייסט איינער א עצה ווי אזוי OUTSPOKEN קען איינקעשען די טראגעדיע ר''ל צו מאכען אפאר טאלער?