☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » סיפורי צדיקים

סיפורי צדיקים

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5779

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:32 pm

· #179854
סיפורי צדיקים
רעדנדיג צו א חבר, א סטמארער תלמיד, פארציילט ער מיר אז עס איז באקאנט אז דער סטמאר רבי צ"ל האט נישט גהאלטן אז מדארף גלייבן אלע חסיד'ישע מעשיות. און אז דאס איז א חלק פון סטמאר רבינס שיטה, און אז בעיקר איז אין דעם גליגן דער יסוד פון סטמאר רבי'ס מלחמה מיט אנדרע רביס.
איך האב אים גפרעגט, צו אין סאטמאר גלויבט מען די סיפורים אויף דעם אריז"ל. זאגט ער "אוואאאדע".
אויפן בעל שם טוב? "אויך".
אויף רבי אלימלך מליזענסק? "אויך"
אויב אזוי וואס פונקטליך גלייבן סטמארע חסידים אנדערש ווי אנדרע חסידים?
ער האט מיר נישט גזאגט קיין דברים ברורים. ווייסט איינער דא דער אמת?

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:46 pm

· #179863
סאטמאר רבי האט בלויז אזויפיל געזאגט אז מען זאל נישט בויען קיין הלכות אויף די מעשיות. אבער פארשטייט זיך אז בלויז צו דערציילן א מעשה אלס חיזוק אין אידישקייט און אין אמונת חכמים, איז זיכער נישט קיין פראבלעם.

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:47 pm

· #179865
איך פרעג צו ער האט גגלייבט אין די מעשיות, האט ער?

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:50 pm

· #179873
וואס הייסט צו ער האט געגלייבט מעשיות?

צו ער האט געגלויבט אז צאנזער רב האט געזאגט אז די חיוב פון א רב איז "להחיות רוח שפלים ולב נדכאים"

צו ער האט געגלויבט אז דער ייטב לב האט געפירט א ישיבה און מעמיד געווען תלמידים לאלפים ?

וועלכע מעשיות ווילסטו וויסן צו ער האט געגלייבט?

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:54 pm

· #179877
דו ווייסט וואס איך רעד פון.
די מעשיות פון מופתים און הוקוס-פוקוס.
(יא איך לייג צי, די מעשיות אויף דעם גר"א אויך...)

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:07 pm

· #179883
ווענד זיך וואס די מעשה איז געווען, די עצם פאקט אז ביי רביס זענען געווען מופתים יא.

צו יעדע מעשה'לע אויפן בעל שם אן א מקור מוסמך, נישט.

עס איז נישט קיין בלענקעט כלל, יא געגלייבט אדער נישט געגלייבט

ראש הישיבה » דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:12 pm

· #179889
לדעתי כבודו במקומו מונח. אבער די מערסטע מופתים/שקרים איז פארציילט געווארן אויף די רבי זי"ע. נישט ח"ו צופארמינערין אין זיין גדלות וויל איך. אבער מען זעהט א מדה כנגד מדה, אז ער האט אוועקגעמאכט אלע מעשיות, און אויף די רבי זי"ע פאנטאזירט מען יעדן טאג פרישער מעשיות.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 28, 2014 5:59 pm

· #179914
ער האט ע"פ רוב געגלייבט מיט די פאלגענדע 2 תנאים:
1. א מקור מוסמך, נישט סתם "מ'פארציילט"
2. עס טאר נישט זיין אקעגן די הלכה.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:00 pm

· #179915
ראש הישיבה
די מערסטע מופתים/שקרים איז פארציילט געווארן אויף די רבי זי"ע. נישט ח"ו צופארמינערין אין זיין גדלות וויל איך. אבער מען זעהט א מדה כנגד מדה, אז ער האט אוועקגעמאכט אלע מעשיות, און אויף די רבי זי"ע פאנטאזירט מען יעדן טאג פרישער מעשיות.

ווי איז דאס מדה כנגד מדה? פונקט פארקערט! ער מאכט אוועק יענעמ'ס מעשיות כאילו לא היה, און לכבוד דעם באקומט ער אלע שיינע מעשיות און כבוד אפילו מער ווי ס'איז אמת?..

shtel » דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:24 pm

· #179924
אזויפיל האט סאטמאר רב אויפגעטאהן , אז זיין עולם האט יורש געווען א געוויסע צינישע בליק אויף אזעלכע סיפורי מעשיות. מיר דוכטס זיך אז זיין מטרה איז געווען צו מחנך זיין אויף להבא ...

ראש הישיבה » מיטוואך יאנואר 29, 2014 11:48 am

· #180053
ברוכים הבאים הרב shtel

יושב קרן » זונטאג מערץ 9, 2014 1:14 am

· #189460
איך בין צומישט. בלויז צוויי עמודים אםגעריקט אינעם זעלבן צייטונג...

📎 unnamed (7).jpg

📎 unnamed (8).jpg

יושב קרן » זונטאג מערץ 9, 2014 1:18 am

· #189464
איך לייג נאכאמאל איבער דעם ערשטן שטיקל, וויבאלד די פריערדיגע איז נישט ליינבאר
📎 unnamed (9).jpg

הליכות עולמים » זונטאג אפריל 3, 2022 9:31 am

· #497398
https://www.sipurim.org/category/%D7%9E ... %99%D7%A9/
http://ravblau.com/category/%D7%90%D7%9 ... %99%D7%A9/
http://ravblau.com/tag/%D7%A1%D7%99%D7% ... %99%D7%9D/
https://www.dirshu.co.il/%D7%97%D7%93%D ... %99%D7%9D/
https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... FID=127549

תרמב » זונטאג אפריל 10, 2022 6:49 pm

· #497902
איך האב געהערט א מעשה אזוי, אז ווען הה"ק מסקווירא איז געווען ביי א באזוך ביי הה"ק מסאטמאר האט סקווירא רבי פארציילט א מוגזם'דיגע מעשה, און סאטמארע רבי האט עס אוועקגעמאכט ווי געווענטליך, שפעטער האט סאטמארע רבי פארציילט עפעס א מעשה, האט סקווירא רבי געפרעגט פון ווי קומט די מעשה? האט ער געזאגט מיין טאטע זי"ע האט עס מיר פארציילט, האט די סקווירא רבי געזאגט מיר האבן אויך געהאט א טאטע.....

שמן למאור » זונטאג אפריל 10, 2022 7:13 pm

· #497905
תרמב
איך האב געהערט א מעשה אזוי, אז ווען הה"ק מסקווירא איז געווען ביי א באזוך ביי הה"ק מסאטמאר האט סקווירא רבי פארציילט א מוגזם'דיגע מעשה, און סאטמארע רבי האט עס אוועקגעמאכט ווי געווענטליך, שפעטער האט סאטמארע רבי פארציילט עפעס א מעשה, האט סקווירא רבי געפרעגט פון ווי קומט די מעשה? האט ער געזאגט מיין טאטע זי"ע האט עס מיר פארציילט, האט די סקווירא רבי געזאגט מיר האבן אויך געהאט א טאטע.....

כ'האב געהערט אמאל אזא מעשה,
הרה"ק מסקווירא איז געווען ביי הרה"ק מסאטמאר, און געזען אז עס ליגט אויפן טיש א ליקוטי מהר"ן, האט זיך סקווירא רבי אנגערופן, איר קוקט אריין אין דעם?!?!? האט סאטמאר רב געענטפערט, נישט איך קוק אריין, נאר איך לערן דערינען
א צייט שפעטער איז סאטמאר רב געווען ביי סקווירא רבי, האט די סאטמאר רב געזאגט פארן סקווירא רבי, איך הער זאגן אז ווען איר זענט געווען אין ארץ ישראל זענט איר געגאנגען צום כותל?!?!?! האט סקווירא רבי געענטפערט, נישט געגאנגען געלאפן...

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 12, 2022 10:15 pm

· #498019
עצי שיטים: נו, פיהר אויס די מעשה. מ'איז געקומען צו א הסכם. אז ווען סאטמאר'ע רב וועט נישט לערנען ליקוטי מוהר"ן וועט די סקווירא רבי נישט לויפן צום כותל...!