☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שיטות המוסר און אירע קעגענער

שיטות המוסר און אירע קעגענער

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5782

חולם » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:28 pm

· #179991
שיטות המוסר און אירע קעגענער
פארוואס זאל סיי ווער זיין קעגען לערנען מוסר? אויב פארשטיי איך גוט איז די תנועת מוסר מיסודו פאר ר"י סאלאנטער געווען אז מ'זאל לערנען אביסל מוסר יעדן טאג וואס זאל אריינברענגען יראת שמים. אין איינע פון די אידישע צייטונגען איז געווען באשריבן יעצט וועגן דעם און זיי שרייבן דארט אז דער חזון איש איז געווען א קעגענער פון דעם. וואס איז פשט פון אזא זאך וואס איז שלעכט מיט לערנען מוסר? כ'בין נישט באקאנט אין די נושא.

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:32 pm

· #179992
פארוואס איז מען געווען קעגען חסידות?
וואס איז שלעכט מיט א ווארימע באטע?

די תירוץ איז אז מוסר/חסידות וואס אונז זעהן היינט איז שוין סטעיבילייזעד, אדאנק די התנגדות.

מוסר איז געווען א תנועה וואס האט עוסק געווען אין דעם כעיקר ולא כטפל.

חולם » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:33 pm

· #179993
נו פון וואו זאל איך דאס וויסן. יעצט ווייס איך עפעס מער

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:52 pm

· #180010
אין יענע אידישע צייטונג איז עס געווען שיין אויסגעשמועסט לאורכה ולרחבה.

חולם » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:54 pm

· #180011
שמעקעדיג
אין יענע אידישע צייטונג איז עס געווען שיין אויסגעשמועסט לאורכה ולרחבה.

דערעקט נישט! זיי האבן אריינגעווארפן אז דער חזון איש איז געווען דערקעגען אן א פארוואס, אפשר א וואך בעפאר איז געשטאנען? איך האב נישט געליינט.

לשוא הכיתי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:51 pm

· #184354
חולם
שמעקעדיג
אין יענע אידישע צייטונג איז עס געווען שיין אויסגעשמועסט לאורכה ולרחבה.

דערעקט נישט! זיי האבן אריינגעווארפן אז דער חזון איש איז געווען דערקעגען אן א פארוואס, אפשר א וואך בעפאר איז געשטאנען? איך האב נישט געליינט.


עיין באמונה ובטחון להחזו"א, שיטתו מבואר שם.

גם כי אלך » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 3:31 pm

· #185193
סאיז דא א אינטערסאנטע חיבור "פולמוס המוסר" להרב דוב כ"ץ וואו עס ווערט ברייט אויסגעשמועסט אלע צדדים אין די מערקווירדיגע מחלוקת, די התנגדות, די קול קורא'ס, און דער אריינמושינג פון די משכילים וואס האבן געפירט א ביטערן קאמף דערמיט.
מיר דיכט זיך אז די גאנצע ארטיקל אינעם יענעם צייטונג איז געווען קאפי פעיסט פון דעם ספר.

<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/7265">http://www.hebrewbooks.org/7265</a>