☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זענטא רב אויף א באזיך אין אוקריינא

זענטא רב אויף א באזיך אין אוקריינא

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5769

שעפטל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 4:37 pm

· #179593
זענטא רב אויף א באזיך אין אוקריינא
דער זענטא רב, הרב ליפא טייטלבוים, דער צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר הברך משה מ'סאטמאר זי"ע, און איידעם ביי הרב אפרים יוסף דוב אשכנזי ז"ל, רב ביהמ"ד טאלטשעווע ומשב"ק ויד ימינו מכ"ק אדמו"ר הדברי יואל מ'סאטמאר זי"ע, איז יעצט אויף א באזיך אין אייראפע, לכבוד די יארצייט פון זיין זיידע הגה"ק הקדושת יום-טוב זי"ע, וואס פאלט אויס קומענדיגן דאנערשטאג, כ"ט שבט, און מנוחתו כבוד איז אין שטאט סיגוט, ווי דער קדושת יו"ט זצ"ל האט משמש געווען 21 יאר.

דער זענטא רב האט געדאווענט שחרית מיט די תלמידי תלמוד תורה חב"ד, אינעם כפר החינוך "אור אבנר" וואס איז אויפגעשטעלט געווארן צווישן מעזיבוזש און בארדיטשוב, גאר נאנט צום שטאט זיטומיר.
📎 זענטא3.jpg
אין די זעלבע צייט האט דער זענטא רב אויסגעניצט די געלעגענהייט מחזק צו זיין די דארטיגע קינדער
📎 זענטא2.jpg
ווי ער האט אויסגעטיילט ציקערלעך פאר די טייערע תינוקת של בית רבן
📎 זענטא1.jpg
דער זענטא רב האט אויסגעדריקט התפעלות פונעם עבודת הקודש וואס די שליחי חב"ד טוהן, ובראשם דער מרא דאתרא פון שטאט זיטומיר און מייסד המוסדות הרב שלמה ווילהעם שליט"א
📎 זענטא4.jpg

sefish » מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:40 pm

· #179653
אהה האב איך שוין געשעפט אביסל קדושה היינט אויך. יש"כ שעפטל

איך אויך » מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:01 pm

· #179664
ממש אזוי?

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:42 pm

· #179666
ייש"כ שעפטל: דו האסט מיך ממש מחי' געווען. דאס אהבת ישראל שיינט ארויס. די בילדער געבן חיזוק נישט נאר פאר די רוסישע אידן . נאר פאר מיר און (כ'בין זיכער) פאר צענדליגער טויזנטער אידן וועלכע זעען די בילדער. תזכה למצוות.

הוגה » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:48 pm

· #179681
ב"ה לא אלמן ישראל, גאט איז נישט באנקראט. ס'נאך געבליבן ריכטיגע מנהיגי ישראל...

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:55 pm

· #179684
berlbalaguleh
ייש"כ שעפטל: דו האסט מיך ממש מחי' געווען. דאס אהבת ישראל שיינט ארויס. די בילדער געבן חיזוק נישט נאר פאר די רוסישע אידן . נאר פאר מיר און (כ'בין זיכער) פאר צענדליגער טויזנטער אידן וועלכע זעען די בילדער. תזכה למצוות.



סמייליס? ?

ודי למבין » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:55 pm

· #179685
הוגה
ב"ה לא אלמן ישראל, גאט איז נישט באנקראט. ס'נאך געבליבן ריכטיגע מנהיגי ישראל...


איך בין זיכער אז דו מיינסט דעם חב"ד שליח...

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:58 pm

· #179687
שעפטל פארגינט ניש די טיטעל 'אדמו''ר'
ווי שטורעם פון חב''ד באטיטעלט דעם זון פון ב''מ

טעפל » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:13 am

· #179766
עלית לקרתא הלך בנימוסא.
קוקט'ס די ערשטע בילד, ער טיילט דאלער'ס!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:58 am

· #180336
נאר,,פרייליך
berlbalaguleh
ייש"כ שעפטל: דו האסט מיך ממש מחי' געווען. דאס אהבת ישראל שיינט ארויס. די בילדער געבן חיזוק נישט נאר פאר די רוסישע אידן . נאר פאר מיר און (כ'בין זיכער) פאר צענדליגער טויזנטער אידן וועלכע זעען די בילדער. תזכה למצוות.



סמייליס? ?

דער סטאר האט (טעמפארערי) נישט געהאט קיין סמייליס. 🙄 😂 😎 😠 😛 😳 😮