☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » טעקסט צו 911 דורך ווערייזאן סעלפאן

טעקסט צו 911 דורך ווערייזאן סעלפאן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #576

שמעלקא » דינסטאג מאי 8, 2012 11:23 am

· #10583
טעקסט צו 911 דורך ווערייזאן סעלפאן
שלום עליכם מיינע ברידער דא אין קאווע שטיבל איך בין א גרינער דא די ערשטע מאל וואס איך שרייב דאהי וועל איך ענק באגריסן מיט א לעצטיגע נייעס.


נישט איין מאל נישט צוויי מאל נאר הונדערטער צו טויזנטער מאל איז פארגעקומען פעלער ווי מענטשען האבן נישט געקענט רופן 911 ווען א פארברעכער האט אריין געדרינגן אין א הויז צו ווייל מען באהאלט זיך און מען איז אין שרעק ארויס צו רעדן א ווארט אדער פשוט מען איז ל"ע טויב אדער שטים.

ווערייזאן האט אויפגענומען א פירמע צו ארבייטן אויף א פראגראם וואס וועט ערלויבן צו שיקן א טעקסט צו די 911 אמערזשענסי סיסטעם פאר קאסטומערס וועלכע פארמאגן א טעקסט מעסעזש פלאן.

ווערייזאן האפט אז די סיסטעם וועט שוין ארבייטן אנהייב יאר 13' עכ"פ אין טייל געגענטער.

די נייעס קומט 9 חדשים נאכדעם וואס די FCC האט געמאלדן פלענער צו מאדערנייזן די 911 סערוויס אין די צוקונפט אז מענטשען זאלן קענען שיקן בילדער און ווידיאוס פון זייער סעלפאן פאר 911 קאל סענטערס.

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 8, 2012 4:19 pm

· #10710
שלום וברכה ר' שמעלקא (זעלבער ווי אין בעלבוס?)

שמעלקא » מיטוואך מאי 9, 2012 11:29 am

· #10885
עליכם השלום.

ניין איך בין נישט די זעלבער ווי אין בעל הבית איך דריי זיך דערווייל נישט דארט ווייס איך נישטאמאל וועם די מיינסט.

משה רוקח » זונטאג יוני 17, 2012 1:48 am

· #18175
וועט עס נאר ארבעטן אויף ווערייזען פאונס?

אלבערט » מאנטאג יוני 18, 2012 3:08 pm

· #18401
א וואזשנער איינפאל. איך בין זיכער אז ספרינט וועט עס גאנץ שנעל נאכמאכן. נאכדערצו אז זיי ווייסן שוין דערפון נאך איידער ווערייזאן האט דאס פאקטיש.