☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' איתמר גינזבורג: אנאליז

ר' איתמר גינזבורג: אנאליז

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5760

טריפל אי » זונטאג יאנואר 26, 2014 5:31 pm

· #179336
ר' איתמר גינזבורג: אנאליז
אזוי ווי מ'האט שוין דא באהאנדלט און אפגעשאצט כל ערליי פאבליק מענטשן - מינים ממינים שונים - איז יעצט געקומען דער צייט אויף א אפהאנדלונג אויף דעם פערזענליכקייט וואס רופט זיך הרב איתמר גינזבערג.
היינטיגע טעג לייגט ער זיך פאר אלס א פראפעשינעל מארקעטער וואס האט גע'עצה'ט גרויסע ביזנעס ריזן ווי ...גוגל. ער לייגט צו א בילד ווי ער קישט דער מזוזה אין גוגעל'ס הויפט קוואטיר אין ארץ ישראל אלס באווייז.
אבער מאכנדיג אביסל ריסורטש אויף דעם איינעם פאקט האב איך אנגעטראפן אן אלטע בלאג פאוסט ווי ער גרויסט זיך אז ס'איז עם געלונגען צו רעדן פאר א פאר נידריגע ארבעטארערס ביי גוגעלס איראעילישן אפיס ביי לאנטש טיים און ער איז גאר צופרידן דערמיט אז יעצט וועט ער עס קענען ניצן זיך אליין צו אדווערטייזן אלס א גרויסע ביזנעס סטראטעגיסט.

"I did not utilize this appearance “Hasidic Rabbi Speaks at Google to Resounding Applause”properly. no media mentions of it, no (that I know of) tweets or Facebook photos of it, which was partially due to a family wedding which took place just several days before. But had I done that, this event would have gotten media attention in the wider media, and that would have brought many more people to knowing about me and visiting my website.I also should have asked and encouraged the audience, at some point, to please take pictures and send them to me (for which I could have given a free book or somethin’.)



Now, why did I speak there? I did not speak there with the intentions of getting Google employees as clients, or even to “get hooked up” to an unlimited number of AdWords vouchers. I spoke there because of the prestige of Google, and the fact that once I spoke at Google, it’s a powerful name drop that I can use to further build my brand and my credibility with potential clients."
issamar.com/strategy/six-things-i-learned-speaking-at-google/

איינער פון זיינע גרעסטע אקאונטס איז דער תהילים - חצות - עין הרע כולל. ער מארקעט אויך עפעס א נעבעך באבע וואס פארט ארום דער וועלט טוענדיג - לאכטס נישט - laughing therapy.
צו מיר זעהט ער אויס ווי ער פארשטייט גוט ווי אזוי אויסצונוצען מענטשנס געוויסן און מענטשנס צרות אויף צו פארדינען געלט.
אז ס'האט איינער מער פרטים אדער איינער ווייסט מער גוטע זאכן וועגן עם, ביטע שטעלט עס ארויף אז א צווייטע זאל אויך קענען נהנה זיין פון עם עצה ותושיה.

איש עברי » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:23 pm

· #179356
במחילת כבודו איך מיין אז דאס וואס ער האט געגעבן אדווייס פאר גוגל איז ווארשיינליך געווען עפעס א פראגראם וואס גוגל האט געמאכט ווי זיי האבן גענומען עצות מכל מי שלבו חפץ, גוגל וואלט נישט געהייערט עמיצער וואס האט נישט קיין שום דעגרי

מאראנצןזאפט » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:24 pm

· #179357
👍
שלום עליכם טריפל עי.
דער גינזבורג האט זיך געלאזט באשרייבן אין דער משפחה וואו ער האט מודיע געווען אז בקרוב גייט זיין זיין התגלות אלס קעכניער רבי. איר הערט א מעשה, א קאנסאלטענט פאר גוגל, און א רבי..
בקיצור, די אלע קאנסאלטענטס למיניהם זענען די זעלבע טייג געקנעטן, זיי קענען אלעס און ווייסן אלעס, אבער געווענליך האלט עס נישט אן לאנג.
ווער געדענקט נאך ווען אלעזר לאנדא איז געקומען מיט אן אויפרייס, צו אלעס האט ער פארשטאנען, ביזנעס, געבן עצות אין עבדות ה' אויף קול מבשר, ביז שיינע שיעורים אויף דער סדרה. היינט האט ער א סעקרעטערי זשאב אין מר. סיינס!
אלעזר לאנדא האט אמאל געזאגט אז א קאנסאלטענט מאכט דריי הונדערט דאלער א שעה, דריי הונדערט דאלער א וואך און דריי הונדערט דאלער א חודש, ודפח"ח.

מורינו הרב » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:31 pm

· #179361
וואס מאכט דזשעף לעפקאוויטש? - ער לעבט נאך?

יאיר » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:34 pm

· #179363
פון וואו נעמסטו אז ער איז ווירקליך דער מוח ביהיינד די תהלים כולל מארקעטינג סטראטעגיעס?

מאראנצןזאפט » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:38 pm

· #179366
ס'קלאר נישט ער. דאס ווערט געפירט דורך יואליש קרויס פון וויי.עיטש.קעי. וועלכער איז אגב א געוואליגע מארקעטער און גראפיסט און קומט אויף מיט געניאלע חידושים.
געב א קוק וואס ער האט יעצט געטון מיט די אפגעריסנסטע גראסערי אין וויליאמסבורג באנדאס, קודם האט ער אריינגעלייגט א טשערי אין די סימבאל איז ער שוין אויף די ארענע פון פאמאגרענעט און טשעסטנאט...
דערנאך האט ער אים געהייסן זיין אפן 24 שעה וואס גיט אים שוין עפעס א געוויסע יחס, און מ'טיילט דארט קאפי אומזיסט, און הערליכע טאוולען פון ארום אז מפארקויפט דארט סענדוויטשעס. הכלל, ער האט געמאכט א יש מאין.

מורינו הרב » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:43 pm

· #179367
מורינו הרב
וואס מאכט דזשעף לעפקאוויטש? - ער לעבט נאך?



ערנסט: יעקב יוסף לעפקאוויטש איז נאך אויף די ארענע? - ער טוט נאך די זאכן?

טריפל אי » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:44 pm

· #179368
מאראנצןזאפט
:like
שלום עליכם טריפל עי.

האט אמאל געזאגט אז א קאנסאלטענט מאכט דריי הונדערט דאלער א שעה, דריי הונדערט דאלער א וואך און דריי הונדערט דאלער א חודש, ודפח"ח.

זייער א גוט ווארט. דער קונץ איז צו קענען אויף זוכען די פאר אראפגעפלאפטע נשמות אדער קאמפאניס וואס זוכען א רעטונגס ברעטל זיך אנצוכאפן, און זיי אויסדרעשן ביז צו די סעקונדע וואס זיי זינקען אונטער.
דער ביטערן אמת אונטער דעם ווערטל איז אז א געהעריגע ביזנעס מוז האבן צוריקקומענדע קליענטן - מ'קויפט, פארקויפט און מ'קויפט ווידער איין. אבער דער וואס קלאפט אהן אין אזא הרב גינזבורג וכדומה לו זענען געווענליך שוין מיט א שמיץ אריבער דער בארג אראפ און האבן שוין נישט קיין דמי סחיטה פאר א צווייטע סעשן.

סאשי פיש » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:49 pm

· #179372
מורינו הרב
מורינו הרב
וואס מאכט דזשעף לעפקאוויטש? - ער לעבט נאך?



ערנסט: יעקב יוסף לעפקאוויטש איז נאך אויף די ארענע? - ער טוט נאך די זאכן?

זיין ווייב פלעגט ארבעטן מיט שעקלי ווייטימינען, היינט ארבעט ער מיט - מיט איר, דאס איז געבליבען פון אים.
גראדע איז ער/זי איינע פון די גרעסטע אגענטן פאר שעקלי,

טריפל אי » זונטאג יאנואר 26, 2014 6:58 pm

· #179378
צוריק צו ר' איתמר.
איז דא איינער דא וואס האט עם אמאהל געהערט רעדן ברבים? איז דא איינער וואס קען מעיד זיין אז ר' איתמר האט עם געהאלפן מיט עצות און האט טאקע מצליח געוועהן דורך'ן אויספאלגן זיינע אנווייזנגונג'ס?
פון זיין וועבזייטל ווערט מען גארנישט קלוגער - אלס פירט צו צום טשעק אוט... פאר א נישטיגע דריי אלפים אויף'ן פלאסטיק איז ער דיינס פאר צעהן שעה. אבער כאפ שנעל, ווייל כדי צו פאוקוסען אויף אייער ביזנעס קען ער "נאר" אננעמען 3 אפוינטמענטס א טאג...
אפשר וואלט כדאי געווען אז איינער וואס האט שוין עפעס אמאהל געליינט פון זיינע בוכער אז מ'זאל דא ארויפ שטעלן א פאר פון זיינע בעסטע עצות.

סאשי פיש » זונטאג יאנואר 26, 2014 7:05 pm

· #179379
ער האט אפאר מאל גערעד אויף קול מבשר, ווי איך געדענק האט ער גאנץ גוט מסביר געווען ווי אזוי מען זאל אויסשטעלן אייטימס אין א סטאר וואס עס קומט אויף די העכערע שעלפ׳ס און וואס עס קומט אונטען,
המשך יבא

מאראנצןזאפט » זונטאג יאנואר 26, 2014 7:17 pm

· #179382
אגב, אלע נייע געשעפטן מאכן לעצטנס די שעלווס מיט א שווארצן קאליר. אין בארא פארק איז עס מעגא פיפטי טרי למשל און אין וויליאמסבורג באנדאס.
זיי זאגן אז דער מוח פון א מענטש כאפט נישט אויף קיין שווארץ און עס שאפט בלויז א חלל אזוי ארום שטייען די פראדוקטן בעסער ארויס.

sefish » זונטאג יאנואר 26, 2014 7:36 pm

· #179387
סאשי פיש
ער האט אפאר מאל גערעד אויף קול מבשר, ווי איך געדענק האט ער גאנץ גוט מסביר געווען ווי אזוי מען זאל אויסשטעלן אייטימס אין א סטאר וואס עס קומט אויף די העכערע שעלפ׳ס און וואס עס קומט אונטען,
המשך יבא

און ווען קומט די התחלה

איך אויך » זונטאג יאנואר 26, 2014 7:45 pm

· #179391
ר' טריפל ,איך האב פאר קיין מינוט נישט געגלייבט זיינע גוגל קלעימס. נישט צו גלייבן ווי עולם גולם לאזט זיך יעדע פאר יאר פריש אויסאקן דורך ניי ערפינדענע באבאס/מקובלים/מקבלים/דייעט/אינוועסטמענטס/עצה געבערס/קאנסאלטענטס.

איך אויך » זונטאג יאנואר 26, 2014 7:49 pm

· #179394
סאשי פיש
מורינו הרב
מורינו הרב
וואס מאכט דזשעף לעפקאוויטש? - ער לעבט נאך?



ערנסט: יעקב יוסף לעפקאוויטש איז נאך אויף די ארענע? - ער טוט נאך די זאכן?

זיין ווייב פלעגט ארבעטן מיט שעקלי ווייטימינען, היינט ארבעט ער מיט - מיט איר, דאס איז געבליבען פון אים.
גראדע איז ער/זי איינע פון די גרעסטע אגענטן פאר שעקלי,

און וואס איז היינט מיטן וועלט בארימטן מארגעדש/נישט מארגעדש עקספערט דזשו גראס וואס האט אדווערטייזט זיין פנים לעבן א נארישע ארענדשע מייק ביז עס איז געקראכן פון אלע לעכער?

הדד בן בדד » מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:59 am

· #179495
ער איז בערך אזוי פיל ווערט ווי הרב משה יצחק שטיין, וועלכער איז שוין געווען א שרייבער, פסיכאלאג, אינשורענס בראוקער/קאנסאלטענט, אינשורענס בראוקער טרעינער, ביזנעסמאן, ביזנעס קאנסאלטענט...

מ גפני » מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:21 pm

· #179506
הדד בן בדד
ער איז בערך אזוי פיל ווערט ווי הרב משה יצחק שטיין, וועלכער איז שוין געווען א שרייבער, פסיכאלאג, אינשורענס בראוקער/קאנסאלטענט, אינשורענס בראוקער טרעינער, ביזנעסמאן, ביזנעס קאנסאלטענט...

געווען?? ער איז נאכאלץ א שרייבער, פסיכאלאג, (אינשורענס בראוקער/קאנסאלטענט, אינשורענס בראוקער טרעינער - ווייס איך נישט צו ער איז אמאל בכלל געווען), ביזנעסמאן, ביזנעס קאנסאלטענט

פלעין יודיש » מאנטאג יאנואר 27, 2014 5:06 pm

· #179612
און ארץ ישראל קימט ארויס א וועכענטליכע מאגאזין בחינם אין ענגליש פאר די חוץ לארצדיגער וואס ירושלים איז היינט פארפלייצט פון זיי
מיטן נאמען THE ENGLISH UPDATE
ר' איתמר האט דארט א קאלום יעדער וואך
רעדענדיג אמאל מיט א חבר מיינע וואס וואוינט היינט דארט זאגט ער אז ער האט שטארק הנאה פון דעם און עס איז אים שוין אסאך ציניצגעקימען

טעפל » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:16 am

· #179767
דא האסטו זיין ערך אין וויקאפידיע
en.wikipedia.org/wiki/Issamar_Ginzberg

טעפל » דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:17 am

· #179768
"האדמו"ר רבי איטאמאר"

מורינו הרב » מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:42 pm

· #180132
וואס מאכט ר' חיים דוד דעסער? - ער איז נאך יא אויף די ארענע?

קרעקער » מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:55 pm

· #180135
איך האב נישט געקענט סטאפען צו לאכען ווען ער האט זיך באשריבען אין דער בליץ און ער זאגט אז פון פרייע און גוים נעמט ער 300 א שעה אבער פון היימישע יודען נעמט ער אסאך ווייניגער
זעהט אויס די פרומע זענען אביסעל מער מבינים

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:58 pm

· #180136
מורינו הרב
וואס מאכט ר' חיים דוד דעסער? - ער איז נאך יא אויף די ארענע?

פירט אן די "פועל גרופ".

מ גפני » מיטוואך יאנואר 29, 2014 6:03 pm

· #180137
מורינו הרב
וואס מאכט ר' חיים דוד דעסער? - ער איז נאך יא אויף די ארענע?

די POEL GROUP שיקט נאך ארויס יעדע שטיק צייט אימעילס פון JOB OFFERS

rigrig » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:34 pm

· #183355
Hello "Kave Shteibel"!

I don't frequent forums, and especially not Yiddish speaking ones...

I stumbled across this thread and felt it would be nice to say "hello" to my fellow heimishe yidden who find me worthy of dissection and discussion!

1) I do not have any affiliation with any Kollel Chatzos that I can recall (I B"H have had many manny clients but that does not ring a bell at all.) I have been zoche b"h to assist with many other mosdos though.... I've also never been involved in clown schools or laughing therapy, at least not that I can recall over the past few years.

I did speak for Google to the employees... so again, just another assumption and misinformation to say that it "must have been a public forum that anyone can speak at." it wasn't, and I thank Hashem for having given me that opportunity, both business-wise and as a kiddush Hashem.

Here are some columns of mine in the Jerusalem Post, for those of you who can read English well enough:
Jerusalem Post Artciles by Rabbi Issamar Ginzberg- Page 4

this one especially:

Using-Your-Yiddishe-Kop Ivelt

and here's a yiddish language interview from a few years ago with R' Luzer Landau:

Interview with Rabbi Issamar from snapahead- seminar 2011


I hope you find something useful above that helps you realize that you should not believe everything you read on message boards, good or otherwise, without doing some
basic thinking and researching.
this is especially true when things are written anonymously [and it's ot that anyone said anything negative really, just the fact that people "know" things, even good ones about me that never happened, or that i didn't do something that I actually did! oylam goylam....]...

I wish you all much Hatzlacha! and a special thanks to those who stuck up for me, I owe you one 🙂....


א פרייליכען און כשר'ן פורים און פסח!

rigrig » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:36 pm

· #183356
And since this site is yiddish based and I am unfamiliar
with the way the forum software works, please excuse the
way the grammar is messed up....

יישר כח אידען!

rigrig » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:42 pm

· #183359
(and there are some spelling mistakes too, but on this site, not too many people will notice, let's hope!)

🙂

מ גפני » מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:46 pm

· #183360
איך האב "געלייקט" דיינע ערשטע 2 תגובות אבער אויפ'ן 3'טן וואלט איך ווען גענוצט דעם "דיסלייק" קנעפל (א מזל אז ס'איז נישטא)

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 11:07 am

· #183485
שלום עליכם כבו"ק אדמו"ר מקעכניע שליט"א.

zurich » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:42 pm

· #183624
איתמר ווייז אונדז אויף אז דאס בוסטו טאקע

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:03 pm

· #183638
rigrig
(and there are some spelling mistakes too, but on this site, not too many people will notice, let's hope!)

🙂

מחוצף איינער.
ארויס פון דאנעט!

מ גפני » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:18 pm

· #183645
[ציטאט אראפגענומען]

👍 👍 👍 יחי ראובן, זאגט דער פסוק

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:24 pm

· #183648
zurich
איתמר ווייז אונדז אויף אז דאס בוסטו טאקע

דארף מען זיך נישט אידענציפירן ביים הנהלה אז מען איז טאקע דעם פערזאן?

פישלע העררינג » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:05 pm

· #183657
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב אנגעצייכענט נאך א טעות אין דער זעלבע סענטענס. צריך לומר his במקום their.

מ גפני » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 6:40 pm

· #183697
פישל'ע העררינג
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב אנגעצייכענט נאך א טעות אין דער זעלבע סענטענס. צריך לומר his במקום their.

He’s דארף זיין ארויסגעשריבן HE HAS ווען מען זאגט נאכדעם די ווארט HELPED
אנשטאט generate דארף שטיין AND GENERATED אדער GENERATING HIS

זאפטיג » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 8:11 am

· #427207
דער אנאליז פון פרשת צו איז א קנאקעדיגע פסיכאלאגישע אנאליז
SELF IMPROVMENT
שטארק רעקאמענדעט
עס האט נישט דווקא מיט ביזנעס

זיך צי טרעפן מיט זיך אליינס!

יהודי פשוט » דאנערשטאג מערץ 28, 2019 3:33 pm

· #427238
זאפטיג
זיך צי טרעפן מיט זיך אליינס!

<a class="postlink" href="https://youtu.be/n3ZDslOxPhI">https://youtu.be/n3ZDslOxPhI</a>

זאפטיג » זונטאג מערץ 31, 2019 5:08 pm

· #427371
יהודי פשוט
זאפטיג
זיך צי טרעפן מיט זיך אליינס!

<a class="postlink" href="https://youtu.be/n3ZDslOxPhI">https://youtu.be/n3ZDslOxPhI</a>


אוי דאס איז אלטע גיטע סחורה
קענסט דאס איבערזאגן? לאמיר זעהן

טאמבל סאס » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 1:33 pm

· #479654
ער איז אינטערסאנט צוצוהערן. ער הערט זיך ווי אן אפענער מענטש. ער פליהט אבער אביסל. ווייסט איינער צו ער ליידט פון איינע פון די דריי לעטטער'דיגע הייפעראקטיוו דיסארדערס...? כ'מאך א דזשאוק.

יעצט ערנסט גערעדט. ווייסט איינער צו ער קען אויך פראגרעממען זעלבסט אדער ווייסט ער נאר ווי אזוי צו מאכן געלט אויף אנדערע מענטשנ'ס ספאטוועיר?

טאמבל סאס » פרייטאג אוגוסט 13, 2021 1:44 pm

· #479656
[ציטאט אראפגענומען]

וועמענס פיה? איתמר'ס אדער דעם דאקטער'ס?

אפשר האט ער געמיינט דעם דאקטער'ס, נעמליך 'די פאציענטן זענען געווען אזוי העפי כאטש זיי האבן געברויכט צאלן א געפעפערטע פיה', נאר ער האט פלאצירט דעם קאממע wrongly?!