☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מ"מ אויף ברייט פארשפרייטע מדרשים און מאמרי חז"ל

מ"מ אויף ברייט פארשפרייטע מדרשים און מאמרי חז"ל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5767

קרעמער1 » מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:54 pm

· #179569
מ"מ אויף ברייט פארשפרייטע מדרשים און מאמרי חז"ל
אין אנדערע אשכולות רעדט מען שוין ארום וואס עס הייסט דרוש און ווער עס האט רעכט צו פאבריצירן א מדרש אא"וו


דא אין דעם אשכול וואלט איך געוואלט מ'זאל רעדן ריין טעכניש שמועסן איבער די מראי מקמות פון פארשפרייטע מדרשים, און צו ס'עקזיסטירט יא אדער נישט א געוויסער מאמר
היות ווי באקאנט, איז אין די צייטן ווען ס'נאך נישט געווען צוטריטליך פארן המון עם אזעלכע מושגים ווי: גוגל, קאמפיוטער, היברו בוקס, אוצר החכמה וכדו', געווען הפקר וועלט אין דעם הינזיכט
ווער ס'האט געהאט צוטריט צו א דרוקעריי האט געקענט, ביודעים ובלא יודעים, בכוונה אדער שלא בכוונה, אויפמאכן און פארשפרייטן א. ג. מאמרי חז"ל לויט ווי אים געפעלט

עכ"פ כ'וועל אנהייבן מיט א דוגמא בשייכות מיט די וואכעדיגע סדרה
אסאך דרוש ואגדה ספרים ברענגען א מדרש בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר להם הקב"ה ויקחו לי תרומה

און אין געוויסע שטייט מער דיטיעילד בשעה שהקדימו ישראל נעשה לנשמע וכו'

מאנכע צייכענען אפי' צו דעם גענויען מקור תדא"ר און די מער פארגעשריטענע צייכענען זאגאר אהן דעם פרק, נעמליך י"ז

די זאך איז אבער אז מ'קוקט נאך אינעווייניג זעט מען אז די לשון איז היבש אנדערש:
וכיון שקבלו ישראל עול מלכות שמים בשמחה ואמרו כל אשר דבר ה' נעשה ונשמע, מיד אמר הקב"ה למשה שיאמר לישראל שיעשו לו משכן. שנא' דבר אל בני ישראל וגו' ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם וגו'

אלזא דער מחבר פון תנא דבי אליהו האט גאר עפעס אנדערש געשריבן און לויט דעם זענען גאר אסאך פטפטיא דערויף פאלש און אומריכטיג...

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 27, 2014 3:10 pm

· #179570
מיט וואס די לשון פון תנדב"א אזוי אנדערש?

קרעמער1 » מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:21 pm

· #180127
א דאנק הרב מגיד פארן צוברענגען די אלטע גירסא

אבער אפי' לויט די אלטע גירסא שטייט כיון שקבלו מלכות שמים ואמרו כל אשר דבר ה' נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה למשה וכו'

און נישט אז ווייל זיי האבן געזאגט "נעשה ונשמע", אדער מקדים געווען נעשה צו נשמע, דערפאר האט הקב"ה געזאגט ויקחו לי תרומה

ס'האט א אנדערע באדייט און אסאך תורות וואס באציהען זיך צו דעם חלק שטימען נישט

הרב_שלום » מיטוואך יאנואר 29, 2014 6:09 pm

· #180140
ווי איז די מקור אז דתן און אבירם זענען געגאנגען שבת אינדערפרי אויסגעשפרייט די מן און די פייגעלעך האבן עס אויפגעגעסען

מאטי » מיטוואך יאנואר 29, 2014 6:39 pm

· #180149
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2494">http://www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=2494</a>

קרעמער1 » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:49 pm

· #184584
מאמר נומ. צוויי


אין עולם האגדה ודרוש טראגט זיך ארום א באקאנט ווארט וואס מ'ברענגט צו פונעם ישמח משה בשם דער רבי ר' העשיל, און אנדערע בשם הגאון רבי אברהם ברודא
איבער א פשט אינעם מאמר חז"ל

כל המתגאה מרבה חֵמה

מיט א גאנצע תורה איבער תועבת ה' כ"ל גבה לב און ולא יעיר כ"ל חמתו
צו זאג איך כל כולו אדער כל אפי' מקצתו וכו'

למעשה אבער אז מ'מאכט א געזוך, טרעפט מען נישט אזא מאמר חז"ל

די פאלגענדע גמרא אין תענית (ח.) זאגט אפשר די בחינה: ואם לחש ועלתה בידו ומגיס דעתו עליו מביא אף לעולם
וואס פון דעם זעט מען א א בעל גאוה ברענגט א צארן אויף דער וועלט

אבער די תורה איבער דעם כ"ל הייבט נישט אן צו שטימען

אדרבה העלפט מיר לברר מקחו של צדיק