☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די אימגעלונגענע געשיכטעס פון תהלים כולל

די אימגעלונגענע געשיכטעס פון תהלים כולל

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5762

חולם » זונטאג יאנואר 26, 2014 7:48 pm

· #179393
די אימגעלונגענע געשיכטעס פון תהלים כולל
חלילה חוזק צו מאכן פון אזא טייערע זאך ווי עס איז דער תהלימע'ל טרו אוט אלע דורות האט מען עס גענוצט זיך אויסצובעטן און צו זינגן פאר'ן קודשא בריך הוא. געקומען איז אבער א פיפיגער ביזנעסמאן און געמאכט א ביזנעס פונעם הייליגן תהלים און מעגליך מיט רעכט. זיין פראפאגאנדע איז אבער נישט באלאנסירט און ער דערציילט נאר וואס וועט אים ברענגען נאך קאסטומערס, דאס איז אויב נעמט מען אן אז אלעס וואס ער פארציילט איז טאקע אמת. אויך טוט ער גוט פארפירן די ליינער ווי למשל די וואך שרייבט ער "געהאלפן געווארן נאכ'ן ווארטן 26 יאר"... כאילו מ'ווארט שוין פונעם ברית א חתן צו ווערן איר פארשטייט אזוי מאכט ער אלעס דראמטיש פאר עולם גולם. למעשה האט יענער געווארט נישט מער פון זעקס יאר... און אויב איז ער פון BMG אין לעיקוואד ניטאמאל 2 יאר... וואלט געווען גוט צו פארציילן די אנדערע זייט אויך, דאס וואס ער וויל נישט דרוקן. זיכער נאר אמת'ע זאכן נישט סתם ליגענט.

איין מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן, א משפחה קרובה האט געהאט א פריינד אין שפיטאל קראנק. זי האט גערופן תהלים כולל און זי האט געצאלט 100 דאלער פאר איינמאל תהלים (איך געדענק כמעט זיכער אז ס'איז געווען 100 דאלער) א וואך דערויף איז יענע פרוי נפטר געווארן.

און איך וועל צו ענדיגן אזוי ווי זיי ענדיגן אייביג צו נאר מיט א שינו. "ביטע פארשפרייטן די מעשה און זאל יעדער מאכן א גוטן דעסיזשין צו ס'לוינט זיך".

אויב ווייסט איר נאך געשיכטעס וואס איז נישט געלונגען לייג עס דא ארויף. אבער טאקע אמת'ע נאר.

ברעט מענינג » זונטאג יאנואר 26, 2014 8:10 pm

· #179399
וואס גייט דיר אן אז איינער מאכט אפאר דאללער? ער האט דיר פערזענלעך געשטערט עפעס?

חולם » זונטאג יאנואר 26, 2014 8:14 pm

· #179400
ניין זאל ער מאכן א סך געלט, מ'דארף אבער הערן ביידע זייטן.

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 26, 2014 8:53 pm

· #179413
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2353">viewtopic.php?f=10&t=2353</a><!-- l -->

חולם » זונטאג יאנואר 26, 2014 8:55 pm

· #179415
געפילטע פיש
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=2353

יענע אשכול איז ליצנות.

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 26, 2014 9:10 pm

· #179419
וואס פאלט דיר ביי? אזוי צו טראכטן אויף א איד?

shem-tov » זונטאג יאנואר 26, 2014 10:34 pm

· #179428
עס באדערט נישט קיינעם אז א יוד מאכט פרנסה. ס'קוקט נאר אויס אזוי ווי איינער זאל יעצט אדווערטייזן אז ער עפענט עפעס א ספעציעלען כולל וואס מען גייט דארטן נוצען עפעס אן אלטע סגולה פון לימוד התורה און מ'האט פארשאפט פון בבלי אן אלטער תלמוד "גייט מען רופן דעם כולל "כולל תלמוד בבלי" און איר קענט אפקויפן דעם זכות פאר 100 טאלער א טאג. ס'ארא ליצנות.

טויזענטער מנינים פון אמירת תהלים ווירבעלט ארום אין די וועלט שוין טויזענטער יאר בלי הפסק. קומט דער חכם וואך נאך וואך און מאכט זיך עפעס טאמעוואטע אז ער איז מיט עפעס אויפגעקומען. טוט ער עס ווען ערגעץ אין ארגענטינע החרשתי אבער דא ביים היימישען צבור. אזוי צו עקספלויטן אזאך

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 26, 2014 11:18 pm

· #179435
דאס איז א בזיון אויף דער גאנצער מושג פון "תפילה".
אנשטאט זיך אוועקשטעלן אין א ווינקל און בעטן ביים רבונו של עולם זאל העלפן, גיט מען אפאר דולר פאר א יוד מיט א ברייטע הוט, און שלום עלי נפשי, הוקוס פוקוס און דער רבוש"ע "מוז" העלפן. איך האב דאך ערלעדיגקט פאר "אים" אז טויזנט פרקים תהילים זענן אויסגזאגט גווארן.
שוטה שבעולם, דער רבוש"ע דארף דיין תהלים זאגעריי, האוכל בשר אבירים? דם עתדים אשתה?
אויב א ייד בעט זיך, קען זיין אז ה' וועט אים נאכגיבן, אבער סתם פאר'סגולה'ווען תפילה, איז פשוט לבטלה און אונאת ממון פון אומוויסנדע מענטשן.

מצטמק ויפה » מאנטאג יאנואר 27, 2014 6:25 am

· #179455
חולם


איין מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן, א משפחה קרובה האט געהאט א פריינד אין שפיטאל קראנק. זי האט גערופן תהלים כולל און זי האט געצאלט 100 דאלער פאר איינמאל תהלים (איך געדענק כמעט זיכער אז ס'איז געווען 100 דאלער) א וואך דערויף איז יענע פרוי נפטר געווארן.

און איך וועל צו ענדיגן אזוי ווי זיי ענדיגן אייביג צו נאר מיט א שינו. "ביטע פארשפרייטן די מעשה און זאל יעדער מאכן א גוטן דעסיזשין צו ס'לוינט זיך".

אויב ווייסט איר נאך געשיכטעס וואס איז נישט געלונגען לייג עס דא ארויף. אבער טאקע אמת'ע נאר.


זאג נאר?! דער רבונו של עולם האט אפשר באנקאטירט?? . איז ווייל יענער האט געגעבן הונדערט דאלער און נעבעך .......... אלא מאי???
די קוקסט אויס ווי די גמרא פארציילט, אז איינער איז ארויף אויף א לייטער צו מקיים זיין די מצוה פון שילוח הקן, און ליידער האט יענער געגעבן א טראסקע אראפ און ..... געגאנגען ביי ביי רח"ל . און מען האט געפרעגט דערביי הלמאי ווי קען זיין אזא זאך אז דורך א מצוה ווי עס שטייט, " למען יארוכון ימיך " זאל מען גאר שטארבען? . וכו '
עכ"פ דער אייבישטער האט נישט באנקאטירט און האט זיך זיינע חשבונות וואס מיר וועלען סייווי קיינמאל נישט פארשטיין, איז ווייס איך נישט וואס די ווילסט מיט דיין מעשה פון הונדערט דאלער, ווייל זאג מיר נישט אז די גייסט יעצט לייקענען און די גאנצע גרויסקייט פון אמירת תהלים, ווייל אזוי פיל מענטשען זענען ליידער געשטארבען אפילו מען האט פאר זיי געזאגט הונדערטע קאפיטלך תהלים?! , סא הער אויף מיט די שטותים און פערטיג.
איי וועסטו פרעגן, דעמאלטס וואס פעלט אויס די אלע באבע מעשיות וואס זיי פארציילן וואך איין וואך אויס, וואו כאילו איינער לייקענט די גרויסקייט פון אמירת תהלים? וועל איך דיר זאגן אז מיט די מעשות מיינען זיי בכלל נישט מיר און דיר, ווייל נארמאלע מענטשען בעלי דעה, דארפען נישט אזאנא מעשיות צו איינזען די גרויסקייט פון תהלים, נאר וואס דעו די פאר קעלבעלעך און שעפעלעך וואס אן א מופת קען מען צו זיי נישט רעדן, פאר זיי איז דאס גוט.

diff » מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:57 am

· #179465
רבא חזייה לרב המנונא דקא מאריך בצלותיה, אמר מניחין חיי עולם ועוסקים בחיי שעה

איש אשכולות » מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:04 am

· #179472
נישט נאר א בזיון נאר אויך שקר. זיי פארקויפן דיך יעדן וואך מעשות שלא היה ולא נברא. איך קען דער שרייבער פרעזענדליך און ער זאגט מיר אז ער פאבריצירט זיי. און בכלל מאכט די תהלים כולל קאלט די ענין פון תהילים, ווי מען האט שוין ערווענט דא.

signout » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:50 am

· #179492
עס קוקט אויס ווי דער זעלבער טוט די מארקעטונג פאר כולל תהילים, כולל חצות, כולל סגולות, כולל משניות, אין אלע אנדערע מופתים כוללים

מורינו הרב » מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:11 pm

· #179500
זיך איך אויף א מאנסי טרעילס באס, זעה איך א יונגערמאן - א שנה-ראשונה'ניק אן קיין חתימת זקן, זיצט זיך אזוי אנעם הוט און רעקל, איבער בויגנס מיט רשימות, און זאגט און זאגט... נאך עטליכע מינוט נעמט ער ארויס די סעלפאן, רופט אהיים און זאגט פאר די ב"ב אז ער דארף אפזאגן "די ליסטעס" (אזוי האט ער עס גערופן), אבער "כ'אב נישט קיין נערוון". אפשר ווילסטו געבן א זאג אפ פאר מיר? - כ'האלט ביי אות כ'...

גיב איך א פרעג דעם יונגערמאן... מאי האי? - וואס זענען די דאזיגע "ליסטעס"?

- גארנישט, איך בין אין תהילים כולל, יעדן טאג זאגט מען אויס תהילים און דערנאך זאגט מען די אלע נעמען פון די ליסטעס, דאס זענען אידן וואס האבן באצאלט געלט פאר תהילים כולל...
- אהא, און דו זאגסט יעדן טאג תהילים?
- נא, אמאל פלעג איך... צען מענטשן זאגן תהילים, אבער די נעמען ליינען אנדערע מענטשן...
- און ווען דו פלעגסט זאגן תהילים, האסטו עס געזאגט יעדן טאג?
- על פי רוב, צומאל האב איך זיך איינגעטיילט מיט מיין ווייב...

דאס איז תהילים כולל.

די שרייבער פון די מעשיות? - איך קען נישט דעם שרייבער, אבער איך האב אמאל גערעדט מיט א צווייטע שרייבער, וואס שרייבט מעשיות פאר אן אנדערע ארגאניזאציע וואס פארקויפט אויך ישועות, און יענער זאגט מיר קלאר אז די דאזיגע מעשיות טראכט ער אליין אויף. יענער דערציילט מיר אויך, אז אמאל האט מען אדווערטייזט עפעס א מעשה פלא, און צו געבן קראנטקייט פאר די מעשה האט מען געשטעלט א טעלפאן נומער וואו מען קען רעדן מיט דער בעל המעשה... אין ארץ-ישראל האט מען געשטעלט א נומער וואס איז אנגעקומען צום שרייבער און אין אמעריקא האט מען געשטעלט א נומער וואס איז אנגעקומען צום אפיס פון יענע מפעל...

אבער דער עולם הענגט זיך אן אין א שטריק, מען דארף ישועות און מען טוט וואס מען קען נאר.

לעמיל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:18 pm

· #179504
@מורינו הרב איך ווייס נישט וועים דו האסט געזעין אבער איך בין שוין אפאר מאל אריין געפאלען און די כוללים איך מיין אז נאכען איינמאל מיט זאגעו דארט תהילים רעדט זיך עס אינגאנצען אנדרעש די התעוררות איז עפעס אין לשער

מורינו הרב » מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:19 pm

· #179505
וואו זענען די כוללים? - כ'וויל עס גיין באזוכן.

חולם » מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:39 pm

· #179539
מצטמק ויפה
חולם


איין מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן, א משפחה קרובה האט געהאט א פריינד אין שפיטאל קראנק. זי האט גערופן תהלים כולל און זי האט געצאלט 100 דאלער פאר איינמאל תהלים (איך געדענק כמעט זיכער אז ס'איז געווען 100 דאלער) א וואך דערויף איז יענע פרוי נפטר געווארן.

און איך וועל צו ענדיגן אזוי ווי זיי ענדיגן אייביג צו נאר מיט א שינו. "ביטע פארשפרייטן די מעשה און זאל יעדער מאכן א גוטן דעסיזשין צו ס'לוינט זיך".

אויב ווייסט איר נאך געשיכטעס וואס איז נישט געלונגען לייג עס דא ארויף. אבער טאקע אמת'ע נאר.


זאג נאר?! דער רבונו של עולם האט אפשר באנקאטירט?? . איז ווייל יענער האט געגעבן הונדערט דאלער און נעבעך .......... אלא מאי???
די קוקסט אויס ווי די גמרא פארציילט, אז איינער איז ארויף אויף א לייטער צו מקיים זיין די מצוה פון שילוח הקן, און ליידער האט יענער געגעבן א טראסקע אראפ און ..... געגאנגען ביי ביי רח"ל . און מען האט געפרעגט דערביי הלמאי ווי קען זיין אזא זאך אז דורך א מצוה ווי עס שטייט, " למען יארוכון ימיך " זאל מען גאר שטארבען? . וכו '
עכ"פ דער אייבישטער האט נישט באנקאטירט און האט זיך זיינע חשבונות וואס מיר וועלען סייווי קיינמאל נישט פארשטיין, איז ווייס איך נישט וואס די ווילסט מיט דיין מעשה פון הונדערט דאלער, ווייל זאג מיר נישט אז די גייסט יעצט לייקענען און די גאנצע גרויסקייט פון אמירת תהלים, ווייל אזוי פיל מענטשען זענען ליידער געשטארבען אפילו מען האט פאר זיי געזאגט הונדערטע קאפיטלך תהלים?! , סא הער אויף מיט די שטותים און פערטיג.
איי וועסטו פרעגן, דעמאלטס וואס פעלט אויס די אלע באבע מעשיות וואס זיי פארציילן וואך איין וואך אויס, וואו כאילו איינער לייקענט די גרויסקייט פון אמירת תהלים? וועל איך דיר זאגן אז מיט די מעשות מיינען זיי בכלל נישט מיר און דיר, ווייל נארמאלע מענטשען בעלי דעה, דארפען נישט אזאנא מעשיות צו איינזען די גרויסקייט פון תהלים, נאר וואס דעו די פאר קעלבעלעך און שעפעלעך וואס אן א מופת קען מען צו זיי נישט רעדן, פאר זיי איז דאס גוט.

דו רעגסט זיך על לא דבר. איך האב נישט געלייקענט אינעם כח פון תהלים. איך האב נאר געלייקענט אין זייערע וועג פון טו ביזנעס. ווען דו קויפסט א לאטערי ווייסטו אז דיין טשאנס צו געווינען איז איינס אין 100 עפעס מיליאן, ווען די ליינסט תהלים כולל קען זיך דאכטן אז דיין טשאנס איז 100 פראצענט.

ממרום שלח אש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:35 pm

· #179567
אין אנדערע תהלים נייעס,
כולל חצות האט פריש רינויט זייער תהלים כולל מעמבערשיפ אויף 2014 נאכדעם וואס חצות כולל איז זייער שיין געוואקסן אין 2013, "מען זעט רעזולטאטן" האט דער ענערגישער חצות כולל מנהל באשטעטיגט פאר די תהלים כולל סעקרעטאר, "אבער זיי נישט מפרסם מיין מעשה ביטע".

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 27, 2014 3:35 pm

· #179574
איש אשכולות
נישט נאר א בזיון נאר אויך שקר. זיי פארקויפן דיך יעדן וואך מעשות שלא היה ולא נברא. איך קען דער שרייבער פרעזענדליך און ער זאגט מיר אז ער פאבריצירט זיי. און בכלל מאכט די תהלים כולל קאלט די ענין פון תהילים, ווי מען האט שוין ערווענט דא.


סתם געמאכט א מעשה
יעצט אראפגעלייגט מיט'ן מעשה שרייבער ער זאגט אז אויף יעדע מעשה קומען ביפאר צוויי עדים נאמנים מעיד זיין אויף די קראנטקייט פון די מעשה

בנוגע די נושא האשכול האט איינער אינעם צייטונג דער איד די וואך דעבאטירט די נושא צו עס איז יא ריכטיג אדער נישט
ער ברעגט דארט אז בימינו איז פון א געוויסע זין הנח להם לישראל וואס האבען נעבעך אזוינע שווערע זמנים אריבערצוגיין קוק נאר דא בבית ה'קאווע וויזוי ס'זעהט אויס נו וואס גייט דיר אהן אז יודען כאפען זיך אהן אין עפעס

איש אשכולות » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:27 pm

· #179621
פארשטייט זיך ער וועט נישט מודה זיין פאר יעדעם דאס. אבער איך ווייס פאר א פאקט אז אלעס איז ארויסגעזויגען פונעם גידול.

גנדי » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:48 pm

· #179630
בדרך אפשר לענ"ד...

ווי באקאנט איז איינע פון די גרויסע מחלוקת צווישען די תלמידי בעל שם און די תלמידי הגר"א געווען איבער תהלים זאגן. עיין נפש חיים להגאון ר' חיים וואלאזינער.

דוד המלך האט מתפלל געווען אז תהלים זאל ווערן אנגענומען ביים אייבישטער כנגעים ואוהלות. ר' חיים וואלאזינער זאגט אבערר אז זיינע תפילות זענען נישט נתקבל געווארען און תהלים קומט נישט אן צו די דרגה פון תורה.

היינט צו טאגס איז דער מושג כולל די גולת הכותרת פון די ליטווישע קרייז פאר לערנען תורה.

צו רופן תהלים זאגערס תהלים כולל איז די גרעסטע מעסער שטעך מיט וואס די חסידים האבן געוואנען די איר אלטע מחלוקה.

מאטי » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:58 pm

· #179639
וואו איז ליטוואק פון בודאפעסט ווען מ'דארף אים.

ברסלבער » מאנטאג יוני 16, 2014 10:49 am

· #206223
'כולל חצות' אין אן אפענסיווע קעגן 'תהלים כולל'...
📎 hhh.jpg

אפטעמיסט » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:31 pm

· #218180
ווי יעדער בר דעת ווייסט זענען די געשיכטעס פון תהלים-כולל ושאר מרעין בישין אויסגעזויגן פון פינגער און א ליצנות געמאכט פונעם מענטשהייט. וואך איין וואך אויס — אן קיין וואך וואס זאל פונקט נישט פאסירן מופתים — פארקויפן זיי פאר'ן ציבור פריש געבאקענע לאקשן פרי עמלם פון ערשט-קלאסיגע נאוואל שרייבער. דער פראבלעם איז אז אין דער דעמאקראטישער וועלט איז דא א געזעץ אז מען איז innocent until proven guilty און ס'איז שווער צו ברענגען קראנטע ראיות און זיי אפפרעגן אז די מעשיות זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. תהלים-כולל איז נישט קיין יחיד, און די מענטשהייט-ליצנות-גליונות מערן זיך ווי שוועמען נאך א רעגן און insult'ן די intelligence פון דאס יהדות החרדית.

די וואך, אבער, איז ארויסגעקומען די ריכטיגע פרצוף פון די אלע שטותים-והבלים-גליונות אונטערן שלייער פון ניסים און מופתים. לייענדיג דעם "גליון אור החיים" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורכ'ן "מפעל אור החיים", האב איך מיך געריבן די אויגן נישט גלייבענדיג וואס פארא שוואכע בעקער די חברה פארמאגן. כ'האב איבערגעליינט די געשיכטע עטליכע מאל קלערענדיג אז ס'מוז זיין אז איך בין דער פראבלעם דא און עפעס איז נישט אין ארגענונג מיט מיין reading comprehension.

שטעלט זיך אבער ארויס אז איך בין גארנישט משוגע. הערט א מעשה.

די רעדע איז פון א איד וואס האט זיך געמוטשעט צו טרעפן א דירה אין בארא פארק און האט זיך אונטערגענומען צו לערנען אור החיים הק' פאר איין חודש און אויב וועט ער טאקע טרעפן א דירה וועט ער ממשיך זיין די קביעות און אויב נישט וועט ער אפלאזן דעם קביעות.

"ס'איז פארלאפן א חודש און למעשה האב איך נישט געפונען קיין צוגעפאסטע דירה. אבער איין מאל איך האב שוין געשפירט אין דעם איינעם חודש די זיסע טעם און רוחניות'דיגע געשמאק פון דעם הייליגן ספר 'אור החיים', האב איך דאס בשום אופן נישט געקענט אפלאזן און אפרייסן פון דעם תענוג רוחני. און אונזער קביעות האלט שוין אן פאר עטליכע יאר. נאכדעם האב איך זיך אונטערגענומען אז אויב איך וועל טרעפן א דירה וועל איך מפרסם זיין די מעשה, אצינד איז אריבער ארום פינף וואכן און בס"ד האב איך געפונען אן הערליכע דירה..."


קאמאנטארן זענען איבריג.

יין שרף » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:58 pm

· #218201
און איך גראדע ווער נתפעל פון די מעשה! די אינגערמאן האט געטראפן את שאהבה נפשו, א טעם אין לערנען אוה"ח הק' און עס ממשיך געווען אפילו אן טרעפן זיין סגולה דעראין. עס איז א שטארקע גבורה פון אים.

די וועלט דערציילט א מעשה פון צוויי חסידים ואס זענען געפארן אין א באן, א פוילישער חסיד און א חבד'סקער חסיד. ביידע פארן אין מארק אריין, און כאפן א שמועס אונטער וועגנ'ס.
רופט זיך אן דער פוילישער, ווייסט וואס א בעל מופת מיין רבי איז, איך בין אמאל געווען א גרויסער גביר, פעלדער און וועלדער האבן באלאנגט צו מיר. דער רבי האט מיר געהייסן אלעס פארקויפן, און איהם אריין ברענגען די געלט, בשכר זאת ועט ער מיט-טיילן ביי מיינע שמחות און טאנצן מצוה טאנץ, אזוי האב איך געטוהן, און ברוך השם, איך האב מיך צוריק אוועק געשטעלט ווי פריער, און נאך אסאך מער.
רופט זיך אן דער חבד'סקער, מיין רבי איז נאך אסאך גרעסער, איך בין אויך געווען א גביר, א וועלט פון פארמעגן האב איך געהאט, דער רבי האט מיר געהייסן אלעס פארקויפן, אזוי האב איך געטוהן, און איך בין געבליבן א בלוטיגער ארימאן.
"וואו איז דא דער מופת"? פרעגט דער פוילישער.
וואס פארשטייסטו נישט, ענטפערט ער איהם, דער מופת איז, אז איך בין געבליבן א חסיד! ווייל איך בין א חסיד, נישט פון א רבי וואס טאנצט מיט מיר מצוה טאנץ און גיבט מיר עשירות, נאר פון א רבי וואס שניידט אינעם זיבעטן ריפ אריין! ער פאדערט תורה מיט יראת שמים, ער לאזט נישט קיין מנוחה. ע"כ המעשה שאינו מדוקדק, וכעין זה שמעתי מיט א חסיד פון מהרי"ד מבעלזא זי"ע.

די חידוש פלא פון די מעשה איז, אז די אינגערמאן נאכן פעיל'ן זיין ערשטע מופת, האט ער נאך ווייטער געזוכט נאך א מופת אז
אפטעמיסט
נאכדעם האב איך זיך אונטערגענומען אז אויב איך וועל טרעפן א דירה וועל איך מפרסם זיין די מעשה, אצינד איז אריבער ארום פינף וואכן און בס"ד האב איך געפונען אן הערליכע דירה..."

אבער אזוי ווי דו שרייבסט
אפטעמיסט
קאמאנטארן זענען איבריג.