עס איז מיר זייער אינטרעסאנט געווען קודם כל אז עס איז נאכנישט דא א אשכול אויף דעם און חוץ פון דעם די עצם זאך , די מדינה האט פאר א פאר יאר צוריק ארויסגעגעבן פון זייער ארכיון די אויטענטישע אויפגעכאפטע פילם פון די גאנצע משפט וואס האט ווי באקאנט אויפגערידערט די וועלט קודם כל מיט די עצם פארכאפונג פון אייכמאן ימ''ש און בפרט די משפט וואס איז פארגעקומען מיט אפענע טירן פאר די פרעסע און האלאקאוסט איבערלעבער , מען קען טרעפן עס אויף יוטויב אבער נישט מסודר , ווייסט אפשר איינער ווי מען קען עס טרעפן מיט א סדר צו קענען קוקן די גאנצע זאך פון אנהויב ביזן סוף ? מען קען אסאך לערנען פון דעם , ביטע אויב איינער קען לינקען מיט א דאנק פון פאראויס .
ספיציעל איז דא געוויסע וועלטס בארימטע שטיקלעך , קודם ווי @אנאנים האט דערמאנט אין א אנדערע אשכול ווי ק צטניק (יחיאל דינור) חלישט אינמיטן זאגן זיין עדות וואס דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס ער אלס אנאנימע שרייבער איז ארויסגעקומען אין פאבליק און ער האט קוים עספיעט צו זאגן זיין פאר ווערטער (וואס איז געווארן נאכדעם וועלטס בארימט) און געחלישט , ער האט קיינמאל נישט צוגענדיגט זיין עדות אבער עס איז געווען גענוג פרוף פון אנדערע עדות עם צו הינריכטן , די סיבה פון די עקשנות פון די אינסטאנצן אז ער זאל אויפטרעטן איז געווען וועגן ער האט געטראפן אייכמאן ימ''ש פנים אל פנים און די קעלערן פון די עס עס ימ''ש אין קאטאוויטץ ווען ער איז געווען דארטן אויף חקירות באגלייט מיט עינויים קשים ומרים .
אבער ללא ספק די היט פון די משפט איז געווען די עפענונג פון די משפט דורך די הויפט פראקואר גדעון האוזנער וואס זיינע ווערטער האט אפגעהילכט אין די גאנצע וועלט בכלל און אין דייטשלאנד בפרט , "אויף דעם פלאץ ווי איך שטיי פאר ענק שופטי ישראל צו באשילדיגן אדולף אייכמאן - שטיי איך נישט דא אליינס, מיט מיר שטייען דא אין די מינוטן זעקס מיליון קטגורים, אבער זיי קענען זיך נישט אויפשטעלן אויף זייער פיס און שיקן א באשילדונגס פינגער צו די גלאזערנע שטייג און שרייען צו ווער עס זיצט דארט "איך באשילדוג - אני מאשים" ווייל זייער אש פליט ארום דארט צווישן די בערג פון אוישוויץ און די פעלדער פון טרבלינקה עס איז פארשוועמט געווארן אין די וועלדער פון פוילען און זייערע קברים איז פארשפריייט אויף די לענג און די ברייט פון גאנץ איירופה זייער בליט שרייט אבער זייער קול קען מען נישט הערן פארדעם וועל איך רעדן אין זייער נאמען און פארלייגן די שרעקליכע באשילדונגס" די ווערטער איז באריעכטעט געווארן אין די גאנצע וועלט און איז אריין אין היסטוריע .
ווי אויך איז יעצט דער פרעימיניסטער פון מדינת ישראל אויף א באזוך אין ארגענטינא, און דער דארטיגער פרעימינסטער האט איהם פארשפראכן ארויסצוגעבן אלע זייערע ארכיוון אין צוזאמענהאנג מיט זייער פארבינדונג צו נאצי דייטשלאנד, עס וועט אריינגעשטעלט ווערן אין יד ושם און ארץ ישראל.
דאס אלעס קען ווארפן א שטארקע ליכט אויף די פארווייטאגטע טעמא ווי די גרעסטע וועלטס רוצחים האבן זיך ארויסגעדרייט פון גערעכטיגקייט.
מיר האפן אז די היסטאריקער וועלן אונז ברענגן דא אין ק"ש די נייעס'ן כשלחן ערוך ומוכן לאכול איינמאל די דאקומענטן ווערן געעפענט.
Check out "The Eichmann Show" on Netflix <!-- w --><a class="postlink" href="http://www.netflix.com/title/80042182?source=android">www.netflix.com/title/80042182?source=android</a><!-- w -->
שוין געזען לעצטע וואך אינעם טיימס, אז דער מוסד האט געוויסט וואו מענגעלע איז און אפילו געזען דעם רוצח שפאצירן ערגעץ אין אורוגוואי אדער ארגענטינע אבער נישט געווען צופיל אינטערעסירט אים צו פארכאפן. דער שרייבער, א איד, האט נאך געענדיגט זיין טיימס ארטיקל אז די מוסד האט גוט געטון. 😲
די סיבה שרייבט ער אויך זייער קלאר, מוסד איז דעמאלטס געווען א קליין ארגאניזאציע וואס האט זיך נישט געקענט אפגעבן מיט צוויי זאכן אויפאמאל, זיי האבן זיך דעמאלטס מער דערשראקן פון די סייענטיסטן וואס האבן געשטעלט דאס לאנד אין געפאר.
אגב, אין טיימס שרייבט ער פאראגוואי, איך בין נישט זיכער אויב דאס איז אורוגוואי, כ'מיין זיי זענען צוויי באזונדערע מקומות אין סאוט אמעריקע.