☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נתניהו'ס זון פאראורזאכט טומל צוליב דעיטען א נארוועגישן שיקסע

נתניהו'ס זון פאראורזאכט טומל צוליב דעיטען א נארוועגישן שיקסע

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5775
בלאט: 1 2

יושב קרן » דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:06 am

· #179734
נתניהו'ס זון פאראורזאכט טומל צוליב דעיטען א נארוועגישן שיקסע
אין מדינת ישראל רעש'ט זיך דערמיט וואס דער פרעמינסטער נתניהו'ס שקצ'ל טוט דעיטן א גויטע פון נארוועגיע. דער 23 יעריגער יאיר (האפענטליך נישט די ניק...) נתניהו איז גייט ארויס מיט א יוניווערסיטי סטודענט פון נארוועגיע, נתניהו האט עס אפילו אויפגעברענגט מיט'ן נארוועגישן פרעימער אז זיין זון איז לעצטענס געווען אין נארוועגיע מיט זיין ג.פ.

פארשידענע גרופעס פארלאנגען פון נתניהו אז ער זאל מאכן אן ענדע צו דעם רילעשנשיפ. אויך יאיר'ס שוואגער איז ארויס אויף די ראדיא דאס צו פארדאמען.

די הייליגע קייט זאל זיך ווייטער ציען

יושב קרן » דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:18 am

· #179735
טיימאגאזין

Netanyahu Slammed Over Son’s Shiksa

<a class="postlink" href="http://world.time.com/2014/01/27/netanyahu-slammed-son-shiksa/">http://world.time.com/2014/01/27/netany ... on-shiksa/</a>

יושב קרן » דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:22 am

· #179736
וויאזוי קומט צו אזא הייליגן איד ווי ביבי דער מנהיג ישראל צו האבן אזא זון? און וויאזוי איז אזא הייליגער מנהיג ישראל ''אקעי'' דערמיט?

@ונבנתה העיר

מאטי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:36 am

· #179737
עקבתא דמשיחא

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:30 am

· #179750
אזיין התגרות באומות האט דער רבי זי"ע מיט זיין ווייטע בליק אויך נישט פאראויס געזעהן....

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:26 am

· #179753
יושב קרן
וויאזוי קומט צו אזא הייליגן איד ווי ביבי דער מנהיג ישראל צו האבן אזא זון? און וויאזוי איז אזא הייליגער מנהיג ישראל ''אקעי'' דערמיט?

@ונבנתה העיר

לערן נ"ך וועסטו זעהן אז בזמן שבית המקדש היה קיים איז נישט געווען בעסער.

DotCom » דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:03 am

· #179755
תנ"ך כצ"ל, אברהם וישמעאל, יצחק ועשיו, וכו'

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:22 am

· #179769
איך מיין ער האט יא געמיינט נ"ך, און מער די חלק פון שלמה ובת פרעה, שמשון ודלילה.

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:30 am

· #179770
כ'דענק נישט אז דלילה איז געוועהן א שיקסע.

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:45 am

· #179771
ביזט גערעכט, אויף דלילה שטייט נישט בפירוש וואס איר ייחוס איז געוועזן, על אף וואס ס'איז אנגענומען אז זי איז געווען א פלישתית, אבער ביי זיין ערשטע ווייב שטייט בפירוש, "וירד שמשון תמנתה וירא אשה בתמנתה מבנות פלשתים. ויעל ויגד לאביו ולאמו ויאמר אשה ראיתי בתמנתה מבנות פלשתים ועתה קחו אותה לי לאשה. ויאמר לו אביו ואמו האין בבנות אחיך ובכל עמי אשה כי אתה הולך לקחת אשה מפלשתים הערלים ויאמר שמשון אל אביו אותה קח לי כי היא ישרה בעיני. ואביו ואמו לא ידעו כי מיהוה היא כי תאנה הוא מבקש מפלשתים ובעת ההיא פלשתים משלים בישראל".

יאיר » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:17 am

· #179772
[quote="דער רמב"ם (הל' איסורי ביאה פי"ג הי"ד)"] אל יעלה על דעתך ששמשון המושיע את ישראל, או שלמה מלך ישראל שנקרא "ידידיה", נשאו נשים נוכריות בגיותן. אלא סוד הדבר כך הוא: שהמצוה הנכונה כשיבוא הגר או הגיורת להתגייר – בודקין אחריו שמא בגלל ממון שיטול, או בשביל שררה שיזכה לה, או מפני הפחד, בא להכנס לדת. ואם איש הוא בודקין אחריו שמא עיניו נתן באשה יהודית ואם אשה היא שמא עיניה נתנה בבחור מבחורי ישראל.
...
ולפי שגייר שלמה נשים ונשאן, וכן שמשון גייר ונשא, והדבר ידוע שלא חזרו אלו אלא בשביל דבר, ולא על פי בית דין גיירום – חשבן הכתוב כאילו הן גויות ובאיסורן עומדין. ועוד: שהוכיח סופן על תחילתן, שהן עובדות עבודה זרה שלהן ובנו להן במות. והעלה עליו הכתוב כאילו הוא בנאן, שנאמר: "אז יבנה שלמה במה" (מלכים א יא ז).[/quote]

shem-tov » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:20 am

· #179774
די מעשה איז דער בעסטער באווייז אז ציונות איז מאוס דורכגעפאלן. אז אויף אזויפיל זאל די מדינה נישט קענען מגין זיין, זיך אויסמישן האט דאך שוין אוועקגעהרגט מער חלקים פון כלל ישראל ווי די נאציס ימ"ש און דא ווען דער עם ישראל זיצט מכלומרשט ברום המעלה זאל ער דארפן פאשענען אין פרעמדע פעלדער. און נאך אפי' זיין פראוד
דערמיט. כ'גלייב נישט אז דער אלגעמיינער עולם פארשווייגט עס.

פאקט בלייבט פאקט ציונות איז דער מכה בפטיש פון כלערליי צרות און נגע'ס וואס האבן זיך פארמאסטן אונטערצוברענגען כלל ישראל. פון השכלה, קאמיוניסטן, רעפארמער פארדעם און נאכדעם. קוק עס אן. א חרפה און א בושה. רח"ל. לאמיר זיך טרייסן כי לא תשכח מפי זרעו תמחה את זכר עמלק מתחת השמים לשנה הבאה בירושלים

shem-tov » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:32 am

· #179776
איחוד פעלד
אזיין התגרות באומות האט דער רבי זי"ע מיט זיין ווייטע בליק אויך נישט פאראויס געזעהן....



צדיקל כ'וועל דיר מסביר זיין אד דער רבי מיט זיינע ווייטע אויגן האט עס אלעס געזעהן. בשעת הקמת המדינה זענען געווען פרומע ציונים וואס האבן געטענהט אז ווי נישט ווי זענען די רעפארמער און קאנסערוואטיווע גרופעס אסאך ארגער ווייל זיי מישן זיך אויס מיט די גוים און כידוע איז דאס די ארגסטע. משא"כ די ציונים זיצן זיך דארטן אין לאנד און מיט די אראבער וועט במילא קיין שלום קיינמאל נישט זיין איז נישטא וואס חושש צו זיין. למעשה אבער איז עס נישט ריכטיג. די פורקי עול האבן חתונה מיט גוים גמורים אן קיין גיירות בכלל, נאר יעצט איז עס א גרויסער פישל וואס מאכט נייעס אז ער איז פארגרוילט פון די ישראלים און זוכט גליקן אין א לאנד וואס האט זיך געבאדן אין יודיש בלוט

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:42 am

· #179779
איחוד פעלד
כ'דענק נישט אז דלילה איז געוועהן א שיקסע.

הלכה'דיג איז א אידישע פיל הארבער ווי א שיקסע.

גיבור » דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:42 am

· #179780
shem-tov
די מעשה איז דער בעסטער באווייז אז ציונות איז מאוס דורכגעפאלן.

ביטע רעד נישט ווייל אויב דאס איז א באווייז זענען מיר גוט אויף צרות ווייל דעמאלס איז סאטמאר סקווער און אפשר גאר די אייבערשטער מיאוס דורכגעפאלן .............
ליידער האב מיר גענוג פון די פעלער !

חזקיהו המלך » דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:29 pm

· #179790
כ'פארשטיי נישט, טאמער ווילען זיי זיין איינער מיטען צווייטען, זאל ער איר מגייר זיין, זי גייט דורעך א גיור אין א האלבע שעה, אין נאכדעם איז זי מותר לבוא בקהל,

ודי למבין » דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:46 pm

· #179795
shem-tov
די מעשה איז דער בעסטער באווייז אז ציונות איז מאוס דורכגעפאלן.


אויב א סאטמערער וועט אמאל מזנה זיין מיט איינעם אדער ארויסדינגען א שיקסע פאר א שעה, וועט עס זיין דער בעסטער באווייז אז סאטמער איז מאוס דורכגעפאלן?

מאטי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:21 pm

· #179806
[quote="יאיר"][quote="דער רמב"ם (הל' איסורי ביאה פי"ג הי"ד)"] אל יעלה על דעתך ששמשון המושיע את ישראל, או שלמה מלך ישראל שנקרא "ידידיה", נשאו נשים נוכריות בגיותן. אלא סוד הדבר כך הוא: שהמצוה הנכונה כשיבוא הגר או הגיורת להתגייר – בודקין אחריו שמא בגלל ממון שיטול, או בשביל שררה שיזכה לה, או מפני הפחד, בא להכנס לדת. ואם איש הוא בודקין אחריו שמא עיניו נתן באשה יהודית ואם אשה היא שמא עיניה נתנה בבחור מבחורי ישראל.
...
ולפי שגייר שלמה נשים ונשאן, וכן שמשון גייר ונשא, והדבר ידוע שלא חזרו אלו אלא בשביל דבר, ולא על פי בית דין גיירום – חשבן הכתוב כאילו הן גויות ובאיסורן עומדין. ועוד: שהוכיח סופן על תחילתן, שהן עובדות עבודה זרה שלהן ובנו להן במות. והעלה עליו הכתוב כאילו הוא בנאן, שנאמר: "אז יבנה שלמה במה" (מלכים א יא ז).[/quote][/quote]
און וואס איז מיטן זונה וואס ער האט אריינגעכאפט פארן טרעפן דליליה'ן

sefish » דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:24 pm

· #179807
גיבור
shem-tov
די מעשה איז דער בעסטער באווייז אז ציונות איז מאוס דורכגעפאלן.

ביטע רעד נישט ווייל אויב דאס איז א באווייז זענען מיר גוט אויף צרות ווייל דעמאלס איז סאטמאר סקווער און אפשר גאר די אייבערשטער מיאוס דורכגעפאלן .............
ליידער האב מיר גענוג פון די פעלער !

איינע פון סאטמארע רבי'ס קינדער גייען ארויס מיט א שיקסע? נישט געוויסט

אמאל געווען » דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:29 pm

· #179811
דאס איז וואס די ציונים טוען

מאטי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:29 pm

· #179812
ודי למבין
shem-tov
די מעשה איז דער בעסטער באווייז אז ציונות איז מאוס דורכגעפאלן.


אויב א סאטמערער וועט אמאל מזנה זיין מיט איינעם אדער ארויסדינגען א שיקסע פאר א שעה, וועט עס זיין דער בעסטער באווייז אז סאטמער איז מאוס דורכגעפאלן?

כ'מיין אז דער ברך משה האט פרייע משפחה מיטגלידער וואס "מלכות סאטמאר" האט נישט מגין געווען אויף זיי.

איש עברי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:42 pm

· #179815
רבותי פראפארציעס ביטע
עס איז נישט באטעמ'ט פאר נתניהו, עס איז אבער ווייט פון א הוכחה אז ציונות איז דורכגעפאלן, אויב מיינסטו צו זאגן דאס וואס ציונות האט פארשפראכן צו ראטעווען פון התבוללות טוט דאס בכלל נישט ווייזן אז ציונות איז דורכגעפאלן, ס'איז א איזאלירטע פאל, וואס דארפסטו מער קוק אין משפחת נתניהו אליין איז דא צוויי קינדער איינער שטרענג רעליגיעז און איינער [אבנר דוכט זיך] א בחור'ל וואס גייט א קאפל.
בכל אופן האט נאך אלס די ציוניסטישע באוועגונג ברוך השם געראטעוועט מיליאנען אידן פון התבוללות, דאס איז א טרוקענע פאקט וואס עס קען נאר לייקענען א סאטמארע פערד וואס וועט לצורך השיטה אויך מכחיש זיין שמש בצהריים

אמאל געווען » דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:10 pm

· #179820
נישט נתני' האט געבויעט ציוניזעם אפשר איז ער אויך מסכים אויף עפעס אנדערש

מאטי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:19 pm

· #179821
אויב לערנען און קענען הייליגע תנ"ך איז אן אנדייטונג אויף סוקסעס. וואלט איך געטשאלענזשד יוצאי ישיבת רבינו יואל ארויסצושטעלן א קאנדידאט זיך צו פארמעסטן מיט אבנר נתניהו דער אנדערער זון --גראדע א דתי-- ווער ס'קען בעסער לערנען.

sefish » דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:20 pm

· #179822
איש עברי

בכל אופן האט נאך אלס די ציוניסטישע באוועגונג ברוך השם געראטעוועט מיליאנען אידן פון התבוללות

נאר א אנטי סאטמארער פערד קען אזאנס זאגן. ווען מ'שטעלט דאס צוזאם מיט וויפיל ערליכע אידן זיי האבן אפגע'שמד'עט.

איש עברי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:21 pm

· #179823
מאטי
אויב לערנען און קענען הייליגע תנ"ך איז אן אנדייטונג אויף סוקסעס. וואלט איך געטשאלענזשד יוצאי ישיבת רבינו יואל ארויסצושטעלן א קאנדידאט זיך צו פארמעסטן מיט אבנר נתניהו דער אנדערער זון --גראדע א דתי-- ווער ס'קען בעסער לערנען.

👍 👍 👍

איש עברי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:23 pm

· #179824
sefish
איש עברי

בכל אופן האט נאך אלס די ציוניסטישע באוועגונג ברוך השם געראטעוועט מיליאנען אידן פון התבוללות

נאר א אנטי סאטמארער פערד קען אזאנס זאגן. ווען מ'שטעלט דאס צוזאם מיט וויפיל ערליכע אידן זיי האבן אפגע'שמד'עט.


איך רעד נישט פון היסטאריע, און מ'קען דן זיין אויף דאס וואס דו זאגסט אז מוועט אריינגיין אין נומערען און אין סטאטיסטיקס, אבער עס איז קלאהר אז אזא מאסשטעבליכע תשובה באוועגונג וואלט אויך נישט געקענט צושטאנד קומען אהן דעם וואס מיר האבן ב"ה א אייגענע מדינה

שרייבער » דינסטאג יאנואר 28, 2014 2:40 pm

· #179828
איש עברי
די ציוניסטישע באוועגונג ברוך השם געראטעוועט מיליאנען אידן פון התבוללות,


און קריסטנטוהם האט געראטעוועט טויזנטער אידן פון ווערן אראבער

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 28, 2014 3:48 pm

· #179844
וויאזוי ווערט מען אן אראבער?

shem-tov » דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:14 pm

· #179849
אן זיך אריינלאזען אין א דעבאטע וויפיל מיליאנען בעל עבירות די מדינה האט ליידער פראדעצירט. ועל אפם וחמתם ווערן אבער די קינדערלעך בעלי תשובה נאכן זיך כאפן אין וואסערע פלאנטער די מדענה האט זיי אריינגעפירט מיט זייערע גאולה ליצנות און התחלתא דגאולה מעשיות. פרעג יעדען פרומען ישראלי היינט צו טאגס צו די מדינה איז טוב ליהודים צו נישט איז אבער זיכער אז זיי האבן אויסגעריסן מיטן שורש יעדע איינציגען עיקר פון די דרייצען אני מאמין'ס איבערהויפט די לעצטע צוויי אז אפי חוץ לארץדיגע יודן ווארטן שוין נישט אזוי אויף משיח כימי קדם ווייל אין הארץ טראכט מען אפשר דאך וועט צען ארויפלויפן קיין ארץ ישראל בעת צר.

ווען איך זאג אז די מדינה איז דורכגעפאלן ווייל ביביס בחור גייט אויס מיט א גויטע מיין איך נישט אז סאיז ביי אונז דורכגעפאלן. ביי אונז איז עס אדורכפאל שוין פון ה אייר תשח. איך רעד ביי די וואס פלעגן גלייבן אין ציונות זענען זיי שוין מודה אז סהאט נישט געארבעט

הערשי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:40 pm

· #179860
ס'איז לעכערליך צו טענה'ן אז די מדינה איז דער גורם פאר התבוללות. נתניהו האט שטודירט אין די פאראיינגיטע שטאטן אונטער די אמעריקאניזירטע נאמען בען נעט. ווען ער פארבלייבט ווען דא וואוינען וואלטן זיינע קינדער געהאט פיל העכערע שאנסן פאר אסימילאציע. ווי אויך קען מען נישט ארויסדרינגען פון די ספעציפישע פאל אז די מדינה טוט א שוואכע ארבייט אין אריינפרעגן א אידישע אידענטיטעט. OTD קינדער מאכן זיך איבעראל און ביי די שענסטע משפחות. נאר ווי עס שיינט האט זיך נתניהו אויפגעטון פאר די נארוועגישע פרעמיער אז זיין יאיר'ל זעט זיך מיט א נארוועגיש מיידל. אויף דעם קען מען אים טייטלן היתכן. די פרעמיער פון ישראל וואלט געדארפט צו אפרעדן התבוללות, און אז ס'גייט אים נישט אינדערהיים איז כאטש פאק איין.

מאטי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 4:47 pm

· #179866
פון נארוועגיעס פרעימיער פוינט אף. View האט ער געטון וואס יעדער פירער וואלט געטון זיך טרעפענדיג אזוי. דאך, וואלט ביבי געקענט שווייגן און איינשלינגען דעם עטישע פראטאקאל וואס פארלאנגט זיך וואוסענדיג צו מאכן פון די אבוויעס.

I'm back » דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:01 pm

· #179916
האט נתניהו (די זון) אמאל געזאגט אז ער גייט חתונה האבן מיט איר?

בנימין נתניהו » דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:08 pm

· #179920
שלום רב.
בדרך כלל אני לא נוהג להתווכח אם אזרחים, בטח לא עם חרדים, ובטח לא על אתר אמרקאי בשפת יידיש. אבל חובה עלי להבהיר את הדברים הללו: אני ורעייתי שרה, גאים עם הילדים שלנו, וזכותם להתאהב עם מי שבא להם. החיים הרומן של בני יאיר, זה לא ענין של אף אחד, ואני בטוח שאם הוא יחליט להתחתן עם גויה, הוא יגייר אותה לפני זה.

לעמיל » דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:12 pm

· #179921
נתניהו איך וואלט דיך געלייקט אבער עס פאסט נישט אז איך זאל לייקען איינער וואס איז א חבר און די כנסת המינים

יאיר » דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:21 pm

· #179923
אפשר קען מען אויפהערן צו דיסקוסירן מיין פריוואטער לעבן אויף א פאבליק פארום?

zurich » דינסטאג יאנואר 28, 2014 6:35 pm

· #179926
בנימין נתניהו
שלום רב.
בדרך כלל אני לא נוהג להתווכח אם אזרחים, בטח לא עם חרדים, ובטח לא על אתר אמרקאי בשפת יידיש. אבל חובה עלי להבהיר את הדברים הללו: אני ורעייתי שרה, גאים עם הילדים שלנו, וזכותם להתאהב עם מי שבא להם. החיים הרומן של בני יאיר, זה לא ענין של אף אחד, ואני בטוח שאם הוא יחליט להתחתן עם גויה, הוא יגייר אותה לפני זה.

זאג דו האסט ערענסט נישט וואס צו טיהן אז דו האסט מחליט געוועין צו עפענען א נייע ניק פאר דעים?

איך אויך » דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:03 pm

· #179931
אם כבר לפחות שיכתוב עברית תקנית.

איש עברי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:10 pm

· #179934
כבוד ראש ממשלת ישראל מר בנימין נתניהו
לכבוד ולעונג הוא לנו לצרף לחבורתנו אישיות נכבדה כמוך, אנו מבקשים ממך להשאר כאן אתנו ולהבהיר את דעתך בנושאים הנוגעים למדינת ישראל, אבל אני מייעץ לך להיזהר מלהיגרר לויכוחים מיותרים עם חלק מחברי השטיבל שכל כוונתם הוא לעורר מהומות ולחולל משברים, ולהתקיף ולהגיב בשפה נמוכה

בנימין נתניהו » דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:35 pm

· #179950
תודה רבה איש עברי.

הסיבה שהחלטתי להצטרף לפורום אזרחי, צעד שאני באופן שיגרתי לא לוקח, הינה כדי להראות סולידריות עם מתונים שבין המגזר החרדי, אותם שפתוחים לדעות והשקפות שונות. אני רגיל להיות מותקף ע"י גורמים שונים על בסיס יום יומי, ואני יודע איך לטפל בזה.

כמובן, לא אוכל לענות בכל שעה ביממה ואני מתנצל בהקדם.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:30 pm

· #179971
איך בין תמימות'דיג איז דער בנימין נתניהו ניק א וויץ? אויב אזוי פארוואס טראגט עס צו זיין פעיסבוק בלאט און וויאזוי האט באריסטא צוגעלאזט אז עמיצער זאל זיך רופן אויף דעם נאמען פון א צווייטער איד.
איך עפן א ניק מנשה פילאף.

איך אויך » דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:47 pm

· #179977
זעהט אויס ער האט אויפגעוויזן אז ער רעפרענזענטירט עם.

zurich » דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:56 pm

· #179980
מאראנצןזאפט
איך בין תמימות'דיג איז דער בנימין נתניהו ניק א וויץ? אויב אזוי פארוואס טראגט עס צו זיין פעיסבוק בלאט .

סאיז פארט פון די וויץ 😉

shem-tov » דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:14 pm

· #179982
👍 שלום עליכם כבוד הראש הממשלה. שמע בני מוסר עמיך, באמת אין לי האפשרות לדבר עמך בכל יום כי כאשר ידעת יש עלי איסור גדול מאת הרבי הגדול מסאטמאר זי"ע לבא לבית הכנסת. אע"כ שמחה גדולה אצלי שאתה .

ראה שאני סאטמורי וכנראה גם אתה לא חם על המדינה כ"כ כי החינוך בביתך בולט כפגום. שני בניך הם בעלי תשובה וכעת בנך הולך עם גויה, ממש אתה מצחיק על המדינה וזה כואב על כל הארץ. עכשיו בנימין יקירי תא שמע הגיע עת להתקרב אותך אל השיטה שלנו. עשה המכה בפטיש גדול על המדינה ממש ליצי ליצנות וכשאתה מגיע אל הסוף של הטורם שלך עשה מודעה גדולה שאתה מתחרט על הכל מה שעשית ומכאן ואילך אתה חרדי משום שיש לך שכל שלהיות יהודי אחד צריך להיות מאמין בהשי"ת והתורה. וא"א להיות יהודי אמיתי בלא זה. ודוקא חסיד סאטמורי אבל לא סאטמורי חרדי סתם כי כמה יוסף איכא בשוקא. לא ארוני ולא זאלוני ולא בני יואל רק מאנשי שלומינו אנשי הקאווע שטיבל וחסיד בהדברי יואל. ביבי עזוב את נערענים שם בעוד מועד. וכעת נא לסלוח אותי כי עכשיו אתה ציונילצערי הרב ואין אני צריך לדבר עמך כי אתה רשע וראש הממשלה של המדינה שעוקרים בה כל הי"ג עיקרים בשמחה רבה. ועד יום מותך תחכה לך אם ישוב מיד תקבלו. כל טוב. מה אתה אומר

מאטי » דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:39 pm

· #179984
זאג נאר.. דו ביסט אפשר אלטר משה גאלדבערגער?

בנימין נתניהו » דינסטאג יאנואר 28, 2014 9:51 pm

· #179986
כבוד מר שם טוב.
מדינת ישראל היא מדינה יהודית ודמוקרטית, ומעניקה שווין לבני כל מגזר, דת ומין. מדינת ישראל פורחת לתפארת עמנו ומובילה בתחומים רבים כמו הייטק ורפואה. מדינתינו משרתת את עם ישראל וצרכיה, והיא מקום מקלט להעם היהודי ללא הבדל בין אמונתם.
ילדיי מנהלים את חייהם הפרטיים כל אחד ע"פ רצונו וכמאמר הכתוב איש באמונתו יחיה.
אם הנך בוחר חיים רדיקאלי אנטי מדינת ישראל, זו זכותך, ואנו מכבדים את זה.

shem-tov » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:02 pm

· #179989
יישר כח על הכבוד הגדול וכנראה שאתה איש אינטעלעקטי ממש כמו פראפעסאר. באמת אין אני רוצה לקחת אותך מהכלים כאן. אבל אמור לי בקיצור נמרץ ובלי כעס מה המעשה עם הערביים שא"א לסדר אותם זה כ"כ שנים

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:45 pm

· #179996
מאטי
זאג נאר.. דו ביסט אפשר אלטר משה גאלדבערגער?

יוי.. איך וויין פאר געלעכטער שוין 15 מינוט, כ'געדענק נישט ווען כאב לעצטעס מאל אזוי ביטער געלאכט...
😂 😂

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:49 pm

· #179998
איחוד פעלד
כ'דענק נישט אז דלילה איז געוועהן א שיקסע.

נישט סתם א שיקסע , פון נארוועגיע, לאמיר זאגן. נאר א פאלעסטינער שיקסע. פון ראביי משה הירש'ס פאלק. און פון די נטורי קרתא. זי איז געגאנגען אין די דרכים פון די היינטיגע פאלעסטינער טעראריסטן, ימ"ש. 🙄 😈 😂 😈 😢 😠 😳 😞 😮

sefish » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:51 pm

· #179999
שמעקעדיג
מאטי
זאג נאר.. דו ביסט אפשר אלטר משה גאלדבערגער?

יוי.. איך וויין פאר געלעכטער שוין 15 מינוט, כ'געדענק נישט ווען כאב לעצטעס מאל אזוי ביטער געלאכט...
😂 😂

למעשה רעדט ער א סאפיסטיקירטן מאדערן אידיש.... 😳 😂
בלאט: 1 2